גריסן און שמועסן
די אחראים: יאנאש ,אחראי ,געלעגער
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693 זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פאקטען » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 9:39 pm
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: אויב איז דער סוכה ליפערונג אויפן וועג צו מיר, קען ער זאפארט מאכן א יו טורן... נישט דאס האב איך באשטעלט! איך גיי אים נישט צאלן פאר דעם!
די ברעטער זענען שוין לאנג אפגעליפערט.. עס נעמט דריי טעג צו דיוועלאפן די בילדער..
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122 זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך nmi » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:24 pm
פאקטען האט געשריבן: לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: אויב איז דער סוכה ליפערונג אויפן וועג צו מיר, קען ער זאפארט מאכן א יו טורן... נישט דאס האב איך באשטעלט! איך גיי אים נישט צאלן פאר דעם!
די ברעטער זענען שוין לאנג אפגעליפערט.. עס נעמט דריי טעג צו דיוועלאפן די בילדער..
ביי מיר אין געשעפט האסטו עס אין אונטער 2-1/2 רעדי.
(יוש כ'האב פארגעסן אז אייוועלט איז נישט געמאכט צו עטווערטייזן פריוואט...)
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך א נייער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 8:56 am
גרויס זארג הערשט און שטעטעל, נאך דעם ווי מאיר'ל דעם ראש הקהל'ס שליח צו ברענגן אן אתרוג, איז צוריק געקומען מיט ליידיגע הענט. ווי ער זאגט איז ביים אתרוג סוחר געווען נאר דריי אתרוגים, און ער האט זיך נישט געקענט ערלויבן די הויכע פרייז דערפון.
איך ווייס נישט וואס
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך ענדע צדיק! » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:08 am
משה יעקב׳ס דער נייער עושר זאגט אז ער שיקט שוין טעלעגראמען צי זעהן צי עס איז דא אין שטאט עפעס פרישע אתרוגים. ער זאגט אז געלט וועט נישט זיין אן אפהאלט. וואס איז טאקע געווארן מיט זיין דיעל אויף די דריי ווינט-מיהלן פונעם פריערדיגן גובערנאטור, ער האט האט עס באקומען למעשה?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט.
וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:33 am
ענדע צדיק! האט געשריבן: וואס איז טאקע געווארן מיט זיין דיעל אויף די דריי ווינט-מיהלן פונעם פריערדיגן גובערנאטור, ער האט האט עס באקומען למעשה?
זעהט אויס אז יא
אטעטשמענטס
Windmill_LI.jpg (139.39 KiB) געזען 2000 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073 זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך א נייער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:30 am
farshlufen האט געשריבן: ענדע צדיק! האט געשריבן: וואס איז טאקע געווארן מיט זיין דיעל אויף די דריי ווינט-מיהלן פונעם פריערדיגן גובערנאטור, ער האט האט עס באקומען למעשה?
זעהט אויס אז יא
ער האט נאר באקומען איינס.
איך ווייס נישט וואס
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642 זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 1:47 pm
א נייער האט געשריבן: גרויס זארג הערשט און שטעטעל, נאך דעם ווי מאיר'ל דעם ראש הקהל'ס שליח צו ברענגן אן אתרוג, איז צוריק געקומען מיט ליידיגע הענט. ווי ער זאגט איז ביים אתרוג סוחר געווען נאר דריי אתרוגים, און ער האט זיך נישט געקענט ערלויבן די הויכע פרייז דערפון.
ש'טא וואס זיך צו זארגן, איך שפאר שוין אפ פון אנהויב ווינטער גראשן נאך גראשן, גרייצער נאך גרייצער צו קענען קויפן אן אתרוג, איך פלאן צו פארן קויפן אן אתרוג תיכף נאך ר"ה.
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665 זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך אחת ואחת » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 1:57 pm
איך מיין אז סאיז שוין צייט צוקויפען א נייעם האמערעל פאר חצקלען דער שמש שוין יארן וואס ער קלאפט אויף אונזערע פענסטער מיטען אלטען האמערל איצטערט לכבוד סליחות לאמיר אים געבען א מתנה א נייעם, פלאנט עמיצער אראפ צופארן אין מארק היינט
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563 זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך מחשב » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 2:37 pm
ענדע צדיק! האט געשריבן: וואס איז טאקע געווארן מיט זיין דיעל אויף די דריי ווינט-מיהלן פונעם פריערדיגן גובערנאטור, ער האט האט עס באקומען למעשה?
וואס דיעל'ס ווען דיעל'ס... ביינונז אינדערהיים האט מען געוויסט אז מ'פארבייסט א שטיקל לקח און מ'שליסט מקח.. צומאל טרינק מען צו א גלעזעל קנאק יענקל, מ'ווינטש זיך לחיים ווי גוטע ליבע ברידער, און מ'לעבט א גוטן טאג.. ווער ווייסט דען פון די אלע באגריפן?
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464 זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך יש בו » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 6:14 pm
ווי אוזי זאגט די וועלט, דאר בלייבט דאר און לקח בלייבט לקח
The Divided States Of America
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642 זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך אקטאבער 02, 2019 3:59 pm
אינטערעסאנט, קיינער האט נאכנישט באריכטעט איבער די שרעקעדיגע געשעניש וואס האט זיך אפגעשפילט אין שטעטל די צווייטע נאכט ר"ה, ווען מען האט באמערקט עפעס א מאדנע פליענדיגע אביעקט איבערן שטעטל, ס'האט געהאט אזא סארט ליכטיגקייט, און איז געווען אין א גאר מאדנע פארעם, א לענגליכע געדרייעטע זאך. ווען דאס איז פארבייגעפלויגן איבערן שול איז דער עולם אזאנס ארויסגעלאפן דאס איז געווען אזא פחד.. איטשע דעם שמעלצער'ס זאגט אז זייענדיג אין די מרחקים האט ער געהערט אז דאס הייסט א יאנעפאו... עפעס אזוי. אבער איך גלייב אים נישט, ער האט ווארשיינליך דאס יעצט פאבריצירט אין זיין רייכע פרוכטבארע פאנטאזיע. אגב וויאזוי איז געווען די תפילות מיט די בעלי תפילות?
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354 זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פעטער יעקל » מיטוואך אקטאבער 02, 2019 4:04 pm
יש בו האט געשריבן: ווי אוזי זאגט די וועלט, דאר בלייבט דאר און לקח בלייבט לקח
אזוי זאגט די וועלט?!?!?!?!
כאב געוויסט סאיז א עולם השקר!!!
איך בין געווען דאר, און איך בין שוין געווארן אויס דאר..
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464 זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך יש בו » פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:48 pm
אויף דיר גייט ארויף די צווייטע חלק פונעם מאמר, לקח בלייבט לקח
The Divided States Of America
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך שטומפיג » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:18 am
ברעכנדע נייעס!!! נעכטן טיף אין די נאכט שטונדן האבן זיך זשאנדארן אריינגעריסן אין שטעטל און ארויסגעטריבן דעם שלאפנדן עולם פון די סוכות, זיי האבן פארפירט אז די "ביידלעך" (כלשונם) שטעלן א געפאר פון פארשפרייטן שריפות אין שטעטל און פון שעדיגן מענטשן דורכן צאמפאלן פון שווערע ווינטן. ס'האט נישט געהאלפן קיין שום טענה'רייען, זיי האבן מיט גרויס חוצפה געשענדעט און אומגעווארפן פילע סוכות. פרי פארטאגס האט זיך מאניש שתדלן אינאיינעם מיטן ראש הקהל געיאגט צום פאלאץ פונעם גובערנאטער מיר האפן אז זייער אינטערווענץ וועט אויפטוהן. מ'האט נארוואס פארענדיגט א מנין תהלים אין וועלכע די רב האט זיך משתתף געווען, ער האט מיט גרויס צער און געוויין געשטורעמט ביים בימה און אויפגעפאדערט דעם ציבור צו איינצורייסן לבטל רוע הגזירה. באריכטן וועלן נאכפאלגן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פליגל » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 1:02 pm
דער גובערנאטאר האט זיך אנשולדיגט פאר מאניש'ן אז ער האט נישט געוואוסט פון דער גאנצער געשעעניש, און זיכער נישט אז עס גייט געשעען. ער האט געזאגט דעם ראש הקהל'ן אז ער פארארדענט די זשאנדארן ספעציעל די בריגאדע וואס זענען געווען פארמישט אין דעם אקט אז זיי מוזן צוריק אויפשטעלן די ביידלעך נאך היינט אויב ווילן זיי נאך בלייבן ביים אמט. דער גובערנאטאר זעלבסט האט געמאלדן אז ער גייט זעלבסט אראפקומען באאבאכטן די ארבייט אז אלעס ווערט צוריק צוזאמגעשטעלט. אלס אקט פון סאלאדירטעט האט דער גובערנאטאר באאויפטראגט זיין הויז סוויטע אויפצושטעלן א סוכה אין זיין גארטן ווי ער האט פארבעטן יאשיק דעם מעלער זאל אראפקומען אהין אפמאלעווען א בילד ווי ער זיצט דערינען. ער זאגט ער גייט דאס אויפהענגל נעבן זיין טויבן שטייג וואס טוויטשקען אגאנצן טאג אזוי ארום וועלן אלע טוויטשקער העלדלערס קענען זען(מיינען) וואספארא אוהב ישראל ער איז. נאכ'ן אומקוקן זיך וועט דער גובערנאטאר אפשטאטן א באזוך אין דעם ראש הקהל'ס סוכה ווי דער רב און דער דיין, ווי אויך מאניש שתדלן וועלן אריבערקומען און איבערשמועסן ווייטערטיגע צוזאמארבייט.
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226 זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 10:39 pm
קול רנה וישועה באהלי צדיקים! אין די מינוטן ווערט געשלאסן דער שידוך במעונו פונעם רב זז"ג מיט זיין טאכטער הכלה הצנו"ח שתחי' עב"ג החתן פרע"ח כמר שלמה חיים ני"ו א זון פון ר' מאטל מלמד . די תנאים וועט געליינט ווערן יעצט אויפדערנאכט אינעם גרויסן שול.ענבי הפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל!
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749 זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך ישרן » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 11:35 pm
קלאָצקאָפּ האט געשריבן: קול רנה וישועה באהלי צדיקים! אין די מינוטן ווערט געשלאסן דער שידוך במעונו פונעם רב זז"ג מיט זיין טאכטער הכלה הצנו"ח שתחי' עב"ג החתן פרע"ח כמר שלמה חיים ני"ו א זון פון ר' מאטל מלמד . די תנאים וועט געליינט ווערן יעצט אויפדערנאכט אינעם גרויסן שול.ענבי הפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל!
נאך אין מיין לעבן נישט אזויס געהערט! א "תנאים" אין א שול????
דאס קאן נישט געמאלט זיין! עס איז קעגן די תורה!
קאן נישט גלויבן אז דער רב לאזט דאס צו.
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226 זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך קלאָצקאָפּ » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 4:56 pm
קנ"א טוט זיך אנטשולדיגן פאר'ן נעכטיגן באריכט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש. די תנאים איז ווירקליך געליינט געווארן ביים רב אין שטוב, און נישט אין שול ווי באריכטעט. דאס איז נאר קלארצושטעלן די פאקטן, מיר נעמען נישט קיין שטעלונג אין די הלכה'דיגע חלק דערפון.
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083 זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך טשאדעלע באדעלע » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 11:49 pm
וואס׳טע געמיינט?.. פישל איז שוין אויף מעסער שטעך מיטן ראה״ק ווי די חחונה זאל פארקומען. פישל ווי שטייצעך ס׳זאל זיין אויף זיין פעלד, דער ראה״ק וויל... אויף זיינס! פישל׳ס מעלה איז אז דער רב איז אויף זיין זייט, דער ראה״ק׳ס מעלה איז אז ער רעדט זיך איין אז דער רב איז אויף זיין זייט. דער וואס איז אין א דילעמא איז דער רב זעלבס! ער ווייסט אז ווען דער ראה״ק רעדט זיך איין עפעס מיז מען זעהן אז אזוי קאכט זיך עס טאקע אויס, ווייל אויב נישט טויג נישט! העמער מיזן אויסווארטן צו זעהן וואס דא וועט זיך אויסקאכן.
רשעות קאלטע סעלצער
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פליגל » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 11:50 pm
ווייטער עפעס א געפעכט דארט. איך מוף באלד ארויס פון דא.
עליען
שר העשר
תגובות: 47 זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 20, 2019 9:19 pm
לאקאציע: עריע 51
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך עליען » פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 3:53 am
פליגל האט געשריבן: ווייטער עפעס א געפעכט דארט. איך מוף באלד ארויס פון דא.
קאנסט מופ'ן קיין נוא יארק, ס'היינט ליידיג געווארן א דירה דארטן!
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999 זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך שטומפיג » פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 10:42 am
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: וואס׳טע געמיינט?.. פישל איז שוין אויף מעסער שטעך מיטן ראה״ק ווי די חחונה זאל פארקומען. פישל ווי שטייצעך ס׳זאל זיין אויף זיין פעלד, דער ראה״ק וויל... אויף זיינס! פישל׳ס מעלה איז אז דער רב איז אויף זיין זייט, דער ראה״ק׳ס מעלה איז אז ער רעדט זיך איין אז דער רב איז אויף זיין זייט. דער וואס איז אין א דילעמא איז דער רב זעלבס! ער ווייסט אז ווען דער ראה״ק רעדט זיך איין עפעס מיז מען זעהן אז אזוי קאכט זיך עס טאקע אויס, ווייל אויב נישט טויג נישט! העמער מיזן אויסווארטן צו זעהן וואס דא וועט זיך אויסקאכן.
א חתונה אויף א פעלד?!?! כ'האב אזאנס קיינמאל נישט געהערט!
פארוואס זאל עס אנדערש זיין פון די פאריגע חתונות וואס מ'האט אפגעראכטן אין בימ"ד?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122 זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך nmi » פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 11:00 am
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: דער וואס איז אין א דילעמא איז דער רב זעלבס! ער ווייסט אז ווען דער ראה״ק רעדט זיך איין עפעס מיז מען זעהן אז אזוי קאכט זיך עס טאקע אויס, ווייל אויב נישט טויג נישט!
נעה. די ראה"ק האט שוין באקומען זיין לעסען ווען ער האט געוואלט אז די רב זאל זיך אריבערציען אין די נייע דירה הארט נעבן ביהמ"ד וואס ער האט אים ספעציעל געלאזט בויען און די רב האט אים פיין מסדר געווען מיטן זיך ארויסצוען צוויי חדשים פארן ענדיגן... (כ'מיין אז ר' משה שמעון האט נאך די צייכענעס אויף זיין פנים פון די פעטש וואס ער האט געכאפט פונעם ראה"ק דעם נעקסטן שבת... נעבעך. כ'האב אים אזוי געשוינט).
און אויך ווען די רב האט זיך אנטזאגט ברבים פון נעמען די געלט וואס די ראה"ק האט איבערגעדרייט די שטעטל מיט זיין "$8888.88 האלב יעריגע" קאמפעין פארן רב'ס שטוב.
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936 זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פליגל » פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 3:46 pm
דער רב איז נישט אין שטאט די וואך. דער אלטער דיין וועט ר"ח בענטשן און פירן א באטע אין די סוכה. ווי אויך גייט ער פארלערנען ברכו נפשי שב"ק נאכמיטאג.
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122 זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש
ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך nmi » פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 4:33 pm
[quote="פליגל"ווי אויך גייט ער פארלערנען ברכו נפשי שב"ק נאכמיטאג.[/quote]