לכה דודי לקראת כלה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

לכה דודי לקראת כלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

קום מיין פריינט אנטקעגן די כלה, די געזיכט פון שבת לאמיר ענטפאנגען

היט אפ און געדענק אין איין ווארט נאר
געזאגט האט אונז דער גאט וואס איז נאר איין
דער אייבערשטער איז איין מיט זיין נאמען קלאר
צו רימען און צו לויבן ווי גרויס און שיין

קום לאמיר גיין דעם שבת אנטקעגן
ווייל זי איז די קוואל פון ברכה און פארמעגן
נאך פאר די וועלטס עקזיסטענץ געקעניגט האט ער שוין
איז זיין קלער געווען אויף יעצט צו האלטן דעם קרוין

דארט וואו עס איז די שטאט פונעם קעניגליכן ארט
שטיי אויף און גיי ארויס פון די איבערקערעניש זאפארט
גענוג געזיצן שוין אין די גרוב פון צער און קלאג
גאט וועט זיך דערבארעמען און אוועקנעמען די פלאג

שטיי אויף און שאקל אפ דיינע קליידער פון שטויב
טוה זיך אן שיינע קליידער פון לויב
דורך ישי'ס זון פון בית לחם דערנענטער זיך
און אויסלייזן דיר שוין וועל איך

וועק זיך אויף וועק זיך אויף
פאר די ליכטיגקייט שטיי אויף
ערוועק זיך ערוועק זיך און רעד מיט געזאנג
די כבוד פון גאט וואס אויף דיר אנטפלעקט ענטפאנג

זאלסט זיך מער נישט שעמען און נישט מיט שאנדע קומען
פארוואס דו ביסט צובויגן און פון טרויער טוסטו ברומען
אין דיר וועלן זיך מיין פאלקס ארעמע באשיצן
און די הויכע שטאט וועט אויף דיינע שטיינער זיצן

און עס וועלן שטיין צום בארויבן דיינע רויבער
עס וועלן זיך דערווייטערן אלע שלעכטע פון דיין צויבער
און איבער דיר וועט זיך פרייען גאט מיט אלע
אזוי ווי א חתן פרייט זיך מיט זיין כלה

רעכטס און לינקס וועט ער שטארקן אייך
און גאט וועט איר לויבן מיט דעם פערזאן צוגלייך
משיח וואס פון פרץ שטאמט ער
פרייליך און לוסטיג וועט איר זיין מער און מער

קום פרידליך שבת די קרוין פון אידן
מיט שמחה און לוסט אזוי צופרידן
צווישן די באגלויבטע די באליבטע כלל ישראל
קום כלה קום כלה קום כלה זיך פרייען ווי אמאל

קום מיין פריינט אנטקעגן די כלה, די געזיכט פון שבת לאמיר ענטפאנגען
קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניגליך »

;l;p- ;l;p- זייער שיין הערליך און קונצליך
גיסט זיך טעלענט קיפ עיט אפ. יישר כוח פארן מהנה זיין.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

יעצט געזען. זייער טאלאנטפול און געשמאק געשריבן!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5937
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יישר כח, כ'האב פיין הנאה געהאט.
איז דאס אייגנס?
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פלעין געגנבעט פון סידור...

זיער שיין!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

הערליך שיין, איך פרוביר נאר צו עס צוזאמשטעלן מיט א ניגון, וועט מען עס קענען זינגען ביים סעודה
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בשעת איך האב עס געשריבן האב איך זיך אונטערגעזונגען די סקולענע ניגון אבער עס שטימט נישט פונקטליך.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”