BQE עקזיט 31 פלענער

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

זעה איך א קעפל אין די צייטונג:
״שטארקע קעגנערשאפט צו שטאטישע פלענער ביי הייוועי עקזיט אויף ווייט עוו.״
וואס איז די רעדע ?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

shalsheles האט געשריבן:זעה איך א קעפל אין די צייטונג:
״שטארקע קעגנערשאפט צו שטאטישע פלענער ביי הייוועי עקזיט אויף ווייט עוו.״
וואס איז די רעדע ?

https://www1.nyc.gov/html/dot/downloads ... pt2019.pdf
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חעלעם!
אטעטשמענטס
PowerPoint Presentation21.jpg
PowerPoint Presentation21.jpg (211.54 KiB) געזען 3433 מאל
PowerPoint Presentation1.jpg
PowerPoint Presentation1.jpg (256.14 KiB) געזען 3433 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8595
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

כאפ נישט פינקלעך די פלאן... אבער עס איז זעכער אז דארט איז א כאאס וואס דאף געטוישט ווערן
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

וואס איז די שגעון פון מאכן א וואן וועי? ביז יעצט האט מען כאטש געהאט א חלק קארס מאכן א רעכטס ביי רויט איז געווען אביסל לייכטער
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

BQE עקזיט 31 פלענער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די טיפשות דערפון איז אז מען מיינט אז עס'ז טיפשות... ס'יז פשוט רשעות פארמאסקירט מיט זיכערקייט...
די לינקע דריי פון קענט אריין צו פענן איזמאן אפקומעניש איינס אין די סיטי, און דא גייט מען נאך הייסן די גאנצע טראפיק עס טאהן, און נאכדעם אויך מאכן די שארפע דריי צוריק ביים דענטיסט'ס קארנער...

און וואנעט זאלן די סקול באסעס אויפנעמען ביי בנין עסטרייכער?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז די שגעון פון מאכן א וואן וועי? ביז יעצט האט מען כאטש געהאט א חלק קארס מאכן א רעכטס ביי רויט איז געווען אביסל לייכטער

ווייט איז נאר א טו-וועי פאר די פאר גאסן, ביז דיוויזשאן איז א וואן וועי, און פון די הייוועי איז א וואן-וועי, עס איז נישט געווען זייער נוצבאר, און עס איז נישט געווען אזויפיל מענטשן וואס מאכן די רייט טורן, אויב באקומט מען ענגל פארקינג אנשטאט די טו-וועי איז עס גאנץ א גיטע דיעל.
נאר עס קען זיין אז אז מען וועט נישט קענען גיין פון וויליאמסבורג סטריט צו הופער, וועט זיין בעסער אז מען דרייט אויס די טרעפיק אויף הופער אויך אויף די פארקערטע וועג, וועט מן הסתם זיין בעסער פאר די מתפללים.

גראדע זעהט די גאנצע פלאן נישט אויס אזוי שלעכט.

איך האב דא אמאל פארגעשלאגן א לעזונג פאר די פלאשינג עקזיט, צו צוטיילן די טרעפיק האלב צו פארק עוועניוא, די שאלה איז צו די חברה האלטן ביים ארבעטן.
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

תגובה דורך בסד »

farshlufen האט געשריבן:חעלעם!

שוין לאנג נישטא קיין Right turning lane אויף וויליאמסבורג סטריט... עס איז רעזערווירט פאר די פארלאזטע סיין.
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

לאז אזוי ווי ביז יעצט. מאך א עקסטערע לייט פאר די עקזיט, און א עקסטערע לייט פאר וויליאמסבורג סטריט. (אזוי ווי די פלאשינג עקזיט). און נעם אוועק די פארלאזטע סיין פון די טורנינג לעין. והכל על מקומו יבא בשלום.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די חורבן וואס עס וועט אנמאכן פאר טראפיק וואס גייט צו ווייט ראסס וכו' איז שווער צו פאראויסשאצן, מען וועט פשוט ברויכן ציקולירן נאך א פאר בלאקן נאר צוצולייגן צום שוין אזוי אנגעלייגטן טראפיק.

גיי זיי מסביר פאר דעם חלום וואס האט געציילט די קארס אז עס איז א ריזיגע נפ"מ וועלכע טאג פון די וואך חודש און יאר ער איז דארט געזיצן און פונקטליך וועלכע שעות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בסד האט געשריבן:לאז אזוי ווי ביז יעצט. מאך א עקסטערע לייט פאר די עקזיט, און א עקסטערע לייט פאר וויליאמסבורג סטריט. (אזוי ווי די פלאשינג עקזיט). און נעם אוועק די פארלאזטע סיין פון די טורנינג לעין. והכל על מקומו יבא בשלום.

זאגסט דאך אזוי ריכטיג.

דאס איז די בעסטע אפציע.

וועט מען דאך נישט האבן וואו צו אוועקשטעלן די דעספאוזעבל לעגאו שטעקעלעך..

איין מינוט, וואס איז מיט די בייק לעין פון ווייט? די חברה האבן אינגאנצן פארגעסן דערפון?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

דממה דקה האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז די שגעון פון מאכן א וואן וועי? ביז יעצט האט מען כאטש געהאט א חלק קארס מאכן א רעכטס ביי רויט איז געווען אביסל לייכטער

ווייט איז נאר א טו-וועי פאר די פאר גאסן, ביז דיוויזשאן איז א וואן וועי, און פון די הייוועי איז א וואן-וועי, עס איז נישט געווען זייער נוצבאר, און עס איז נישט געווען אזויפיל מענטשן וואס מאכן די רייט טורן, אויב באקומט מען ענגל פארקינג אנשטאט די טו-וועי איז עס גאנץ א גיטע דיעל.
נאר עס קען זיין אז אז מען וועט נישט קענען גיין פון וויליאמסבורג סטריט צו הופער, וועט זיין בעסער אז מען דרייט אויס די טרעפיק אויף הופער אויך אויף די פארקערטע וועג, וועט מן הסתם זיין בעסער פאר די מתפללים.

גראדע זעהט די גאנצע פלאן נישט אויס אזוי שלעכט.

איך האב דא אמאל פארגעשלאגן א לעזונג פאר די פלאשינג עקזיט, צו צוטיילן די טרעפיק האלב צו פארק עוועניוא, די שאלה איז צו די חברה האלטן ביים ארבעטן.

די אויפטו פון אוועקנעמען דעם רעכטס איז אז די טוישן לעין מאכט אן אנלייגעניש, ווילן זיי עלימינירן דעם פראבלעם. אזוי פארשטיי איך פון די פארשלאפענע לינק. קוקט מען אויף די שטודיע מאפע, גאנצע 6 פון 1138 הייוועי קארס האבן געמאכט דעם רעכטס!

ווידער די לאקאלע קארס, זענען באלד די זעלבע צאל וואס גייען רעכטס ווי לינקס. פון די בילד קוקט אויס אז די א.ג. שטודיע איז פארגעקומען ווען דער פאליצייאישער קלאץ וואס בלאקירט דעם רעכטן לעין איז שוין/נאך דארט געווען.

איר אליינס זאגט אז די לעין ענדיגט זיך שפעטער.

העולה מכל הנ"ל אז די קארס וואס האבן זיך דארט איינגעדרייט זענען בעיקר מענטשן וואס וואוינען/ארבעטן דארט.

איינער וואס וואוינט אויף ראדני צווישן ווייט און קענט, וועט אדער מוזן קומען פון קליימער, אדער פארן קיין קענט, ראסס, ווייט, ראדני.

הקפות.

האקט
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

farshlufen האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:לאז אזוי ווי ביז יעצט. מאך א עקסטערע לייט פאר די עקזיט, און א עקסטערע לייט פאר וויליאמסבורג סטריט. (אזוי ווי די פלאשינג עקזיט). און נעם אוועק די פארלאזטע סיין פון די טורנינג לעין. והכל על מקומו יבא בשלום.

זאגסט דאך אזוי ריכטיג.

דאס איז די בעסטע אפציע.

נאך מער.
נעם אראף אביסל פון די בארג, אויף די לינקע זייט פון די עקזיט. לייג צו א לעין אין די עקזיט.
מאך א לעין רעכטס און גראד, און אײנס לינקס און גראד.
וועט העלפן אז ווער עס גייט לינקס אדער גראד, זאל נישט דארפן ווארטן פאר דער וואס גייט רעכטס, און אויך פארקערט.

און אויך וועט די BQE אפאטעמען פון די לאנגע ליין ארויסצופארן.

האקט.
לעצט פארראכטן דורך בסד אום מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:39 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

זיי שרייבן דאך דאס אויך אינעם פארגעשלאגענעם פלאן, דאס מאכט נאר שווערער די קשיא וואס זיי האבן קעגן דעם רעכטס.
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

סקאראמוטשי האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:וואס איז די שגעון פון מאכן א וואן וועי? ביז יעצט האט מען כאטש געהאט א חלק קארס מאכן א רעכטס ביי רויט איז געווען אביסל לייכטער

ווייט איז נאר א טו-וועי פאר די פאר גאסן, ביז דיוויזשאן איז א וואן וועי, און פון די הייוועי איז א וואן-וועי, עס איז נישט געווען זייער נוצבאר, און עס איז נישט געווען אזויפיל מענטשן וואס מאכן די רייט טורן, אויב באקומט מען ענגל פארקינג אנשטאט די טו-וועי איז עס גאנץ א גיטע דיעל.
נאר עס קען זיין אז אז מען וועט נישט קענען גיין פון וויליאמסבורג סטריט צו הופער, וועט זיין בעסער אז מען דרייט אויס די טרעפיק אויף הופער אויך אויף די פארקערטע וועג, וועט מן הסתם זיין בעסער פאר די מתפללים.

גראדע זעהט די גאנצע פלאן נישט אויס אזוי שלעכט.

איך האב דא אמאל פארגעשלאגן א לעזונג פאר די פלאשינג עקזיט, צו צוטיילן די טרעפיק האלב צו פארק עוועניוא, די שאלה איז צו די חברה האלטן ביים ארבעטן.

די אויפטו פון אוועקנעמען דעם רעכטס איז אז די טוישן לעין מאכט אן אנלייגעניש, ווילן זיי עלימינירן דעם פראבלעם. אזוי פארשטיי איך פון די פארשלאפענע לינק. קוקט מען אויף די שטודיע מאפע, גאנצע 6 פון 1138 הייוועי קארס האבן געמאכט דעם רעכטס!

ווידער די לאקאלע קארס, זענען באלד די זעלבע צאל וואס גייען רעכטס ווי לינקס. פון די בילד קוקט אויס אז די א.ג. שטודיע איז פארגעקומען ווען דער פאליצייאישער קלאץ וואס בלאקירט דעם רעכטן לעין איז שוין/נאך דארט געווען.

איר אליינס זאגט אז די לעין ענדיגט זיך שפעטער.

העולה מכל הנ"ל אז די קארס וואס האבן זיך דארט איינגעדרייט זענען בעיקר מענטשן וואס וואוינען/ארבעטן דארט.

איינער וואס וואוינט אויף ראדני צווישן ווייט און קענט, וועט אדער מוזן קומען פון קליימער, אדער פארן קיין קענט, ראסס, ווייט, ראדני.

הקפות.

האקט

די עיקר חורבן קומט פון דעם וואס מען קען נישט טוישן לעינס ביז די לעצטע סעקונדע, וואס דאס מאכט אז ווען מען קומט אן דארט טוט זיך א לעין טוישעריי ווען די פון ווילי סטריט וואס ווילן זיך דרייען לינקס אויף ווייט שניידן אריין אין די קארס פון די עקזיט וואס וויל פארן גראד. די פשוט'סטע עצה וואלט לכאורה געווען מען זאל אונטערהייבן אביסל די עקזיט רעמפ עס זאל זיך טרעפן מיט וויליאמסבורג סטריט צוויי הונדערט פיס פריער, און 'נישט' מאכן קיין אויסגעצויגענע סאליד ליינס ביז'ן אלף השישי אריין, וועט מען קענען טוישן לעינס היבש פאר די אינטערסעקשאן, והכל על מקומו יבא בשלום.

די סיבה פארוואס זיי טוען דאס נישט איז לכאורה ווייל דער פאליס מיט די האלב אנמארקד קאר וועט מער נישט קענען כאפן קיין קרבנות דארט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

בסד האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:לאז אזוי ווי ביז יעצט. מאך א עקסטערע לייט פאר די עקזיט, און א עקסטערע לייט פאר וויליאמסבורג סטריט. (אזוי ווי די פלאשינג עקזיט). און נעם אוועק די פארלאזטע סיין פון די טורנינג לעין. והכל על מקומו יבא בשלום.

זאגסט דאך אזוי ריכטיג.

דאס איז די בעסטע אפציע.

נאך מער.
נעם אראף אביסל פון די בארג, אויף די לינקע זייט פון די עקזיט. לייג צו א לעין אין די עקזיט.
מאך א לעין רעכטס און גראד, און אײנס לינקס און גראד.
וועט העלפן אז ווער עס גייט לינקס אדער גראד, זאל נישט דארפן ווארטן פאר דער וואס גייט רעכטס, און אויך פארקערט.

און אויך וועט די BQE אפאטעמען פון די לאנגע ליין ארויסצופארן.

האקט.

ועוד י"ל.
ס'דא אסאך פלאץ ארויף צוריקען די סיידוואק (בעדפארד גארדאנ'ס פראפערטי?) און צולייגן א 3טע לעין, פאר א רעכטע טורנינג לעין, פאר וויליאמסבורג סטריט.
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

Think and Thank האט געשריבן:[quote="]
די עיקר חורבן קומט פון דעם וואס מען קען נישט טוישן לעינס ביז די לעצטע סעקונדע, וואס דאס מאכט אז ווען מען קומט אן דארט טוט זיך א לעין טוישעריי ווען די פון ווילי סטריט וואס ווילן זיך דרייען לינקס אויף ווייט שניידן אריין אין די קארס פון די עקזיט וואס וויל פארן גראד. די פשוט'סטע עצה וואלט לכאורה געווען מען זאל אונטערהייבן אביסל די עקזיט רעמפ עס זאל זיך טרעפן מיט וויליאמסבורג סטריט צוויי הונדערט פיס פריער, און 'נישט' מאכן קיין אויסגעצויגענע סאליד ליינס ביז'ן אלף השישי אריין, וועט מען קענען טוישן לעינס היבש פאר די אינטערסעקשאן, והכל על מקומו יבא בשלום.
[/quote][/quote]

מען דארף גארנישט בויען. מאך נאך פלאשינג עקזיט. א עקסטערע לייט פאר די עקזיט, און א עקסטערע לייט פאר וויליאמסבורג סטריט.
גרינגסטע, שנעלסטע און מערסט אפעקטיווע לעזונג.
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

ב שולם האט געשריבן:כאפ נישט פינקלעך די פלאן... אבער עס איז זעכער אז דארט איז א כאאס וואס דאף געטוישט ווערן

וואס איז אויך זיכער איז אויב מ'גייט ארבעטן וועט זיין א כאאס פאר א גאר לאנגע וויילע כידוע לדרייווערס, נעמט א ביישפיל פון קענט ווי מ'האט 'נאר' געוואלט אראפנעמען די סמענטענע שטיקלעך און עס נעמט שוין כמעט איין און א האלב יאר, טאטע זיסער טוישן רוכטונגען וועט מסתם נעמען אזא יאר צוויי, אזוי אז מ'וועט זיך בענקען נאך די אמאליגע ככאס!
מיין לופי'לע........
הערש לייב
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 20, 2017 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערש לייב »

אלופי אדום האט געשריבן:
ב שולם האט געשריבן:כאפ נישט פינקלעך די פלאן... אבער עס איז זעכער אז דארט איז א כאאס וואס דאף געטוישט ווערן

וואס איז אויך זיכער איז אויב מ'גייט ארבעטן וועט זיין א כאאס פאר א גאר לאנגע וויילע כידוע לדרייווערס, נעמט א ביישפיל פון קענט ווי מ'האט 'נאר' געוואלט אראפנעמען די סמענטענע שטיקלעך און עס נעמט שוין כמעט איין און א האלב יאר, טאטע זיסער טוישן רוכטונגען וועט מסתם נעמען אזא יאר צוויי, אזוי אז מ'וועט זיך בענקען נאך די אמאליגע ככאס!

מען וועט מוזן רעדן צו קאומאו דערוועגן....
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

בסד האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:[quote="]
די עיקר חורבן קומט פון דעם וואס מען קען נישט טוישן לעינס ביז די לעצטע סעקונדע, וואס דאס מאכט אז ווען מען קומט אן דארט טוט זיך א לעין טוישעריי ווען די פון ווילי סטריט וואס ווילן זיך דרייען לינקס אויף ווייט שניידן אריין אין די קארס פון די עקזיט וואס וויל פארן גראד. די פשוט'סטע עצה וואלט לכאורה געווען מען זאל אונטערהייבן אביסל די עקזיט רעמפ עס זאל זיך טרעפן מיט וויליאמסבורג סטריט צוויי הונדערט פיס פריער, און 'נישט' מאכן קיין אויסגעצויגענע סאליד ליינס ביז'ן אלף השישי אריין, וועט מען קענען טוישן לעינס היבש פאר די אינטערסעקשאן, והכל על מקומו יבא בשלום.
[/quote][/quote][/quote]

מען דארף גארנישט בויען. מאך נאך פלאשינג עקזיט. א עקסטערע לייט פאר די עקזיט, און א עקסטערע לייט פאר וויליאמסבורג סטריט.
גרינגסטע, שנעלסטע און מערסט אפעקטיווע לעזונג.[/quote]

ריכטיג, אבער מאכן אן עקסטערע לייט קען טון דאס וואס עס האט געטון ביים פלאשינג עקזיט רעמפ פון בי קיו אי. נעמליך, מאכן א טרעפיק בעקאפ וואס זאל זיך ציען עטליכע גאסן. אויף די רעמפ שטערט עס געווענליך נאר די וואס ווילן ארויספארן, אבער אויף די גאסן קען עס פארקריפלען די טרעפיק אין גאנץ ווילי.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

קודם כל אפשר מאכט מען א עקסטערע אשכול פאר די נושא? נישט סתם אנפילן די ווילי אשכול מט דעם

יעצט אזוי, איינע פון פראבלעמען וואס דא איז דא איז די אנזעץ וואס די עקזיט מאכט אויף די הייוועי אליין, וואס דאס קען מען סאלווען מיטן אראפ נעמען די גראז אנגעהויבן שוין פון בעדפארד און מאכן לענגער די עקזיט לעין ווי דער עולם זאל זיך קענען אריינשטיפן און נישט דארפן זיך ארויסשטעקן, און מזאל לייגען א דיוויידער אדער פון סעמענט אדער אפילו שטעקעלעך וואס עמערדזשענסי אויטאס זאלן קענען אראפשמייסען אבער סתם אומגעדולד'יגע מענטשען וועלן זיך נישט קענען אריינכאפן
אטעטשמענטס
BQE 1.JPG
BQE 1.JPG (96.87 KiB) געזען 3962 מאל
BQE 2.JPG
BQE 2.JPG (137.67 KiB) געזען 3962 מאל
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

Think and Thank האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:[quote="]
די עיקר חורבן קומט פון דעם וואס מען קען נישט טוישן לעינס ביז די לעצטע סעקונדע, וואס דאס מאכט אז ווען מען קומט אן דארט טוט זיך א לעין טוישעריי ווען די פון ווילי סטריט וואס ווילן זיך דרייען לינקס אויף ווייט שניידן אריין אין די קארס פון די עקזיט וואס וויל פארן גראד. די פשוט'סטע עצה וואלט לכאורה געווען מען זאל אונטערהייבן אביסל די עקזיט רעמפ עס זאל זיך טרעפן מיט וויליאמסבורג סטריט צוויי הונדערט פיס פריער, און 'נישט' מאכן קיין אויסגעצויגענע סאליד ליינס ביז'ן אלף השישי אריין, וועט מען קענען טוישן לעינס היבש פאר די אינטערסעקשאן, והכל על מקומו יבא בשלום.
[/quote][/quote][/quote]

מען דארף גארנישט בויען. מאך נאך פלאשינג עקזיט. א עקסטערע לייט פאר די עקזיט, און א עקסטערע לייט פאר וויליאמסבורג סטריט.
גרינגסטע, שנעלסטע און מערסט אפעקטיווע לעזונג.[/quote][/quote][/quote]
ריכטיג, אבער מאכן אן עקסטערע לייט קען טון דאס וואס עס האט געטון ביים פלאשינג עקזיט רעמפ פון בי קיו אי. נעמליך, מאכן א טרעפיק בעקאפ וואס זאל זיך ציען עטליכע גאסן. אויף די רעמפ שטערט עס געווענליך נאר די וואס ווילן ארויספארן, אבער אויף די גאסן קען עס פארקריפלען די טרעפיק אין גאנץ ווילי.[/quote]

קען זיין, אבער איך טראכט נישט אזוי.

ס'איז שוין דא א לייט. ווען ס'ווערט גרין טוט זיך א געשטיפעניש רעכטס און לינקס. און האלט אויף טרעפיק, ביז ס'ווערט צוריק רויט.
אז ס'וועט זיין עקסטער, וועט מען זיך קענען דרייען אן זיך שטופען. און ס'וועט גיין סאך שנעלער. מ'וועט פארן פון ווען ס'ווערט גרין, ביז ס'ווערט רויט.

סאוי די לייט איז נישט א צוגעלייגטע זאך, וואס גייט אפשטעלן די טרעפיק. ס'איז שוין יעצט דא. ס'פארט נאר נישט געשמירט ווען ס'איז גרין. ס'גייט פשוט מאכן אז ס'זאל פארן ווען ס'איז גרין.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

ביים עקזיט איז דאך אויך אלעמאל געווען א לייט. די טרעפיק ווערט פון דעם וואס צווישן איין גרין און די צווייטע דארף מען ווארטן עס זאל צוויי מאל ווערן רויט אנשטאט די ביז יעצטיגע איינמאל, וואס מיינט אז עס קומען צו דאפלט אזויפיל קארס בשעת'ן רויט ווי אמאל, און די גרין איז נישט גענוג זיי זאלן אלע דורכפארן, בלייבן בהכרח כאטש עטליכע קארס נאכאמאל ביים רויט. דארף מען אבער נאכאמאל ווארטן דאפלט ביז עס ווערט גרין, קומען צו נאכאמאל דאפלט אויטאס, און ביים נעקסטן מאל עס ווערט רויט בלייבן שוין דאפלט אזויפיל אויטאס שטעקן, וכו' וכו' וכו'.
אנהייב האבן זיי טאקע געמאכט גאר א קורצע גרין ביי אלע זייטן, אבער דאס האט געמאכט אז נאר פיר-פינף קארס האבן געקענט דורכפארן יעדעס מאל סיז געווען גרין... האט מען עס פארלענגערט, און עס איז וויאזוי עס איז.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

בסד האט געשריבן:ס'איז שוין דא א לייט. ווען ס'ווערט גרין טוט זיך א געשטיפעניש רעכטס און לינקס. און האלט אויף טרעפיק, ביז ס'ווערט צוריק רויט.
אז ס'וועט זיין עקסטער, וועט מען זיך קענען דרייען אן זיך שטופען. און ס'וועט גיין סאך שנעלער. מ'וועט פארן פון ווען ס'ווערט גרין, ביז ס'ווערט רויט.

סאוי די לייט איז נישט א צוגעלייגטע זאך, וואס גייט אפשטעלן די טרעפיק. ס'איז שוין יעצט דא. ס'פארט נאר נישט געשמירט ווען ס'איז גרין. ס'גייט פשוט מאכן אז ס'זאל פארן ווען ס'איז גרין.

ווייט עוועניא מאכנדיג א לינקס איז אן אנגעזעצטע גאס סייווי, אינדערפרי און נאכמיטאג בלאקן די באסעס די טרעפיק, און ביינאכט ווען ס'איז דא חתונות מאכט קאנטינענטאל טרעפיק, איך מיין אז שיקן די טרעפיק צו קענט איז נישט אזא שלעכטע פלאן.
אזאמעשה
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2012 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזאמעשה »

דממה דקה האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:ס'איז שוין דא א לייט. ווען ס'ווערט גרין טוט זיך א געשטיפעניש רעכטס און לינקס. און האלט אויף טרעפיק, ביז ס'ווערט צוריק רויט.
אז ס'וועט זיין עקסטער, וועט מען זיך קענען דרייען אן זיך שטופען. און ס'וועט גיין סאך שנעלער. מ'וועט פארן פון ווען ס'ווערט גרין, ביז ס'ווערט רויט.

סאוי די לייט איז נישט א צוגעלייגטע זאך, וואס גייט אפשטעלן די טרעפיק. ס'איז שוין יעצט דא. ס'פארט נאר נישט געשמירט ווען ס'איז גרין. ס'גייט פשוט מאכן אז ס'זאל פארן ווען ס'איז גרין.

ווייט עוועניא מאכנדיג א לינקס איז אן אנגעזעצטע גאס סייווי, אינדערפרי און נאכמיטאג בלאקן די באסעס די טרעפיק, און ביינאכט ווען ס'איז דא חתונות מאכט קאנטינענטאל טרעפיק, איך מיין אז שיקן די טרעפיק צו קענט איז נישט אזא שלעכטע פלאן.

בד"וו גוגל מעפס ווען כ'קום אראל פון bqe צו גיין צו בעדפארד וואלאבאוט שיקט ער מיך אייביג צי קענט עוו און דערנאך א לינקס אויף וואלאבאוט. ער מיידט אויס ווייט עוו.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”