UPS vs FedEx vs USPS

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

UPS vs FedEx vs USPS

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך בין נישט זיכער צי דער אשכול באלאנגט דא, אבער איין מאל פאר אלעמאל מוז מען דאס אויסשמועסן ברבים להלכה ולמעשה.
דער עולם ווערט געבעטן צו זאגן זייערע אנאליזן און שאצונגען באזירט אויף עקספיריענס, איבער וועלכע קוריער קאמפאני איז בעסער אין פרייז, שנעלקייט, פריינטליכקייט, סערוויס אא"וו.


ואני יתחיל ראשון, מיט פרייזן;
איז באקאנט אז UPS איז עטוואס טייערער מיט יעדן פעקל. פעדעקס און USPS זענען בארלייפיג די זעלבע רעיטס, געוואנדן אינעם טייפ פון שיפפינג סערוויס. פעדעקס גראונד' איז ביליגער אבער נעמט גאנץ לאנג. די הויפט מעלה פון USPS איז אז זיי געבן דיר פארשידענע שיפפינג אפשענס און פרייע באקסעס, אויב ביסטו נישט אינדערהיים קענסטו גלייך גיין צו דיין לאקאל פאסט אפיס עס אויפ-פיקן והעסק סגור. איך האב אקאונטס ביי אלע דריי, פעדעקס האט א סיורטשארזש וועכענטליך אויב נוצטו זיי וואס שטייט נישט ארויסגעשריבן קלאר אין זייער אגרימענט, מתחילה בין איך געווען זייער בייז דערויף איך שפעקוליר נאך צו דיספיוטן.

שנעלקייט;
כאב באשטעלט עפעס (קיין ברוקלין נ"י) פון צוויי באזונדערע קאמפאניס וואס ביידע זענען באזירט אין ניו ג'ערסי, דער וואס האט געשיקט מיט UPS איז דער פעקל דא געווען דעם אנדערן אינדערפרי 11 אזייגער, ד"ה ניטאמאל קיין 24 שעה פונעם באשטעלן. דער וואס האט גענוצט פעדעקס, האט פעדעקס 'גאראנטירט' דעם אנקום פונעם פעקל צו מיר נישט ווינציגער ווי גאנצע 6 טעג דערנאך, אויף 4:30 נאכמיטאג! (פעדעקס האט אויפגעפיקט דאס פעקל פונעם קאמפאני דאנערשטיג מיטאג, און אנקום צייט איז באשטימט אויף דינסטאג נאכמיטאג!!!) די סערוויס וואס יענער האט גענוצט איז 'עקספרעס סעיווער', איך בין נישט באקאנט פונקטליך.
אזוי אויך פולע באשטעלונען פון מידדל און וועסטערן סטעיטס ווערן שנעלער געליפערט מיט UPS ווי מיט פעדעקס, אפילו פון אזוי-ווייט ווי קאליפארניע באקום איך פעקלעך פון UPS אין בלויזע 2-3 טאג, בעת מיט פעדעקס אין 4-6 טעג.
און בכלל, UPS טרעקלעך ווערן געזען דא ממש אויף יעדן צווייטן בלאק בעת פעדעקס ווערט געזען איינס אויף א צען בלאקס, דאס הייסט אז UPS האט פול מער ארבייט ביי אונז אין געגענט.

פריינטליכקייט;
די לאקאלע UPS דרייווערס זענען אין אונזער געגענט זייער פריינדליך, איך בעט זיי אפטמאל א פעקל פאר מיר, אויב איך גיי דורך דעם טראק, ער גיבט מיר עס מיט א שמייכל, ווי אויך ענטפערט ער אויף יעדן פראגע נארמאל. מיט פעדעקס האב איך נאכנישט אויספרובירט, אבער זיי זעען אויס גאנץ פריינדליך אין קאמפעריזן צו UPS.

סערוויס;
מאנכע טענה'ן אז ביי UPS קענען אנקומען צעקוועטשטע פעקלעך בעת ביי פעדעקס היט מען אויף יעדן פעקל באזונדער. אבער איך פערזענליך האב דאס נאכנישט בייגעוואוינט.
אויף די קאסטומער-סערוויס קען איך נישט קאמענטירן, ווארום כ'אב נאכנישט געהאט עפעס ספעציעלע עקספיריענס מיט קיין איינס.


יעצט לאזט הערן אייער מיינונג ביטע שעהן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שוועמל; אדער עניבאדי;
כ'וויל האבן אקאונטס ביי אלע דריי און אויך ביי DHL. ס'קאסט געלט אויפצוהאלטן אקאונטס ביי די פירמעס? אויבן האסטע געשריבן אז ביי פעדעקס איז דא א טשארדזש, ס'איז נאכאלץ אזוי?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ביי פעדעקס גראונד איז דא א טשארזש מאנאטליך אויב די נוצט עס, 12 דאללער.
ביי יפס איז דא טשארזש נאר אויב דו האסט א פיק-אפ אקאונט, 17 דאללער. (סתם אן אקאונט וואס דו עפענסט אנליין קאסט נישט קיין געלט)
ביי יספס איז נישטא קיין טשארזש, נאר אויב דו שיפסט שטייצעך.

דהל בין איך נישט באקאנט, אבער סזעהט אויס ווי זיי ווערן גרעסער און גרעסער, זיי פיקן גוט אויף.


_________
http://www.thehomedecor.net
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום מאנטאג אפריל 06, 2009 2:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך האב אן אקאונט ביי DHL, כ'בין זייער צופרידן פון זיי, ס'איז נישטא קיין שום עקסטערן מאנאטליכען טשארזטש, און דאס איז שוין חוץ דעם וואס זיי זענען בכלל ביליגער ווי די אנדערע קאמפעניס, זיי האבן טאקע נישט קיין סאך טראקס דא אין וויליאמסבורג, איין קליינער ווען, אבער ער פארט ארום אין וויליאמסבורג א גאנצן טאג אויפפיקן פעקלעך ביז זיבן אזייגער נאכמיטאג,

גראדע האנדל איך נישט מיט DHL דירעקט, נאר דורך א צווייטע פירמע וואס רופט זיך "יונישיפערס", פערצופאל א אידישע פירמע, און ס'איז גרינג צו האנדלן מיט זיי,

http://www.unishippers.com/
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אפשר ווייסט איינער פון נאך גוטע דריטע-פארטיס וואס מען קען עפענען א יו פי עס אקאונט ביי זיי?

איך פיהל איך צאהל צו טייער ווען איך נוץ דירעקט יפס אדער פדקס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

http://savewithups.com/abn/
עפעס אבער נישט ממש
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס בין איך »

איך האב זייער אסאך גענוצט דהל און איך בין געווען זייער צופרידן.

יעדער איינער נישט קיין חילוק ביזנעס אדער נישט קען אנקאלן און באשטעלן א פיקאפ און זיי קומען אראפ צו דיר אהיים מיט א צעטל אויסצופילן און די קענסט באצאלן קעש געלט פארן דרייווער.

איך האב אמאל געשיקט א גרויסע זאך און געגעבן קלענערע דיימענשענס און וועיט, און דער באקס איז אנגעקומען כאילו לא הי' (פרשטייט זיך נאר אן א אקאונט, ווייל מיט וועלן זיי צולייגן זייערס...)
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?
אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס בין איך »

עיקר שכחתי זייער טעלעפאון נומבער איז 1800CALL DHL
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעג מען דען געבן קלענערע דימענציעס און געוויכט? גזל עכו"ם
אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס בין איך »

אוואו שטעלט זיך דא דער גזל???
עס איז א פלענער טעות עכו"ם, אויב וויל ער דאס נישט שיקן וועגן דעם זאל ער דאס צוריקברענגען!!!
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאס איז א נייע פשט אין טעות עכו"ם "אפנארן דעם גוי". לענ"ד איז דאס ריכטיג גזל. אדרבה, פרעג א מורה הוראה.
אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

געווענליך וועגן זיי עס איבער און זיי טשארדשען עס צו.. כך ראיתי בפעקלותנו
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

צוריק צום ענין:
מיין עקספירענס מיט די דריי קעריערס איז ווי פאלגענט, מיין טאש גלייכט די פאסט אפיס דאס איז די ביליגסטע, אבער ווען עס קומט צווישן פעדעקס און יו פי עס געווינט יו פי עס אפילו פעדעקס איז אביסל ביליגער האבעך שוין אזויפיל מאל געהאט מיט זיי עגמת נפש אז עס לוינט זיך מיר פשוט די גאנצע זאך.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געמאך,

פארצייל אביסל איבער דעם, לאז אינז נישט מיט די צינג אידרויסן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס בין איך »

שוועמל האט געשריבן:סערוויס;
מאנכע טענה'ן אז ביי UPS קענען אנקומען צעקוועטשטע פעקלעך בעת ביי פעדעקס היט מען אויף יעדן פעקל באזונדער. אבער איך פערזענליך האב דאס נאכנישט בייגעוואוינט.
אויף די קאסטומער-סערוויס קען איך נישט קאמענטירן, ווארום כ'אב נאכנישט געהאט עפעס ספעציעלע עקספיריענס מיט קיין איינס.


יעצט לאזט הערן אייער מיינונג ביטע שעהן.


לעצטענס געהערט אז פעדעקס באקומט באצאלט אויף די באקס, און יו פי עס באקומט באצאלט אויף די שעה.

פארשטייט זיך אליינס אז פעדעקס איילט זיך אסאך מער און ער ווארפט און שיסט באקסעס צו ענדיגן שנעלער זיין ראוד.

וכן ראיתי און איך זע דאס טעגליך אז דער פעדעקס דרייווער (ביי מיין קאורנער) איז א ווילדער חי' און שוינט נישט גארנישט, זיינע באקסעס זענען צופליקט און צוריסן.
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מר. דאס וכו'.

פעדעקס גראונד, איז אזוי ווי א פרענטשייז קאמפאני, יעדע פלאץ האטצעך זיין מענעזשער, און זיי געבן אראפ פאר פעדעקס וואטעווער זיי האבן אפגעשמועסט, פארשטייצעך אז די אקאונט ווערט אנגעפירט פון איין הויפט פיליאלע. און די מענעזשער'ס באקומען באצאלט אויף די באקס, באט די דרייווער באקומען אויף די שעה, באט האבן פרעשור אז די באקסעס זאלן זיין גאנץ, ווייל יעדע פלאץ האט אנדערע מענעזשער'ס, סאו די מענעזשער'ס לייגן פרעשור אויף די דרייווער'ס אז די באקסעס זאלן אנקומען גאנץ.

פעדעקס עקפרעס, ארבעט יא אזוי ווי יו פי עס, איין גרויסע קאמפאני.

מיין עקספיריענס, (און ווי אויך ריסערטש אין אסאך בלאגס) איז יו פי עס א דיזעסטער, זייער אסאך שאדן האב איך געהאט דורך זיי, און אלץ איז זייער תירוץ נאן סאספישענד קאשענינג, נישט קיין חילוק ווי גוט סיז געווען געפאקט, און אויף די בלאגס רייסן יעדער, ממש יעדער רייסן ארונטער יו פי עס, איינער איז אפילו מסביר וויזוי ס'פאסירט ביי זיי אזוי סאך פראבלעמען, ווייל זייערע קאנוועירט'ס אינעם מעין בילדונג זענען עטליכע שטאק הויעך, און ס'מאכטצעך זייער אפט, אז באקסעס טראסקענען עטליכע שטאק, איך האב אמאל געשיקט אן אייטעם, וואסיז מיר צוריק געקומען צובראכן אויף אזא פאני פלאץ, וואס פארן הערן פון דעם אז ס'פאלט באקסעס, האבעך ממש נישט געקענט פארשטיין וויזוי אזא קנייטש קען פאסירן, נאכן דאס הערן איז מיר אלעס געווארן פארענטפערט.

איך האב למעשה באקומען א בעסערע דיל פון פעדעק'ס, און כ'בין אריבער צו זיי, און דערווייל בינעך זייער צופרידן ב"ה, און מיין דרייווער איז משוגע קערפול מיט די באקסעס, און ער האט מיר אפילו געוויזן זיין טראק ווי שיין עריז מסדר זיינע באקסעס, ווייל ער האט פרעשור פון זיין מענעזשער אז ס'מוז אנקומען גאנצע באקסעס.

איין פראבלעם האבעך, אז ביי יו פי עס האבעך געקענט צוקלעפן צוויי באקסעס, און מאכן איין שיפמענט, און סימער אויסגעקומען ביליגער, אבער דא, ווייל זיי גייען אויף די באקסעס, לאזן זיי מיך דערווייל עס נישט טון, כ'האף נאך אויס צו פירן.

עניוועי דאסיז פאר יעצט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב איך הער, אין די סיטי איז פעדעקס געפערליך, דאס איז מיין עקספיריענס פון יארן, פון די פאסטעל אגענטור רעד איך ניטאמאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יישר כח איך הער פאר דיין שטיקל אינפא. אינטערעסאנט וויאזוי ס'ארבייט.

איך שטים מיט מיט דעם פאקט אז אסך פעקלעך צעברעכן זיך ביי יו פי עס. איך האב שוין געשיקט זייער אסך מיט זיי און עטליכע האבן זיך צעבראכן, דערווייל האבן זיי מיר אלס געצאלט לויט די וועליו וויפיל כ'אב אריינגעלייגט.
למעשה האב איך לעצטענס געהאט א בילינג אישו מיט זיי כ'אב עס נישט געקענט דערווייל סאלווען, בין איך אריבער צו פעדעקס גראונד דערווייל זייער צופרידן, און ס'יז עטוואס ביליגער אויכעט.

מיין עקספיריענס איז, גלאז און שפיגלעך וכדומה איז ממש א "יו פי עס גאראנטי" אז ס'גייט זיך צעברעכן.. חוץ אויב ס'יז געפאקט מיט פיר אינטש דיק פאום וכו'. איך האב שוין באקומען פעקלעך וואס די צוויי אינטש פאום איז געווען אריינגעשטאכן ביזן שפיגל, צו מזל נישט צעבראכן.
פעדעקס האב איך שוין געשיקט גלאזערנע חפצים מיט די בלויזע באקסעס און ס'יז אנגעקומען גאנץ ב"ה.
די עיטש על איז נאך מער קעירפול פון פעדעקס אבער ליידער האבן זיי פארמאכט די נעשאנעל האבס. הוי! עוונותינו ועוונות אבותינו.


פארשלאפן;
רעד ברייטער, זאג נישט געפערליך און שוין. מילא יו עס פי עס פארסעל איז א ברכה לבטלה אבער וואס האסטו קעגן פעדעקס אין די סיטי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שוועמל האט געשריבן:פארשלאפן;
רעד ברייטער, זאג נישט געפערליך און שוין. מילא יו עס פי עס פארסעל איז א ברכה לבטלה אבער וואס האסטו קעגן פעדעקס אין די סיטי.


וואס איך האב? עס זעט אויס אז דו שיקסט נאר ארויס און דו באקומסט כמעט נישט קיין פעקעדזשעס.

פעדעקס איז ביים דעליווערן פשוט און פראסט קערלעס, עס אינטערעסירט זיי גארנישט, זיי קענען איבערלאזן פעקלעך ביים נישט ריכטיגן מענטש, אראפווארפן אינמיטן אדורכגאנג, נישט לאזן אפציילן ווייל ער יאגט זיך, און דאס ערגסטע דאס אומפונקטליכקייט, ביי זיי איז 3 נאכמיטאג נאך פארעכנט אלס EARLY AM.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32537
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זייענדיג א קנאפע "שיפער" וואלטעך ווען נישט געהאט דא וואס אריינצורעדן, אבער און פאקט, דריי איך מיך אסאך צווישן מיינע נאנטע וואס זענען גרויסע שיפערס, סאו כאטשיק איך וועל נישט זיין אזוי קלאר מיט די פאקטן, וועלעך אבער די בעיסיק'ס יא וויסן.

די ערשטע איז מיין ידיד, ער פארקויט אויף די אינטערנעט סחורה, ער פלעגט שיפן מיט יו פי עס, אבער נאך א שטיק צייט, האטער געזעהן אז יו עס פי עס וואלט געווען סאך ביליגער, האטער געטוישט צו זיי, און לעצטענס, האטער צוריקגעטוישט, זאגענדיג אז ס'איז נישט אזויפיל ביליגער, און די סערוויס וואס יו פי עס שטעלט צו, מיט דעם קען זיך קיינער נישט פארמעסטן, מיט יו עס פי עס פלעגט ער כסדר באקומען קאמפלעין'ס אז די אייטעם קומט נישט אן אין צייט, משא"כ מיט יו פי עס, זיי פיקן אויף עני טיים, און דעליווערן זייער אן טיים.

א צווייטער חבר, ער שיפט זייער אסאך, ער האט געהאט א אקאונט מיט פעדעקס, און ס'פלעגט פארן סחורה, אבער אייביג איז געווען פראבלעמען, ס'פלעגט כסדר פעלן סחורה, עד כדי כך אז פעדעקס האט אויגעפארשט יענעם דרייווער, אבער אן ערפאלג, זיי האבן דאס נישט געקענט אפשטעלן, און א אינשורענס קלעים, איז געווען יענע דורכגאנג מיט פעדעקס, ער האט בערך א יאר צוריק געטוישט צו יו פי עס, און ער האט רידוס'ד זיינע גניבה צופערן צו א מינומים, און ווען ער קלעמט אינשורענס איזעס היבש גרינגער...

און דער דריטע ביזנעס, פלעגט שיפן ביז א יאר צוריק מיט די עיטש על, און ס'איז געווען גאנץ פיין, אן קיין אינצודענטן, אבער זיי האבן לעצטנס געטוישט צו יו פי עס, און אויף מיין פראגע פארוואס האטער געזאגט אז ס'איז סאך בעסער, און זיי קומען אן אויף א סאך פלעצער ווי די עיטש על פלעגט נישט דעליווערן, און ער דערווייל זייער צופרידן.

באדעם ליין, יו פי עס, די בעסט! די עיטש על, גאנץ גוט! יו עס פי עס, נאט בעד, פעדעקס, נאט טו גוד...

אה, און פאר איך פארגעס, איך האב נישט קיין שעיר'ס אין קיין איינע פון די פירמע'ס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

א וויכטיגע זאך ציוויסען

יו פי עס גראנטירט נעקסט דעי אין די הינדערט פיפציג מייל אפילו מיט גראנד שיפינג

דאס איז נוגע ווען מען קויפט עפעס פין א סטאר אין זיי ווילען אייך פאר קויפען נעקסט דעי שיפינג אויב איז עס אין די 150 מייל באקימט איר דאס עניוועי
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פעדעקס אויך. און איך מיין אז זיי האבן א גרעסערע רעדיוס, ווייל כ'האב געהאט איין פלאץ וואס ביי יו פי עס גראונד, איזעס געווען צוויי טעג אין טרענזיט, און ביי פעדעקס נאר איין טאג.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ביי איינע פון מיינע UPS קאנטאקטן האט ער געהאט א סיגנעטשור וואס איז מיר זייער געפאלן.........


קאוד: וועל אויס אלע

|^^^^^^^^^^^^^| ||__
| www.UPS.com | ||'|"\,_____
|_..._...________-|=||_|UPS|.;]
"(@)'(@) " " " " |(@)(@)***(@)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

לעצטנס האבעך באקומען פעקלעך סיי דורך us און usps
ups איז געוועהן א מחי', אנגעקומען שנעל אין צייט
usps קען איך מיטאמאל אראפשרייבן וואסערע פראבלעמען כ'האב "אייביג" געהאט, צום ערשט ס'נעמט זייער לאנג, צווייטנס האב איך אייביג געהאט אז ביים טרעקן איז געשטאנען "אטעמפט טו דעליווער נאוטעס לעפט" וואס דאס איז שקר געוועהן יעדע מאל עקסטער, סיי כ'בין א גאנצן צייט דארט געווען און קיין בעל האט נישט געקלינגען, ווי אויך קיין נאוטעס האט ער נישט איבערגעלאזט, און אפילו נאכן ריסקעדשועלן די דעליווערי (וואס אן דעם קען מען דאך אוודאי פארגעסן פונעם פעקל) איז עס נישט אנגעקומען נאר נאך אפאר וואכן!! נאכן קאלן אין פאוסט אפיס יעדן צווייטן טאג (רוב מאל זענען זיי ביזי/הייבן נישט אויף/האקן אראפ).
א קיצור, זיי זענען נישט ווערד קיין רויטן גרייצער
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יעצט קלער פון העלטה קעיר אינטער אזא ביוראקראטיע.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”