אווער-קלאקן CPU (צ'ענטעראלער פ'ראסעסאר י'וניט)

אלעס איבער קאמפיוטער, און קאמפיוטער פראגראמ'ס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

אווער-קלאקן CPU (צ'ענטעראלער פ'ראסעסאר י'וניט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

צום ערשט וויל איך מיר אנטשולדיגן אז אזא עם הארץ ווי איך עפן אויף אזא אשכול וואס אנטבלאנגט בכלל נישט פאר מיר, אבער ווי גייט דער סלאגאן? במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש, און עס אפי' אביסל אינעם בחינה פון שאלת חכם חצי תשובה, און אפשר וועט נאך ארויסקומען א שטיקל טובה אז ס'וועט זיין מער יוזער פרענדלי, און מען וועט נישט רעדן צו הויעך אז די קלענערע מוח'עס (אריינגערעכנט איך) זאלן אויך קענען לייכטערהייט מיטהאלטן.

איז אזוי, מיין טאפיק דא אויסצושמועסן בדיבוק חברים איז אויף א נושא וואס פאר מאנכע איז עס היבש באקאנט, פאר מאנכע אומבאקאנט, און טייל האבן געוואוסט דערפון, נאר פשוט מורא געהאט צו טוהן דערין ווייל זיי האבן געטראכט אז דאס איז צו קאמפלעצירט און מען קען נאך ארויסגיין דערמיט הפסידו מתוך שכרו.

די נושא איז CPU אווער-קלאקינג (גארנישט מיט CBD אויל) - אין אידיש, פארשנעלערן "די צענטראלער פראסעסער אפטיילונג" פונעם קאמפיוטער.

נאכן ליינען דערפון און טוהן דערין אביסל די לעצטערע וואכן, האב איך באשלאסן ארויף צוברענגען דעם נושא, כאטש ביי מיר איז עס נאך נישט קיין דבר השלם, און איך ווייס מער נישט ווי יא, האף איך וועלן כאשט אריינקומען די גרעסערע מבינים און מער אויסקלארן.

איך וויל נישט יעצט אריינגיין וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט, דאס איז שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן אין אנדערע אשכולות, און איבערהויפט אז איך וויל מיר האלטן - ווי מ'זאגט - יוזער פרענדלי, אבער גאר אין קורצן, א קאמפיוטער האט א סכום וויפיל ארבעט ער קען אניאגן אין א סעקונדע, טייערע קענען מער און ביליגערע קענען ווייניגער, און די קאמפעני פונעם פראסעסער האט עס געלאקט צו א געוויסע ספיד וויפיל זיי זאלן קענען אניאגן, און נישט צוליב אומפארגינערישקייט, נאר פשוט ווייל אויב וועט עס פרובירן צו גיין שנעלער קען עס ווערן איבערגעהיצט און אפ-שטארבן, פונקט ווי איינער וועט נעמען א באלב פון א פלעשלייט און עס איינשטעקן אינעם וואנט וועט עס באלד קראכן.

יעצט, די קאמפעניס האבן נאך געלאזט אביסל פלאץ פון וויפיל עס קען פארנעמען ביזן ווערן איבערגעהיצט וואס דאס איז ליידיג בלויז פאר פארזיכטיכקייט, אבער טאמער ווייסט דער מענטש זיין קאמפיוטער, און ער רוקט דאס אביסעלע ארויף מיט די ריכטיגע כלים, און ער האלט שטענדיג אן אויג צו עס ווערט איבערגעהיצט, קען מען מיטן אייבערשטנס הילף היבש פארשנעלערן דעם מאשינדל. מען דארף צולייגן אז מען דארף זיין גאר פארזיכטיג וואס מען טוט, ווייל איבערהיצן דעם קאמפיוטער קען מיינען אפשטארבן אויף אייביג.


מען זאל זיך אבער נישט איינרעדן אז מען קען יעצט מאכן א קאמפיוטער פון א ביליגע סארט זאל ארבעטן ווי די פענטעגאן'ס קאמפיוטער'ס, עס קען בלויז אביסעלע פארשנעלערן, מערסטנס ארום 25%, דאך עפעס.

(איך גיי נישט אריינגיין אין אנדערע פאקטארן פארוואס א קאמפיוטער קען צומאל גיין שטייט, דאס קען מען ערגעץ אנדערש אויסשמועסן)

צום אנהויב דארף מען צו וויסן, אז יעדע קאמפיוטער האט פאקטיש א געוויסע היץ ביז וויפיל ער קען דערהייבן, לאמיר זאגן ביז ארום 100 צעלסיוס, און ווען די קאמפיוטער ארבעט אויף גרעסטן טעמפא וואס מעגליך (ליין: וואס עס איז געלאקט צו) קען מען זעהן ביז וויפיל עס ריעטשט, זעהט מען אז די קאמפיוטער האט נאך היבש פלאץ ביזן ווערן איבערגעהיצט - געווענדליך.

כדי אויסצוגעפינען וויפיל היץ די קאמפיוטער קען פארנעמען און וויפיל ער קומט אן אין אנגעשטרענגטע זמנים, דארף מען האבן צוויי טאל'ס, איינס א טעמפראטער מאניטער, און איינס א טאל אנצושטרענגען די קאמפיוטער צום מאקסימום צו זעהן וויפיל עס גייט ארויף די טעמפראטער.

בייגעלייגט ביידע טאל'ס, די טעמפראטער, און די סטרעס טעסט (לעת עתה טוען די טאל'ס נאך גארנישט, מען דארף נישט מורא האבן דאס צו עפענען, נאר געדענקען אויסצולעשן דעם סטרעס טעסט נאכן ניצן, ווייל עס ניצט אויס די גאנצע CPU ווי דערמאנט)

נאכן מאניטערן דעם קאמפיוטער א וויילע (רעקומענדירט עטליכע שעה) יעצט אז מיר קענען שוין זיך אביסל מיט אונזער קאמפיוטער'ס היץ רעקארד'ס, מען זעהט אז די טעמפראטורן האבן זיך אלס געהאלטן נידריגער מיט ארום 30-40 צעלסיוס נידריגער פונעם מאקסימום, קענען מיר גיין ווייטער. (אויב נישט, למשל אויב די מאקסימום איז געווען א בלויזע 10 אינטער דעם TJMAX - די העכסטע פארנעמענדע טעמפראטור, איז נישט רעקומענדירט צו גיין ווייטער)

יעצט דארפן מיר א סאפטווער וואס וועט פאקטיש העכערן דעם זייגער'ל, דערפאר האב איך אויסגעוועלט דאס, (פונקטליכע אינסטראקציעס וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט, שפעטער, נישט טוישן קיין זאכן ווילאנג מען ווייסט פונקטליך וואס מען טוט!).

מיט דעם סאפטווער רוקט מען צוביסלעך שטאטעלעך ארויף דעם ספיד, בשעת'ן האלטן א נאנט אויג אויפן טעמפראטור צו עס העכערט זיך נישט העכער'ן לימיט, ביז מען זעהט אז ס'איז שוין באו מים עד נפש לאזט מען עס ביי דעם שטאפל.

אויב וויל מען נישט דארפן האלטן כסדר אן אויג אויפן טעמפראטור צו עס ווערט נישט איבערגעהיצט צילוב'ן געהעכערטן לעוול, קען מען בוקמארקן דעם געהעכערטן ספיד, און צוריק רוקן צום געווענדליכן ספיד, און נאר ווען עס וועט אויספעלן וועט מען עס נאכאמאל ארויף רוקן בשעת'ן האלטן אן אויג אויפן טעמפראטור.

דאס איז בקיצור די נושא פון אווער-קלאקן, איך האף אז דא וועלן אריין קומען די מומחם און ארויסהעלפן דעם עולם.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

איז די נושא אינטרעסאנט אויסצושמועסן און פראקטאצירן, אדער נישט רעלעווענט?

איך האב נאך אינפארמאציע צו דורך שמועסן און פראגן, זאל איך אנגיין?
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

פארוואס נישט ? דער עולם טרינקט מיט דארשט
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

זייער אינטערעסאנט
לאמיר הערען וואס אנדערע אידען מיט ערפארונג האבען צוצילייגען
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

קלארע הקדמה, גיי ווייטער.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

באמערק איך יעצט אז איך האב בטעות נישט אריינגעלייגט געוויסע לינק'ס.

צייט שטיפער האט געשריבן: בייגעלייגט ביידע טאל'ס, די טעמפראטער, און די סטרעס טעסט
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטער און פראגרעמינג”