טעם וריח האט געשריבן:דער דיפלאמאט האט דאך נישט געהאט קיין שום פאליטישע אינטערעסע, ער פארציילט מסיח לפי תומו..
מיין פיס!!! הערסט?..
יעדע דיפלאמאט האט אינטערעסן פאר א פארטיי, סאיז נארמאל, און דער בריטישער דיפלאמאט איז גארנישט אנדערש. פארוואס דען נישט? ספעציעל דער ענגלישער יוקל, ער האט הערשט פאליטישע אינטערעסן מער ווי דער אמבעסאדאר פון עמלק. וואזשע דען, ער האט א דזשאב וואס הייסט דיפלאמאטיע, סוי ער ברויך אבאכט געבן וואס ער רעדט אין פאבליק.
מאידך גיסא, ס׳איז די זעלבע מעשה פארקערט אויך. כ׳בין זעכער אז דו קענסט טרעפן די והותר יעצטיגע דיפלאמאטן און אמבעסאדארן וואס זענען פולי אין שטיצע פון די טראמפ אדמיניסטראציע, לאו דוקא אין פאבליק, נאר אמת׳דיג. פרעג נאר די איזרעלישע אמבעסאדאר פרידמאן. [אקעי, דאס איז נאר א וויץ. יא?].
כ׳ווייס נישט פונקטליך וואס די מעשה איז געווען דא, צו ס׳איז טאקע געווען א ליעק אדער א אנגעדרייטע אקציע ס׳זאל זיך ליעקן #האצעך, און הערשט און 6 חדשים ארום וועט מען הערן מער אז דער האט דאס דייקא געליעקט, ווייל ער האט זיך געוואלט אפ חשבון׳נן מיט טעריסע מעי [כערך דזשעימס קאומי מיט זיינע מעמאוס] אין איר צוטיילן צידה לדרך.., נישט קיין חילוק. פארט איז עס יעצט - אפציעל א קלעסיפייד ליעק, אז וואס, אז דער הויבט דיפלאמאט פונעם ליבעראלן UK האלט וכך וכך אויף די טראמפ אדמיניסטראציע. WOWOW..
כ׳מיין, וואס איז די חידוש פונקטליך, אז ער האט פארשטייט זיך נישט מיט טראמפ!? דאס איז נישט קיין חידוש! ער האט זיך זיין אייגענע חיים טובים מיט ברעקזיט, דא סטראשעט טראמפ מיט טאריפן אויף אייראפע אויך, קוים וואס ער האט געענדיגט מיט די נאטאו פיבער... פארוואס זאל ער בכלל זיין צופרידן פון זיין דזשאב?.. פארוואס דען זאל ער נישט האַסטן דאנעלד טראמפ, ווען טראמפ איז דער וואס האט אים געמאכט זיין ארבעט נאכמער קאמפלעצירט!?..
פארוואס פרעג/זאג איך דאס אייך? ווייל איר זאלט דאס וויסן! - צל עובר