איינער יאגט זיך? א בדחן ביי א חתונה.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

ווי מ'האט אונז געלערנט איז דא א דרך הממוצע, א נארמאלע מיטל וועג וואס ווערט גערופן דער "שביל הזהב", ס'איז דא אזאנע וואס שטעלן אהער א שאו ביז די פריע פארטאגס שעה'ן, געווענליך מיט א קווייער וואס זינגען צוזאמען די וויכטיגע שטיקלעך מיט'ן בדחן, ווי צב"ש "דער מחותן גייט ער גייט ער גייט, לאמרי שוין מאכן א בייט", וכדו', דאס קאסט אסאך געלט און אסאך צייט, דאס איז עקסטרעם, דערנאך זענען דא אזאנע וואס יעדער שמויגער און קומץ קטן אין די משפחה דארף מען עקסטער אויסרופן און באזינגען, דערנאך זענען דא וואס פעקעדשען צאם אלע פעטערס מיט א חתן כל הנערים טאנץ וואס דאס איז געווארן גוט אויפגעכאפט, ביי מיין שווער זז"ג טוט מען אזוי, די מצוה טאנץ נעמט איינס צוויי דריי, די פאריגע חתונה זעמיר געווען אינדרויסן 1:45
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אויסרופען די פעטערס זאל גיין איינס צוויי. די אור עלטערן אויף די זכיה אז זיי בעטייליגען זיך ביי די חתונה. די עלטערן אויסרופן אז זיי האבען די זכיה פון פירען קינדער אונטער די חופה. די חתן כלה אלס די געהויבענע מינוטן וואס מען קאן בעטן, און היידא. אבער, נישט פערגעסן אסאך בדחנות אינדערצווישן צו מאכען די חתן כלה שמייכלען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מארבלס
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 31, 2019 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארבלס »

א שטיק צייט צוריק האט מיין טאטע חתונה געמאכט, און ביי מצוה טאנץ האב איך אבזערווירט דעם עולם.
(דאס איז גראדע געווען פון די עלטערע אייניקלעך ביי אלע פיר זייטן, און איין מחותן האט חתונה געמאכט די עלטסטע קינד, אויב דאס מאכט אויס.)
און ניין, די פעטערס האבן נישט געהאט קיין געדולד!
פארוואס דען יא? זיי האבן עטליכע חתונות א יאר (פון אלע זייערע זייטן צוזאמען) קע"ה, זיי דארפן מארגן זיין אין זשאב ווי נארמאלע מענטשן, האבן א סקעדשול, די קינדער האבן א סקעדשול... ווער האט איבריג צייט צו זיצן?
אפילו די וואס זענען נישט געווען מיד/ פרעשורט האבן אויך נישט געהאט קיין געדולד אויסצוהערן – וואס גייט זיי אן וואספארא געהויבענע צייט עס איז יעצט פאר'ן מחותן? זיי האבן יעצט א געלעגנהייט צו זיצן מיט די שוואגערס און האקן א לעבן, עסן טענדשערינס, רעדן פאליטיק...
באטראכטנדיג די מחותנים און זייערע קינדער, האב איך געזען ווי זיי האבן געוואלט מיטהאלטן די גראמען, הנאה האבן פון די ביסל רואיגע צייט זיך מתבונן צו זיין, אבער די קולות וואס זענען געווען אין זאל (פון זייערע אייגענע געשוויסטער) האט זיי נישט געלאזט הערן קיין ווארט. אנשטאט – ווי זיי האבן געוואלט – עס זאל זיין א התעוררות'דיגע אטמאספער, איז געווען קולות און געלעכטערס, ביי די מענער און ביי די פרויען.
איך האב דעמאלטס געטראכט: ווער האט איינגעפירט די נארישקייט אז פעטערס זאלן בכלל דארפן בלייבן ביי מצוה טאנץ?
עס וואלט געווען אזויפיל שענער און בעסער פאר יעדן ווען יעדער גייט אהיים, און אין זאל בלייבן נאר די זיידעס, מחותנים, און מחותנים'ס קינדער. פאר זיי איז די מארגנדיגע טאג סיווי צופארן, און זיי ווילן גערן אויסניצן נאך א שעה (אדער מער) די נאכט הנאה צו האבן פון א שיינעם גראמען און זיך אויסגעבן מיט א לאנגע מצוה טאנץ ביי זייער אייגענע שמחה.
בקיצור, אנשטאט צו פרעשורן דעם מחותן זיך צוציאגן ביי מצוה טאנץ ווייל קיינער האט נישט קיין געדולד/צייט אזוי לאנג, קען מען איינפירן אז 'יעדער' גייט אהיים נאכ'ן טאנצן (אדער נאכ'ן זיידנ'ס טענצל), חוץ די גאר נאנטע, וואס זענען יא אמת'דיג אינטערעסירט צו בלייבן, אפילו אויב עס דויערט ביז פארטאגס.
וואס זאגט דער עולם צו מיין פלאן?
אהה ההה הייייי געשמאק צו זיין א איד געשאמק צו זיין א איד טירריליי טירריליי געמשאק צו זיין א איד.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

מארבלס האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק האט מיין טאטע חתונה געמאכט, און ביי מצוה טאנץ האב איך אבזערווירט דעם עולם.
(דאס איז גראדע געווען פון די עלטערע אייניקלעך ביי אלע פיר זייטן, און איין מחותן האט חתונה געמאכט די עלטסטע קינד, אויב דאס מאכט אויס.)
און ניין, די פעטערס האבן נישט געהאט קיין געדולד!
פארוואס דען יא? זיי האבן עטליכע חתונות א יאר (פון אלע זייערע זייטן צוזאמען) קע"ה, זיי דארפן מארגן זיין אין זשאב ווי נארמאלע מענטשן, האבן א סקעדשול, די קינדער האבן א סקעדשול... ווער האט איבריג צייט צו זיצן
אנשטאט צו פרעשורן דעם מחותן זיך צוציאגן ביי מצוה טאנץ ווייל קיינער האט נישט קיין געדולד/צייט אזוי לאנג, קען מען איינפירן אז 'יעדער' גייט אהיים נאכ'ן טאנצן (אדער נאכ'ן זיידנ'ס טענצל), חוץ די גאר נאנטע, וואס זענען יא אמת'דיג אינטערעסירט צו בלייבן, אפילו אויב עס דויערט ביז פארטאגס.
וואס זאגט דער עולם צו מיין פלאן?

איך האב שוין פריער געברענגט מיין אנקעטע
אנקעטע. איז אויסגעהאלטן די סיסטעם אז פעטער'ס דארפן בלייבן ביי די מצוה טאנץ
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מארבלס האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק האט מיין טאטע חתונה געמאכט, און ביי מצוה טאנץ האב איך אבזערווירט דעם עולם.
(דאס איז גראדע געווען פון די עלטערע אייניקלעך ביי אלע פיר זייטן, און איין מחותן האט חתונה געמאכט די עלטסטע קינד, אויב דאס מאכט אויס.)
און ניין, די פעטערס האבן נישט געהאט קיין געדולד!
פארוואס דען יא? זיי האבן עטליכע חתונות א יאר (פון אלע זייערע זייטן צוזאמען) קע"ה, זיי דארפן מארגן זיין אין זשאב ווי נארמאלע מענטשן, האבן א סקעדשול, די קינדער האבן א סקעדשול... ווער האט איבריג צייט צו זיצן?
אפילו די וואס זענען נישט געווען מיד/ פרעשורט האבן אויך נישט געהאט קיין געדולד אויסצוהערן – וואס גייט זיי אן וואספארא געהויבענע צייט עס איז יעצט פאר'ן מחותן? זיי האבן יעצט א געלעגנהייט צו זיצן מיט די שוואגערס און האקן א לעבן, עסן טענדשערינס, רעדן פאליטיק...
באטראכטנדיג די מחותנים און זייערע קינדער, האב איך געזען ווי זיי האבן געוואלט מיטהאלטן די גראמען, הנאה האבן פון די ביסל רואיגע צייט זיך מתבונן צו זיין, אבער די קולות וואס זענען געווען אין זאל (פון זייערע אייגענע געשוויסטער) האט זיי נישט געלאזט הערן קיין ווארט. אנשטאט – ווי זיי האבן געוואלט – עס זאל זיין א התעוררות'דיגע אטמאספער, איז געווען קולות און געלעכטערס, ביי די מענער און ביי די פרויען.
איך האב דעמאלטס געטראכט: ווער האט איינגעפירט די נארישקייט אז פעטערס זאלן בכלל דארפן בלייבן ביי מצוה טאנץ?
עס וואלט געווען אזויפיל שענער און בעסער פאר יעדן ווען יעדער גייט אהיים, און אין זאל בלייבן נאר די זיידעס, מחותנים, און מחותנים'ס קינדער. פאר זיי איז די מארגנדיגע טאג סיווי צופארן, און זיי ווילן גערן אויסניצן נאך א שעה (אדער מער) די נאכט הנאה צו האבן פון א שיינעם גראמען און זיך אויסגעבן מיט א לאנגע מצוה טאנץ ביי זייער אייגענע שמחה.
בקיצור, אנשטאט צו פרעשורן דעם מחותן זיך צוציאגן ביי מצוה טאנץ ווייל קיינער האט נישט קיין געדולד/צייט אזוי לאנג, קען מען איינפירן אז 'יעדער' גייט אהיים נאכ'ן טאנצן (אדער נאכ'ן זיידנ'ס טענצל), חוץ די גאר נאנטע, וואס זענען יא אמת'דיג אינטערעסירט צו בלייבן, אפילו אויב עס דויערט ביז פארטאגס.
וואס זאגט דער עולם צו מיין פלאן?

אייזן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

שוין צייט איינצוזעין אז בדחנות איז א מערער אויף טעיסט ס'איז דא וואס האבן בכלל נישט קיין טעם דערין איך אלס איינער וואס האט ליב גראמען אינזשוי איך יעדע מינוט פון די מצוה טאנץ

בד"א אין כנור דוד איז נישט מעגליך פאר א בדחן צו גראמען שיין ווייל עס איז נישט דא קיין מוזיק איך האב מיטגעהאלטן א חתונה דעם זונטאג דארט דער בדחן איז געווען זייער שיין געזונגען זייער שיינע ניגונים און אדרבה הערשט דארט האב איך געזען דער חסרון פון דעם אז עס איז נישט דא קיין מוזיק
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צו געזונט האט געשריבן:אויסרופען די פעטערס זאל גיין איינס צוויי. די אור עלטערן אויף די זכיה אז זיי בעטייליגען זיך ביי די חתונה. די עלטערן אויסרופן אז זיי האבען די זכיה פון פירען קינדער אונטער די חופה. די חתן כלה אלס די געהויבענע מינוטן וואס מען קאן בעטן, און היידא. אבער, נישט פערגעסן אסאך בדחנות אינדערצווישן צו מאכען די חתן כלה שמייכלען

פארוואס זאל מען בכלל אויסרופן פעטערס? אויסרופן זיידעס (וואס רוב פון זיי הערן שוין נישט אזוי גוט...) זאל גיין איינס צוויי. 3 מינוט א זיידע, מחותנים קען זיין 5 מינוט, חתן כלה נאך 8 מינוט.

פעטערס דארף מען בכלל נישט אויסרופן. איך בין שוין געווען ביי עטליכע חתונות וואו מ'האט אויסגערופן אז אלע פעטערס פון אלע צדדים גייען יעצט טאנצן אינאיינעם, אן קיין נעמען, כל הנערים. איך געדענק א חתונה וואו מ'האט ביים אויסרופן די זיידע צוגעלייגט אז אלע קינדער וועלן מיטטאנצן, דערנאך ביים אנדערן מחותן וואס האט שוין נישט קיין טאטע, אז זיין משפחה וועט טאנצן אינאיינעם מיטן מחותן. אזא מצוה טאנץ נעמט נישט מער פון א שעה.

אין סאטמאר 53 איז געווען אמאל א חתונה פון החתן בן אב"ד באבוב מאנסי, הכלה בת הגרז"ל מייזליש דומ"ץ סאטמאר ב"פ, אלע זיידעס האט מען אויסגערופן אינאיינעם, צוויישן זיי אבד"ק באבוב 45, דינוב, אבד"ק סאטמאר ב"פ, ספינקא 56, סאסרעגען, וכו'. נאכדעם האבן אלע געטאנצן איינס נאכן צווייטן אן קיין בדחן אינצווישן... ממנו ילמדו...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטאגאריש »

ביי די לעצטע חתונה וואס איך בין געווען האט מען גענדיגט נאך דריי, די עלעף יעריגע ברידער האט געטאנצען מצוה טאנץ, אין מען האט אויסגעגראמט די פיר יאריגע ברידער וואס איז שוין געשלאפען, מיט די איילי לאלי לא ניגען, אין איך האב מיך געקענט לייגען שלאפען 5 אזייגער פאר אפאר שעה,

די חתן דארף עס נישט, די פעטערס אויך נישט, אפשר זאל מען מאכן יעמוד פאר יעדען אין אויסגראמען די מחותנים אין חתן כלה


אין זאגען אז ווער עס וויל קען אהיים גיין איז נאריש, ווייל אויב יעדער וואס האט נישט קיין געדילד וועט אהיים וועט זיין מחלוקת אין בלאזערייען,
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קאטאגאריש האט געשריבן:ביי די לעצטע חתונה וואס איך בין געווען האט מען גענדיגט נאך דריי, די עלעף יעריגע ברידער האט געטאנצען מצוה טאנץ, אין מען האט אויסגעגראמט די פיר יאריגע ברידער וואס איז שוין געשלאפען, מיט די איילי לאלי לא ניגען, אין איך האב מיך געקענט לייגען שלאפען 5 אזייגער פאר אפאר שעה,

די חתן דארף עס נישט, די פעטערס אויך נישט, אפשר זאל מען מאכן יעמוד פאר יעדען אין אויסגראמען די מחותנים אין חתן כלה


ווען גייט מען שוין אויפהערן באשטימען וואס "יעדער" דארף קלאר, אדער קלאר נישט?. ס'איז נישטא קיין "יעדער", "יעדער" איז אנדערש.
אין זאגען אז ווער עס וויל קען אהיים גיין איז נאריש, ווייל אויב יעדער וואס האט נישט קיין געדילד וועט אהיים וועט זיין מחלוקת אין בלאזערייען,

סאו אנשטאט מאכן א מערכה קעגן גראמען מאך א מערכה קעגן מחלוקת.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

שליו ודגים האט געשריבן:שוין צייט איינצוזעין אז בדחנות איז א מערער אויף טעיסט ס'איז דא וואס האבן בכלל נישט קיין טעם דערין איך אלס איינער וואס האט ליב גראמען אינזשוי איך יעדע מינוט פון די מצוה טאנץ

בד"א אין כנור דוד איז נישט מעגליך פאר א בדחן צו גראמען שיין ווייל עס איז נישט דא קיין מוזיק איך האב מיטגעהאלטן א חתונה דעם זונטאג דארט דער בדחן איז געווען זייער שיין געזונגען זייער שיינע ניגונים און אדרבה הערשט דארט האב איך געזען דער חסרון פון דעם אז עס איז נישט דא קיין מוזיק

איך געדענק פינקי חתונות אן מוזיק , און די גראמען איז געווען שיין , עס האט מיטן גראמער
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

דו געדענקסט נישט פינקי אן קיין מוזיק אבי געהאקט

פינקי האט קיינמאל געגראמט אן קיין מוזיק
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ביי מיין אייגענע חתונה האבן זיך די מחותנים געשטעלט אז מען זאל יעדעם אויסרופן אינטער א מינוט, און יעדע משפחה צוזאמען. נאר ביי אשת חיל האט דער בדחן גאגראמט אביסעל לענגער. עס איז געווען מלא טעם און יעדער האט געוויסט אז מען גייט שוין אט אנדיגען. א בחינה ווי נאר מאכן הוספות ביי די לעצטע קריאה.

צום סוף האט דער בדחן געבעטן א טיפ פארן גיין שלאפן פאר צוועלווע, ווייל עס הארגעט זיין נאמען...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ביי דיר איז אלעס דיפערענט...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איך בין גענצליך אומשילדיג דא, די מחותנים האבן דאס אפגעמאכט... איך האב נאר הנאה געהאט!
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:אויסרופען די פעטערס זאל גיין איינס צוויי. די אור עלטערן אויף די זכיה אז זיי בעטייליגען זיך ביי די חתונה. די עלטערן אויסרופן אז זיי האבען די זכיה פון פירען קינדער אונטער די חופה. די חתן כלה אלס די געהויבענע מינוטן וואס מען קאן בעטן, און היידא. אבער, נישט פערגעסן אסאך בדחנות אינדערצווישן צו מאכען די חתן כלה שמייכלען

פארוואס זאל מען בכלל אויסרופן פעטערס? אויסרופן זיידעס (וואס רוב פון זיי הערן שוין נישט אזוי גוט...) זאל גיין איינס צוויי. 3 מינוט א זיידע, מחותנים קען זיין 5 מינוט, חתן כלה נאך 8 מינוט.


יעדער איז בארעכטיגט צו זיין אינדעווידוועל אפיניען, לדעתינישטא קיין שענערע זאך ביי א חתונה ווי אז זיידעס מצווה טאנץ, איך גלייך צו זעען עלטערע אידן טאנצן מצווה טאנץ, און הלוואי ווי לענגער,
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

די טאנצן בינעך מסכים, עס איז א הערליכע זאך. די שאלה איז נאר די מספיד זיין.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

חזן שמילאוויטש האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
חזן שמילאוויטש האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
חזן שמילאוויטש האט געשריבן:כ'ווייס נישט קען זיין איך בין פאני אבער איך וואלט ענדערש אויפגעגעבן א שיינע בדחן פאר אפאר שעה שלאפן
כינור דוד איז פערפעקט סנעמט נישט לאנג קיינער איז נישט אינטערסירט צו קלאצן אפאר שעה אינמיטן נאכט ווייל א גראמער וויל זיך גארגלען.
ס'איז זייער נישט קיין שיינע זאך א מחותן זאל אויפהאלטן מענטשן ביז פארטאגס ווייל ער וויל מ'זאל אים שיין אויסרופן

יעדער האט זיין טעיסט, און אלס מחותן אדער חתן ביזטו ענטייטעלד אויסצושטעלן דיין חתונה לויט דיין געשמאק.
דער גראמער גארגלט זיך נישט ווייל ער ווילף געווענליך א מחותן רופט א גראמער לויט זיין געשמאקף און דער גראמער טוהט בסך הכל זיין דזשאב.
אבער אויב דו ביזט פון די מידע פעטער'ס, דאן גיי אהיים.

דער מחותן דארף זיך אויסדריקליך רעכענען מיט די מידע פעטערס, ווען איך וועל חתונה מאכן וועט ער אויך זיין פון די מידע פעטערס וואס דרימלען אויף די טעללער פראכט..
כ'בין לעצטענס געווען ביי א משפחה שמחה אין קרית יואל פערטל נאך צוויי ביים אויסרופן דעם מחותן האט שוין רוב זאל געהאלטן אינמיטן חלומ'ן אין זיי האבן נאך געדארפט אריינפארן אין שטאט נאכדעם.. סאו ווען מען שטעלט אויס די געשמאקע סקעדזשועל פון די חתונה זאל מען זיך רעכענען מיט די אידן וואס גייען דרימלען ביי דיין שמחה

האב איך דיר געהייסן אהיים גיין? קענסט נישט פאלגן ביים ערשטן מאל הייסן?...

ניין זאלסט ריפען א שיינע גראמער צו דיר אהיים און זאל דיר אויסגראמען פאר צוויי שעה וויפיל חסד די טוסט און וואסערע הייליגע זיידעס האסט געהאט

למעשה איז זיין הויז אביסל אנגעווארפן, האט ער ספעציעל געדינגען א פלאץ פארדעם, און וועם ס'געפעלט נישט זאל אפציען פון זיין פרייוועט פראפערטי,
The Divided States Of America
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס קען זיין אז ס'דא ווער עס גלייכט דאס באמת. אבער איך בין ברור אז א גרויסע פראצענט עולם גלייכט דאס בלויז ווייל 'יעדער טוט עס'.
יעדער האט א רעכט צו האבן א טעיסט צו בדחנות, און איך אויך. טאקע וועגן דעם האב איך אויף די וועג קיין קאנאדא אנגעצינדן אן MP3 מיט שיינע חרוזים.

אבער אז דו קומסט מיר זאגן אז איך האב נישט בעסער וואס צו טאן אין נאכט נאך מיין קינד'ס חתונה באישון לילה נאר קומען אויסהערן אן אויסגעשלאפענעם בדחן, זיצנדיג מיטן קאפ צוגעלייגט ווארטנדיג בחליון עינים אויפן מעגליכקייט זיך אויסציען דאס פעקל ביינער אין איבערטראכטן די פריידיגע געשעעניש אין מיין פריוואטן ווינקל, און דערצו נאך צווינגען די חתן-כלה צו פארבלייבן אין די סאמע קריטישע מאמענט אויסהערן די נאנ-סענץ פון דעם צוציק'ס צעטל, דאס וואלט נישט געמאכט קיין טראפקעלע סענץ אויב דאס זאל נישט זיין דער אנגעבליכער מציאות... און עס האט נישט מיט וויפיל געלט עס קאסט, אפילו מען זאל מיר צוצאלן וואלט איך נישט איינגעגאנגען דערויף.

אויב דארף מען דא יוצא זיין א הייליגן מנהג מקדמת דנא, דאן זאל מען אויפשטעלן איינעם פון די משפחה אין צענטער פון זאל אדער אינמיטן די סעודה אדער פארן צווייטן טאנץ, און ער זאל זאגן חרוזים פאר צוויי מינוט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש בו האט געשריבן:
חזן שמילאוויטש האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
חזן שמילאוויטש האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:יעדער האט זיין טעיסט, און אלס מחותן אדער חתן ביזטו ענטייטעלד אויסצושטעלן דיין חתונה לויט דיין געשמאק.
דער גראמער גארגלט זיך נישט ווייל ער ווילף געווענליך א מחותן רופט א גראמער לויט זיין געשמאקף און דער גראמער טוהט בסך הכל זיין דזשאב.
אבער אויב דו ביזט פון די מידע פעטער'ס, דאן גיי אהיים.

דער מחותן דארף זיך אויסדריקליך רעכענען מיט די מידע פעטערס, ווען איך וועל חתונה מאכן וועט ער אויך זיין פון די מידע פעטערס וואס דרימלען אויף די טעללער פראכט..
כ'בין לעצטענס געווען ביי א משפחה שמחה אין קרית יואל פערטל נאך צוויי ביים אויסרופן דעם מחותן האט שוין רוב זאל געהאלטן אינמיטן חלומ'ן אין זיי האבן נאך געדארפט אריינפארן אין שטאט נאכדעם.. סאו ווען מען שטעלט אויס די געשמאקע סקעדזשועל פון די חתונה זאל מען זיך רעכענען מיט די אידן וואס גייען דרימלען ביי דיין שמחה

האב איך דיר געהייסן אהיים גיין? קענסט נישט פאלגן ביים ערשטן מאל הייסן?...

ניין זאלסט ריפען א שיינע גראמער צו דיר אהיים און זאל דיר אויסגראמען פאר צוויי שעה וויפיל חסד די טוסט און וואסערע הייליגע זיידעס האסט געהאט

למעשה איז זיין הויז אביסל אנגעווארפן, האט ער ספעציעל געדינגען א פלאץ פארדעם, און וועם ס'געפעלט נישט זאל אפציען פון זיין פרייוועט פראפערטי,

;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קאטאגאריש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטאגאריש »

ערשטענס די פראגע דא איז געווען צו איינער יאגט זיך, די ענטפער מיין איך איז אז יא,

צווייטענס טאמיר יאג איך אפ ווען מיין ווייבס שוועסטער מאכט חתונה פאר די מצוה טאנץ, וועל איך נישט זיין געלאדענט צי שבת שבע ברכות, ווי אויך וועט מיין שוויגער האבען א שווער הארץ אויף מיר, אין אלע אנדערע קאנסקווענסן וואס וועט מיטקימען, במילא זאגען אז ווער עס וויל זאל אפציען איז זייער בחוריש געשריבען

איך מיין דער בעל האנקאנטעס זאל ארוסשטלען די פראגע וואס דער עולם האלט
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

פאר מיר איז זייער שווער אויפציבלייבן לאנג, איך שטיי אויף פרי יעדן טאג, א חתונה צי הארגעט מיין סדר היום, געווענטליך גליטש איך מיר ארויס פון זאל אינמיטן מצוה טאנץ איך שיק א מעסיטש פאר מיין יודענע און מען ווערט נעלם
אוועטאר
חזן שמילאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזן שמילאוויטש »

א חתונה איז נישט א פריוואטע פארטי, אויב לאדענט מען איין געסט און משפחה מיטצוהאלטן דעם שמחה דארף מען זיך רעכענען מיט זיי, אזוי ווי די שטעלסט צו עסן מיט בענקלעך צו זיצן דארפסטו סיי אויך אינזין האבן אז זיי האבן א געהעריגע טאג מארגן.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

ר' יום טוב האט געשריבן:עס קען זיין אז ס'דא ווער עס גלייכט דאס באמת. אבער איך בין ברור אז א גרויסע פראצענט עולם גלייכט דאס בלויז ווייל 'יעדער טוט עס'.
יעדער האט א רעכט צו האבן א טעיסט צו בדחנות, און איך אויך. טאקע וועגן דעם האב איך אויף די וועג קיין קאנאדא אנגעצינדן אן MP3 מיט שיינע חרוזים.

אבער אז דו קומסט מיר זאגן אז איך האב נישט בעסער וואס צו טאן אין נאכט נאך מיין קינד'ס חתונה באישון לילה נאר קומען אויסהערן אן אויסגעשלאפענעם בדחן, זיצנדיג מיטן קאפ צוגעלייגט ווארטנדיג בחליון עינים אויפן מעגליכקייט זיך אויסציען דאס פעקל ביינער אין איבערטראכטן די פריידיגע געשעעניש אין מיין פריוואטן ווינקל, און דערצו נאך צווינגען די חתן-כלה צו פארבלייבן אין די סאמע קריטישע מאמענט אויסהערן די נאנ-סענץ פון דעם צוציק'ס צעטל, דאס וואלט נישט געמאכט קיין טראפקעלע סענץ אויב דאס זאל נישט זיין דער אנגעבליכער מציאות... און עס האט נישט מיט וויפיל געלט עס קאסט, אפילו מען זאל מיר צוצאלן וואלט איך נישט איינגעגאנגען דערויף.

אויב דארף מען דא יוצא זיין א הייליגן מנהג מקדמת דנא, דאן זאל מען אויפשטעלן איינעם פון די משפחה אין צענטער פון זאל אדער אינמיטן די סעודה אדער פארן צווייטן טאנץ, און ער זאל זאגן חרוזים פאר צוויי מינוט.


האסט נאך נישט חתונה געמאכט און אפשר אויך נישט בר מצווה געמאכט אז האסט נישט ארויס די מושג פון א שמחה אדער חתונה מאכען.

אין דבר כזה אז עלטערן ביי א חתונה פון א קינד טראכטען שוין ווען וועל איך מיר קענענן אויסציען אויפן בעט, ניטאמאל ביי א בר מצווה טראכט מען אזוי.

מחותנים - חתן כלה - זיידעס ביי א שמחה איז בדרך כלל וואלטען זיי פארצויגען זייער שמחה ווי אמשינוב, נאר פשוט עס איז נישט מעגליך.

יעדע כלל האט א יוצא כלל, אבער בדרך כלל ביי עווריטיש נישט מגושם איד איז דאס די מציאות.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שליו ודגים האט געשריבן:שוין צייט איינצוזעין אז בדחנות איז א מערער אויף טעיסט ס'איז דא וואס האבן בכלל נישט קיין טעם דערין איך אלס איינער וואס האט ליב גראמען אינזשוי איך יעדע מינוט פון די מצוה טאנץ

בד"א אין כנור דוד איז נישט מעגליך פאר א בדחן צו גראמען שיין ווייל עס איז נישט דא קיין מוזיק איך האב מיטגעהאלטן א חתונה דעם זונטאג דארט דער בדחן איז געווען זייער שיין געזונגען זייער שיינע ניגונים און אדרבה הערשט דארט האב איך געזען דער חסרון פון דעם אז עס איז נישט דא קיין מוזיק

היינטיגע דורות, די גאנצע מיטשפילן מיטן גראמער איז אמאל נישט געווען, און די גראמען איז געווען שענער און תוכנ'דיגער ווי היינט
נישט די מוזיק מאכט די זאך, דער בדחן דארף טויגן, און יא אין כינור עקשטיין ווי דו האסט נישט קיין גרויסע אויסוואל קען מען טראכטן אז די מוזיק איז די פראבלעם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קאנסילמאן האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:עס קען זיין אז ס'דא ווער עס גלייכט דאס באמת. אבער איך בין ברור אז א גרויסע פראצענט עולם גלייכט דאס בלויז ווייל 'יעדער טוט עס'.
יעדער האט א רעכט צו האבן א טעיסט צו בדחנות, און איך אויך. טאקע וועגן דעם האב איך אויף די וועג קיין קאנאדא אנגעצינדן אן MP3 מיט שיינע חרוזים.

אבער אז דו קומסט מיר זאגן אז איך האב נישט בעסער וואס צו טאן אין נאכט נאך מיין קינד'ס חתונה באישון לילה נאר קומען אויסהערן אן אויסגעשלאפענעם בדחן, זיצנדיג מיטן קאפ צוגעלייגט ווארטנדיג בחליון עינים אויפן מעגליכקייט זיך אויסציען דאס פעקל ביינער אין איבערטראכטן די פריידיגע געשעעניש אין מיין פריוואטן ווינקל, און דערצו נאך צווינגען די חתן-כלה צו פארבלייבן אין די סאמע קריטישע מאמענט אויסהערן די נאנ-סענץ פון דעם צוציק'ס צעטל, דאס וואלט נישט געמאכט קיין טראפקעלע סענץ אויב דאס זאל נישט זיין דער אנגעבליכער מציאות... און עס האט נישט מיט וויפיל געלט עס קאסט, אפילו מען זאל מיר צוצאלן וואלט איך נישט איינגעגאנגען דערויף.

אויב דארף מען דא יוצא זיין א הייליגן מנהג מקדמת דנא, דאן זאל מען אויפשטעלן איינעם פון די משפחה אין צענטער פון זאל אדער אינמיטן די סעודה אדער פארן צווייטן טאנץ, און ער זאל זאגן חרוזים פאר צוויי מינוט.


האסט נאך נישט חתונה געמאכט און אפשר אויך נישט בר מצווה געמאכט אז האסט נישט ארויס די מושג פון א שמחה אדער חתונה מאכען.

אין דבר כזה אז עלטערן ביי א חתונה פון א קינד טראכטען שוין ווען וועל איך מיר קענענן אויסציען אויפן בעט, ניטאמאל ביי א בר מצווה טראכט מען אזוי.

מחותנים - חתן כלה - זיידעס ביי א שמחה איז בדרך כלל וואלטען זיי פארצויגען זייער שמחה ווי אמשינוב, נאר פשוט עס איז נישט מעגליך.

יעדע כלל האט א יוצא כלל, אבער בדרך כלל ביי עווריטיש נישט מגושם איד איז דאס די מציאות.

אפשר נאך אויך נישט חתונה געהאט..........
קען זיין ס'איז א מעטער אויף טעסט, אבער איך האב זייער הנאה געהאט פון די גראמען ביי מיין חתונה נמ"ג
נאר דו קומט מען צוריק צום פוינט וואס מ'האט גערעדט דא אינמיטן, ווען איז געזאגט געווארן אז מ'האט הנאה פון א בדחן, ווען מ'האט די טשויס צו וועלן, אויב אבער געבט מען דיר א אויסוואל פון 3 בדחנים, און זיי זענען נישט דיין טעיסט, און דו קענסט נישט נעמען עפעס אנדערש, און דער בדחן פרובירט נאכצומאכן פינקי אן ערפאלג, דעמאלטס קען טאקע דער מחותן זיצן און טראכטן, קריך שוין אראפ פון מיר, הער אויף
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”