ס'זאל רינען האט געשריבן:ס'איז קלאר פאר יעדן בר דעת אז ר' זלמן וועט נאר דערלייגן מיטן געבן אן אינטערוויו.
פונעם ביזנעס פרעספעקטיוו:
אינטערוויוס ווערן היינט בעיקר געמאכט צו הייבן די 'באטעם-ליין' פון ארגאניזאציעס און ביזנעסער. אין דעם פאל דארף ער עס נישט האבן, ס'וועט אים נאר אראפברענגן, ווי אויך זיי קאמפאני.
פונעם מענטשליכן פרעספעקטיוו:
ס'איז אים לכאורה פיל מער ווי גענוג אז שווערע אלפים, פרויען, מענער, קינדער, ערוואקסענע און זיידעס, הערן זיין קול און טרינקן מיט נאמנות יתירה זיין באריכטן, ס'פעלט אים נישט אויס מער, ס'וועט אים גארנישט ברענגן, נישט פארן נפש און נישט פארן גוף.
פונעם תורה'דיגן פרעספעקטיוו:
ער איז דא צו מאכן פרנסה. ער דעליווערט א גוטן פראדוקט. מענטשן גלייכן עס. ס'איז אויסגעהאלטן אידישליך און ביזנעסליך און געגאנגען ווייטער.
אויב גייט ער אנהויבן געבן אינטערוויוס... און גיין אויף די כל העולם כולו דעקעלך... וואו גייט זיך דאס אפשטעלן?!
אמת בוסט נישט מער ווי גערעכט
אבער אינטערוויא'ס האט נאך א טעם, צו ברענגן אינטערסאנטע אינטערוויא וואס מענטשן האבן הנאה עס צו הערן, און א אינטערוויא מיט אים איז פון די אינטערסאנסטע וואס נאר שייך.
באט איך פארשטיי אז ער וויל בלייבן פרייוועט.