אני הקטן אהער און אהין בין א גרויסער אנהענגער פון די דרויסענדיגע געגנטער, ווי געוויסע באקאנטע סוחרישע נגידים האבן געמאכט דעם חשבון אז צו קויפן און באצאלן די פרייזן פאר א פארשטופטע קאנדא, שטומט נישט מיט ביזנעס מאטעמאטיק.
אבער, דער אבער איז, מען דארף קוקן ווי און וואס, אויב מאכט דער חשבון נישט קיין סענס, דאן האסטו גארנישט פון ארויסגיין אינדרויסן, אויב גייסטו צאלן 25 אלפים, גייסט גיין פארקאלאוזער, ווען מען רעדט פון טעקס פון 10*15 אלפים, און דער עצם מקח איז א נידריגע ציפער, וועסטו נאך קענען מאכן די חודשליכע פעימענטס, אבער טאמער גייסטו אין די רייכע וואודדבערי געגנטער, ווי די טעקסעס זענען אסטראנאמיש הויעך און דער עצם סעיל איז טפסריש, איז הגה בעצמך, וויאזוי גייסטו אויפקומען מיט די מאנאטליכע צאלונגען?!
מזל טוב, מזל טוב הערט מען שרייען אין אלע גאסן. דער עירוב איז אין קראפט תהלה לקל חי.
די היינטיגע טאג י' סיון תשע'ט, וועט פארשריבן ווערן מיט גאלדענע בוכשטאבן אין די אידישע היסטאריע ביכער. דעם טאג וואס עד איז פארטיג געווארן א כשרע מהודר'דיגע עירוב. אין דעם עיר ואם בישראל בלומינגראוו.
שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב. ס'ידוע די מעשה פון רבין ז''ל מיט ר' לייבוש לעפקאוויטש ע''ה וועגן די עירוב אין קרית יואל, בשם היט''ל זי''ע. ס'פריידיג צו זעהן די בלי און וואוקס פון רבינ'ס הייליגע שטעטל, וואס קרית יואל שפרייט זיך שוין אין מערערע מוניצופאליטעטן,שטעטלעך, געגנטער, און ערטער.
אהער און אהין האט געשריבן:שמחו בשם וגילו צדיקים והרנינו כל ישרי לב. ס'ידוע די מעשה פון רבין ז''ל מיט ר' לייבוש לעפקאוויטש ע''ה וועגן די עירוב אין קרית יואל, בשם היט''ל זי''ע. ס'פריידיג צו זעהן די בלי און וואוקס פון רבינ'ס הייליגע שטעטל, וואס קרית יואל שפרייט זיך שוין אין מערערע מוניצופאליטעטן,שטעטלעך, געגנטער, און ערטער.

(דרך אגב, איך האב די זעלבע אגענדע ווי דעם ק''י וואכנשריפט, ביידע מיינען מיר אז אידן זאלן האבן דירות און גראז און ביימער, נאר ער טוט עס מיט א רבתי און איך אן דעם....)
איגערקע האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט ר' לייביש'ן?
עפעס א מעשה מיטן יט''ל האט צוגעזאגט פאר איינעם עולם הבא אויב וועט ער מאכן אן עירוב אין סיגוט, (דאן) אונגארן. דער רבי האט געזאגט פאר ר' לייבושן אז דו וועסט העלפן פארן שטעטל, און דארט וועט זיין אן עירוב, וועסטו אויך האבן עולם הבא. עפעס אזוי גייט די מעשה. * ועי' באריכות בספר רצון צדיק, ואח''כ בעיתון דער בלאט במדור קרית מלך רב, האיך שהעסקן ר' ליבוש ז''ל ואתו עמו להבחל''ח הרה''ח ר' משה'לע גליק שליט''א, והרה''ח ר' חיים הערש ליימזידער שליט''א, עמלו קשות לבקשת רבינו, אכלו תבן עד שהגיעו להקים העיר הגדולה לאלוקים.
גאר א פרייליכע שטימע האט געהערשט דעם שבת אונעם שטערקסטען נייעם חסידישע ישוב בלומינג גראוו, ווען מען האט מחדש געווען דעם נייעם עירוב המהודר און שטעטל, די פילע קערידשעס וואס מען האט געפירט די קליינע קינדער, און די טלתים און די הענט שבת צופרו באגעגנדיג אויפען וועג צום ראדאוויצער בית המדרש, צו די איבערגעבליבענע עסן און בעגס וואס די עולם האט געברענג צו שלש סעודות און קאריצער ביהמ"ד איז געווען א נייעה ערשיינונג אונעם שטעטל,
א פרייד אויף אלע פענימער איז געווען ווען עס האט זיך דעם שבת נאך שטערקער ארויס געזעהן דעם ריזיגען וואקס אונעם געגנט, א געהעריגע עיר ואם בישראל מיט נאנט צו דריי הונדערט גאנץ יעריגע תושבים, מיט אלע אידישע געברויכונגען ווי בתי מדרשים מקוואות, מקוה טהרה, און יעצט מיטען עירוב.
די תושבי השכונה זענען גאר דאנקבאר פאר הרה"ג רבי מאיר בערקאוויטש מ'קאריץ פאר די גאר שווערע ארבעט און הארעוואניע וואס איז אריינגעלייגט געווארען און דעם פראיעקט זיכער צו מאכען אז אלעס קלאפ אויף דעם גרעסטען הידור וואס נאר שייך
א געהעריגע עיר ואם בישראל מיט נאנט צו דריי הונדערט גאנץ יעריגע תושבים, מיט אלע אידישע געברויכונגען ווי בתי מדרשים מקוואות, מקוה טהרה, און יעצט מיטען עירוב.
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!!
איך פריי זיך שטארק מיט מיט ענק.
אבער ביטע טרייב נישט איבער. בלומיגראוו איז נישט די שטערקסטע ניי אידישע ישוב. עירמאנט מיט כמעט 1000 אידן, און טשעסטנאט רידש מיט בערך 700 אידן איז שטערקער.
דאס איז מיט דיין מהלך אז א גלילות הייסט בכלל א נייע שטאט. איך האלט אבער אז גלילות קען נישט פארעכנט ווערן ווי א פולקאמע נייע שטאט, עס האט ניטאמאל א צענטל פון די טשעלענדשעס וואס א נייע שטאט האט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
א געהעריגע עיר ואם בישראל מיט נאנט צו דריי הונדערט גאנץ יעריגע תושבים, מיט אלע אידישע געברויכונגען ווי בתי מדרשים מקוואות, מקוה טהרה, און יעצט מיטען עירוב.
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!!
איך פריי זיך שטארק מיט מיט ענק.
אבער ביטע טרייב נישט איבער. בלומיגראוו איז נישט די שטערקסטע ניי אידישע ישוב. עירמאנט מיט כמעט 1000 אידן, און טשעסטנאט רידש מיט בערך 700 אידן איז שטערקער.
דאס איז מיט דיין מהלך אז א גלילות הייסט בכלל א נייע שטאט. איך האלט אבער אז גלילות קען נישט פארעכנט ווערן ווי א פולקאמע נייע שטאט, עס האט ניטאמאל א צענטל פון די טשעלענדשעס וואס א נייע שטאט האט.
הייסט די פארגלייכסט עירמאנט וואס שטייט צוואנציג יאר און בלומינג גראוו קארגע דריי יאר, יא פון אלע נייעה ישובים זייט די לעצטע פאר יאר זייט די דחקות און שטאט, איז עס און לויפט די שטערקסטען,