אפטייטש פונעם ווארט, הער.

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

אפטייטש פונעם ווארט, הער.

תגובהדורך מעסטערמיינד » זונטאג ינואר 07, 2007 4:49 pm

כ'הער, האט געפרעגט אויפן ווארט פאר, מיר איז שווער דער ווארט "הער"

דגמאות,

איך "הער" נישט וואס דו זאגסט, דא גייט עס ארויף אויף די שמועה.

אי "הער" נישט אויף צו טראכטן, דא גייט עס אין א בחינה פון כסדר צו וו''ע,

אשר, וואס איז דער ווארט,

נישט אויס מישן מיט "הער" קרעמער, צו מיינע חשובע "הארן"/"הערן"

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 09, 2007 12:05 am

הער קען מיינען דריי באזונדערע זאכן וואס איינס איז אומאפהענגיק אינעם אנדערן,

דאס גלייכן געפונען מיר ביי א צאל ענגלישע ווערטער אויכעט, למשל : certain קען מיינען 'געוויסע' אדער 'זיכער'.


און אויף אידיש האסטו נאך א ווארט [פאלט מיר יעצט ביי] 'פאנג', עס קען מיינען = איך פאנג יעצט אן, אדער מיינט עס = איך פאנג א הערש.
און אזוי אינמיטן רעדן פאלט מיר ביי נאך איינסס, דאס ווארט 'אזן'', עס קען מיינען = איך פאנג יעצט אן, אדער מיינט עס = איך גיי אן דעם הוט.

וכדומה וכדומה וכן רבות
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 09, 2007 12:31 am

די ענגלישע ווארט CERTAIN מיינט "באשטימט". אין תוך גענומען, שטאמען ביידע ווערטער - געוויסע און זיכער - פונעם זעלבן ווארט "באשטימט". דו"ק ותשכח.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 14, 2007 11:10 am

מאשקע האט געשריבן:די ענגלישע ווארט CERTAIN מיינט "באשטימט". אין תוך גענומען, שטאמען ביידע ווערטער - געוויסע און זיכער - פונעם זעלבן ווארט "באשטימט". דו"ק ותשכח.


עס איז אינטערסאנט, אבער אריינקלערנדיג אין די ווארהייט פון דיינע רייד, האב איך אין אכט גענומען אז די ווארט "געוויס" קען אויך באדייטן די צוויי באגריפן: 1) איר ווייסט געוויס (באשטימט, זיכער). 2) געוויסע זאכן (ספעציפישע).

באבילאן זאגט אויף "CERTAIN" צוויי באזונדערע אפטייטשן:
certain
adj. sure, definite; particular, specific

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג ינואר 14, 2007 11:44 am

קרעמער, מ'דארף אריינקלערן דערין, ווייל געוויסע זאכן (ספעציפישע) מיינט אויך באשטימט, א באשטימטע זאך.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 14, 2007 12:15 pm

איך האב בלויז מחזק געווען דיינע רייד בנוגע באשטימט, נישט אפגעפרעגט חלילה. עס בלייבט נאר איבער צו קלערן די סיבת הדבר, פארוואס טאקע זאלן די צוויי ווערטער גייען האנט אין האנט סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט