מסכת "טאביק שמעקן" עם כל הנושאי כלים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
מסכת "טאביק שמעקן" עם כל הנושאי כלים
אזויווי אט אט דערנענטערט זיך דעם פארכטיגן טאג וואס איז נאר אזויווי פורים (כ'פורים נישט אזוי?) אין א אינטעגראלער חלק פונעם טאג ווערט פארברענגט מיט שמעקן טאביק אדער לעמאן מיט בשמים (נא? "מאה ברכות" דערמאנסטעך שוין?)
על כן קום איך דא מיט א בקשה צו מיינע טייערע קרעטשמע'ניקעס
היות איך האב נישט קיין שום עקספיריענס אין דעם נושא לא מניה לא מקצתיה אין אין האב מחליט געווען ביי מיר אנהייבן צו שמעקן אוואו א מומחה זאל עטץ קרעטשמער'ניקעס מיך אויסלערנען די מלאכה
קודם כל אוואו קען מען איינהאנדלען די סחורה?
וואסערע איז גוטע סחורה?
און וואס טוט יך מיט א לייטישן פושקלע אזוינס וואס דער ראשעקאהעל זאל זיך שעמען מיט זיין ארימע פושקעלע אוואו קען מען דאס איינהאנדלען?
און וויפיל דארף דאס צו קאסטן?

איוב איך געדענק גוט האט מען דאס געזאגט אויף רייכענען אבער אויף דעם האב איך א אפ פרעג ווי עס שטייט און איינער פין די מעלעצער ספרים אז קרייזער רב'ס (א זון פון דער דברי חיים)א זון וואס איז געווען א איידעם ביי ר'משהט מראזידאוו אין ער פלעגט צו רייכענען האט עם זיין שווער געקויפט א פייקער און געבעטן עס צו האלטן ער האט פארשטאנען דעם רמז און אויפגעהרט ווען ער איז ציריק געקימן קיין צאנז האט דער דברי חיים געפרעגט היתכן ער רייכעט נישט אין ער איז געבליבן שטיל האט דער דברי חיים געזאגט "נארישע אינגעלייט איך האב געהערט פונ'ם רבין פון לבלין אז רייכנען פאטרייפט מחשבות ראות"
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
גיי אריין צו בית הספר רעד צו ר' חיים מרדכי אין א רואיגע מינוט, וועט ער דיר פונקטליך געבן צו פארשטיין וואס איז ארגינעלע סחורה און וועלכע זענען די וואס מען האט צוגעלייגט פארשידענע שמעקעדיגע טראפן.מיגו דאיתקצאי האט געשריבן:קודם כל אוואו קען מען איינהאנדלען די סחורה?
וואסערע איז גוטע סחורה?
ווענדט זיך צו איר ווילט זיך איינהאנדלן א זילבערענעם אדער פון אנדערע מאטריאלן.מיגו דאיתקצאי האט געשריבן:און וואס טוט יך מיט א לייטישן פושקלע אזוינס וואס דער ראשעקאהעל זאל זיך שעמען מיט זיין ארימע פושקעלע אוואו קען מען דאס איינהאנדלען?
און וויפיל דארף דאס צו קאסטן?
ועמך כולם צדיקים
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
דער טאסאק שמעקן איז א פארוויקלטע מסכת....
קודם דער אופן וויאזוי יעדער שמעקט,
ס'מאכט זיך אייין איד אין ביהמ"ד וואס האט טאבאק און שיקט ארום זיין יונגל געבן צו שמעקן דעם ציבור,
אסאך מענטש גיבן נאר א קליינע שמעק, טייל מענטשן גיבן א טיפע שמעק, טייל אידן גיבן גאר א שטארקע צו אריין מיט די נאז אזש ער טרינקט אויס ס'גאנצע מיט די נאז אליין, טייל אידן ציפן אראפ מיט די פינגער למען יעמדו למשמרת,
דערנאך קומט דער שמעק אליין,
דער ארגולענלע ריח, איז דא צו באקומען בעיקר אין ענגלאנד, אבער רוב ציבור האט נישט ליב דער ארגונעלע ריח,
רוב עולם האט ליב מיט עפעס א פלעוואר, די מערסטע אנגענומענע פלעווער איז דער מינט...,
ס'האט אזא שארפן ריח אז מיט איין צו גייט ער ארויף גראד און קאפ אריין...
אלץ שאץ קען איך שפירן אסאך מאל פארנעפלט, אבער מיט איין גוטן שמעק (א מיטלגאטיגע שמעק נישט צו שטארק נישט צו ווייניג) ווערט דער מוח אויסגעקלארט.
ואידך פרישא זיל געמיר.....

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
ווי קען איך קויפן טאביק?
איך זיך צו קויפן די בארימטע טאביק פון "mac baren tobacco company" פון לאנדן. כ'האב פראבירט צו נישטערן אביסל דא דארט אבער מיט גארנישט ארויס געקומען. איז דא ערגעץ אנליין ווי איך קען עס באשטעלן מיט די טראפן מיט די גאנץ געשעפט?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
@מיגו דאיתקצאי דו האסט למעשה געטראפן גוטע סחורה?
אך. איך רעד דא צו די 4 ווענט. שוין 10 יארע איז ער נישטא...
אך. איך רעד דא צו די 4 ווענט. שוין 10 יארע איז ער נישטא...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- לעגאו מענטשעלע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3642
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
- לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
-
- שר האלף
- תגובות: 1327
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm
זייענדיג אין א"י ווי טאבאק איז גאר גאנגבאר, האט מען אביסל קענען געלערנט דאס נושא, טאבאק פארמאגט אין זיך א געוויסן סארט באשטאנדטייל אזוי ווי קאפין וועלכע גיבט א פריש אויף א מענטש (דעריבער שטייט אויפן פושקע אז דאס קען זיין אדיקטיוו),
ס'איז נישט בלויז א געשמאקן שמעק... די ארגינעלע טאבאק קומט אן קיין שמעק, אבער ווען דאס דרינגט אריין אינעם נאז גייט ארויף גלייך צום מח, (געוויסע מאכן זיכער דאס אריינשארן אין נאז... לאכט נישט ווען איר זעהט דאס... אזוי דארף עס גיין כדי ס'זאל נישט זיין א שמעק וואס ווערט פארשווינדן נאך א סעקונדע...)
למעשה כדי דאס זאל זיין געשמאק האט מען צוגעלייגט אלע סארט טעמים... די ריכטיגע מבינים זענען מהדר נאך רויע שטיקער טאבאק וואס מען צוזעצט און עס ווערט שארפע שטארקע טאבאק וועלכע קען אויפפרישן א מענטש אין סיי וואספארא מצב, (אין א וועג שטערקער פון קאווע וויבאלד דאס גייט גלייך ארויף צום מח).

די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
Re: מסכת "טאביק שמעקן" עם כל הנושאי כלים
וויאזוי הייסט די טאביק זאמד אין ענגליש׳ און ווי קען מען ע״ס קויפן אנליין?
Re: מסכת "טאביק שמעקן" עם כל הנושאי כלים
ס'איז מיר געווען פרעמד די גאנצע נושא פון טאביק ביז די יעצטיגע ראש השנה ווען כ'האב געכאפט א בליק אריבער צו די אנדערעזייט גאלארי (פאפא האט שוין אפאר יאר א גאלארי טאמער די טראכסט אז כ'האב געדאווענט אין ראדני) איך זעי ווי משה יונה נעמט ארויס זיין רינדעכיגע באטל, האקט פון אונטען דריי מאל, מיט די צווייטע פינגער געבט ער אזוי פאכמאכניש א דריי די דעקל, ריקטער עס צו צום רעכטן נאז לאך אין מיט די אנדערע הענט פארשטאפט ער די לינקע נאכדעם קראסט ער שטייט אריבער דעם באטל צום לינקע נאז לאך אין מיט די אנדערע הענט פארשטאפט ער די רעכטע לעכל ווען ער ענדיגט ביידע הייבט ער אויף די נאז אזוי ווי די קליינע פענסטער פון נח'ס תיבה מיט א שטארקע שלעפ שלעפט ער אריין א קליין הויפל פונעם מחתה אין פיניש.....כ'האלטאך אינמיטן דאווענען!!.....
די פיס נעגל ליגט אין מקוה
הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק
מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: מסכת "טאביק שמעקן" עם כל הנושאי כלים
Snuffevernote האט געשריבן:וויאזוי הייסט די טאביק זאמד אין ענגליש׳ און ווי קען מען ע״ס קויפן אנליין?
מיינסט אפשר דעס? נעם אין אכט אז אויב וואוינסטו נישט אין ענגלאנד קען דיר שיפינג קאסטן היבש מער פונעם טאביק זעלבס
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
- אלטע שרייבער
- שר חמש מאות
- תגובות: 850
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע: פה אשב
Re: מסכת "טאביק שמעקן" עם כל הנושאי כלים
איין זאך וויל איך אייך נאר בעטן מיין טייערע שכן אין ביהמ"ד די קענסט שמעקן וויפיל טאביק די ווילסט נאר שמעק נאר נישט באנאנא טאביק נעבן מיר, סהאט זיך שוין נישט גוט אויסגעלאזט (אויב כ'מעג זאגן)
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא(ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)
______________________________________________________
- מיין שטעלונג
- שר האלף
- תגובות: 1563
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
- לאקאציע: אין מוח
Re: מסכת "טאביק שמעקן" עם כל הנושאי כלים
מיין אינגל האט דעם ראש השנה אריינגעלייגט אן עבודה גדולה אין די טאביק שמעקעריי. אפשר קען איך אים ארויפברענגן אויף אן אינטערוויו.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4246
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm
Re:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:און גיבט א טיפע צי אריין.. נאך טיפער... נאך אביסל... אביסל נענטער... און...
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!
אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
- אליקים געציל
- שר חמש מאות
- תגובות: 798
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
- לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל
Re: מסכת "טאביק שמעקן" עם כל הנושאי כלים
איינער מיט עקספיריענס פון מאכן די געשמאקע שמעקעדיגע טאביק, און איז גרייט מיטצוטיילן סודות פון חדר?
למשל מינט, באנאנע, וכו'.
קען אויך באשטיין צו וויסן פון די אריגינעלע - נישט זיסע - ריכטיגע סחורה.
וואס נוצט מען פאר די בעיס מאטריאל? און וואסערע טראפן לייגט מען אריין?
ייש"כ
למשל מינט, באנאנע, וכו'.
קען אויך באשטיין צו וויסן פון די אריגינעלע - נישט זיסע - ריכטיגע סחורה.
וואס נוצט מען פאר די בעיס מאטריאל? און וואסערע טראפן לייגט מען אריין?
ייש"כ