ניגוני רבי ר' הערש מרימנוב זצ"ל

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בטיש בטישין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטיש בטישין »

חמרא טבא האט געשריבן:
בטיש בטישין האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:ר׳ יאשע ליפשיץ הא געזאגט אז סיז דעם ר״ר הירש׳ס ניגון און רבי איציקל מעליצער האט געזאגט אז סיז דעם אפטא רב׳ס (ס׳קומט מיט א מעשה וואס איך געדענק נישט)

לויט ווי איך געדענק איז דער מעשה איז ביי די ל''ג בעומר טיש פין דער אפטער רב האט ער געפרעגט ווער קען מאכן א ניגון לפי די ספירות דער ז' מידות און דערנאך האט ער געמאכט דער ניגון

דער אלטע וואודיסלובער רב זצ"ל האט פארציילט אז דער ראפשיצער רב איז געווען אמאל ל"ג בעומר מיט זיין זון רבי אליעזר דזיקובער ביים אפטא רב און ביים טיש האט דער אפטא רב אנגערופן ווער קען מיר זינגען בר יוחאי און עס אריינשטעלן אין די קעסטעלך האט זיך קיינער נישט אנגערופן האט ער אליין זיך גענומען זינגען דעם ניגון

יא יא אין דער קעסטלעך גוט געזאגט

חמרא טבא האט געשריבן:דוד מאיר פון וואו?

הרה''ח ר דוד מאיר רוס שמו ראש מכון שירי דוד השלם פאדערט א באזונדערע אשכול איבער כל פעולתיו למען ניגונים אשר יסודתם מההרי קדש וחקירתם
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אי משום הא קען מען ווארטן מיט געדולד ס'נעמט עם יארן ביז ער געט עפעס ארויס
דביה תחדי נפשא
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

די ערשטע צוויי האט ער יא געמאכט שנעל אבער נאכדעם האט זיך עס פארהאקט
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

אן אלטע אשכול איבער דעם אהבה רבה ניגון - נתחבר ע"י רבינו מרימנוב
viewtopic.php?f=18&t=4754
ועוד פרטים על ניגוני רימנוב
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ידיעות שונות האט געשריבן:די ערשטע צוויי האט ער יא געמאכט שנעל אבער נאכדעם האט זיך עס פארהאקט

איינער זאגט מיר אז דער דוד מאיר זיצט נישט מיט פארלייגטע הענט נאר ס׳פעלט עם די פאנדן פאר אזא פראיעקט
דביה תחדי נפשא
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

קלאר, ארויסגעבן א סידי היינט צוטאגס איז א כיבוד פון הוצאה אהן הכנסה
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אמת, אבער וואלט זיינע סידי'ס געווען פון בעסערע קוואליטעט, וואלט עס בעסער געגאנגען.

דאכט זיך מיר אז ער האט געזאגט א תקופה צוריק אז ער ארבייט אויף ניגוני 'בארדיטשוב', פון בעל הקדושת לוי זי"ע.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

מחשב האט געשריבן:אמת, אבער וואלט זיינע סידי'ס געווען פון בעסערע קוואליטעט, וואלט עס בעסער געגאנגען.

ווענדט זיך וועם דו פרעגסט

ער האט לכאורה בכוונה געוואלט אהערשטעלן די מעהר פארצייטישע סטייל - ער קען ווען רואיג טוהן ווי סקולען האט געטוהן מיט "נועם", אבער א חלק פונעם עולם גייט נישט פאר דעם, ע"ע אשכול נועם-סקולען
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ידיעות שונות האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:אמת, אבער וואלט זיינע סידי'ס געווען פון בעסערע קוואליטעט, וואלט עס בעסער געגאנגען.

ווענדט זיך וועם דו פרעגסט

ער האט לכאורה בכוונה געוואלט אהערשטעלן די מעהר פארצייטישע סטייל - ער קען ווען רואיג טוהן ווי סקולען האט געטוהן מיט "נועם", אבער א חלק פונעם עולם גייט נישט פאר דעם, ע"ע אשכול נועם-סקולען


איך ווייס, איך רעד אויך פון א פארצייטישע סטייל, און טאקע נישט פון א נועם סטייל. אבער פארט איז מיין מיינונג אז ער האט פארפעלט פון קוואליטי אפילו דארט ווי עס האט נישט געהאט מיט פארצייטישקייט צוטוען, און פארקערט, מיר האט געשטערט דאס וואס ער האט 'יא' אריינגעלייגט מער ווי דאס וואס ער האט 'נישט' אריינגעלייגט. איך האב נישט געגליכן די ארעינדזמענטס, וואס לדעתי האבן פאר'הרג'עט ניגונים, און אויך נישט זיין כאר. אבער איך בין מסכים אז רוב עולם וואס זוכט די זאכן, און זענען נישט קיין גרויסע מבינים, זענען זייער צופרידן געווען, און אפילו איך וועל אוודאי זיין פון די ערשטע וואס וועלן קויפן זיין סידי ווי נאר עס וועט ארויסקומען, זאל עס אויסזעהן ווי אזוי ער וויל. גוטע סחורה איז עס.

----
עניוועי, צוריק צו ניגוני ר"ר הערש זי"ע...
בטיש בטישין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטיש בטישין »

אויף לחיים טיש איז דא א חי השם וואס זיי שרייבן דארט אז עס איז מיוחס צו ר''ר הירש קען דאס איינער באשטעטיגן
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

בטיש בטישין האט געשריבן:אויף לחיים טיש איז דא א חי השם וואס זיי שרייבן דארט אז עס איז מיוחס צו ר''ר הירש קען דאס איינער באשטעטיגן

דו מיינסט די סאטמאר'ע חי השם?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ר׳ לייזער אונגער פון מאנטריאל אן אייניקל פונעם זשאבנא רב האט געזאגט אז אין ראזוואדוב האט מען געזינגן א ניגון אויף אזמר בשבחין וואס איז געווען פונעם ר״ר הערש
(די ניגון זינגט מען היינט אין באבוב אויף ברח דודי)
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

חמרא טבא האט געשריבן:ר׳ לייזער אונגער פון מאנטריאל אן אייניקל פונעם זשאבנא רב האט געזאגט אז אין ראזוואדוב האט מען געזינגן א ניגון אויף אזמר בשבחין וואס איז געווען פונעם ר״ר הערש
(די ניגון זינגט מען היינט אין באבוב אויף ברח דודי)

דאס איז ניגון וואס מען זינגט אין סאטמאר אויף בבואו מאדום? אלנפאלס, א ריקארדינג ביטע.
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ניין ס׳נישט דער ניגון
דביה תחדי נפשא
דו קענסט אויכעט
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 09, 2019 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דו קענסט אויכעט »

אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן:אנת הוא זן לכולא וועס מ'זינגט אין וויז'ניץ,שטאמט פון רימינוב : https://www.dropbox.com/s/ximcu7to3w6tz ... 1.mp3?dl=0
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ארבעט נישט
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אברהם אלבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am

ניגוני הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אלבוים »

https://drive.google.com/drive/folders/1FgkPaccN3EuuUy3ZVnOMoSwHX_PC09T3?usp=sharing

דערווייל איז דא 6 ניגונים,
מקען ארויף לייגען נאך.

היינט איז די יארצייט.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
אוועטאר
אברהם אלבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am

Re: ניגוני הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אלבוים »

נו..
וואס שלאפט מען דא?
איינער האט די ניגון "בבואו מאדום",
סאיז אויך פון אים
בטיש בטישין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

Re: ניגוני הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטיש בטישין »

אברהם אלבוים האט געשריבן:https://drive.google.com/drive/folders/1FgkPaccN3EuuUy3ZVnOMoSwHX_PC09T3?usp=sharing

דערווייל איז דא 6 ניגונים,
מקען ארויף לייגען נאך.

היינט איז די יארצייט.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.


דער קל אדון ניגון איז ר"ר הערש? מקור ביטע
אוועטאר
אברהם אלבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am

Re: ניגוני הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אלבוים »

בטיש בטישין האט געשריבן:
אברהם אלבוים האט געשריבן:https://drive.google.com/drive/folders/1FgkPaccN3EuuUy3ZVnOMoSwHX_PC09T3?usp=sharing

דערווייל איז דא 6 ניגונים,
מקען ארויף לייגען נאך.

היינט איז די יארצייט.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.


דער קל אדון ניגון איז ר"ר הערש? מקור ביטע


איך וויסט נישט ווי געטריי דעם מקור - אבער אזוי שטייט דא

שבת עם משפחת ורדיגר0001.jpg
שבת עם משפחת ורדיגר0001.jpg (417.67 KiB) געזען 2010 מאל


Screenshot (2).jpg
Screenshot (2).jpg (503.36 KiB) געזען 2010 מאל
אוועטאר
אברהם אלבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am

Re: ניגוני רבי ר' הערש מרימנוב זצ"ל - יהי החודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אלבוים »

Screenshot (3).jpg
Screenshot (3).jpg (456.94 KiB) געזען 2002 מאל
אוועטאר
אברהם אלבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am

Re: ניגוני רבי ר' הערש מרימנוב זצ"ל - חסל סידור פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אלבוים »

Screenshot (4).jpg
Screenshot (4).jpg (87.45 KiB) געזען 1988 מאל
אוועטאר
אברהם אלבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am

Re: ניגוני רבי ר' הערש מרימנוב זצ"ל - ובכן צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אלבוים »

Screenshot (5).jpg
Screenshot (5).jpg (90.94 KiB) געזען 1984 מאל
אוועטאר
אברהם אלבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:45 am

Re: ניגוני רבי ר' הערש מרימנוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אלבוים »

דא שטייט - ובכן צדיקים (סאטמאר)

ניגוניו
בעולם החסידי ישנם מספר ניגונים המיוחסים לרבי צבי הירש. בהם: אהבה רבה (חסידות סאטמר), בבואו מאדום (מושר בחצרות רבות בעיקר מגליציה והונגריה), ניגון נענועים לסוכות, יחדשהו (קרסטיר), ובכן צדיקים (סאטמר) ועוד.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ניגון ויושע/חסל סידור פסח/ה' הוא האלוקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

מ'האט שוין געשמועסט דא איבערן 'חסל סידור פסח' ניגון פון וועמען ס'שטאמט, כ'האב באקומען דעם אישי נישט לאנג צוריק, און שטייענדיג נאכן יארצייט, ברענג איך עס ארויף, וירא הקהל וישפטו:

אישי האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
פליפ פאון האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:די ניגון "ה' הוא האלוקים אין עוד מלבדו" וואס איז לעצטנ'ס ארויס דורך יואלי קליין און נאך, קומט אויך פון הרה"ק מפיטסבורג זצ"ל וואס איז יעצט אוועק.

איינער זאגט מיר אז די מקור פונעם ניגון אויף 'חסל סידור פסח' איז אויך פון פיטסבורג, וואס כפי הידוע איז עס נישט ריכטיג.


דער ניגון איז אן אלטער ניגון פון פאר די מלחמה, דאכט זיך אז עס שטאמט פון אונגארן.

און באבוב זינגט מען דער ניגון ביים סעודה שבת צופרי (ביים קלאפן די ציבל מיט איי), כמדומה אז דער באבובער רב מהר"ש זי"ע האט דאס געהערט בשעת די מלחמה ווען ער האט געפליכטעט קיין אונגארן.


לכאורה ביסטו גערעכט. דער פיטסבורג'ער רבי זצ"ל האט נאר ארויפגעלייגט אויף דעם די פרישע ווערטער 'ה' הוא האלוקים אין עוד מלבדו"!


עס איז דא חילוקי דעות ווער די מחבר פון די ניגון.
אדער הרה''ק ר' אייזיק'ל מקאלוב זי''ע אדער הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זי''ע.
אפשר קענסטו אנפרעגן ביי די ווייסערס פאר מער אינפארמאציע.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”