מען דארף פארשטיין די חילוק צווישן די מערכה און די פריערדיגע, ביי 'מבצע צוק איתן' איז די גרעסטע סכום פון מיסילס וואס זענען געפאלן אין איין טאג געווען 150, סהאט געטויגט אויף כפרות, ווייל די אייראן דאום סיסטעם האט געהאט גענוג צייט משכ'ן טאג צו אראפשיסן יידי מיסילס וואס איז געווארן ארויסגעשאסן, יעצט ווילן די אראבערס אויסשפילן די סיסטעם ממילא שיסן זיי יעדעס מאל עטליכע מיסילס צו איין צוהל מיטן האפענונג אז איינס צווי וועט מצליח זיין צו אויסקרויזן די אייראן דאום סיסטעם, דאס איז די חילוק פון דעמאלטס הונדערט מיסיל א טאג און היינט שוין איבער 700 ה"י.
רוב פון די שפיל איז נישט מצליח אבער דא דארט געשעדט דאס, די סיסטעם איז היינטיגע טאג מיט הצלחה פון 86 %, מיטדעם אלעם איז גענוג איין מיסלס צו מאכן חורבנות, און דא אין א"י איז איין טויטער שוין גענוג צו נערווירן די חברה ,
חלב ישראל האט געשריבן:ווען דו וואלסט געוואוסט וואס די אירוויזיון איז בכלל, און וואס ס'מיינט פאר מדינת ישראל, און פונקט צוויי וואכן בעפאר נעמען זיך פליען ראקעטן, וואלסטו אנדערש גערעדט.
איך האב נישט ריאגירט אויף דיינע ווערטער נאר אויף דער וואס האט געברענגט די כאילו ביבי נתניהו'ס ווערטער, בזמן שלהד"ם, גארנישט גערעדט היינט. מענטשן זיצן צו שרייבן א לאנגע הודעות פון בלבולים מיט דמיונות שטותים מיט לאקשן, נאר צו פאדרייען די קעפ