אנאליזן - שירים ושיעורים - חהמ״פ תשע״ט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

סיי וואספארא תגובה איבער די צעטלעך וועט ווערן געמעקט מיט א חסימה פארן פאוסטער ביז נאך יום טוב.

א גוטן מועד
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

חוה''מ ווען די לחץ און בהלה פון חטוף ועבוד חטוף ואכול לאזט נאך, שיינט ארויס די פנימיות הנשמה אז אידן פארשטייען די טיעפע דיפרענץ פון אמת'ע געשמאק דורך פארברענגן במנוחה ושלוה אין העכערע תענוג אן די אלע בלבולי הדעת פון די כלים מכלים שונים וואס רויבן אוועק יעדע ברעקעל רואיגקייט...


אפשר וואלט געווען כדאי ממשיך צו זיין מיט א קבלה על העתיד, איינצופירן 1 מאל א וואך צו פארברענגן מיט די משפחה אדער גוטע פריינד פאר א שעה צוויי אן די כלים המבלבלים.
לעצט פארראכטן דורך חושב מחשבות... אום מיטוואך אפריל 24, 2019 11:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

סאיז געוואלדיגע דערפרייענד צו הערן איבער דעם איכות פונעם מעמד.
האפענטליך ווען דאס אויפרישען חסידישע קלאסישע נגינה.
ווי אויך אויף קומענדיגען חול המועד זאל זיי ן אזא מסיבה אין יעדן שטאט .
איך ווינדער זיך נאר וויאזוי קען מען נעמען הונדערטער אידען און זיי מאכען זינגען אן קיין בושות.
סאיז לכאורה א שטיקל ארט אריינצוברענגען דום גאנצען עולם אין א אטמאספער פון זינגען.
סאיז דאך אלץ דא פארפרוירענע מענטשען וואס ספאסט זיי נישט. כמובן
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

סארקאזי האט געשריבן:סאיז געוואלדיגע דערפרייענד צו הערן איבער דעם איכות פונעם מעמד.
האפענטליך ווען דאס אויפרישען חסידישע קלאסישע נגינה.
ווי אויך אויף קומענדיגען חול המועד זאל זיי ן אזא מסיבה אין יעדן שטאט .
איך ווינדער זיך נאר וויאזוי קען מען נעמען הונדערטער אידען און זיי מאכען זינגען אן קיין בושות.
סאיז לכאורה א שטיקל ארט אריינצוברענגען דום גאנצען עולם אין א אטמאספער פון זינגען.
סאיז דאך אלץ דא פארפרוירענע מענטשען וואס ספאסט זיי נישט. כמובן

לכאורה די אידן האבן געוויסט וואס מ'וויל פון דעם מעמד און זענען געקומען אדעתי דהכי
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ס׳איז געווען א הערליכער מעמד, די עצם איידיע איז טאקע תש״19׳דיג, ס׳האט אבער געהאט א אמאליגע חן!

נארמאלע מענטשן מיט א נארמאלע אויסגעהאלטענע מטרה, אין א נארמאלע צייט - א חוה״מ אויפדערנאכט [לאפיקו א גרינעם דינסטאג אווענט]. אמאליגע ניגונים אראפגעשפילט מיט די אמאליגע קלעזמער [לאפיקו די היינטיגע ווילדע סארט ארעינזשמענטס], נאר היימישע בעלי מנגנים, באגלייט מיט גוטע ווערטער יעדע פאר מינוט.

ס׳קומט זיך א ישר כח פאר די אידן וואס האבן עס צוגעשטעלט. א גוט מועד.
לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך אפריל 24, 2019 1:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כלל וכלל האט געשריבן:אט זענעו טייל פון מיינע הערות. ביטע נישט אנעמען אלס קריטיק, ווייל כוויל דאס זאל אנהאלטן!
און כבין זיכער אז רוב עולם וואס איז דא געווען וועט קימען נאכאמאל און די שם טוב וואס דאס וועט האבן וועט העלפן אנפולן אפילו א גרעסערע זאל קימענדיגס מאל! מענטשען האבן נאטורליך מורא פון אן אומפראבירטע זאך.

1) יעדער האט געוואלט אין געפלאנט איבערציגעבן די סעלפאונס ביים אריינגיין. די מעטעל דיטעקטערס איז געווען אביסעל איבערגעטריבן!

2) טייל מאל, בעיקר די ערשטע האלב, האט אויסגעקיקט ווי סאיז די א ניגונים ליסט וואס דארף געקאווערד ווערן פאר יעדן פרייז. היפש אפגעכיפערט אפאר ניגונים. סאיז צייט איינציזעהן אז א גיטע ניגון מעג ווערן איבערגעזינגען צוויי דריי מאל. שפעטער איז דעי פרט געווארן בעסער

3) די בחורישע קלאטשערייען נאך יעדע סעט האט נישט אויסגעפעלט. געזען אפאר ערנסטע אידן אין מיין געגענט שפירן אימבאקוועם דערפון. כווייס נישט וויזוי מקען דאס אפשטעלן, כזאג נאר מיין אויפפאסונג

4) וזה העיקר. וויבאלד מהאט געוואלט דער עולם זאל מיטזינגען האט מען געזינגען ניגונים וואס דער עולם קען. סאיז אבער די אזופיל הערליכע ניגונים וואס איז נישט אזויפאפולער. אלטע סקולענע ניגונים, ר׳ בעריש ווישעווערס בר יוחאי וכו׳, קימענדיגס מאל האלט איך מזאל אנאונסן בעפאר, די פאר אומבאקאנטע ניגונים וואס מגייט מגלה זיין, מזאל פארשפרייטן די טרעקס אז דער עולם זאל זיך קענען אנגרייטן. דאס וועט העלפן זיכער מאכן אז די געוואלדיגע אוצרות ווערן נישט פארגעסן. אין אז די אווענט זאל העלפן מגלה זיין אוצרות, נישט נאר חזר׳ן די עקזעסטירענדע אוצרות.


צי ענדיגן מעין הפתיחה. כהאב שטארק הנאה געהאט, און כבין שטארק דאנקבאר פאר די עסקנים וואס האבן דאס געמאכט צישטאנד קימען!


אלס איינער וואס איז געווען אינוואלווד וועלעך פראבירן ענטפערן פאר דיר און פאר אנדערע...

אין זאל זענען געווען ארום 600 מענטשן...

דיינע הערות זענען מאר דען וועלקאם, צו הערן אז אלעס איז גוט און אלעס האט געקלאפט מיינט צו זאגן כ'וויל דיר נישט זאגן דעם אמת...

די מעטל דיטעקטערס זענען געווען זייער וויכטיג, היות טיקעטס זענען פארקויפט געווארן פארן פובליק, און מ' האט טאקע געכאפט אפאר מענטשן טרייען אריינצושווערצן, איינעם האט מען ארויסגעפיהרט, און איינעם האט מען נישט געכאפט און ס'דא עטליכע קליפס, קוקט אויס פון א פליפ פאון, פון די בעק, אנפאנג... סאו בעת רוב מענטשן וואס ווילן קומען צו אזא מעמד ווילן דייקא נישט קיין פאונס, דארף מען מאכן זיכער אז יעדער גיבט איבער זיין פאון... סאו מעטל דיטעקטערס איז וויכטיג.

2) אזוי גייטעס נארמאל ביי פראפעשענאל דזשאבס, און פאר די צווייטע סעט בין איך צוגעגאנגען צו צבי בלומענפעלד און יואלי האראוויץ איבערגיבן די הערה, און סיז טאקע געווארן בעסער... מ'האט איבערגעזינגן ניגונים לויט וויזוי דער עולם האט קאנעקטעד...

3) די קלאטשערייען קאמפלעין האבעך נאכניש געהערט, כ'קענעס פארשטיין, די שאלה איז צו מ'קען עפעס טוהן, סיז דאך פאר דא מענטשן וואס קויפן טיקעטס און איך ווייס נישט ווער זיי זענען... די חברה וועלן עס אי"ה איבערגיין...

4) האבן אפאר אירע מעורר געווען דערוועגן, און זיי שמועסן שוין צווישן זיך צו סיז שייך צו וויסן וואס דער עולם קען, אדער אויסצולערנען דעם עולם וכד'... עכ"פ זיי האבן באקומען די פיעדבעק און מ'שמועסט עס אויס...

שכח פאר די הערות!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

הארמאניע האט געשריבן:די אודיאו איז געווארן פראפעסיאנאל אפגעכאפט און וועט אי"ה זיין צו באקומען.

איך האף אז עס וועט טאקע זיין צו באקומען. איך האב זיך נישט געקענט באטייליגן פערזענליך, אבער איך קוק ארויס צו די קומענדיגע מעמד.
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

האבנדיג זיך באטייליגט סיי זומער און סיי נעכטן נאכט מיינעך אז די פידבעק פונעם עולם איז צו פארדאנקען אז די נעכטיגע אווענט איז געווען עקספאנענטיאלי בעסער ווי זומער.

אין אָטער ווארדס. האטס נישט מורא אריינצוקומען קלאר. לויט ווי איך קען די ארגאניזירער וועלן זיי זיך נישט באליידיגן נאר וועלן אייך גאר דאנקבאר זיין. און איר וועט האפנטליך נאכמער הנאה האבן קומעדיגע מאל
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

דער אמת איז אויב אלע סארט מוזיק איז אסור,
דארף מען ווען מאכן א סיום אדער עפעס א לצורך מצוה׳דיגע פארברענג.

איז דא א היתר צו הערן מוזיק סתם אזוי חול המועד?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

מצלמה האט געשריבן:דער אמת איז אויב אלע סארט מוזיק איז אסור,
דארף מען ווען מאכן א סיום אדער עפעס א לצורך מצוה׳דיגע פארברענג.

איז דא א היתר צו הערן מוזיק סתם אזוי חול המועד?


זאג נאר ? די זיכסט איסורים אויף די גראדע ווענט? באמת?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מצלמה האט געשריבן:דער אמת איז אויב אלע סארט מוזיק איז אסור,
דארף מען ווען מאכן א סיום אדער עפעס א לצורך מצוה׳דיגע פארברענג.

איז דא א היתר צו הערן מוזיק סתם אזוי חול המועד?

שמחת יו"ט איז א מצוה. כך פסקו הרבה אחרונים לענין מוזיק.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

דער שארמאשער רב ז"ל (השני) פלעגט זאגן אז מוזיק מעג מען הערן 'ראש חודש און חול המועד'.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

רעסטאראנט האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:דער אמת איז אויב אלע סארט מוזיק איז אסור,
דארף מען ווען מאכן א סיום אדער עפעס א לצורך מצוה׳דיגע פארברענג.

איז דא א היתר צו הערן מוזיק סתם אזוי חול המועד?


זאג נאר ? די זיכסט איסורים אויף די גראדע ווענט? באמת?


חלילה. נישט איך.
דער שלחן ערוך האט ארויפגעלייגט דעם איסור.

ער דער הייליגער בית יוסף, האט עס גענומען פון עפעס א ספר שנקרא שמו: תלמוד בבלי.

האלאו:
ווייסעך נישט וועלכע גראדע וואנט איר רעדט?
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

איך האב געזאגט אז א סיום וואלט אפשר געווען א שטיקל היתר צו הערן מוזיק.

איך בין נישט קיין מורה הוראה, אבער הערן מוזיק סתם אזוי דארף עפעס א תורה׳דיגע אינטערלאגע.
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

איז אז מען מאכט א סיום דעלמאטס גייען אלע פראבלעמען א וועג גייען? אדער עס איז נאר א intro...
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כלל וכלל האט געשריבן:.



די מעטל דיטעקטערס זענען געווען זייער וויכטיג, היות טיקעטס זענען פארקויפט געווארן פארן פובליק, און מ' האט טאקע געכאפט אפאר מענטשן טרייען אריינצושווערצן, איינעם האט מען ארויסגעפיהרט, און איינעם האט מען נישט געכאפט און ס'דא עטליכע קליפס, קוקט אויס פון א פליפ פאון, פון די בעק, אנפאנג... סאו בעת רוב מענטשן וואס ווילן קומען צו אזא מעמד ווילן דייקא נישט קיין פאונס, דארף מען מאכן זיכער אז יעדער גיבט איבער זיין פאון... סאו מעטל דיטעקטערס איז וויכטיג.


איינער האט Photos / Clips?
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מצלמה האט געשריבן:איך האב געזאגט אז א סיום וואלט אפשר געווען א שטיקל היתר צו הערן מוזיק.

איך בין נישט קיין מורה הוראה, אבער הערן מוזיק סתם אזוי דארף עפעס א תורה׳דיגע אינטערלאגע.

די זעלבע תורה'דיגע אינטערלאגע ווי די (ערליכע) מוזיק אלבומס.
פעמים להיפך
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 8:44 am

שירים ושיעורים חוה"מ סוכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעמים להיפך »

איך מיין אז נאך אזא סוקסעספולע מעמד שירה "על טהרת הקודש" דארף מען שוין אנהייבען פלאנען אויפ דעם קומענדיגען חוה"מ סוכות הבעל"ט.
ווי איך פארשטיי וועט מען שוין דארפען אסאך אסאך מער פלעצער פון 600 סיטס, לכאורה וועט מען דארפען 10 מאל אויפ אזוי, ד. מ. 6000 זיצען,
איז אפשר כדי ארויס צודינגען דעם גרויסען" ארטער עדש " סטאדיום אין אזוי וועט פארקומען דעם מעמד שירה ונגינה על טהרת הקודש אין עס וועט זיין א געוואלדיגע קידוש השם.
כולנו!
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

פעמים להיפך האט געשריבן:איך מיין אז נאך אזא סוקסעספולע מעמד שירה "על טהרת הקודש" דארף מען שוין אנהייבען פלאנען אויפ דעם קומענדיגען חוה"מ סוכות הבעל"ט.
ווי איך פארשטיי וועט מען שוין דארפען אסאך אסאך מער פלעצער פון 600 סיטס, לכאורה וועט מען דארפען 10 מאל אויפ אזוי, ד. מ. 6000 זיצען,
איז אפשר כדי ארויס צודינגען דעם גרויסען" ארטער עדש " סטאדיום אין אזוי וועט פארקומען דעם מעמד שירה ונגינה על טהרת הקודש אין עס וועט זיין א געוואלדיגע קידוש השם.
כולנו!

:lol:
פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

מצלמה האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:דער אמת איז אויב אלע סארט מוזיק איז אסור,
דארף מען ווען מאכן א סיום אדער עפעס א לצורך מצוה׳דיגע פארברענג.

איז דא א היתר צו הערן מוזיק סתם אזוי חול המועד?


זאג נאר ? די זיכסט איסורים אויף די גראדע ווענט? באמת?


חלילה. נישט איך.
דער שלחן ערוך האט ארויפגעלייגט דעם איסור.

ער דער הייליגער בית יוסף, האט עס גענומען פון עפעס א ספר שנקרא שמו: תלמוד בבלי.

האלאו:
ווייסעך נישט וועלכע גראדע וואנט איר רעדט?

זאג נאר, דו הערסט באמת קיינמאל נישט קיין מוזיק איבער די יאר?
וועלכע מסכת איז מען מסיים כ"א כסליו?
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כלל וכלל האט געשריבן:אט זענעו טייל פון מיינע הערות. ביטע נישט אנעמען אלס קריטיק, ווייל כוויל דאס זאל אנהאלטן!
און כבין זיכער אז רוב עולם וואס איז דא געווען וועט קימען נאכאמאל און די שם טוב וואס דאס וועט האבן וועט העלפן אנפולן אפילו א גרעסערע זאל קימענדיגס מאל! מענטשען האבן נאטורליך מורא פון אן אומפראבירטע זאך.

1) יעדער האט געוואלט אין געפלאנט איבערציגעבן די סעלפאונס ביים אריינגיין. די מעטעל דיטעקטערס איז געווען אביסעל איבערגעטריבן!

2) טייל מאל, בעיקר די ערשטע האלב, האט אויסגעקיקט ווי סאיז די א ניגונים ליסט וואס דארף געקאווערד ווערן פאר יעדן פרייז. היפש אפגעכיפערט אפאר ניגונים. סאיז צייט איינציזעהן אז א גיטע ניגון מעג ווערן איבערגעזינגען צוויי דריי מאל. שפעטער איז דעי פרט געווארן בעסער

3) די בחורישע קלאטשערייען נאך יעדע סעט האט נישט אויסגעפעלט. געזען אפאר ערנסטע אידן אין מיין געגענט שפירן אימבאקוועם דערפון. כווייס נישט וויזוי מקען דאס אפשטעלן, כזאג נאר מיין אויפפאסונג

4) וזה העיקר. וויבאלד מהאט געוואלט דער עולם זאל מיטזינגען האט מען געזינגען ניגונים וואס דער עולם קען. סאיז אבער די אזופיל הערליכע ניגונים וואס איז נישט אזויפאפולער. אלטע סקולענע ניגונים, ר׳ בעריש ווישעווערס בר יוחאי וכו׳, קימענדיגס מאל האלט איך מזאל אנאונסן בעפאר, די פאר אומבאקאנטע ניגונים וואס מגייט מגלה זיין, מזאל פארשפרייטן די טרעקס אז דער עולם זאל זיך קענען אנגרייטן. דאס וועט העלפן זיכער מאכן אז די געוואלדיגע אוצרות ווערן נישט פארגעסן. אין אז די אווענט זאל העלפן מגלה זיין אוצרות, נישט נאר חזר׳ן די עקזעסטירענדע אוצרות.


צי ענדיגן מעין הפתיחה. כהאב שטארק הנאה געהאט, און כבין שטארק דאנקבאר פאר די עסקנים וואס האבן דאס געמאכט צישטאנד קימען!


אלס איינער וואס איז געווען אינוואלווד וועלעך פראבירן ענטפערן פאר דיר און פאר אנדערע...

אין זאל זענען געווען ארום 600 מענטשן...

דיינע הערות זענען מאר דען וועלקאם, צו הערן אז אלעס איז גוט און אלעס האט געקלאפט מיינט צו זאגן כ'וויל דיר נישט זאגן דעם אמת...

די מעטל דיטעקטערס זענען געווען זייער וויכטיג, היות טיקעטס זענען פארקויפט געווארן פארן פובליק, און מ' האט טאקע געכאפט אפאר מענטשן טרייען אריינצושווערצן, איינעם האט מען ארויסגעפיהרט, און איינעם האט מען נישט געכאפט און ס'דא עטליכע קליפס, קוקט אויס פון א פליפ פאון, פון די בעק, אנפאנג... סאו בעת רוב מענטשן וואס ווילן קומען צו אזא מעמד ווילן דייקא נישט קיין פאונס, דארף מען מאכן זיכער אז יעדער גיבט איבער זיין פאון... סאו מעטל דיטעקטערס איז וויכטיג.

2) אזוי גייטעס נארמאל ביי פראפעשענאל דזשאבס, און פאר די צווייטע סעט בין איך צוגעגאנגען צו צבי בלומענפעלד און יואלי האראוויץ איבערגיבן די הערה, און סיז טאקע געווארן בעסער... מ'האט איבערגעזינגן ניגונים לויט וויזוי דער עולם האט קאנעקטעד...

3) די קלאטשערייען קאמפלעין האבעך נאכניש געהערט, כ'קענעס פארשטיין, די שאלה איז צו מ'קען עפעס טוהן, סיז דאך פאר דא מענטשן וואס קויפן טיקעטס און איך ווייס נישט ווער זיי זענען... די חברה וועלן עס אי"ה איבערגיין...

4) האבן אפאר אירע מעורר געווען דערוועגן, און זיי שמועסן שוין צווישן זיך צו סיז שייך צו וויסן וואס דער עולם קען, אדער אויסצולערנען דעם עולם וכד'... עכ"פ זיי האבן באקומען די פיעדבעק און מ'שמועסט עס אויס...

שכח פאר די הערות!



שכח פארן נעמען די פעדער אין ענטפערן! און שכח פארן זיין געניג אפן פאר הגאות און פאר עדזשאסטמענטס. כגלייב דאס. וועט עס מאכן פאר א דבר השלם

כבעט דיר און די אנדערע עסקנים וואס ליינען דא. כאפטס א בליק אויף רוב תגיבות, יעדער רעדט שוין און טראכט שוין פין קימענדיגס מאל. כקעדענק נישט זעהן די סארט תגיבות נאך א פלעי אדער נאך א נייע אאלבום וואס אאיז נאר וואס ארויסגעקימען.. אין דא האט מען געצאלט מער, אדער ווי טייל שרייבן אז זיי זענען ניטעמאל דא געווען. דאך רעדט מען / טראכט מען פון קימענדיגס מאל. סמיינט אז סאיז דא א קלייענטעל דערפאר! דאס איז נישט עפעס וואס מעג זיין אן איינמאליג זאך און פארטיג.


יעצט צו רב וויכטיג.

1) גערעכט! איינמאל ככהאב געזען די קליפס האבעך פארשטייט און עגריט למפרע אז סהאט יא אוייסגעפעלט די מעטעל דיטעקטערס. איי געס סאיז אייביג דא אוויבערחאכאמים

2) איי געס שתים לדבר אחד נתכוונו. קיינער איז פארשטייט זיך נישט געגאנגען הערן א פראפעשענעל פראפארמענס. סאיז טאקע בעסער געווארן די צווייטע האלב

3) זיכער קען מען נישט און מזאל נישט קאנטראלירן פאר וועם מפארקויפט טיקעטס, אבער כגלייב אז די פאלגענדע הכרזה וואלט געהאלפן ״ ביטע נישט שטערן די דערהויבענע מעמד מיט קלאטשערייען יעדע פאר מינוט. איינמאל סוף מעמד וועט זיין מער ווי געניג״
עגעין, מיר האט עס נישט געעשטערט, אבער כהאב געעזעהן אידן וועם סהאט יא.

4) זיי האבן נישט געוויסט וואס מקען? לאמיר רעדן אפן. פון ווי האט רוב עולם געקענט אזו גיט דעים מה אשיב אדער והיה שעמדה? כגגלייבב נישט פון ארגגיננעלע וויזיניצע קאסעטן, אדער פון הערן פין די זיידעס ווישעווער ניגונים.. מקען עס וויל שירה האט עס געזינגען לעצטענס ביי מעמדים און סאיז ברייט פארשפרייט געווארן די קליפס דערפון..
און אנדערע ווערטער, ממיז זינגען די ניגון ביי א פאפולערע מעמד, סברויךך זיין קליפס דערפון, סברויך פארשפרייט ווערן, אין נאר נאכדעם קען עס געזינגען ווערן ביים קימענדיגס שירים ושיעורים.. אין מיט רעכט, ווייל מוויל דאך דער עולם זזאל מיטזינגען.

ווואס איך זאג, קאט די קליפס.. שפאר פאר שירה די ארברבעט פון דאס מיזן זינגען ביי א פאפפולערע פלאץ חדשים פאר חוה״מ.. אין מאך די שירים ושיעורים די עקקשעל פלאץ ווי די ניגונים ווערן פאפולער.
נעם די וויזניצע עוד יזכור לנו, א מבהילדיגער ניגון. נעכטן האט מען דאס נישט געקענט זינגען ווייל רוב עולם קען דאס נישט. כבין זיכער אז ווען ממעלדט פארדדעם אז דאס גייט געזינגען ווערן, און מפארשרייט אודיא פיילס וואלט דאס יעדער געקענט, אין כבין זיכער די ניגון ווערט ווען אזוי באקאנט און בלייבט ווען פאפולער ביים ברייטן המון עם.
איים שאר יו גאט מיי פוינט.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

כלל וכלל האט געשריבן:4) זיי האבן נישט געוויסט וואס מקען? לאמיר רעדן אפן. פון ווי האט רוב עולם געקענט אזו גיט דעים מה אשיב אדער והיה שעמדה? כגגלייבב נישט פון ארגגיננעלע וויזיניצע קאסעטן, אדער פון הערן פין די זיידעס ווישעווער ניגונים.. מקען עס וויל שירה האט עס געזינגען לעצטענס ביי מעמדים און סאיז ברייט פארשפרייט געווארן די קליפס דערפון..


איך האלט אז דו מאכסט א טעות.
דער מערהייט עולם - וואס איז גרייט צו צאלן אזויפיל געלט פאר א טיקעט, ווען עס שטייט אז מען גייט זינגען אלטע ניגונים - זענען בפשטות אידן וואס זענען חובבי אלטע סטיל ניגונים מיט אן אמת'דיגן טעם. זיי דארפן נישט קיין קליפ פון שירה זיך אויסצולערנען א וויזניץ'ע מה אשיב, זיי האבן עס שוין געקענט אסאך פאר דעם. און די זעלבע מיט אלע ניגונים דארט. נאכאמאל, איך רעדט פון א מערהייט עולם.

בדרך אגב. אינעם פארשפארטן אשכול אויפן צווייטן בלאט האב איך שוין געבעטן מען זאל זאגן בערך וואסערע ניגונים מען גייט זינגען. איך האלט אז
1) מענטשן וואלטן זיך צוגעגרייט אויף א געוויסע פארנעם.
2) עס וואלט געטוישט דעם טעות'דיגן בליק וואס מאנכע האבן געהאט אויף דעם מעמד.
דובי'ס א פען
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 10:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובי'ס א פען »

איינער קען זאגן אויב פינקי / יששכר/ לוי זענענן דארט געווען ? וואס איז געווען זייער פארט ?
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דובי'ס א פען האט געשריבן:איינער קען זאגן אויב פינקי / יששכר/ לוי זענענן דארט געווען ? וואס איז געווען זייער פארט ?


ניין, זיי זענען נישט דארט געווען צוליב א לעצט מינוטיגע סיבה וואס איך ווייס נישט.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

פינקי האט מיר געזאגט נעכטן אינדערפרי אז ער גייט נישט, נאכדעם וואס צוויי רבנים האבן אים אנגערופן בעטן אז ער זאל זיך נישט באטייליגן.

ווי אויך אז זיין נאמען איז ארויף אן זיין וויסן פון פריער.
רצונינו לעשות רצוניך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”