דריידל האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:מיט א רבי'ן האט מען זיך אלע יארן געמישט, פונקט ווי מען מישט זיך מיט די עלטערן. דאס איז נישט ווי אזוי איך קוק עס אן, דאס איז די מציאות פון דעם מנהג, שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך. זיך מישן מיט א ברודער איז אוודאי תלוי במנהג, כ'האב דיר עס נאר צוגעברענגט זאלסט פארשטיין אז דיין אייגן אפטייטש דערויף איז א טעות גמור.
ביסטי שוין מודה אז ס'זענען דא עקסעפשענס, מיט א רבי מעג מען זיך מישן. און וואס טיט זיך מיט א רב, דיין, סתם תלמיד חכם?
פארוואס מוז זיין ווען איינער זאגט אנדערש ווי דיר אז ער מאכט א טעות. איך זאג נישט אז דיין מסורה איז א טעות (כאטש ס'איז מסתבר אז יא), איז ביטע זאג נישט אזוי אויף אנדערע.
איך פראביר צו פארשטיין צו וועלכע זאך די זעסט מיר מודה זיין, און וואס די מיינסט מיט עקסעפשענס, און וואס דאס האט מיט וואס איך זאג.
דער מנהג פון זיך נישט מישן איז ווי געשמועסט, נאר פונקט ווי אלע חומרות אום פסח, האט זיך יעדער זיינע מנהגים אין די חומרא, איז ביי דעם די זעלבע זאך, דהיינו ס'איז דא וואס גייען אינגאנצן לחומרא אויף יעדן ריר, ווי געזאגט לדוגמא א ברודער, מצות, וכדומה, און ס'איז דא וואס נישט, יעדער לויט וואס ער האט מקבל געווען מאבותיו ורבותיו. אבער דאס איז זיכער אז "אלע" האבן זיך אלעמאל געפירט אז מיט א רבי'ן האט מען זיך געמישט [וידוע המעשה אצל הטשערנאבלער מגיד באחד שלא רצה לאכול מהשריים שלו שהיה מתנגד... ואמר לו שיש לו חתיכת חמץ בהחבית].
אויב ווילסטו וויסן ווי אזוי דיינע עלטערן האבן זיך געפירט וועסטו זיי מוזן פרעגן, און אינאיינוועגס יתכן וועלן זיי דיר שטעלן אויף דיין טעות.
כ'פארשטיי נישט פארוואס איך זאל נישט זאגן אז די האסט א טעות, ווען ס'איז מיר ברור כשמש אז די טעות איז דיינער? ווען זאגסט מיר אז יעצט איז טאג זאל איך אויך נישט זאגן אז האסט א טעות?