ווער האט נאך נישט געהערט פונעם אלעמען באליבטן ניק הכל הבל!
אין גומרים עליו את ההלל!
זינט ער האט זיך איינגעשריבן דאהי אויפן וועלטל ארום 10 חדשים צוריק האט ער זיך דערווארבן א נאמען פון א דורכגעטראכטער ניק מיט א זעלבסטשטענדיגע בליק אויף איעדע פאליטישע און געזעצליכע ארגומענט.
ער ברענגט אראפ די נייעס אויף א זעלטענע נישט-בייעסד וועג, קלאר, פארשטענדליך, קורץ, שארף, אהן קיין פאליטישע צופיצונגען, ריין פון דברים האסורים און פון יעדע שמץ לשוה"ר וכו',
און איבער אלעם זענען זיינע ריפארטס אויפן געוועב פריער ווי די אלגעמיינע מידיע!!!
ווער רעדט נאך פון די לאאאנגע געריכט קעיסעס וואס הרב הכל הבל צונעמט אזוי שיין אז אפי' אן עם הארץ זאל דאס קענען ליינען און פארשטיין אפי' מידערהייט...!
דער ניק האט אויפגעשיינט אין די אידישע און וועלטליכע נייעס אפטיילונג און דאס ארויפגעברענגט אויף גאר הויכע שטאפלן!
צענדליגער העכסט אינטערסאנטע אשכולות אנגעהויבן פון די אמעריקאנע פאליטיק אין וואשינגטאן, שלום בית לעסאנס, פארסירונגען אין די היסטאריע, נייעס מארבה כנפות הארץ, קאמישע פאליטישע אבזערוואציע'ס, רעפטלעך קאקאש-קעיק, איז אלעס צו פארדאנקען פאר הכל הבל.
יעצט על של עכשיו באתי
אזויווי דאהי אויף אייוועלט הבירה פירט מען זיך צו פארקערצערן די נעמען פון די ניקים וואס האבן מער ווי צוויי ווערטער אינעם ניק-נעים,
כ'האב באמערקט אז רוב עולם רופט אהן הרב הכל הבל מיטן צונאמען "הבל". (פירש ע"ט: שטותים)
לדעתי הפעוטה וואלט די צונאמען פאר הכל הבל ענדערשט געברויכט זיין "הכל". (פירש ע"ט: כרכא דכולא ביה)
ממילא רוף איך פאר א רעפערענדום און זאלן די סיטיזענס פון אייוועלט באקומען די רעכט צו באשליסן דורך לעגיטימע וואלן (אהן די אריינמישונג פון די רוסישע מנהלים..) וויאזוי אנצורופן דעם ניק!
און אינאיינוועגס זאל די אשכול דינען פאר א פלאטפארמע צו אויסדריקן דאנקבארקייט פאר הרב הכל הבל!