ק.נ.א. טעגליכע אפדעיט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

ק.נ.א. טעגליכע אפדעיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

כ'האב געזעהן אז קרעמער נאט נעכטען געשריבן פאר איינעם אין זיין בלאג אז מ'זאל אריבער ברענען זיינע געשמאקע באריכטען דא ביי אונז אין קרעטשמע כדי אז די אידין וואס ניצען דזשי נעט זאלן זיך קענען באלעקן דערמיט האב איך אים געפרעגט צו ער מיינט עס ערנסט זאגט ער אז יא במילא דא האט איר עס כמו שכתוב לא פחות ולא יותר , קיין ווארט איז נישט מיינ'ס
ק.נ.א. אפדעיט = דאנערשטאג דברים

יום דאנערשטאג דברים

נייעס פון מיטל מזרח
די טויטע קערפער פון א מתנחל איז היינט געפונען געווארן פארברענטערהייט אין די טראנק פון זיין קאר אינעם מערב ברעג צווישן שכם און קאחלקיליע, די פאליציי שאצט אז די מערדעריי איז דורכגעפירט געווארן דורך פאלעסטינער טעראריסטן.0
**
די פאליציי אין ירושלים וועט נישט ארויפלאזן קיין אראבער אויפן הר הבית, וואו זיי קומען זיך צוזאם יעדן פרייטאג צו זייערע פרעפלערייען, נאר פון 45 יאר און העכער, צוליב זארג אז די יוגענטליכע וועלן דורכפירן ראיאטן צו פראטעסטירן די איזראעלישע באמבערדירונגען אין לבנון.0
**
מדינת ישראל האט היינט אריינגערופן דרייסיג טויזענט רעזערוויסטן, אין פאל די מלחמה מיט לבנון פארערגערט זיך. הויכראנגיקע איזראעלי גענעראלן האבן פארלאנגט פון די מדינת ישראל רעגירונג ערלויבעניש אריינצודרינגן טיפער אין לבנון אויסצוראטן די חיזבאלא קעמפער, די פארלאנג איז אבער צוריקגעוויזן געווארן.0
א הויכראנגיקער מדינת ישראל מיניסטער האט געזאגט אז פון דעם וואס די וועלט פירער וועלכע האבן זיך נעכטן געטראפן אין רוים, האבן נישט געקענט אויסארבעטן קיין פאראייניגטע רוף אויף א פייער אפשטעל, האט די מדינה באקומען א גרינע ליכט ווייטער אנצוגיין מיט זייערע אטאקעס אין לבנון ביז זיי וועלן אויסראטן די חיזבאלא.0
דער דייטשער אויסערן מיניסטער האט אבער געזאגט אז דער פאקט איז פונקט פארקערט, ווייל ביי די נעכטיגע מיטינג איז קלאר געווען אז אלע אנוועזענדע ווילן זען אן ענדע צום קאנפליקט ווי אמשנעלסטן.0
**
פרעזידענט בוש האט היינט שארף פארדאמט איראן'ס ראלע אין די בלוטיגע שלאכטן.0
פארשטייער פון איראן און סיריע, די צוויי שטיצער פון די חיזבאלא טעראר גרופע, האבן זיך היינט געטראפן אין דמשק, די הויפשטאט פון סיריע, איבערצושמועסן דעם קריזיס און וואס עס קען געטאן ווערן דערצו. לויט א באריכט האט זיך אויך באטייליגט ביי די מיטינג דער חיזבאלא פירער שעיך נאסראלא.0
סעקרעטערי אוו סטעיט רייס האט היינט געמאלדן אז זי איז גרייט זיך צוריקצוקערן צום מיטל מזרח אויב עס וועט אויספעלן אויסצוארבעטן א דויערהאפטיגע שלום אפמאך.0
**
א ווארטזאגער פאר לבנון האט געמאלדן אז ארום זעקס הונדערט ציווילע זענען שוין געשטארבן אין לבנון זינט די קאנפליקטן האבן זיך אנגעהויבן מיט איבער צוויי וואכן צוריק.0
דער איזרעאלי דעפענס מיניסטער האט געמאלדן אז חיזבאלא האט דערווייל געליטן א מעכטיגע שאדן, און זיי וועלן זיך קיינמאל נישט צוריקקערן צו וואס זיי זענען אמאל געווען.0
א חיזבאלא ווארטזאגער האט געזאגט אז ביי די נעכטיגע שלאכטן אין דרום לבנון, וואו 9 מדינת ישראל זעלנער זענען אומגעקומען, האט די חיזבאלא אויך פארלוירן 5 קעמפער. לויט די איזראעלי מיליטער זענען אבער מינימום 30 חיזבאלא גערילעס אומגעקומען ביי די נעכטיגע שלאכטן אין "בלינט-דזשבליל".0
**
צוויי און פופציג ישראלים זענען דערווייל אומגעקומען אין די לעצטע זעכצן טעג דורך די שלאכטן, אריינגערעכנט 33 סאלדאטן, און 19 ציווילע וועלכע זענען באטראפן געווארן פון די חיזבאלא ראקעטן אטאקעס.0
היינט דאנערשטאג זענען אלעס אינאיינעם געשאסן געווארן 110 ראקעטן, פארוואונדענדיג 20 מענטשן, און ברענגענדיג די צאל ראקעטן וואס זענען געשאסן געווארן אלעס אינאיינעם אין די לעצטע צוויי וואכן צו "טויזענט פינעף הונדערט פיר און זעכציג".0
**
וועלטליכע נייעס
א היץ כוואליע אין פראנקרייך האט היינט אומגעברענגט 64 מענטשן, אויפפרישענדיג זכרונות פון די מאסיווע היץ כוואליע וואס האט אומגעברענגט פופצן טויזענט עלטערע מענטשן אין פראנקרייך מיט דריי יאר צוריק.0
**
אמעריקאנע מיליטערישע קאמאנדירן אין איראק האבן אנגעהויבן אריבערצופירן פינעף טויזענט אמעריקאנע טרופן קיין באגדאד מיט טאנקן און געפאנצערטע טראקס, אין א פארזוך איינצושטילן די הויכע צאל געוואלדטאטן וואס קומען דארט פאר.0
עקספערטן ווארענען אבער אז דאס אוועקנעמען טרופן פון אנדערע שטעט, קען אפשוואכן די קאנטראל וואס דאס מיליטער האט דערווייל אויף די אנדערע געגענטער אין איראק.0
**
אמעריקאנע נייעס
צוויי וואכן נאכדעם וואס א דרייווער איז אומגעקומען צוליב פעלערן אין באסטאן'ס ביג-דיג טונעל, האט דער פארזיצער פון מאסאטשוסעטס טורנפייק אגענטור וועלכע האט אויפגעבויט דעם טונעל ענדליך רעזיגנירט, אויפן פארלאנג פון גאווערנאר מהיט ראטמני.0
**
א מענטש וואס דינט א לעבנסלענגליכע טורמע אורטייל אין קאחלאטראחדאט, האט זיך היינט מודה געווען אין האבן אדורכגעפירט 48 מערדערייען לענגאויס אמעריקע במשך 25 יאר, צווישן 1970 און 1995 ווען ער איז ענדליך ארעסטירט געווארן.0
אויב זיין געשיכטע וועט זיך ארויסשטעלן אלס אמת, וועט ער זיין איינער פון די גרעסטע מערדער אין די אמעריקאנע היסטאריע.0
**
ביזנעס נייעס
די ריזיגע אויל פירמע "שעל" האט היינט געמאלדן אז זייערע פראפיטן פונעם צווייטן קווארטל דעם יאר זענען געשטיגן מיט גאנצע פערציג פראצענט, א דאנק די געפעפערטע אויל פרייזן. אויך "עקסאן-מאביל" די גרעסטע אויל פירמע אין אמעריקע, האט היינט געמאלדן מעכטיגע פראפיטן פון צען ביליאן דאלער וואס זי האט געלייזט אין לויף פון די לעצטע דריי מאנאטן.0
די שטוינענדע באריכט האט ארויסגענומען טייל קאנגרעסלייט פונעם גלייכגעוויכט, פארלאנגענדיג אז מען זאל ארויפלייגן ריזיגע שטייערן אויף די פירמעס וועלכע רייסן געלט אין די צייט וואס מענטשן מוטשען זיך צו קענען באצאלן די הויכע גאזאלין פרייזן.0
סטאקס זענען היינט לייכט געפאלן, די דאו דזשאונס האט דערלייגט צוויי פונקטן, שליסנדיג זיך ביי עלף טויזענט און הונדערט, פארלירנדיג די 85 פונקטן וואס זי האט פארדינט אינמיטן טאג.0
**
לאקאלע נייעס
צוויי מענטשן זענען די וואך ארעסטירט געווארן אין ניו יארק סיטי נאכדעם וואס די פאליציי האבן געפונען ביי זיי אינדערהיים א גאנצע הויפן אומלעגאלע וואפן, אנגעהויבן פון קליינע האנט-גאנס און געענדיגט ביי שווערע גראנאטן ארויסשיסער.0
איינער פון די ארעסטירט וואוינט אין קווינס, וואו די פאליציי האבן געפונען ביי אים אינדערהיים איבער פופציג גאנס, ביים צווייטן, וועלכער וואוינט אין לאנג איילענד האבן זיי אויך געפונען און קאנפיסקירט ארום פופציג כלי משחיתים, אין די ווערט פון הונדערט טויזנט דאלער.0
די צוויי פארשוינען זענען שוין ארעסטירט געווארן מיט צען יאר צוריק אויף ענליכע קלאגעס, נאכדעם וואס שכינים האבן זיך באקלאגט אז זיי הערן שיסערייען, זיי זענען דאן באשטראפט געווארן מיט עטליכע יאר טורמע, און זענען פארבאטן געווארן פון פארמאגן גאנס, עס ערווארט זיי יעצט גאר שווערע קלאגעס.0
**
א גרופע פייערלעשער פון ניו יארק סיטי זענען אראפגעפארן קיין מינעסאטטע זיך צו טרעינען וויאזוי מען באהאנדעלט וואלד פייערן, און וויאזוי צו מענעדזשען און דורכפירן רעטונג מיסיעס אין פאל פון אנדערע דיזעסטערס (רח"ל).0
**
אין אנדערע נייעס
די פארט אויטאריטי פון ניו יארק און ניו דזשורזי האט היינט באשטעטיגט צוויי ביליאן דאלער פאר די ארבעט אנצוהייבן בויען א נייע טונעל פאר באנען אונטערן האדסאן ריווער, און וועט פארדאפלן די צאל מענטשן וואס נוצן מאסן טראנספארטאציע אריבערצוגיין פון ניו יארק קיין ניו דזשערזי.0
די ארבעט אויפן טונעל וועט זיך נישט אנהייבן פאר 2009 און ווערט ערווארטעט פארטיג צו ווערן אין יאר 2016, עס ווערט געשאצט אז עס וועט אפקאסטן איבער זיבן ביליאן דאלער דאס אויפצובויען.0
**
געזונטהייט נאטיץ
א באריכט צייגט, אז טראצדעם וואס קאלטע מעלאנע האט גאר א גוטע טעם, געט דאס אבער צו ווייניגער צום געזונט ווי די וואסער-מעלאנע וואס ווערט סערווירט אין געווענליכע רום-טעמפרעטואר.0
פארשער זאגן אז אויב וויל מען ארויסבאקומען דאס מערסטע פון א פיינע מעלאנע, זאל מען דאס סערווירן איידער מען לייגט דאס אריין אין פרידזשידער, ווייל דאן איז דאס די געזונטסטע צום עסן.0
**
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

קרעמער נייעס אגענטור אפדעיט פרייטאג דברים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יום פרייטאג דברים
נייעס פון מיטל מזרח
חיזבאלא האט זיך היינט אנגעהויבן באנוצן מיט נייערע ראקעטן וואס קענען פליען לענגערע שטרעקעס און פארמאגן אין זיך מער אויפרייס מאטעריאל.
היינט נאכמיטאג – ארץ ישראל צייט – האבן 5 אזעלכע מיסילס געלאנדעט אין עפולה, די פאליציי שאצט אז אריגינעל האבן די חיזבאלא געפלאנט צו שיסן די סארט מיסילס מיטן ציהל אנצוקומען ביז קיין נתניה אדער חחדחרחה, אבער צוליב די באמבערדירונגן ביי די גרעניצן פון לבנון האבן זיי דאס געמוזט ארויסשיסן פון טיפער אין לאנד, און א דאנק דעם איז עס נישט געפלויגן אזוי טיף אריין קיין מדינת ישראל.
צוויי מענטשן זענען היינט לייכט פארוואונדעט געווארן ווען פיר ראקעטן האבן געלאנדעט אין קרית שמונה. נאך ראקעטן האבן היינט געלאנדעט אין אפענע פלעצער נעבן כרמיאל, מעלות, ראש פינה און צפת, אבער קיינער איז ב"ה נישט געשעדיגט געווארן.
**
מדינת ישראל באמבארדירונגען האבן היינט אומגעברענגט דרייצן מענטשן אין לבנון, צען דערפון זענען אומגעקומען אינעם פלאטרט שטאט "טייר", און דריי אנדערע זענען אומגעקומען ביי שלאכטן אין די "בלעקאח" טאטל וואו די חיזבאלא פירט אן א ווידערשטאנד.
קריגס עראפלאנען פון מדינת ישראל האבן במשך די נאכט געשאסן הונדערטער מיסילס אויף צענדליגער צילן אין דרום לבנון, צעווארפענדיג הייזער און אנזייענדיג חורבנות איבעראל, אויך האבן זיי צושטערט א חיזבאלא באזע וואו זיי פלעגן האלטן לאנג שטרעקיגע ראקעטן.
**
די יו.ען. האט היינט באשלאסן ארויסצוציען די אומבאוואפענטע באאבאכטער וואס געפונען זיך ביים גרעניץ צווישן מדינת ישראל און לבנון, נאכדעם וואס 4 באאבאכטער זענען אומגעקומען מיט דריי טעג צוריק דורך אן איזראעלי באמבערדירונג.
**
פראנקרייך'ס פרעזידענט דזשאק שיראק האט היינט פארלאנגט פון די יו.ען. ארויסצוגעבן א רעזאלוציע וואס זאל רופן צו א זאפארטיגע פייער אפשטעל אין לבנון. דער יו.ען. שליח צום מיטל מזרח האט אבער געזאגט אז דאס קען נישט צושטאנד קומען אן געשפרעכן מיט איראן און סיריע וועלכע שטיצן די חיזבאלא.
פרעמיער מיניסטער טאני בלעיר פון ענגלאנד ווערט אויך ערווארטעט צו לייגן דרוק אויף אמעריקע אדורכצופירן א רעזאלוציע אין די יו.ען., ווען ער וועט זיך היינט טרעפן מיט פרעזידענט בוש אין וואשינגטאן.
סעקרעטערי אוו סטעיט רייס וועלכע געפונט זיך יעצט אין אזיע, האט געמאלדן אז זי וועט זיך צוריקקערן צום מיטל מזרח ווען די צייט וועט זיין רייף פאר א דיפלאמאטישע פייער אפשטעל, נישט אנגעבנדיג קיין פונקטליכע פלענער ווען דאס וועט צושטאנד קומען.
**
די אויסערן מיניסטארן פון פינעף מוסולמענישע לענדער, איראן, מאחלאחזיע, אינדאטנעזיע, בלענגלעדאחש און פאקיסטאן, וועלכע געפונען זיך אויף א סאמיט אין מאלאזיע, האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע סטעיטמענט אין וואס זיי פארדאמען מדינת ישראל פאר די אקופאציע אין עזה און די שלאכטן אין לבנון, פארלאנגענדיג א זאפארטיגע אפשטעל.
מערערע פראטעסטן האבן אויסגעבראכן אין פארשידענע לענדער אקעגן מדינת ישראל'ס אקציעס אין לבנון, אריינגערעכנט אין אינדאנעזיע וואו טויזענטער האבן פראטעסטירט אין עטליכע שטעט, אויך אין מאלאזיע און בענגלעדאש האבן טויזנטער מארשירט און פארברענט אמעריקאנע און איזראעלי פענער אלס אויסדרוק פון פראטעסט.
**
איזראעלישע טרופן האבן זיך היינט ארויסגעצויגן פון עזה, נאך א צוויי טאגיגע אטאקע וואס האט אומגעברענגט 29 פאלעסטינער.
די איסלאמיק דזשיהאד גרופע האט היינט גענומען פאראנטווארליכקייט אויף די ראקעט אטאקע נעבן א קינדערגארטן אין אשקלון, פון וואס צוויי קינדער זענען פארוואונדעט געווארן.
אינעם מערב ברעג זענען 22 פאלעסטינער ארעסטירט געווארן אויף אויספארשונגען, נאכדעם וואס די טויטע קערפער פון א מתנחל איז נעכטן געפונען געווארן אין א פארלאזטע קאר נעבן שכם. דער מתנחל איז נעכטן אינדערפרי געקידנעפט געווארן נאכן אריינפארן אין א פאלעסטינער געגענט צו פארריכטן זיין קאר.
**
וועלטליכע נייעס
א באמבע האט היינט אויפגעריסן אין א סונישע מעטשעט אין באגדאד, אומברענגענדיג 4 און פארוואונדענדיג 6, איין טאג נאכדעם וואס א קאר באמבע האט אומגעברענגט 27 מענטשן אין צענטער פון באגדאד.
**
עס איז היינט באקאנט געווארן אז דריי אמעריקאנער האבן זיך געפונען אויף דעם העליקאפטער וואס האט מיטוואך געקראכט אין אפגאניסטאן, די דריי זענען געווען פאמיליע מיטגלידער פון אן אמעריקאנעם קאנטראקטער, וועלכע זענען געווען אויפן וועג אים צו באזוכן.
מיליטערישע קוועלער זאגן אז די העליקאפטער האט געקראכט צוליב שווערע וועטער אומשטענדן, און איז נישט אראפגעשאסן געווארן דורך די טאליבאנער, טראצדעם וואס די טאליבאנער האבן געמאלדן אז זיי האבן דאס געטאן.
**
אמעריקאנע נייעס
א יו.ען. מענטשן רעכט קאמיסיע האט היינט פארלאנגט אז אמעריקע זאל אפשטעלן אלע טויט שטראף אורטיילן, זאגנדיג אז די אורטיילן ווערן אומ'יושר'דיג אויסגעפירט נאר אויף ארימע און שווארצע פארברעכער.
די קאמיטע האט אויך פארלאנגט אז אמעריקע זאל נישט פאראורטיילן קיין מינדעריעריגע יוגענטליכע צו לעבנסלענגליכע טורמע, א שטראף וואס איז דערווייל געזעצליך אין 42 סטעיטס אין אמעריקע.
**
ביזנעס נייעס
די ריזיגע וואל-מארט געשעפטן נעץ, וועלכע פארמאגן איבער זעקס טויזנט ריטעיל געשעפטן פארשפרייט איבער די וועלט, האבן געמאלדן אז זיי וועלן זיך ארויסציען פון דייטשלאנד, איבערגעבנדיג אלע זייערע דארטיגע געשעפטן פאר א דייטשע פירמע, נאכן ליידן פארלוסטן צוליב די שווערע דייטשע האנדלן געזעצן.
די ריקצוג וועט אפקאסטן פאר וואל-מארט איין ביליאן דאלער, און קומט א קורצע צייט נאכדעם וואס זי האט זיך ארויסגעצויגן פון דרום קארעא, און לויט באריכטן באטראכט וואל-מארט אויך זיך ארויסצוציען פון ענגלאנד.
**
די קאמערץ דעפארטמענט האט היינט באריכטעט אז די אמעריקאנע עקאנאמיע האט זיך היבש פארשטייטערט אין די צווייטע קווארטל פונעם יאר, ווען קאסטומערס האבן זייער ווייניג איינגעקויפט און די פארקויף פון הייזער איז געפאלן.
די איינציגע זאך וואס איז געשטיגן אינעם צווייטן קווארטל, איז געווען די אינפלאציע, מיט פרייזן וואס זענען געשטיגן 2.9 פראצענט, די העכסטע שפרונג זינט 1994.
**
לאקאלע נייעס
א אייזן פירמע אין לוקסעמבורג האט אנגעהויבן פראדוצירן די ריזיגע שווערע ביעם'ס וואס וועלן גענוצט ווערן פאר די באזע פונעם נייעם פרידאם טאוער וואס ווערט אויפגעשטעלט אויפן ארט פון די אמאליגע טווין טאוערס.
די יוראפעיאישע קאמפאני איז אויסגעקליבן געווארן פאר דעם צוועק, ווייל קיין שום קאמפאני אין אמעריקע האט נישט די מעגליכקייטן צו פראדוצירן די גיגאנטישע ביעם'ס, וואס יעדע איינע פון זיי וועגט צווישן עלף און צוואנציג טאן.
**
אן 18 יעריגער יוגענטליכער איז נעכטן דערטרונקן געווארן שווימענדיג אין א לעיק אין וועסטשעסטער מיט 3 פון זיינע פריינט, די אנדערע האבן זיך באוויזן צו ראטעווען.
**
אין אנדערע נייעס
אין א זעלטענע דורכברוך אין די וועלט פון טעכנאלאגיע, האט א פראפעסאר אין אריזאנע ערפינדן א סטיקער וואס מען וועט ארויפקלעבן אויף פרוכט, און עס וועט צייגן אויב די פרוכט איז שוין גענוג רייף צום עסן.
מענטשן מוטשען זיך היינט צוטאגס אין די געשעפט ביים אויסקלויבן פרוכט, ווייל מען קען אסאך מאל נישט וויסן פונדרויסן אויב די פרוכט איז שוין גענוג רייף פון אינעווייניג, אבער די סטיקער וועט דערשפירן א געוויסע סארט גאז וואס געפונט זיך נאר אין רייפע פרוכט און וועט דאס אנצייגן דורך טוישן די פארב פונעם סטיקער פון ווייס אויף בלוי. ווי רייפער די פרוכט וועט זיין, וועט די סטיקער ווערן מער און מער טונקל בלוי.
די סטיקער וועט זיין צו באקומען ביז איין יאר, יעדע סטיקער וועט קאסטן בלויז איין פעני. לויטן פראפעסאר וועט זיך דאס שוין געפונען אין אלע אמעריקאנע סופערמארקעטס ביז צוויי דריי יאר.
**
געזונטהייט נאטיץ
דאקטוירים פרובירן יעצט אויס א נייע מיטל וויאזוי אפצוגעוואוינען מענטשן פון רייכערן, דורך אריינשפריצן א וואקסין אינעם ארעם, וואס וועט אפשטעלן דעם עדיקשן וואס רויכערער האבן צו די שעדליכע ניקאטין באשטאנדטייל פונעם ציגארעטל.
די איינשפריץ וועט אפשטעלן די ניקאטין פון דערגרייכן דעם מענטשן'ס מח, אזוי ארום וועט מען ווייניגער שפירן דעם טעם פונעם ציגארעטל, און עס וועט זיין פיל לייכטער זיך אפצוהאלטן פון רייכערן.
**



קיינער זאל זיך נישט צוריקהאלטן פון איבערשמועסן און קאמענטירן אויף די נייעסלעך, דאס וועט מיר נאר געבן מער אפעטיט אריבערצוברענגן אלע סחורה אהער.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

וועגן וואל מארט
כ'האב גרויס הנאה אז עס איז דא פון זיי דערלייגען יא ווייל זיי מיזן זיך היבש מצמצם זיין (קלענער ווערן) די חברה טיילן אויס ציפקע צרות פאר יעדעם וואס שטייט זיי אין וועג
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

מוצאי שבת קודש פרשת דברים (חזון)
נייעס פון מיטל מזרח
די פאליציי אגענטורן לענגאויס אמעריקע האבן דעם שבת אראפגעשטעלט א שווערע וואך ארום בתי מדרשים און אנדערע אידישע אינטערעסן, צוליב אן ערנסטן אינצידענט וואס האט דעם פרייטאג פאסירט אין וואשינגטאן סטעיט, ווען אן אראבער האט זיך אריינגעכאפט אין די בילדינג פון א אידישע ארגאניזאציע, און האט זיך גענומען שיסן אויף אלע אנוועזנדע, אומברענגענדיג אן 58 יעריגע פרוי, און שווער פארוואונדענדיג פינעף אנדערע.
לענגאויס ניו יארק האבן די פאליציי אראפגעשטעלט א ספעציעלע וואחך נעבן שוהלן און אנדערע אידישע פארזאמלונג פלעצער, מען האט אויך געקענט באמערקן באהאלטענע פאליציי אגענטן זיצנדיג אין קאחרן אויף פארשידענע ערטער דורכאויס די היימישע געגענטער.
די שיסעריי האט פאסירט דעם פארגאנגענעם פרייטאג נאכמיטאג, ווען אן אראבישער אפשטאמיגער "נאחוועד אחפזעל האחק", האט זיך אריינגעבראכן אינעם פעדערעישן בילדינג אין דאונטאון סיאטעל, נאכדעם וואס א דארטיגער ארבייטער האט אריינגעלייגט די זיכערהייט קאוד ביים פארשלאסענעם טיהר.
זייענדיג אינעם בילדינג האט ער אויסגעשריגן אז ער איז אן מוסולמענישע אמעריקאנער און איז אויפגעברויזט אויף מדינת ישראל, און האט זיך גענומען שיסן רעכטס און לינקס אויף אלע אידישע ארבייטער וועלכע זענען געווען אנוועזנד.
אלע פארזאמעלטע האבן זיך גענומען ארויסלויפן און שווערע פאליציי כוחות זענען גלייך אנגעקומען און ארומגענומען דעם ארט, דער טעראריסט האט זיך גלייך אונטערגעגעבן און איז ארעסטירט געווארן, עס ווארטן אויף אים שווערע קלאגעס.
די פינעף פארוואונדעטע געפונען זיך אין שפיטאל, דריי פון זיי זענען צוערשט געווען אין א קריטישן צושטאנד, אבער האבן זיך ב"ה פארבעסערט צו בלויז אן ערנסטן צושטאנד, צוויי אנדערע געפונען זיך אין א צופרידנשטעלנדע צושטאנד.
א ווארטזאגער פאר די עף.בי.איי. זאגט אז מען גלויבט אז דער טעראריסט האט געארבעט אליין, אויף די אייגענע האנט, און איז נישט קיין מעמבער אין א טעראר ארגאניזאציע.
**
דעם שבת קודש האבן איבער ניינציג ראקעטן געלאנדעט אין מדינת ישראל, פארוואונדענדיג פינעף מענטשן.
**
סעקרעטערי אוו סטעיט רייס האט זיך היינט צוריקגעקערט קיין מדינת ישראל, וואו זי האט יעצט אויפדערנאכט אפגעהאלטן לאנגע געשפרעכן מיט פרעמיער מיניסטער אהוד אולמערט, פארלייגנדיג א נייעם פייער-אפשטעל פלאן, אונטער וואס פראצויזישע און לעבאנעזער טרופן וועלן זיין פון די אונטערנאצינאלע טרופן וואס וועלן באוואכן די גרעניצן צווישן לבנון און מדינת ישראל, און די גרעניצן צווישן סיריע און לבנון.
לויטן פלאן וועט מדינת ישראל אפשטעלן די באמבערדירונגען און די אונטערנאציאנאלע טרופן וועלן איבערנעמען די גרעניץ וואך צווישן די צוויי לענדער, מיטן באדינג אז חיזבאלא געט צוריק די צוויי פארכאפטע מדינת ישראל זעלנער, אהוד גאלדוואסער און אזלאדטד רזגזב.
רייס האט זיך באדאנקט פאר מדינת ישראל פארן אויפעפענען ספעציעלע וועגן אין לבנון צו קענען אריבערפירן הילפס מאטעריאל, ווי עסן און מעדעצינען, צו די געליטענע לעבאנעזער געגענטער.
**
דער הויפט פון די חיזבאלא טעראר גרופע, שעיך כאסאן נאסראלא, האט היינט געזאגט אין א רעדע אז די נעכטיגע ראקעט וואס האט דערגרייכט ביז "עפולה", איז נאר דער אנהויב פון א באנייטע קאמפיין אקעגן די שטעט וואס געפונען זיך אין צענטער פון מדינת ישראל, זאגנדיג אז די אטאקעס וועלן אנהאלטן ביז ווילאנג מדינת ישראל הערט נישט אויף מיט איר אגרעסיע אקעגן לבנון.
נאסראלא האט זיך דערקלערט אלס געווינער אינעם קאנפליקט, זאגנדיג אז דאס איז געווען דאס ערשטע מאל אין די געשיכטע וואס צוויי מיליאן איזראעליס האבן געמוזט פארלאזן זייערע היימען און זיך אויסבאהאלטן אין באמבע שעלטערס צוליב אן אראבישן קאנפליקט, און אז די איזראעליס האבן נאכנישט פארדינט קיין איין מיליטערישן געווינס דורכאויס דעם גאנצן קאנפליקט.
**
היינט האבן מדינת ישראל עראפלאנען באמבערדירט ביים גרעניץ צווישן סיריע און לבנון, צווינגענדיג די צוויי לענדער אפצושפארן דעם דורכגאנג פאר טויזענטער לעבאנעזער פלאלויטהים וועלכע זענען דארטן געווען אויסגע'שורה'ט מיטן ציהל אריבערצוגיין דעם גרעניץ קיין סיריע.
**
מדינת ישראל טאנקן האבן זיך היינט אויפדערנאכט ארויסגעצויגן פון די "בינט-דזשביל" געגענט וואו זיי האבן אפגעהאלטן שווערע שלאכטן דורכאויס די גאנצע פארגאנגענע וואך מיט די חיזבאלא גערילעס פארלירנדיג דערביי 18 זעלנער.
די חיזבאלא האט דאס דערקלערט אלס א זיג פאר זייערע קעמפער, אבער ווי עס קוקט אויס איז דאס בלויז געווען א פארברייטונג אויף א באנייטע אנפאל וואס די איזראעלי מיליטער פלאנט אדורכצופירן אויף א דערנעבנדיגע שטעטל מיטן נאמען "קההיאחם".
**
אפיציעלע באריכטן פון די רעגירונג אין לבנון האבן געמאלדן אז 458 לעבאנעזער האבן שוין פארלוירן זייערע לעבנס אין דעם קאנפליקט וואס האלט שוין אן איבער צוויי וואכן, פיר הונדערט פון זיי זענען געווען ציווילע.
אין מדינת ישראל האלט די צאל אומגעקומענע ציווילע פון די ראקעטן אטאקעס ביי 19, און 33 סאלדאטן זענען דערווייל אומגעקומען ביי די קאמפן.
**
מדינת ישראל קריגס עראפלאנען האבן היינט באמבערדירט עטליכע צילן אין עזה, פארניכטענדיג א באמבע פעקטארי וואו מען פלעגט פאבריצירן און סטארעדזשען וואפן, אויך האבן זיי באשאסן א בילדינג וואו עס האבן זיך אויפגעהאלטן כאמאס מיליטאנטן.
אויפן מערב ברעג האבן באהאלטענע מדינת ישראל טרופן באפאלן דעם פירער פונעם איסלאמיק דזשיהאד טעראר גרופע אין שכם, און אים אומגעברענגט.
די איסלאמיק דזשיהאד האט גענומען פאראנטווארליכקייט אויף אלע 12 זעלבסטמערדער אויפרייסן וואס זענען פארגעקומען אין מדינת ישראל די פארגאנגענע 17 מאנאטן, אומברענגענדיג 71 מענטשן......
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יום זונטאג ואתחנן אויפדערנאכט
אידישע נייעס
פאמיליע און פריינט פון דעם פאקיסטאנער אפשטאמיגער שיסער נאחאוויד האחק, וועלכער האט דעם פרייטאג אומגעברענגט א אידישע פרוי אין די פעדערעישאן געביידע אין סיאטעל וואשינגטאן, געבן איבער אז דער שיסער האט א היסטאריע פון גייסטישע פראבלעמען, און גייט שוין צען יאר אויף פסיכיאטרישע באהאנדלונגען.
**
נייעס פון מיטל מזרח
די צאל אומגעקומענע לעבאנעזער פון די היינטיגע באמבערדירונג אין קוואנא איז געשטיגן צו 60.
אין מדינת ישראל זענען 98 דירות און 9 קאחרען געשעדיגט געווארן דורך 91 ראקעטן וועלכע האבן געלאנדעט אין קרית שמונה, זיבעצן איינוואוינער פון קרית שמונה זענען לייכט פארוואונדעט געווארן און האבן געברויכט אנקומען צו באהאנדלונג אינעם עמערדזשענסי רום.
**
א ווארטזאגער פארן אמעריקאנעם סטעיט דעפארטמענט האט יעצט אויפדערנאכט געמאלדן אז מדינת ישראל האט מסכים געווען צו א קורצע פייער אפשטעל אויף אלע באמבערדירונגן פון די לופטן במשך 48 שעה, צו ערלויבן אן אויספארשונג אויף די נעכטיגע באמבערדירונג וואס האט אויפגערודערט די וועלט.
אויך וועט מדינת ישראל געבן 24 שעה פאר איינוואוינער פון דרום לבנון צו פארלאזן זייערע היימערטער און זיך אריבערציען צו אנדערע מער פארזיכערטע געגענטער.
**
די זיכערהייט קאונסיל פונעם יו.ען. האט היינט אפגעהאלטן אן עמערדזשענסי מיטינג וואו דער גענעראל סעקרעטאר קאפי אנאן האט פארדאמט די איזראעלי אטאקע אויף ציווילע אין קוואחנאח וואס האט אומגעברענגט מערסטנס פרויען און קינדער, וועלכע האבן זיך אויפגעהאלטן אין די בעיסמענט פון דעם באשאסענעם געביידע, זוכנדיג שיץ פון די פליענדע באמבעס.
דער לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער האט געזאגט אז צוליב די היינטיגע אטאקע ציהט ער צוריק פון דעם פייער אפשטעל פלאן וואס ער האט פארגעשטעלט פאריגע וואך, ווען ער האט פארשפראכן צו אנטוואטפענען די חיזבאלא טעראר גרופע, און אריינלאזן אונטערנאציאנאלע טרופן ביים גרעניץ צווישן לבנון און מדינת ישראל.
פרעמיער מיניסטער סאחנהיאטראח האט געזאגט ביי א פרעסע קאנפערענץ אז לבנון וועט נישט פארהאנדלן מיט קיינעם, ווילאנג מדינת ישראל הערט נישט אויף צו פארגיסן די בלוט פון אומשולדיגע מענטשן.
די הויפט פון איראן'ס מיליטער האט אין א רעדע צו זיינע טרופן פארלאנגט אז זיי זאלן זיין גרייט צו נעמען נקמה אין מדינת ישראל אדער אמעריקע ווען אימער דער באפעל וועט קומען.
**
מדינת ישראל קאמאנדירן האבן היינט געוויזן בילדער וואו מען זעט ראקעטס ארויספליען פון דעם "קוואחנאח" געגענט וואס איז היינט באשאסן געווארן אין דעם בלוטיגסטן אטאקע זינט די אנהייב פון די שלאכטן מיט ניינצן טעג צוריק, זאגנדיג אז דאס צייגט קלאר אז די באשאסענע בילדינגס פלעגן דינען אלס ארויסשיס פונקטן פאר הונדערטער ראקעטן וועלכע האבן געלאנדעט אין קרית שמונה, און אנדערע צפון געגענטער פון מדינת ישראל.
אויך זאגן זיי אז עס איז פארדעכטיגט דער פאקט אז די בילדינגס זענען צוזאמגעפאלן הערשט זיבן-אכט שעה נאכדעם וואס די עראפלאנען האבן דאס באמבערדירט, וואס קען באדייטן אז די צוזאמפאל איז פאראורזאכט געווארן דורך אויפרייס מאטעריאל וואס די חיזבאלא האט דארט געהאלטן.
**
פרעמיער מיניסטער אהוד אולמערט האט היינט געזאגט פאר די אמעריקאנע סעקרעטערי אוו סטעיט רייס, אז מדינת ישראל יאגט זיך נישט צו דערקלערן א פייער אפשטעל, זאגנדיג אז ער וועט אויסציען די שלאכטן אויף נאך צען טעג אדער צוויי וואכן, ווילאנג די חיזבאלא טעראריסטן פון לבנון וועלן אויסגעראטן ווערן.
רייס וועט פריצייטיג איבערהאקן די מיטל מזרח רייזע, און וועט זיך מארגן צוריקקערן קיין וואשינגטאן, אויסצוארבעטן א יו.ען. רעזאלוציע וואס זאל אפשטעלן דעם קריזיס.
דער הויפט פון די יו.ען. הומאניטעריען אפטיילונג האט פארלאנגט אז מדינת ישראל און די חיזבאלא זאלן זיך פארפליכטן צו א דריי טאגיגע פייער אפשטעל, זאגנדיג אז במשך די 72 שעה וועט זיין ארגעניזאציע קענען ארויסציען די עלטערע לייט און די פרויען און קינדער פון אלע שווער באטראפענע געגענטער און ליפערן עסן מיט מעדעצינען פאר די וואס נויטיגן זיך דערין.
**
היינט פארנאכטס האבן מדינת ישראל טאנקן ווידער אריינמאשירט קיין לבנון, דאסמאל מיטן ציהל איבערצופאלן דעם "טייבחלא" געגענט, חיזבאלא האט געשטעלט א העפטיגע ווידערשטאנד, איין מדינת ישראל מיליטער זעלנער איז פארוואונדעט געווארן ביי די שלאכטן.
מדינת ישראל עראפלאנען האבן היינט באמבארדירט איבער 80 צילן אין לבנון, אריינגעכענט 32 בילדינגס וואס די חיזבאלא פלעגט נוצן ארויסצושיסן די קאטיושא ראקעטן, פיר טונעלן וואס די טעראריסטן פלעגן נוצן זיך אריינצוכאפן קיין מדינת ישראל, פיר ראקעט ארויסשיסער, צוויי קארס, און צוויי באוואפענטע טעראריסטן.
צום צווייטן טאג אין א ציה, האבן מיליטערישע עראפלאנען באמבערדירט די גרעניץ פונקט צווישן סיריע און לבנון, שטערנדיג דעם פלולס פון פללויטהים וועלכע פליסן ארויס פון לבנון זוכנדיג שיץ אין סיריע פון די העפטיגע באמבערדירונגען.
זינט די שלאכטן האבן זיך אנגעהויבן האט די איזראעלי עירפארס אדורכגעפירט 6,800 מיסיעס אין די הימלען העכער לבנון און האבן אטאקירט איבער 3,300 צילן.
**
וועלטליכע נייעס
פיר אמעריקאנע מארינען זענען היינט אומגעקומען אין א סוני געגענט פון באגדאד, און טייל מיטגלידער פונעם איראקער פארלאמענט האבן פארלאנגט אז דער אינערן מיניסטער זאל רעזיגנירן, נאכדעם וואס ער האט נישט באוויזן צו ברענגן ארדענונג אין לאנד.
היינט האבן אמעריקאנער עף.16 עראפלאנען באשאסן א געביידע נעבן באגדאד, אומברענגענדיג עטליכע מיליטאנטן וועלכע זענען געווען פאראנטווארליך אויף די ראקעט אטאקע אין באגדאד די פארגאנגענע וואך וואס האט אומגעברענגט 31 איראקער.
**
צענדליגער טויזנטער פראטעסטירער, שטיצער פונעם לינקן קאנדידאט וועלכער האט שמאל פארלוירן ביי די וואלן מיט עטליכע וואכן צוריק, האבן זיך היינט פארזאמעלט אינעם הויפשטאט פון מעקסיקא, אנהייבנדיג א רייע פון פראטעסטן פארלאנגענדיג איבערצוציילן מיט די האנט יעדע איינציגע שטימע וואס איז אפגעגעבן געווארן ביי די פרעזידענטליכע וואלן.
**
אמעריקאנע נייעס
די היץ כוואליע וואס האט באטראפן קאליפארניע, און האט אנגעהאלטן כמעט צוויי וואכן, מיט טעמפרעטוארן וואס האבן דערגרייכט אויף טייל פלעצער צו איבער 110 דעגרי, ווערט באשולדיגט אין די טויט פון 141 מענטשן.
**
לאקאלע נייעס
דער טשעירמאן פון קאן עדיסאן האט זיך היינט עפנטליך אנטשולדיגט פאר די קווינסער איינוואוינער וועלכע זענען געווען כמעט צען טעג אן עלעקטריק, זאגנדיג אז ער ווייסט אז די קאמפאני ברויך זיך פארבעסערן.
דער קאמפאני הויפט ווערט ערווארטעט זיך צו באטייליגן ביי די הירינג'ס וואס וועלן זיך מארגן אנהייבן אינעם ניו יארק סיטי קאונסיל איבער די בלעקאוטס אין קווינס די פארגאנגענע וואך.
**
צוויי קליינע קינדער זענען היינט נאכמיטאג פארוואונדעט געווארן אין א העפטיגע קאר צוזאמענשטויס אין די קאנארסי געגענט פון ברוקלין.
**
אין אנדערע נייעס
א 85 יעריגער מאן איז אריינגעפארן מיט זיין קאר אין א סטאחרבלאטקס קאטפי געשעפט אין קאליפארניע, די פאליציי וועט אים אבער נישט אנקלאגן אויף קיין פארברעכן, זאגנדיג אז דאס איז סתם געווען א פארדריסליכע טעות פון אן עלטערן פארשוין וועלכער האט פרובירן פלארקן זיין קאר, און האט געדרוקט אויפן גאחז פלעדל אנשטאט אויפן ברעיק.
**
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך בין געווען שבת אין א קאנטרי, און שבת נאכמיטאג איז אנגעקומען א סטעיט פאליציאנט און זיך אביסל ארומגעדרייט און געפרעגט אפאר קשיות, בשעת מעשה האט קיינער נישט געוואוסט וואס ער האט געוואלט, אבער נאך שבת ווען מען האט געהערט פון די וואשינגטאן שיסעריי איז שוין געווען פארשטענדליך
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פרוביר צוטרעפן ווער עס איז געווען דער וואס האט באמערקט דעם באהאלטענעם פאליציאנט אין א אומבאצייכענטע קאר אין די היימישע געגענטער? קרעמער!

אויף ליע עוועניו, אויסער די מאסן פאליצייאישע קארן וואס זענען געשטאנען פארענט פון היימישע (און אומהיימישע ודי) בתי מדרשים, אדער וואס זענען ארומגעפארן אויף די גאסן מיט א שטארקע אנגעצויגנקייט, האב איך באמערקט א קאר שטיין פארלאזט ערגעץ וואו אינמיטן א גאס, מיט א געניט אויג האב איך באמערקט אז דער דרייווער האט פארמאגט א פאליצייאישן בעדזש אויף זיך.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יום מאנטאג ואתחנן
נייעס פון מיטל מזרח
די היינטיגע טאג איז אדורך גאנץ שטיל און רוהיג נאכדעם וואס קיין איין ראקעט איז נישט געפאלן אין לויף פונעם טאג אויף מדינת ישראל, איינוואוינער פון די צפון געגענטער האבן זיך ארויסגעכאפט פון זייערע בונקערס און היימען, און האבן זיך אריבערגעשעפט צו די געשעפטן, איינקויפן עסן און מעדעצינען נאכן זיין פארשפארט אינדערהיים צוויי און א האלב וואכן צוליב זארג פון די פליענדע ראקעטן.
יעצט ביינאכט זענען יא געווען באריכטן פון ראקעטן וואס האבן געלאנדעט אינעם גליל געגענט.
חיזבאלא האט היינט דערקלערט אז זיי האבן באשאסן א מדינת ישראל מיליטערישע שיף וואס געפונט זיך אין די וואסערן נעבן לבנון, אבער מדינת ישראל האט געלייקנט די געשיכטע.
**
פרעמיער מיניסטער אהוד אולמערט האט היינט ווידער אוועקגעמאכט די נאכאנאנדיגע געבעטן פון די וועלט לענדער איינצושטעלן א פלערמאחנענטן פייער אפשטעל, זאגנדיג אז די שלאכטן וועלן זיך נאר אויפהערן ווען מדינת ישראל וועט צוריקבאקומען די צוויי סאלדאטן וואס זענען געקידנעפט געווארן דורך די חיזבאלא גערילעס.
אויך פרעזידענט בוש האט היינט קלאר געמאכט זיין שטעלונג, אז א פייער אפשטעל קען נאר באטראכט ווערן אויב דאס אדרעסירט אויך די ווארצלן פונעם פראבלעם, ווי די קאנטראל וואס חיזבאלא האט אויף דרום לבנון, און די איינפלוס וואס איראן מיט סיריע האבן אין לבנון.
**
טויזנטער ציווילע האבן היינט פארלאזט זייערע געגנטער אין לבנון, וואו זיי זענען שוין פארשפארט קנאפע דריי וואכן אונטער א האגעל פון באמבעס וואס רעגענען אראפ פון איזראעלי מיליטערישע עראפלאנען, נאכדעם וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט געגעבן א טאג צייט פאר מענטשן צו פארלאזן די קאנפליקט זאנע.
מענטשן האבן געשטראמט מיט קארס און טראקס, אנדערע זענען אפילו געגאנגען צופיס, אלע זענען געגאנגען אינעם צפון ריכטונג, אוועק פון די מדינת ישראל-לבנון גרעניץ וואו די שלאכטן קומען פאר.
**
שווערע שלאכטן האבן היינט אנגעהאלטן אין די צפון-מזרח ווינקל פון דרום לבנון, נעבן די געגענטער פון טייבלא און אנדערע גרעניץ שטעטלעך, וואו די איזראעלי טרופן שלאגן זיך שוין באלד צוויי וואכן.
טראץ דעם פייער אפשטעל אויף אלע באמבעס פון די לופט, האבן מדינת ישראל עראפלאנען נאך אלץ באשאסן היינט עטליכע צילן, צום ביישפיל א טראק מיט וואטפען וואס איז נארוואס אריבערגעקומען די גרעניץ פון סיריע, איז באשאסן געווארן אויף די לעבאנעזער זייט פונעם גרעניץ.
**
פרעזידענט כאסני מובאראק פון עגיפטן האט געווארנט אז די גאנצע שלום אינעם מיטל מזרח קען צוזאמפאלן צוליב די איזראעלי קאמפן אין לבנון.
אויך פרעזידענט בלאחשאחר אחסאחד פון סיריע האט היינט, ביי די פייערונגן לכבוד די 61'סטע יארטאג פון די סיריער ארמיי, צוגעגרייט זיינע סאלדאטן צו א מלחמה אקעגן מדינת ישראל, זאגנדיג אז מען קען נישט שטיין און צוקוקן וויאזוי די איזראעליס פירן דורך אגרעסיעס אקעגן די לעבאנעזער און פאלעסטינער פעלקער.
**
מדינת ישראל האט זיך היינט אנטשולדיגט פאר לבנון איבער דעם אומקום פון א לעבאנעזער סאלדאט, וועמענס קאר איז באשאסן געווארן מיינענדיג אז דארט געפונט זיך א הויכראנגיקער חיזבאלא פירער.
**
וועלטליכע נייעס
די פענטאגאן האט היינט באריכטעט אז די ארעסטן פון די מלחמה אקעגן טעראר, וואס ווערן געהאלטן אין די גוואנטאנאמא בעי טורמע, האבן הונדערטער מאל אטאקירט די אמעריקאנער מיליטערישע פאליציי וועלכע באוואכן זיי.
די ארעסטאנטן פלעגן באווארפן די פאליציאנטן מיט עסצייג און שווערע ראדיאס, אויך פלעגן זיי שפייען אויף די סאלדאטן דורך די לעכער אין די טירן וואו מען דערלאנגט זיי דאס עסן.
**
טויזנטער לינקע פראטעסטירער האבן היינט פאראליזירט די ביזנעס צענטער פון מעקסיקא'ס הויפטשטאט, אפשפארענדיג זעקס מייל פון די פארנומענסטע גאס, פאראורזאכנדיג א שווערע טראפיק, פארלאנגענדיג אן איבערצייל פון די שטומען וואס זענען אפגעגעבן געווארן ביי די פרעזידענטליכע וואלן.
**
אמעריקאנע נייעס
די דעמאקראטישע פירער פונעם קאנגרעס און סענאט, האבן זיך פאראייניגט און פארלאנגט אין א בריוו צו פרעזידענט בוש, אז ער זאל ארויסציען די טרופן פון איראק ביז ענדע יאר, צוליב די שווערע קאסטן וואס די מלחמה קאסט אפ פאר אמעריקע, און די אנגייענדע שלאכטן צווישן די סוני'ס און שיאטן אין איראק.
**
ביזנעס נייעס
וואל סטריט האט היינט מילד פארלוירן אינעם לעצטן טאג פונעם מאנאט, נאך די ראחלי פון פארגאנגענע וואך. די דאו דזשאונס האט פארלוירן 34 פונקטן, שליסנדיג זיך ביי עלף טויזענט הונדערט פינעף און אכציג.
**
לאקאלע נייעס
מעיאר בלומבערג האט היינט אונטערגעשריבן א "היעט עמערדזשענסי" געזעץ וואס פארלאנגט פון די שטאטישע רעגירונג אפן צו האלטן 380 אפקילונג צענטערן ווען די היצן דערגרייכן צו 95 דעגרי.
אינעם סטעיטמענט האט בלומבערג אויפגעפאדערט אלע ניו יארקער איינוואוינער, און ספעציעל די עלטערע מענטשן, צו טרונקן אסאך וואסער און אוועקשטיין פון די זון, אויך זאל מען אויסלעשן אלע אומנויטיגע עלעקטרישע כלים, און לאזן דעם עירקאנדישן אנגעצינדן נאר ווען מען איז אין שטוב.
די עמערדזשענסי מענעדזשמענט אגענטור האט פארעפנטליכט פראקטישע עצות וויאזוי זיך צו היטן פון די שווערע היצן:
1) שטייט אוועק פון די זון אויב מעגליך. אויב איר זענט אונטער די זון, באנוצט זיך מיט "סאן-סקרין" און א הוט.
2) טרונק אסאך פליסיגקייטן, בפרט וואסער. פרובירט צו פארמיידן אלקאהאל אדער קאפיען.
3) טוט נישט קיין שווערע ארבעט, בפרט אין די שעות צווישן עלף אזייגער פארמיטאג ביז פיר אזייגער נאכמיטאג ווען די זון באקט די שטארקסטע.
4) קיינמאל טאר מען נישט לאזן קליינע קינדער אליין אין א קאר ח"ו.
5) מאכט זיכער צו באזוכן אייערע עלטערע שכינים זען אויב זיי ברויכן עפעס הילף.
6) אויב איר באמערקט אן אפענע פייער-היידרענט וואס מענטשן עפענען אויף זיך אפצוקילן, רופט גלייך די פייער לעשער, ווייל דאס איז אומלעגאל.
7) גיט אכטונג אויב איר באקומט נישט איינע פון די סימפטאמן פון די-היידרעישאן, ווי צום ביישפיל: שוואכקייטן, קאפוויי, דיזיקייט, איבלן אדער ברעכן. אין פאל איר שפירט איינע פון די אויבנדערמאנטע, רופט פאר הילף.
**
דער פארזיצער פון קאן-עדיסאן קעווין בלורקע, איז היינט אויסגעפרעגט געווארן דורך ניו יארק סיטי קאונסיל מיטגלידער במשך דריי שעה, ביי א הירינג וואס איז אפגעהאלטן געווארן איבער דעם מאסיוון בלעקאוט וואס האט אנגעהאלטן צען טעג, ברענגענדיג שווערע שאדענס פאר א געשאצטע הונדערט טויזענט קווינסער איינוואוינער.
ער האט זיך פארענטפערט אז קאן עדיסאן האט אין אנהייב נישט געוואוסט ווי שטארק די בלעקאוט איז פארשפרייט, ביז זיי האבן אינעם פערטן טאג אראפגעשיקט אינספעקטארס צו זען ווי ווייט די פראבלעם האט דערגרייכט.
**
אין אנדערע נייעס
די קערפער פון דזשארדזש קאנינגהעם, א וויליאמסבורגער איינוואוינער וועלכער האט געדינט אין די אמעריקאנע ארמיי ביים צווייטן וועלט מלחמה, איז היינט ענדליך באערדיגט געווארן אין לאנג איילענד מיט מיליטערישע צערעמאניעס.
קאנינגהעם איז אין 1942 אריינגעגאנגען דינען אין די אמעריקאנע ארמיי, און איז אומגעקומען צוויי יאר דערויף, ווען דער עראפלאן אויף וואס ער איז געפלויגן האט געקראכט אין א בערגיגע געגענט אין ניי גיני, און מען האט נישט געפונען די קערפער פון די אומגעקומענע ביז לעצטנס, ווען מען האט מיט די.ען.עי. טעסטס געזען אז דאס זענען אמעריקאנער זעלנער און זיי באגראבן מיטן פארדינטן כבוד.
**
געזונטהייט נאטיץ
פייערלעשער וועלכע זענען נעכטן נאכט גערופן געווארן צו די היים פון אן עלטער פארפאלק אין וויליאמסבורג נאכדעם וואס די "קאחרבלאטן מענאחקסייד" דעטעקטאר האט זיך צעפיפן, האבן איבערגעגעבן אז אויב מען באקט אדער מען קאכט אסאך אין די הייסע טעג, זאל מען מאכן זיכער צו עפענען א פענסטער און געבן א געלעגנהייט פאר די גאז ארויסצוגיין פונעם צימער.
ביי די נעכטיגע מעשה האבן די פייערלעשער געפונען אז די דירה איז שוין געווען דרייסיג פראצענט אנגעפולט מיט די שעדליכע לופט, עס איז געווען ממש א נס אז די דירה האט פארמאגט אן אלארם, און זאגן אז מענטשן זאלן דאס נישט נעמען פאר גרינג, נאר לאזן אויסלופטערן די דירות און נישט לאזן נאר דעם עירקאנדישן גיין א גאנצן טאג מיט פארמאכטע פענסטער.
**
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לפנים משורת הדין, נאכדעם וואס קיינער קאמענטירט נישט, וועל איך יא ווייטער ארויפשטעלן די נייעס פארן חשוב'ן ציבור:


יום דינסטאג ואתחנן
נייעס פון מיטל מזרח
דאס מדינת ישראל מיליטער האט היינט געליטן דריי פרישע פארלוסטן, ברענגענדיג די צאל טויטע זעלנער צו 36 זינט די אנהויב פון די מלחמה אין לבנון.
די דריי זענען אומגעקומען ווען חיזבאלא טעראריסטן האבן געשאסן אנטי-טאנק מיסילס אויף די טרופן וואס זענען אריינגעגאנגען אינעם "אייטאח-על-שאחהאחב" שטעטל, וואס געפונט זיך איין קילאמעטער אוועק פונעם גרעניץ צווישן לבנון און מדינת ישראל, וואס פון דארטן זענען די חיזבאלא קעמפער אריבערגעקומען דעם גרעניץ מיט דריי וואכן צוריק צו פארכאפן די מדינת ישראל מיליטער זעלנער.
אויסער די דריי אומגעקומענע סאלדאטן, זענען נאך 25 זעלנער פארוואונדעט געווארן ביי יענע שלאכטן. פיר חיזבאלא קעמפער זענען אומגעקומען ביי שלאכטן מיט די איזראעלי טרופן.
**
חיזבאלא האט היינט געשאסן פיר קאטיושא ראקעטן וואס האבן געלאנדעט אין דריי באזונדערע גליל געגענטער פון מדינת ישראל.
איין ראקעט האט געלאנדעט אויף א אויסגעליידיגטע קינדערגארטן שולע אנמאכנדיג שאדענס, די אנדערע דריי האבן געלאנדעט אויף פרייע פעלדער, עס זענען נישט באריכטעט געווארן קיין באשעדיגטע מענטשן ב"ה.
א מדינת ישראל קאמאנדיר האט געווארנט אז די שטילקייט פון די לעצטע צוויי טעג, ווען די חיזבאלא האבן כמעט נישט געשאסן קיין ראקעטן, איז נישט קיין צייכן אז זיי האבן פארלוירן דעם קאמף, נאר אז זיי טוען זיך פריש ארגאניזירן, און מען זאל זיין גערישט אויף מערערע ראקעטן אטאקעס ר"ל אין די צוקונפט.
ווארענונג אלארמס האבן זיך צופיפן היינט אויפדערנאכט אין נהריה, מעלות, און כפר ורדים, אבער דערווייל זענען נישט באריכטעט געווארן קיין געפאלענע ראקעטן.
**
טראץ דעם דערקלערטן פייער אפשטעל מצד מדינת ישראל, האבן אירע קריגס עראפלאנען היינט שווער באשאסן שיאטישע געגענטער אין דרום לבנון, ווי אויך אנדערע חיזבאלא געגענטער טיפער אריין אין לבנון.
**
די מדינת ישראל זיכערהייטס קאבינעט האבן נעכטן נאכט געשטימט צו ערלויבן פאר די ארמיי אריינצודרינגן טיפער אין לבנון, טייל מיניסטארן האבן געזאגט אז די קאמפן וועלן נאך אנהאלטן צווישן 7 און 14 טעג, און דערנאך וועלן זיי זיין גרייט איבערצוגעבן קאנטראל פון דרום לבנון פאר די אונטערנאציאנאלע טרופן וואס וועלן קומען לויטן אפמאך פונעם דיפלאמאטישן פייער אפשטעל.
**
וועלטליכע נייעס
איראן'ס פרעזידענט מאכמוד אכ-מעדינ-דזשאד האט היינט קאטעגאריש אפגעווארפן די יו.ען. רעזולאציע וואס פארלאנגט אז איראן זאל סוספענדירן אלע אוראניום בארייכונגען ביז ענדע פון דעם מאנאט, אנשטאט דעם האט ער געמאלדן אז איראן וועט פאראויסגיין מיט אירע נוקלעארע פלענער.
**
היינט איז געווען א בלוטיגע טאג אין איראק, ווען באמבעס און שיסערייען האבן אומגעברענגט מער פון זיבעציג מענטשן, אריינגערעכנט צוואנציג איראקער טרופן, איין אמעריקאנער און איין בריטישע זעלנער.
די איראקער זעלנער זענען אומגעקומען ווען זייער באס איז ארויפגעפארן אויף א באמבע וואס איז געווען איינפלאנצט ביי די זייט פונעם ראוד, און עס האט אויפגעריסן, אומברענגענדיג אלע פאסאזשירן.
גלייכצייטיג איז געמאלדן געווארן אז 45 שיאטן זענען לעצטנס געקידנעפט געווארן פארנדיג אויף די הויפט הייוועי וואס פירט קיין סיריע און ירדן, די הייוועי לויפט אדורך א געגענט וואו סוני מיליטאנטן האלטן זיך אויף.
**
בלויז איין טאג נאכדעם וואס נאט"א האט איבערגענומען קאנטראל אינעם דרום טייל פון אפגאניסטאן, זענען דריי בריטישע סאלדאטן אומגעקומען ווען טאליבאנער מיליטאנטן זענען באפאלן זייער פאטראל קאר און דאס באשאסן מיט גראנאטן.
דאס איז געווען די גרעסטע פארלוסט אין איין טאג פאר ענגלאנד, זינט זי האט געשיקט אירע טרופן אין 2001 ארויסצוהעלפן אמעריקע אראפווארפן די טאליבאנער רעגירונג. אלעס אינאיינעם האט שוין ענגלאנד פארלוירן 16 זעלנער אין אפגאניסטאן.
**
ארבייטער אין קובא האבן היינט מארשירט אין די גאסן אין אויסדרוק פון שטיצע פאר זייער קראנקן פירער פידל קאחסטראט וועלכער איז היינט אראפ פון בענקל צוליב זיין שוואכן געזונט צושטאנד, נאכן דינען אלץ פרעזידענט פון קובא גאנצע 47 יאר.
אין מיאמי פלארידע האבן הונדערטער קובלאנער – וועלכע זענען אנטלאפן פון קאסטרא'ס קאמוניסטישע רעזשים – געפייערט אין די גאסן נאכן הערן די נייעס איבער קאסטרא'ס פארערגערטן געזונט צושטאנד.
**
אמעריקאנע נייעס
פרעזידענט בוש איז היינט אדורכגעגאנגען זיין יערליכע טשעק-אטפל אין א מיליטערישע שפיטאל אין מערילענד, עס האט גענומען פיר שעה, און דאקטורים זענען זייער צופרידן פון זיין געזונט צושטאנד, אבער דער פרעזידענט איז אביסל אנגעזעצט צוליב דעם וואס ער האט צוגענומען פינעף פונט די פארגאנגענע יאר, זאגנדיג אז ער האט מסתמא געגעסן צופיל קעיק ביי זיין געבורטסטאג פארטי דעם פארגאנגענעם מאנאט.
**
ביזנעס נייעס
סטאקס זענען היינט געפאלן צום צווייטן טאג אין א רייע, צוליב זארג אז עס דערקענען זיך יא סימנים פון אינפלאציע, אויפברענגענדיג שפעקולאציעס אז די פעדעראל רעזערוו וועט יא נאכאמאל העכערן די אינטערעסט ראטעס, ווען זיי טרעפן זיך די קומענדיגע וואך דינסטאג צו באטראכטן ווייטערדיגע פלענער.
די נעסדעק האט פארלוירן כמעט דרייסיג פונקטן, שליסנדיג זיך ביי צוויי טויזענט צוויי און זעכציג, און די דאו-דזשאונס האט פארלוירן כמעט זעכציג פונקטן, זיך צו שליסן ביי עלף טויזענט הונדערט פינעף און צוואנציג.
**
לאקאלע נייעס
אכט פייערלעשער זענען היינט אינדערפרי מילד פארוואונדעט געווארן ביים באקעמפן דאס פייער וואס האט פארניכטעט פיר געשעפטן אין עלמהורסט, קווינס.
**
די ניו יארקער פאליציי האבן נעכטן נאכט ארעסטירט א 19 יעריגער יוגענטליכער וועלכער האט געשיינט מיט א לעיזער-פוינטער אויף א פאליצייאישע העליקאפטער וואס האט זיך געדרייט אין די לופטן נעבן די ברוקלין ברידזש, פארבלענדענדיג די אויגן פונעם פיילאט פאר א קורצע וויילע, אריינשטעלנדיג אים אין א סכנה.
**
היציגע נייעס
היינט איז די רעקארד געבראכן געווארן אין נוארק ליבערטי עירפארט, ווען די היץ האט דערגרייכט צו הונדערט דעגרי, אין לעגווארדיע עירפארט האט זיך די היץ געמאסטן ביי 99 דעגרי, וואס דאס איז די אלטע רעקארד פאר דעם טאג.
אין סענטרעל פארק איז די העכסטע טעמפרעטור אינמיטן טאג געווען 95 דעגרי.
מעיאר בלומבערג האט ביי א פרעסע קאנפערענץ היינט נאכמיטאג געמאלדן עטליכע שריט וואס די שטאט האט אונטערגענומען ארויסצוהעלפן ניו יארקער פונעם היץ קריזיס, אריינגערעכנט דאס אפנהאלטן די פובליק שווים באסיינען ביז אכט אזייגער ביינאכט, און צוזאמנעמען די מיסט זעקס אזייגער פארטאגס, א שעה פריער ווי געווענליך.
ער האט געמאלדן אז די גרויסע סטאדיום'ס ארום ניו יארק וועלן פארלעשן זייערע לייטס און עירקאנדישען, אין א פארזוך צו פארשפארן די עלעקטרישע באנוץ. אויך האט די רעגירונג אויסגעלאשן די לעמפ פון עטליכע בריקן איבער ניו יארק און ניו דזשערזי, אריינגערעכנט דעם דזשארדזש וואשינגטאן ברידזש.
עטליכע טויזענט איינוואוינער אין סטעטן איילענד זענען געבליבן אן עלעקטריק צוליב אן איבערפלוס אין עלעקטרישע באנוץ צוליב די שווערע היצן.
די הייסע וועטער איז באשולדיגט געווארן אין די טויט פון הונדערטער פישלעך וועלכע זענען געפונען געווארן ביי די ברעגעס פון די ניו מארקעט לעיק, טעסטס האבן געצייגט אז די וואסער האט נישט פארמאגט גענוג אקסידזשען.
**
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ערב תשעה באב נאכמיטאג
נייעס פון מיטל מזרח
דאס מדינת ישראל מיליטער האט זיך היינט טיפער אריינגעריקט אין דרום לבנון, אריינשיקענדיג 8,000 טרופן וועלכע גייען פון שטעטל צו שטעטל, מיטן ציהל אויסצוראטן די חיזבאלא טעראריסטן וועלכע האבן זיך דארט איינגעגלידערט און פירן פון דארט אן זייערע טעראר אטאקעס. עטליכע זעלנער זענען היינט פארוואונדעט געווארן ביי די שלאכטן.
מדינת ישראל מיליטער אפיצירן האבן היינט געזאגט אז זיי פלאנען ביז מארגן דאנערשטאג אריינצודרינגן פיר מייל טיף אין לבנון, און אין די קומענדיגע טעג ווילן זיי דערגרייכן ביז דעם ליטאחני טייך וואס געפונט זיך 18 מייל אוועק פונעם גרעניץ.
**
היינט אינדערפרי האבן איזראעלי קאמאנדאס זיך אריינגעכאפט אין דעם צפון לבנון שטעטל בלאחאלבלעק, וואס געפונט זיך הארט נעבן דעם סיריער גרעניץ, וואו זיי האבן אונטער א האגל פון שווערע פייער מצד די חיזבאלא וואס האט אנגעהאלטן א שעה צייט, פארכאפט 5 וויכטיגע חיזבאלא פירער, און אומגעברענגט 10 אנדערע.
די שלאכטן זענען פארגעקומען נעבן א דארטיגע שפיטאל, וואס איז געווען ליידיג פון פאציענטן, און מדינת ישראל זאגט אז דאס האט געדינט אלץ א בלאחזע פאר די חיזבאלא מיליטאנטן.
מדינת ישראל עראפלאנען האבן היינט באשאסן א לעבאנעזע ארמיי באזע, פון וואס איין סאלדאט פון לבנון איז אומגעקומען, ברענגענדיג די צאל אומגעקומענע לעבאנעזער זעלנער צו 26 זינט די שלאכטן האבן זיך אנגעהויבן מיט דריי וואכן צוריק.
מינימום 540 לעבאנעזער זענען שוין אומגעקומען אין די שלאכטן, אריינגערעכנט 468 ציווילע, 26 סאלדאטן, און 46 חיזבאלא קעמפער. דער לעבאנעזער געזונטהייט מיניסטער זאגט אבער אז די צאל טויטע האט שוין דערגרייכט צו 750, אריינגערעכנט אזעלכע וואס זענען נאך אלץ באגראבן אונטער די חורבנות פון די אומגעווארפענע הייזער.
אויף די מדינת ישראל זייט, זענען 55 ישראלים אומגעקומען אין די פארגאנגענע דריי וואכן צוליב די שלאכטן, אריינגערעכנט 36 סאלדאטן, און 19 ציווילע וועלכע זענען אומגעקומען פון די ראקעטן אטאקעס.
**
א ראקעט וואס די חיזבאלא האבן היינט געשאסן קיין מדינת ישראל, האט דערגרייכט קיין בית שסאחן, א שטעטל וואס געפונט זיך 42 מייל אוועק פון די לבנון גרעניץ, דאס איז די ווייטסטע וואס א מיסיל האט דערווייל דערגרייכט, און צייגט אז די חיזבאלא פארמאגט לאנג שטרעקיגע מיסילס וואס קענען דערגרייכן ווייטער ווי די געגענטער וואס זענען ביזדערווייל באטראפן געווארן.
אלעס אינאיינעם האבן די חיזבאלא היינט באהאגעלט די צפון שטעט פון מדינת ישראל מיט 210 ראקעטן, דאס מערסטע געשאסן צו ווערן אין איין טאג ביזדערווייל.
די היינטיגע ראקעטן האבן פארוואונדעט 58 מענטשן, און אומגעברענגט איין אמעריקאנער בירגער, וועלכער וואוינט שוין 20 יאר אין א קיבוץ אין מדינת ישראל. דער מענטש האט געהאלטן אינמיטן אהיימפארן מיט זיין בייק נאכדעם וואס די סיירינס האבן זיך צעפיפן, און די ראקעט האט אים אנגעטראפן פארנט פון זיין הויז.
היינט איז אויך באקאנט געווארן אז איינער פון די דריי סאלדאטן וועלכע זענען די וואך אומגעקומען אין לבנון, איז אן אמעריקאנער אימיגראנט מיטן נאמען מיכאל לעווין, וועלכער האט זיך צוריקגעקערט פיר טעג פריער פון א באזוך ביי זיין פאמיליע אין פילאדעלפיע.
**
איין מיסיל האט היינט בטעות געלאנדעט אין די אראבישע שטעטל דזשענין אויפן מערב ברעג, פאראורזאכנדיג א זעקס פיסיגע לאך אין דער ערד. אבער א ווארטזאגער פארן פאלעסטינער פרעזידענט מאכמוד אבאס האט געזאגט אז ער גלויבט אז די ראקעט האט געזאלט דערגרייכן קיין מדינת ישראל, און איז נישט געווען געצילט פאר די פאלעסטינער טעריטאריעס.
**
דיפלאמאטישע מיטלען צו לעזן דעם קאנפליקט, האבן היינט געכאפט א פליק, ווען פראנקרייך, וועלכע האט געזאלט שיקט טרופן אדער גאר אנפירן די אונטערנאציאנאלע טרופן ביים גרעניץ צווישן מדינת ישראל מיט לבנון, האט היינט באשלאסן נישט אנטיילצונעמען אין די יו.ען. געשפרעכן וועלכע זענען געפלאנט אויף מארגן דאנערשטאג, זאגנדיג אז זי וועט זיך אומקערן צו די פארהאנדלונגען נאר נאכדעם וואס די שלאכטן קומען צו א גענצליכן אפשטעל.
**
מיר וואונטשן פאר אלע אונזערע ליינער, א געזונטן און גרינגן תענית, און מיר זאלן בקרוב זוכה צו זיין צו משיח צדקינו און בנין בית המקדש, במהרה בימינו אמן!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יום מוצאי תשעה באב
נייעס פון מיטל מזרח
היינט איז געווען די שווערסטע טאג פאר מדינת ישראל זינט די שלאכטן האבן זיך אנגעהויבן אין לבנון.
אכט ציווילע מענטשן זענען גע'הרג'ט געווארן דורך די חיזבאלא ראקעטן היינט נאכמיטאג, און פיר סאלדאטן זענען אומגעקומען פון חיזבאלא פייער אין לבנון.
פינף פון די ציווילע טויטע – אריינגערעכנט א טאטע מיט זיין טאכטער – זענען אומגעקומען פון ראקעטן וואס האבן געלאנדעט אין עכו, די אומגעקומענע זענען בטעות ארויסגעגאנגען פון זייערע בונקערס, מיינענדיג אז די סכנה איז שוין פאריבער.
דריי אנדערע חברים, 18 יעריגע פארמערס, זענען אומגעקומען אין די מעלות געגענט, פון א ראקעט וואס האט זיי באטראפן ליגנדיג אויף דער ערד זיך צו באשיצן פון די פליענדע ראקעטן.
צענדליגער אנדערע זענען אויך פארוואונדעט געווארן פון די איבער 160 ראקעטן וואס זענען היינט געפלויגן אויף די צפון טייל פון מדינת ישראל, אריינגערעכנט די געגענטער נהריא, ראש פינה, כפר ורדים, כרמיאל, טבריא, און קרית שמונה.
זינטן אנהייב פון די אטאקעס זענען שוין 2,300 ראקעטן געשאסן געווארן דורך די חיזבאלא אויף מדינת ישראל.
**
דאס מדינת ישראל מיליטער האט אויך היינט געליטן שווערע פארלוסטן, ווען 4 זעלנער זענען אומגעקומען ביי צוויי באזונדערע שלאכטן מיט די חיזבאלא קעמפער אין לבנון, די סאלדאטן זענען געזיצן אין טאנקן וואס האבן אויפגעריסן דורך אנטי-טאנק מיסילס וואס זענען געשאסן געווארן אין זייער ריכטונג.
חיזבאלא האט זיך אין די לעצטע יארן איינגעהאנדלט מעכטיגע אנטי-טאנק מיסילס, וואס קענען צושטערן אפילו די פארגעשריטענסטע מדינת ישראל טאנקן.
דרייצן חיזבאלא מיליטאנטן זענען אומגעקומען ביי די שלאכטן היינט מיט מדינת ישראל טרופן, וועלכע זענען אנגעגאנגען אין צוואנציג שטעטלעך אין דרום לבנון.
**
היינט נאכמיטאג, גלייך נאך די ראקעטן אטאקעס, האט דאס מדינת ישראל ארמיי אנגעהויבן א פרישע באמבערדירונג קאמפיין אין די הימלען העכער ביירוט, טראץ דעם ווארענונג פון חיזבאלא'ס שעיך נאסראלא, וועלכער האט געסטראשעט צו שיסן ראקעטן קיין תל אביב אויב מדינת ישראל וועט אטאקירן ביירוט.
לויטן לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער, זענען 900 ציווילע שוין אומגעקומען און 3,000 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן דורכאויס די שלאכטן אין לבנון וואס האלטן שוין אן דריי וואכן.
איבער א מיליאן לעבאנעזער זענען פארטריבן געווארן פון זייערע הייזער צוליב די מלחמה צושטאנד, דאס איז א פערטל פון אלע איינוואוינער אין לבנון.
**
מדינת ישראל העליקאפטערס האבן היינט געשאסן מיסילס אויף פאלעסטינער מיליטאנטן אין עזה, אויך זענען 50 מדינת ישראל טאנקן אריינגעפארן אין עזה, ביים גרעניץ צווישן עזה און מצרים, וואו זיי האבן אומגעברענגט 8 פאלעסטינער, אריינגערעכנט אן 8 יעריג אינגל.
**
וועלטליכע נייעס
איראן'ס פרעזידענט מאכמוד אכמעדינעדזשאד האט היינט – ביי אן עמערדזשענסי מיטינג פון אראבישע פירער – געזאגט, אז די עיקר לעזונג צום קריזיס אינעם מיטל מזרח, איז דורך עלימינירן די ציוניסטישע רעגירונג, זאגענדיג אז דאס איז אן אומלעגאלע רעגירונג און די גאנצע מיטל מזרח וועט זיין אסאך רואיגער אן זיי.
אן אנדערע ווארענונג איז געקומען פון ירדן'ס קעניג אבדולא, וועלכער האט געזאגט אז די שנאה קעגן מדינת ישראל איז היינט אזוי גרויס, אפילו אין די מעסיגע אראבישע לענדער, אז – אפילו אויב מדינת ישראל זאל פארניכטן די חיזבאלא גרופע פון לבנון – קען א נייע טעראר גרופע ארויסוואקסן אין סיריע, עגיפטן, איראק, אדער אפילו אין זיין אייגן לאנד ירדן.
**
די צוויי העכסטע פענטאגאן באאמטע האבן היינט מודה געווען ביי אן אויפטריט פארן קאנגרעס, אז די פארמערטע קריגערייען וואס קומען פאר צווישן די סוני'ס און די שיאטן אין איראק, קען מעגליך אריינפירן דאס גאנצע לאנד אין א ציווילע מלחמה.
**
פיר קאנאדישע סאלדאטן זענען היינט אומגעקומען פון דריי באזונדערע באמבעס אויף די זייט פונעם ראוד אין אפגאניסטאן, אויך האט א זעלבסטמערדער היינט אויפגעריסן א קאר באמבע אין קאנדאהאר אפגאניסטאן, אומברענגענדיג 21 ציווילע.
**
אמעריקאנע נייעס
פרעזידענט בוש האט היינט באזוכט ביים גרעניץ צווישן טעקסאס און מעקסיקא, וואו ער האט געזאגט אז אמעריקע ברויך צושטעלן מער מאדערנע טעכנאלאגיע צו פארזיכערן אירע גרעניצן.
בוש וועט פון דארט גיין צו זיין רענטש אין טעקסעס, וואו ער וועט אנהויבן זיין קורצסטע זומער וואקאציע אין יארן, היי יאר וועט ער וויילן אין זיין וואקאציע ארט בלויז 9 טעג, צוליב די שווערע מצב אין איראק און אינעם מיטל מזרח.
**
א פאול וואס איז היינט ארויסגעקומען איבער די סענאט וואלן אין קאנעקטיקוט, האט צוגעגעבן צום טרויער פון סענאטאר יוסף ליבערמאן, נאכדעם וואס ער איז גאר נידריג געפאלן אין די אנקעטעס, האלטענדיג 13 פונקטן אונטער זיין קעגנער, דער מיליאנער נעד לעמאחנט, וועלכער פארמעסט זיך מיט אים אין די דעמאקראטישע פריימעריס וואס וועלן פארקומען דעם קומענדיגן דינסטאג.
**
לאקאלע - היציגע נייעס
די טעמפרעטואר אין ניו יארק האט היינט אינמיטן טאג דערגרייכט צו 95 דעגרי, וואס איז טאקע אביסל קילער ווי די לעצטע צוויי טעג, אבער ארויסגייענדיג אויפן גאס האט זיך געשפירט ווי מען וואלט געווען אין אן אויוון, בפרט אין א תענית טאג.
מען ערווארטעט קילערע וועטערס, וואס וועלן זיין אין די מיטעלע אכציגערס, אויף די קומענדיגע פאר טעג, א דאנק עטליכע רעגן שטורעמס וועלכע האבן זיך אנגעהויבן היינט נאכמיטאג, און ווערן ערווארטעט אנצוהאלטן מארגן אינדערפרי.
**
פינעף און צוואנציג טויטפעלער זענען צוגעשריבן געווארן צום היץ, אין 10 סטעיטס אין אמעריקע. אריינגערעכנט צוויי ארעסטאנטן פון א טורמע אין אינדיאנא וואס פארמאגט נישט קיין עירקאנדישן, און א היימלאזער פארשוין אין ניו יארק סיטי.
אין נוארק ניו דזשערזי איז אן עלטער פארפאלק, וועלכע האבן נישט פארמאגט קיין עירקאנדישן, געפונען געווארן טויט אין זייער היים היינט אינדערפרי, נאכדעם וואס זיי האבן זיך באנוצט מיט א פשוט'ע פען אפצוקילן די שטוב, ווען די היץ אינדרויסן האט דערגרייכט אין די לעצטע דריי טעג צו איבער 100 דעגרי.
**
עטליכע געגענטער אין ניו יארק סיטי און וועסטשעסטער האבן היינט געליטן פון בלעקאוטס, לויט קאן עדיסען האבן 4,000 קאסטומערס זיך געפונען אין די טונקל דעם היינטיגן טאג, אראפ פון די 95,000 קאסטומערס וואס האבן נישט פארמאגט קיין עלעקריסיטי מיטוואך ערב תשעה באב.
די לייטס פונעם ברוקלין ברידזש און די עמפייער סטעיט בילדינג זענען פארטונקלט געווארן, אין א פארזוך צו שפארן עלעקטרישע קראפט אין די הויכע היצן.
טויזנטער איינוואוינער אין סטעמפארד קאנעקטיקוט, וואו עס געפונט זיך אויך א היימישע ישיבה, האבן היינט נאכמיטאג זיך געפונען אין די טונקל, ווען די עלעקטעריק קאמפאני האט אפגעשפארט די עלעקטריסיטי צוליב דעם וואס עטליכע אונטערערדישע ווייערס האבן זיך אונטערגעצינדן פון די שווערע היצן.
**
אין ניו העמפשיר האט איינער אריינגעלייגט צוויי בעקעלעך מיט רויע קוקיס אויף די פאדערשטע פענסטער פונעם קאר, צוגעמאכט די טיר, און די קוקיס האבן זיך אפגעבאקן דורך די היץ פון די קאר וואס האט דערגרייכט צו 200 דעגרי.
**
אין אנדערע נייעס
בריטישע עקספערטן זענען אויפגעקומען מיט א נייע טעכנאלאגישע מיטל וויאזוי מען קען וויסן אויב די איי איז רוי, לויז אדער פיין אפגעקאכט.
זיי האבן ערפינדן א ספעציעלע סטעמפ וואס מען זיגלט ארויף אויף די אייער שאלעכץ, וואס ביים קאכן וועלן זיך די ווערטער פונעם זיגל טוישן צו "ווייך", "מיטלגארטיג", אדער "הארט", געווענדעט לויט ווילאנג די איי קאכט זיך.
**
ביזנעס נייעס
די פארד קאר פירמע, האט היינט צוריקגערופן 1.2 מיליאן טראקס און עס.יו.ווי'ס אין די פאראייניגטע שטאטן, צוליב א ספיעד קאנטראל סוויטש וואס קען זיך איבערהיצן און אויפפלאמען.
די רי-קאול איז אויף די עקספלאורער עס.יו.ווי'ס און די עקאחנאט-ליין ווענס, וואס זענען פאבריצירט געווארן צווישן די יארן 1996 און 2002.
פארד האט צוריקגערופן 5 מיליאן טראקס מיט איין יאר צוריק, צוליב דעם זעלבן פראבלעם.
**
סטאקס האבן שיין פארדינט די לעצטע צוויי טעג צוליב גוטע עקאנאמישע נייעס און שטארקע ריטעיל סעילס. די דאו דזשאונס איז געשטיגן 75 פונקטן ערב תשעה באב, און נאך 42 פונקטן אום תשעה באב, זיך שליסנדיג ביי עלף טויזענט צוויי הונדערט צוויי און פערציג.
**
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

קרעמער שרייבט
אריינגערעכנט צוויי ארעסטאנטן פון א טורמע אין אינדיאנא וואס פארמאגט נישט קיין עירקאנדישן

אינטערעסאנט מ'האט נאך נישט געהערט פון די (סטופעד) מענשען רעכט גרופע'ס
בריטישע עקספערטן זענען אויפגעקומען מיט א נייע טעכנאלאגישע מיטל וויאזוי מען קען וויסן אויב די איי איז רוי, לויז אדער פיין אפגעקאכט.
זיי האבן ערפינדן א ספעציעלע סטעמפ וואס מען זיגלט ארויף אויף די אייער שאלעכץ, וואס ביים קאכן וועלן זיך די ווערטער פונעם זיגל טוישן צו "ווייך", "מיטלגארטיג", אדער "הארט", געווענדעט לויט ווילאנג די איי קאכט זיך.

כ'האב פונקט לעצטענ'ס געזהען (כ'געדענק נישט וואו) אז איינער א פראפעסער איז ארויס געקומען מיט אזא סטיקער וואס מ'קלעבט ארויף אויף פרוכט אין עס טוישט קאלירען פון נישט געצייטיגט , געצייטיגט , און איבער געצייטיגט און זיי זאגען אז ביז דריי יאר וועט עס א יעדע פרוכט האבען .
עס גייט קאסטען בערך צוויי צענט אזא סטיקער'ל.
א פאול וואס איז היינט ארויסגעקומען איבער די סענאט וואלן אין קאנעקטיקוט, האט צוגעגעבן צום טרויער פון סענאטאר יוסף ליבערמאן, נאכדעם וואס ער איז גאר נידריג געפאלן אין די אנקעטעס, האלטענדיג 13 פונקטן אונטער זיין קעגנער, דער מיליאנער נעד לעמאחנט, וועלכער פארמעסט זיך מיט אים אין די דעמאקראטישע פריימעריס וואס וועלן פארקומען דעם קומענדיגן דינסטאג

מיט דעם אלעם וועט ער לכאורה געווינען ווייל ער גייט דאך לויפ'ן אויף די אינדעפענדענט פארטיי אויב ער פארלירט די דעמאקראטישע פריימעריס און אסאך וועלן אים שטיצען און לאו דוקה דעמאקראטען
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

קרעמער עס קוקט אויס דו האסט היי יאהר געמאכט א שארט-קאט פונעם תענית און ביז אפגעקומען גאנץ לייכט מיט גאנצע 7 שעה פון ערב תשעה באב נאכמיטאג ביז נאכן אויספאסטן


דא איז ערב תשעה באב נאכמיטאג


פורסם: חמישי אוג' 03, 2006 3:06 pm

קרעמער האט געשריבן:ערב תשעה באב נאכמיטאג
נייעס פון מיטל מזרח
דאס מדינת ישראל מיליטער האט זיך היינט טיפער אריינגעריקט אין דרום לבנון, אריינשיקענדיג 8,000 טרופן וועלכע גייען פון שטעטל צו שטעטל, מיטן ציהל אויסצוראטן די חיזבאלא טעראריסטן וועלכע האבן זיך דארט איינגעגלידערט און פירן פון דארט אן זייערע טעראר אטאקעס. עטליכע זעלנער זענען היינט פארוואונדעט געווארן ביי די שלאכטן.
מדינת ישראל מיליטער אפיצירן האבן היינט געזאגט אז זיי פלאנען ביז מארגן דאנערשטאג אריינצודרינגן פיר מייל טיף אין לבנון, און אין די קומענדיגע טעג ווילן זיי דערגרייכן ביז דעם ליטאחני טייך וואס געפונט זיך 18 מייל אוועק פונעם גרעניץ.
**
היינט אינדערפרי האבן איזראעלי קאמאנדאס זיך אריינגעכאפט אין דעם צפון לבנון שטעטל בלאחאלבלעק, וואס געפונט זיך הארט נעבן דעם סיריער גרעניץ, וואו זיי האבן אונטער א האגל פון שווערע פייער מצד די חיזבאלא וואס האט אנגעהאלטן א שעה צייט, פארכאפט 5 וויכטיגע חיזבאלא פירער, און אומגעברענגט 10 אנדערע.
די שלאכטן זענען פארגעקומען נעבן א דארטיגע שפיטאל, וואס איז געווען ליידיג פון פאציענטן, און מדינת ישראל זאגט אז דאס האט געדינט אלץ א בלאחזע פאר די חיזבאלא מיליטאנטן.
מדינת ישראל עראפלאנען האבן היינט באשאסן א לעבאנעזע ארמיי באזע, פון וואס איין סאלדאט פון לבנון איז אומגעקומען, ברענגענדיג די צאל אומגעקומענע לעבאנעזער זעלנער צו 26 זינט די שלאכטן האבן זיך אנגעהויבן מיט דריי וואכן צוריק.
מינימום 540 לעבאנעזער זענען שוין אומגעקומען אין די שלאכטן, אריינגערעכנט 468 ציווילע, 26 סאלדאטן, און 46 חיזבאלא קעמפער. דער לעבאנעזער געזונטהייט מיניסטער זאגט אבער אז די צאל טויטע האט שוין דערגרייכט צו 750, אריינגערעכנט אזעלכע וואס זענען נאך אלץ באגראבן אונטער די חורבנות פון די אומגעווארפענע הייזער.
אויף די מדינת ישראל זייט, זענען 55 ישראלים אומגעקומען אין די פארגאנגענע דריי וואכן צוליב די שלאכטן, אריינגערעכנט 36 סאלדאטן, און 19 ציווילע וועלכע זענען אומגעקומען פון די ראקעטן אטאקעס.
**
א ראקעט וואס די חיזבאלא האבן היינט געשאסן קיין מדינת ישראל, האט דערגרייכט קיין בית שסאחן, א שטעטל וואס געפונט זיך 42 מייל אוועק פון די לבנון גרעניץ, דאס איז די ווייטסטע וואס א מיסיל האט דערווייל דערגרייכט, און צייגט אז די חיזבאלא פארמאגט לאנג שטרעקיגע מיסילס וואס קענען דערגרייכן ווייטער ווי די געגענטער וואס זענען ביזדערווייל באטראפן געווארן.
אלעס אינאיינעם האבן די חיזבאלא היינט באהאגעלט די צפון שטעט פון מדינת ישראל מיט 210 ראקעטן, דאס מערסטע געשאסן צו ווערן אין איין טאג ביזדערווייל.
די היינטיגע ראקעטן האבן פארוואונדעט 58 מענטשן, און אומגעברענגט איין אמעריקאנער בירגער, וועלכער וואוינט שוין 20 יאר אין א קיבוץ אין מדינת ישראל. דער מענטש האט געהאלטן אינמיטן אהיימפארן מיט זיין בייק נאכדעם וואס די סיירינס האבן זיך צעפיפן, און די ראקעט האט אים אנגעטראפן פארנט פון זיין הויז.
היינט איז אויך באקאנט געווארן אז איינער פון די דריי סאלדאטן וועלכע זענען די וואך אומגעקומען אין לבנון, איז אן אמעריקאנער אימיגראנט מיטן נאמען מיכאל לעווין, וועלכער האט זיך צוריקגעקערט פיר טעג פריער פון א באזוך ביי זיין פאמיליע אין פילאדעלפיע.
**
איין מיסיל האט היינט בטעות געלאנדעט אין די אראבישע שטעטל דזשענין אויפן מערב ברעג, פאראורזאכנדיג א זעקס פיסיגע לאך אין דער ערד. אבער א ווארטזאגער פארן פאלעסטינער פרעזידענט מאכמוד אבאס האט געזאגט אז ער גלויבט אז די ראקעט האט געזאלט דערגרייכן קיין מדינת ישראל, און איז נישט געווען געצילט פאר די פאלעסטינער טעריטאריעס.
**
דיפלאמאטישע מיטלען צו לעזן דעם קאנפליקט, האבן היינט געכאפט א פליק, ווען פראנקרייך, וועלכע האט געזאלט שיקט טרופן אדער גאר אנפירן די אונטערנאציאנאלע טרופן ביים גרעניץ צווישן מדינת ישראל מיט לבנון, האט היינט באשלאסן נישט אנטיילצונעמען אין די יו.ען. געשפרעכן וועלכע זענען געפלאנט אויף מארגן דאנערשטאג, זאגנדיג אז זי וועט זיך אומקערן צו די פארהאנדלונגען נאר נאכדעם וואס די שלאכטן קומען צו א גענצליכן אפשטעל.
**
מיר וואונטשן פאר אלע אונזערע ליינער, א געזונטן און גרינגן תענית, און מיר זאלן בקרוב זוכה צו זיין צו משיח צדקינו און בנין בית המקדש, במהרה בימינו אמן!



און דא איז שוין נאכן אויספאסטן


פורסם: חמישי אוג' 03, 2006 10:11 pm

קרעמער האט געשריבן:יום מוצאי תשעה באב
נייעס פון מיטל מזרח
היינט איז געווען די שווערסטע טאג פאר מדינת ישראל זינט די שלאכטן האבן זיך אנגעהויבן אין לבנון.
אכט ציווילע מענטשן זענען גע'הרג'ט געווארן דורך די חיזבאלא ראקעטן היינט נאכמיטאג, און פיר סאלדאטן זענען אומגעקומען פון חיזבאלא פייער אין לבנון.
פינף פון די ציווילע טויטע – אריינגערעכנט א טאטע מיט זיין טאכטער – זענען אומגעקומען פון ראקעטן וואס האבן געלאנדעט אין עכו, די אומגעקומענע זענען בטעות ארויסגעגאנגען פון זייערע בונקערס, מיינענדיג אז די סכנה איז שוין פאריבער.
דריי אנדערע חברים, 18 יעריגע פארמערס, זענען אומגעקומען אין די מעלות געגענט, פון א ראקעט וואס האט זיי באטראפן ליגנדיג אויף דער ערד זיך צו באשיצן פון די פליענדע ראקעטן.
צענדליגער אנדערע זענען אויך פארוואונדעט געווארן פון די איבער 160 ראקעטן וואס זענען היינט געפלויגן אויף די צפון טייל פון מדינת ישראל, אריינגערעכנט די געגענטער נהריא, ראש פינה, כפר ורדים, כרמיאל, טבריא, און קרית שמונה.
זינטן אנהייב פון די אטאקעס זענען שוין 2,300 ראקעטן געשאסן געווארן דורך די חיזבאלא אויף מדינת ישראל.
**
דאס מדינת ישראל מיליטער האט אויך היינט געליטן שווערע פארלוסטן, ווען 4 זעלנער זענען אומגעקומען ביי צוויי באזונדערע שלאכטן מיט די חיזבאלא קעמפער אין לבנון, די סאלדאטן זענען געזיצן אין טאנקן וואס האבן אויפגעריסן דורך אנטי-טאנק מיסילס וואס זענען געשאסן געווארן אין זייער ריכטונג.
חיזבאלא האט זיך אין די לעצטע יארן איינגעהאנדלט מעכטיגע אנטי-טאנק מיסילס, וואס קענען צושטערן אפילו די פארגעשריטענסטע מדינת ישראל טאנקן.
דרייצן חיזבאלא מיליטאנטן זענען אומגעקומען ביי די שלאכטן היינט מיט מדינת ישראל טרופן, וועלכע זענען אנגעגאנגען אין צוואנציג שטעטלעך אין דרום לבנון.
**
היינט נאכמיטאג, גלייך נאך די ראקעטן אטאקעס, האט דאס מדינת ישראל ארמיי אנגעהויבן א פרישע באמבערדירונג קאמפיין אין די הימלען העכער ביירוט, טראץ דעם ווארענונג פון חיזבאלא'ס שעיך נאסראלא, וועלכער האט געסטראשעט צו שיסן ראקעטן קיין תל אביב אויב מדינת ישראל וועט אטאקירן ביירוט.
לויטן לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער, זענען 900 ציווילע שוין אומגעקומען און 3,000 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן דורכאויס די שלאכטן אין לבנון וואס האלטן שוין אן דריי וואכן.
איבער א מיליאן לעבאנעזער זענען פארטריבן געווארן פון זייערע הייזער צוליב די מלחמה צושטאנד, דאס איז א פערטל פון אלע איינוואוינער אין לבנון.
**
מדינת ישראל העליקאפטערס האבן היינט געשאסן מיסילס אויף פאלעסטינער מיליטאנטן אין עזה, אויך זענען 50 מדינת ישראל טאנקן אריינגעפארן אין עזה, ביים גרעניץ צווישן עזה און מצרים, וואו זיי האבן אומגעברענגט 8 פאלעסטינער, אריינגערעכנט אן 8 יעריג אינגל.
**
וועלטליכע נייעס
איראן'ס פרעזידענט מאכמוד אכמעדינעדזשאד האט היינט – ביי אן עמערדזשענסי מיטינג פון אראבישע פירער – געזאגט, אז די עיקר לעזונג צום קריזיס אינעם מיטל מזרח, איז דורך עלימינירן די ציוניסטישע רעגירונג, זאגענדיג אז דאס איז אן אומלעגאלע רעגירונג און די גאנצע מיטל מזרח וועט זיין אסאך רואיגער אן זיי.
אן אנדערע ווארענונג איז געקומען פון ירדן'ס קעניג אבדולא, וועלכער האט געזאגט אז די שנאה קעגן מדינת ישראל איז היינט אזוי גרויס, אפילו אין די מעסיגע אראבישע לענדער, אז – אפילו אויב מדינת ישראל זאל פארניכטן די חיזבאלא גרופע פון לבנון – קען א נייע טעראר גרופע ארויסוואקסן אין סיריע, עגיפטן, איראק, אדער אפילו אין זיין אייגן לאנד ירדן.
**
די צוויי העכסטע פענטאגאן באאמטע האבן היינט מודה געווען ביי אן אויפטריט פארן קאנגרעס, אז די פארמערטע קריגערייען וואס קומען פאר צווישן די סוני'ס און די שיאטן אין איראק, קען מעגליך אריינפירן דאס גאנצע לאנד אין א ציווילע מלחמה.
**
פיר קאנאדישע סאלדאטן זענען היינט אומגעקומען פון דריי באזונדערע באמבעס אויף די זייט פונעם ראוד אין אפגאניסטאן, אויך האט א זעלבסטמערדער היינט אויפגעריסן א קאר באמבע אין קאנדאהאר אפגאניסטאן, אומברענגענדיג 21 ציווילע.
**
אמעריקאנע נייעס
פרעזידענט בוש האט היינט באזוכט ביים גרעניץ צווישן טעקסאס און מעקסיקא, וואו ער האט געזאגט אז אמעריקע ברויך צושטעלן מער מאדערנע טעכנאלאגיע צו פארזיכערן אירע גרעניצן.
בוש וועט פון דארט גיין צו זיין רענטש אין טעקסעס, וואו ער וועט אנהויבן זיין קורצסטע זומער וואקאציע אין יארן, היי יאר וועט ער וויילן אין זיין וואקאציע ארט בלויז 9 טעג, צוליב די שווערע מצב אין איראק און אינעם מיטל מזרח.
**
א פאול וואס איז היינט ארויסגעקומען איבער די סענאט וואלן אין קאנעקטיקוט, האט צוגעגעבן צום טרויער פון סענאטאר יוסף ליבערמאן, נאכדעם וואס ער איז גאר נידריג געפאלן אין די אנקעטעס, האלטענדיג 13 פונקטן אונטער זיין קעגנער, דער מיליאנער נעד לעמאחנט, וועלכער פארמעסט זיך מיט אים אין די דעמאקראטישע פריימעריס וואס וועלן פארקומען דעם קומענדיגן דינסטאג.
**
לאקאלע - היציגע נייעס
די טעמפרעטואר אין ניו יארק האט היינט אינמיטן טאג דערגרייכט צו 95 דעגרי, וואס איז טאקע אביסל קילער ווי די לעצטע צוויי טעג, אבער ארויסגייענדיג אויפן גאס האט זיך געשפירט ווי מען וואלט געווען אין אן אויוון, בפרט אין א תענית טאג.
מען ערווארטעט קילערע וועטערס, וואס וועלן זיין אין די מיטעלע אכציגערס, אויף די קומענדיגע פאר טעג, א דאנק עטליכע רעגן שטורעמס וועלכע האבן זיך אנגעהויבן היינט נאכמיטאג, און ווערן ערווארטעט אנצוהאלטן מארגן אינדערפרי.
**
פינעף און צוואנציג טויטפעלער זענען צוגעשריבן געווארן צום היץ, אין 10 סטעיטס אין אמעריקע. אריינגערעכנט צוויי ארעסטאנטן פון א טורמע אין אינדיאנא וואס פארמאגט נישט קיין עירקאנדישן, און א היימלאזער פארשוין אין ניו יארק סיטי.
אין נוארק ניו דזשערזי איז אן עלטער פארפאלק, וועלכע האבן נישט פארמאגט קיין עירקאנדישן, געפונען געווארן טויט אין זייער היים היינט אינדערפרי, נאכדעם וואס זיי האבן זיך באנוצט מיט א פשוט'ע פען אפצוקילן די שטוב, ווען די היץ אינדרויסן האט דערגרייכט אין די לעצטע דריי טעג צו איבער 100 דעגרי.
**
עטליכע געגענטער אין ניו יארק סיטי און וועסטשעסטער האבן היינט געליטן פון בלעקאוטס, לויט קאן עדיסען האבן 4,000 קאסטומערס זיך געפונען אין די טונקל דעם היינטיגן טאג, אראפ פון די 95,000 קאסטומערס וואס האבן נישט פארמאגט קיין עלעקריסיטי מיטוואך ערב תשעה באב.
די לייטס פונעם ברוקלין ברידזש און די עמפייער סטעיט בילדינג זענען פארטונקלט געווארן, אין א פארזוך צו שפארן עלעקטרישע קראפט אין די הויכע היצן.
טויזנטער איינוואוינער אין סטעמפארד קאנעקטיקוט, וואו עס געפונט זיך אויך א היימישע ישיבה, האבן היינט נאכמיטאג זיך געפונען אין די טונקל, ווען די עלעקטעריק קאמפאני האט אפגעשפארט די עלעקטריסיטי צוליב דעם וואס עטליכע אונטערערדישע ווייערס האבן זיך אונטערגעצינדן פון די שווערע היצן.
**
אין ניו העמפשיר האט איינער אריינגעלייגט צוויי בעקעלעך מיט רויע קוקיס אויף די פאדערשטע פענסטער פונעם קאר, צוגעמאכט די טיר, און די קוקיס האבן זיך אפגעבאקן דורך די היץ פון די קאר וואס האט דערגרייכט צו 200 דעגרי.
**
אין אנדערע נייעס
בריטישע עקספערטן זענען אויפגעקומען מיט א נייע טעכנאלאגישע מיטל וויאזוי מען קען וויסן אויב די איי איז רוי, לויז אדער פיין אפגעקאכט.
זיי האבן ערפינדן א ספעציעלע סטעמפ וואס מען זיגלט ארויף אויף די אייער שאלעכץ, וואס ביים קאכן וועלן זיך די ווערטער פונעם זיגל טוישן צו "ווייך", "מיטלגארטיג", אדער "הארט", געווענדעט לויט ווילאנג די איי קאכט זיך.
**
ביזנעס נייעס
די פארד קאר פירמע, האט היינט צוריקגערופן 1.2 מיליאן טראקס און עס.יו.ווי'ס אין די פאראייניגטע שטאטן, צוליב א ספיעד קאנטראל סוויטש וואס קען זיך איבערהיצן און אויפפלאמען.
די רי-קאול איז אויף די עקספלאורער עס.יו.ווי'ס און די עקאחנאט-ליין ווענס, וואס זענען פאבריצירט געווארן צווישן די יארן 1996 און 2002.
פארד האט צוריקגערופן 5 מיליאן טראקס מיט איין יאר צוריק, צוליב דעם זעלבן פראבלעם.
**
סטאקס האבן שיין פארדינט די לעצטע צוויי טעג צוליב גוטע עקאנאמישע נייעס און שטארקע ריטעיל סעילס. די דאו דזשאונס איז געשטיגן 75 פונקטן ערב תשעה באב, און נאך 42 פונקטן אום תשעה באב, זיך שליסנדיג ביי עלף טויזענט צוויי הונדערט צוויי און פערציג.
**



גאנץ שנעל דורכגעגאנגען דער תענית הא?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיי נישט קיין צולייגער!

די ערב תשעה באב נייעס האב איך דירעקט נישט ארויפגעשטעלט צום איינפאסטן, ווייל איך האב געהאט וויכטיגערע דאגות, מנחה - סעודה המפסקת - וכדומה, האב איך עס ארויפגעלייגט ערשט היינט נאכמיטאג אום זעקס מינוט נאך דריי. די מוצאי ת"ב נייעס האב איך נישט קיין שום סיבה אפצוהאלטן פון ארויפלייגן יעצט, דערפאר: ליין!
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

כ'האב היינט גע ערט אז נעכטען האט מען אריין געפירט אין שפיטאל א משפחה פון דריי א דריי און אכציג יעריגע פרוי מיט איר פינעף און אכציג יעריגען מאן מיט איר מאמע פון הונדערט און דריי וועגן מ'האט זיי געטראפען אנקאנטשעס פון די גרויסע היצען,
די דריי און אכציג יעריגע פרוי איז געשטארבען שפעטער אין שפיטאל איר מאן איז נאך נישט אינגאנצען אקעי אבער איר הונדערט און דריי יעריגע מאמע איז פיין..
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זעהט אויס אז די מוטער איז נאכנישט געווען געספוילט פון עירקאנדישאן, ווי די טאכטער מיטן איידעם.

ווי וואלט מיין זיידע געזאגט, נא וואס ווייסט עטס.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יום פרייטאג ואתחנן (נחמו)
נייעס פון מיטל מזרח
הונדערט צוואנציג ראקעטן זענען היינט געשאסן געווארן אין די ריכטונג פון מדינת ישראל, און האבן געלאנדעט אין די געגענטער פון נהריה, צפת, עכו, קרית שמונה, טבריא, און כרמיאל, אומברענגענדיג צוויי מענטשן, אריינגערעכנט איין אראבישע פרוי, און פארוואונדענדיג נאך עטליכע מענטשן.
אלעס אינאיינעם האבן די חיזבאלא שוין געשאסן צוויי און א האלב טויזענט ראקעטן קיין מדינת ישראל במשך די לעצטע דריי וואכן פונעם קאנפליקט.
**
נאך צוויי מדינת ישראל זעלנער זענען היינט אומגעקומען אין דרום לבנון, ווען די חיזבאלא האט ווידער געשאסן אן אנטי-טאנק מיסיל אויף זייער טאנק, ביי שלאכטן וואס זענען פארגעקומען אינעם שטעטל מערקאחוואח.
צוויי אנדערע סאלדאטן זענען שווער פארוואונדעט געווארן ביי שלאכטן אין די על-טייבלא געגענט פון לבנון.
**
די נאכט האט מדינת ישראל אנגעפירט א מאסיווע באמבערדירונג קאמפיין העכער ביירוט און דרום לבנון, צושטערנדיג הייוועיס און בריקן וואס פירן פון סיריע קיין לבנון. אויך האבן איזראעלישע עראפלאנען באמבערדירט קריסטליכע געגענטער צפון פון ביירוט, פינעף ציווילע זענען אומגעקומען און ניינצן זענען פארוואונדעט געווארן פון די באמבע אטאקעס.
ביים גרעניץ צווישן סיריע און לבנון האבן די מדינת ישראל עראפלאנען היינט באשאסן עטליכע טראקס, שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז די טראקס האבן געטראגן פלוימען מיט פליטשעס. 25 פארמערס זענען אומגעקומען אין די אטאקע, מערסטענס פון זיי זענען געווען קורדן אדער סירישע בירגער.
**
מדינת ישראל האט היינט אוועקגעמאכט די פייער אפשטעל פלאן וואס שעיך נאסראלא, דער הויפט פון די חיזבאלא, האט נעכטן פארגעשלאגן. נאסראלא האט געזאגט אז אויב מדינת ישראל וועט אויפהערן באמבערדירן לעבאנעזער שטעט, וועט חיזבאלא אויפהערן שיסן ראקעטן קיין מדינת ישראל, אבער מדינת ישראל זאגט אז דאס איז א צייכן פון שוואכקייט, אז נאסראלא זוכט א וועג ארויס פון די שלאכטן, און האבן געזאגט אז זיי וועלן נישט אויפהערן באמבערדירן ווילאנג זיי באקומען נישט צוריק די געפאנגענע סאלדאטן.
**
ריכטער אין עגיפטן האבן פארלאנגט פון די רעגירונג אפצוהאקן אלע פארבינדונגן און צושטערן די שלום אפמאך וואס זיי האבן מיט מדינת ישראל, זאגנדיג אז עס איז אוממעגליך צו לעבן בשלום מיט מדינת ישראל ווילאנג זיי פירן אן מלחמות אין לבנון.
**
סעקרעטערי אוו סטעיט רייס האט נעכטן געזאגט אז אמעריקע איז שוין יא גרייט אויף א זאפארטיגע פייער אפשטעל פון די מלחמה אין לבנון, וואו די קעגנערישע צדדים וועלן צוערשט אראפלייגן זייערע וואטפן, און הערשט דערנאך וועט מען אנהייבן פארהאנדלן איבער די באפרייאונג פון די איזראעלי סאלדאטן אדער די חיזבאלא מיליטאנטן וואס ווערן געהאלטן אין איזראעלישע טורמעס.
אויך האט זי געמאלדן אז אמעריקע ארבעט יעצט מיט פראנקרייך און אנדערע יוראפעיאישע לענדער, און די יו.ען. רעזאלוציע אפצושטעלן די שלאכטן וועט באשטעטיגט ווערן ביז עטליכע טעג.
די סטעיט דעפארטמענט האט אויך געמאלדן אז אמעריקע וועט צושטעלן טרעינינג און עקוויפמענט פאר די לעבאנעזע ארמיי, זיי זאל קענען באשיצן זייערע טעריטאריעס נאכדעם וואס די מדינת ישראל ארמיי וועט זיך ארויסציען פון לבנון, און די חיזבאלא וועט האפנטליך אויפגעלעזט ווערן.
**
וועלטליכע נייעס
הונדערטער טויזענטער איראקער שיאטן האבן היינט מארשירט אין די גאסן פון באגדאד, שרייענדיג "טויט צו מדינת ישראל, טויט צו אמעריקע", אויסדרוקענדיג שטיצע פאר די חיזבאלא מיליטאנטן וועלכע זענען אויך שיאטישע אראבער.
**
מאסקירטע מיליטאנטן, וועלכע האבן זיך אנגעטאן פאליצייאישע יוניפארמען, האבן זיך איינגעבראכן אין א פאלעסטינע תפיסה אין יריחו, און אומגעברענגט זעקס פאלעסטינער ארעסטאנטן וועלכע ווערן באשולדיגט אין פלאנירן צו ערמארדן הויכראנגיקע מיניסטארן פון די פאטאך פארטיי.
**
אמעריקאנע קרעפטן, צוזאמען מיט אפגאנער טרופן, האבן היינט אומגעברענגט 25 טאליבאנער מיליטאנטן אין דרום אפגאניסטאן.
**
אמעריקאנע נייעס
די סענאט האט נעכטן שפעט ביינאכט אדורכגעפירט די פלענסיע ביל וואס איז פאריגע וואך באשטעטיגט געווארן אין קאנגרעס.
די ביל – וואס איז אדורך מיט 93 שטימען אקעגן 5 אין סענאט - וועט שטארק ארויסהעלפן מענטשן וואס האלטן ביים ריטייערן און ווילן זען די פירות פון זייער אפגעשפארטע הארעוואניע. פרעזידענט בוש ווערט ערווארטעט אונטערצושרייבן דעם געזעץ אין די נאנטע טעג.
**
סענאטאר קלינטאן פון ניו יארק האט נעכטן פארלאנגט די רעזיגנאציע פון סעקרעטערי ראמספעלד, זאגנדיג אז עס איז שוין העכסט צייט צו טוישן די פירערשאפט אינעם פענטאגאן, און אויפנעמען פרישע מענטשן וועלכע וועלן טוישן די סטראטעגיע אין איראק, און ערמעגליכן א זיג פאר די אמעריקאנע טרופן דארט.
**
סענאטאר יוסף ליבערמאן פון קאנעקטיקוט האט נעכטן געזאגט, אז ער האפט אז די שוואכע נומבערס וואס ער האט באקומען אין די נעכטיגע פאולס, וועלן אויפשאקלן זיינע שטיצער און זיי ארויסברענגן אין די מאסן צו די שטום בודקעס דעם קומענדיגן דינסטאג.
אויך האט ער געזאגט אז אין פאל ער פארלירט די דעמאקראטישע פריימערי, וועט ער ווייטער לויפן אלס א זעלבסטשטענדיגע קאנדידאט.
**
לאקאלע נייעס – וועטער נייעס
נאך דריי טעג אין די הייסע ניינציגער און הונדערט דעגרי טעמפראטור, ווערן היינט ערווארטעט מילדערע וועטערס אין די אכציגערס, צוליב קאלטע ווינטן וואס האבן אדורכגעשניטן די געגענט נעכטן אויפדערנאכט ברענגנדיג שלאקס רעגנס איבעראל, אויף טייל פלעצער – וואו אין סוואן לעיק, און אין וואודרידזש – האבן די רעגנס איבערגעריסן ווייערס און אפגעהאקט די עלעקטריק פאר א קורצע וויילע, ביז דאס איז פארראכטן געווארן.
אין פילאדעלפיע און וואשינגטאן די.סי. וועלן מענטשן נאך דארפן צואווארטן אביסל ביז די היץ וועט נאכלאזן, דארט וועט נאך היינט אויך זיין אין די הויכע ניינציגער, און הערשט מארגן ווערן דארט ערווארטעט די קילערע לופט.
**
דער געזונטהייט קאמישאנער פון ניו יארק סיטי האט געמאלדן אז זעקס טויטפעלער ווערן אנגעלייגט אויפן הייסן וועטער, אריינגערעכנט צוויי אין ברוקלין, וואו א דרייסיג יעריגער פארשוין איז מיטוואך נאכמיטאג געפונען געווארן טויט אונטער א בריק, ער איז ווארשיינליך געווען אנגעטרונקן מיט אלקאהאל, און מען פארשט אויב ער איז געווען היימלאז אדער נישט. נעכטן נאכט איז א זיבעציג יעריגע פרוי געפונען געווארן אין איר דירה באוואוסטלאז פון די היץ, און איז שפעטער געשטארבן אין שפיטאל.
אין לאנג איילענד האבן שכינים געפונען דריי עלטערע פארשוינען באוואוסטלאז אין זייער אפארטמענט וועלכע האט נישט פארמאגט קיין עירקאנדישן. אלע דריי זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, וואו די 83 יעריגע פרוי איז דערקלערט געווארן טויט, איר מאן געפונט זיך אין א קריטישע צושטאנד, אבער איר מוטער פון 102 יאר געפונט זיך אין א בעסערע צושטאנד אין שפיטאל.
**
ארום דריי הונדערט עלעוועיטארס אין שטאטישע פראדזשעקטס איבער די שטאט האבן נישט געארבעט נעכטן, נאכדעם וואס קאן עדיסאן האט באריכטעט פראבלעמען מיט אונטערערדישע ווייערס.
פיר קעיבלס האבן געברענט און איין "מענ-האול" האט אויפגעשאסן אויפן איסט סייד אין מאנהעטן, קאן עדיסאן האט פארלאנגט פון אלע ארומיגע געגענטער אויסצושאלטערן אלע אומנויטיגע אפלייענסעס.
די צאל קאסטומערס וואס האבן נאכנישט צוריק זייער עלעקטריסיטי היינט אינדערפרי אין ניו יארק סיטי, האלט ביי טויזנט הונדערט אכט און פופציג, און נאך 358 לאנג איילענדער געפונען זיך נאך אין די טונקל.
**
די עם.טי.עי. האט היינט געמאלדן אז זיי וועלן אריינשטעלן עיר קאנדישען סיסטעמס ביי די דריי נייע סאבוועי פראיעקטן וואס האלטן אינמיטן געבויט ווערן, די צווייטע עוועניו סאבוועי ליניע, די עקסטענטשן צום נומבער 7 ליניע, און די נייע "סאוט פערי" סאבוועי סטאנציע אין לאוער מאנהעטן.
די היץ אויף די סאבוועי פלאטפארמעס ביי די יעצטיגע היץ כוואליעס, האבן אין טייל ערטער דערגרייכט צו 111 דעגרי, און מיט די נייע עירקאנדישענס וועט זיך עס שפירן ווי אין סענטראל פארק אינמיטן אקטאבער.
עס איז אבער צו פרי זיך צו פרייען, ווייל רוב פון די געפלאנטע פראיעקטן וועלן נישט פארטיג ווערן פאר יאר 2013.
**
ביזנעס נייעס
די ריזיגע "אמעריקע אנליין" פירמע וועט שניידן ארום 25 פראצענט פון אירע ארבייטער, נאכדעם וואס זי האט באשלאסן אוועקצוגעבן א טייל פון אירע "אי-מעיל" סערוויסעס פאר אומזינסט, וואס דורכדעם וועט זי פארלירן אסאך קאסטומערס וואס פלעגן באצאלן געלט פאר די סערוויס, און וועט נישט געברויכן אזויפיל קאסטומער סערוויס אגענטן.
**
א באריכט פונעם לעיבאר דעפארטמענט צייגט אז ארבייטסלאטזיגקייט אין אמעריקע איז געשטיגן צו די העכסטע שטאפל אין פינעף מאנאטן, נאכדעם וואס דעם פארגאנגענעם מאנאט זענען צוגעקומען בלויז 113 טויזענט נייע דזשאבס.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

א באריכט פונעם לעיבאר דעפארטמענט צייגט אז ארבייטסלאטזיגקייט אין אמעריקע איז געשטיגן צו די העכסטע שטאפל אין פינעף מאנאטן, נאכדעם וואס דעם פארגאנגענעם מאנאט זענען צוגעקומען בלויז 113 טויזענט נייע דזשאבס.

כאכאכאאאאאאאאאאאאאאאאאא ככאאאאככככככככככככאאאאא לאזן זיי אלע קומען דא ארבייטן אין קרעטשמע, מ'עט דארפן באשטעלן אן עקסטערן סערווער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

סאכדעס האט געשריבן:א באריכט פונעם לעיבאר דעפארטמענט צייגט אז ארבייטסלאטזיגקייט אין אמעריקע איז געשטיגן צו די העכסטע שטאפל אין פינעף מאנאטן, נאכדעם וואס דעם פארגאנגענעם מאנאט זענען צוגעקומען בלויז 113 טויזענט נייע דזשאבס.

כאכאכאאאאאאאאאאאאאאאאאא ככאאאאככככככככככככאאאאא לאזן זיי אלע קומען דא ארבייטן אין קרעטשמע, מ'עט דארפן באשטעלן אן עקסטערן סערווער.

גוטע נייעס ווייל די אפשר אזוי וועט מען נישט דארפען נאכאמאל הייבען די רעיט'ס
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

מוצאי שבת קודש פרשת ואתחנן – נחמו
נייעס פון מיטל מזרח
אין די לעצטע צוויי טעג האט חיזבאלא געשאסן 365 ראקעטן קיין מדינת ישראל, אריינגערעכנט איינס וואס האט געלאנדעט אין די חחדזרחה-זכרון יעקב געגנט, וואס דאס איז די ווייטסטע ארט אין מדינת ישראל וואו די ראקעטן האבן דערווייל געלאנדעט.
במשך פרייטאג און שבת קודש זענען זיבן מענטשן אומגעקומען פון די ראקעטן אין מדינת ישראל, און 45 לעבאנעזער זענען אומגעקומען פון באמבעס וואס די מדינת ישראל עראפלאנען האבן געווארפן העכער לבנון.
היינט אליין זענען הונדערט זיבעציג ראקעטן געווארפן געווארן אויף די צפון טייל פון מדינת ישראל, 120 דערפון אין די קורצע צייט אפשניט צווישן 4 אזייגער און 5:30 שבת נאכמיטאג.
פיר מענטשן זענען היינט אומגעקומען פון די ראקעטן, אריינגערעכנט א מאמע און אירע צוויי טעכטער פון א בלעדואינער דערפל, און אן איינוואוינער פון קרית אחתלחא וועלכער איז היינט אינדערפרי געשטארבן פון א הארץ אטאקע נאכן הערן די ווארענונג סירענעס.
**
אמעריקע און פראנקרייך האבן זיך היינט פאראייניגט אויף א יו.ען. רעזאלוציע וואס רופט צו א באלדיגע אפשטעל פון אלע קעגנזייטיגע פייער אין די מדינת ישראל קאנפליקט מיט די חיזבאלא אין לבנון.
טראץ דעם טריט פאראויס וואס די וועלט לענדער האבן געמאכט אין די פארהאנדלונגען, האבן די מדינת ישראל און חיזבאלא קעמפער פארשטארקערט זייערע קאמפן דורכאויס דעם פארגאנגענעם שבת קודש, מיט שווערע באמבערדירונגען פון די לופטן דורך די מדינת ישראל קריגס עראפלאנען, און א מאסיווע צאל ראקעטן וואס זענען געשאסן געווארן דורך די חיזבאלא מיליטאנטן, אויך זענען באריכטעט געווארן שווערע קאמפן צווישן מדינת ישראל זעלנער און די חיזבאלא קעמפער אין די שטעטלעך פון דרום לבנון.
במשך די לעצטע פאר טעג, זינט די רעדע פון א יו.ען. רעזאלוציע איז ערנסטער געווארן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די צוויי קעגנערישע צדדים ווילן נאך אריינכאפן וואס זיי קענען, כדי דער שונא זייערער זאל ארויסגיין אינגאנצן באשעדיגט פונעם קאנפליקט.
**
טראצדעם וואס די יו.ען. לענדער האבן זיך שוין פאראייניגט אויף די ווערטער פון די רעזאלוציע, זעהט עס יעצט אויס ווי מען וועט שווער דארפן ארבעטן אז די קריגערישע צדדים זאלן מסכים זיין אנצונעמען דעם פייער אפשטעל.
קורץ נאכדעם וואס די דיפלאמאטישע דורכברוך איבער די יו.ען. רעזאלוציע איז באקאנט געווארן, האט א קאבינעט מיניסטער פון די חיזבאלא פארטיי אין לבנון געזאגט, אז זיין גרופע וועט נישט אויפהערן קעמפן ווילאנג מדינת ישראל ציהט נישט ארויס זייערע טרופן פון גאנץ לבנון, א תנאי וואס ווערט נישט פארלאנגט אינעם ערשטן רעזאלוציע.
א מדינת ישראל קאבינעט מיניסטער האט אויך געזאגט אז זיין רעגירונג האט בכלל נישט אין פלאן אפצושטעלן די שלאכטן אויפן יעצטיגן מאמענט.
פרעמיער מיניסטער אהוד אולמערט האט זיך היינט אויפדערנאכט געטראפן מיט זיינע הויכראנגיקע מיניסטארן, וואו זיי האבן באשלאסן ווייטער אנצוגיין מיט די מלחמה אין לבנון, און די יו.ען. פייער אפשטעל רעזאלוציע איז אפילו נישט אויפגעברענגט געווארן אויפן טיש ביי די היינטיגע מדינת ישראל קאבינעט געשפרעכן.
אויך דער דריטער צד אין די פארהאנדלונגען, די לעבאנעזע רעגירונג אליין, האט היינט געשיקט א מעסעדזש מיט איר שליח צום יו.ען., אז זי איז נישט צופרידן מיט די נארוואס אויסגעהאמערטע רעזאלוציע, און וויל אז מען טוישן געוויסע איינצלהייטן פאר זי קען אונטערשרייבן אויפן דאקומענט.
**
די אמעריקאנע-פראנצויזישע פארגעשלאגענע רעזאלוציע, וועט זיין א שווערע פליל פאר די חיזבאלא אראפצושלינגען, ווייל עס פארלאנגט א באלדיגע באפרייאונג פון די צוויי איזראעלי זעלנער וועלכע די טעראר גרופע האט פארכאפט ביים מדינת ישראל גרעניץ מיט לבנון מיט דריי און א האלב וואכן צוריק, און דערמאנט נישט קיין ווארט פון קיין ארעסטאנטן אויסטויש.
די גאנצע ציל פון די זעלנער'ס קידנעפינג איז נאר געווען ארויסצובאקומען עטליכע לעבאנעזער געפאנגענע וואס שמאכטן אין די איזראעלי טורמעס, און שעיך כאסאן נאסראלא האט שוין אין די פארגאנגענהייט קלאר געמאכט, אז ער וועט בשום אופן נישט צוריקגעבן די זעלנער אן קיין ארעסטאנטן אויסטויש, אפילו אויב די גאנצע וועלט וועט זיך אקעגנשטעלן.
**
מדינת ישראל קאמאנדעס זענען היינט פארטאגס באפאלן אן אפארטמענט בילדינג אין די פארט שטאט "טייר", טיף אין לבנון, וואו זיי האבן גע'הרג'ט עטליכע חיזבאלא קעמפער, וואס זענען – לויט מדינת ישראל – געווען אחריות אויף די ארויסשיס פון דעם ראקעט וואס האט פרייטאג געלאנדעט אין חדרה.
אויך האבן די קריגס עראפלאנען באמבערדירט די דרום טייל פון ביירוט. 8 לעבאנעזער און 2 מדינת ישראל סאלדאטן זענען היינט אומגעקומען ביי די שלאכטן אין לבנון.
**
ניין און זיבעציג איזראעליס זענען שוין אומגעקומען זינט די שלאכטן האבן זיך אנגעהויבן מיט איבער דריי וואכן צוריק, אריינגערעכנט 46 זעלנער און 33 ציווילע.
אין לבנון זענען שוין 575 מענטשן אומגעקומען אין די שלאכטן, 497 ציווילע, 28 לעבאנעזער סאלדאטן, און 50 חיזבאלא מיליטאנטן.
עס איז באקאנט געווארן אז פינעף סירישע פארמערס זענען פרייטאג אומגעקומען ביי די באמבערדירונגען אויף טראקס וואס האבן געטראגן פרוכט, נעבן דעם גרעניץ צווישן סיריע און לבנון. א זאך וואס קען חלילה פארברייטערן די מלחמה מיט די אריינמישונג פון סיריע.
**
מדינת ישראל קרעפטן זענען יעצט מוצאי שבת אריינגעפארן אינעם מערב ברעג, וואו זיי האבן ארומגענומען דאס הויז פונעם ספיקער פון די פאלעסטינע פארלאמענט, דער כאמאס מיטגליד אבדיל אזיז דואיק, און אים ארעסטירט.
דאס קומט איין טאג נאכדעם וואס די כאמאס מיליטאנטן האבן צוריקגעוויזן א פארלאנג פונעם רויטן קרייץ אפצושטאטן א באזוך ביים פארכאפטן מדינת ישראל זעלנער "גלעד שסחלהיט" וועלכער געפונט זיך אין עזה. א כאמאס ווארטזאגער האט געזאגט אז דאס קומט נישט אין באטראכט, נאכדעם וואס צען טויזענט אראבישע פאמיליעס האבן נישט קיין צוטריט צו זייערע קרובים וועלכע שמאכטן אין מדינת ישראל טורמעס.
במשך די לעצטע פאר טעג האבן מדינת ישראל קרעפטן דורכגעפירט עטליכע אקציעס אין ראפהיחח, נעבן די עגיפטישע גרעניץ מיט עזה, וואו זיי האבן אומגעברענגט ארום 20 פאלעסטינער, אריינגערעכנט יונגע קינדער.
**
א פאלעסטינער פרוי וועלכע איז געווען אויפן וועג אדורכצופירן א זעלבסטמערדער אקציע אין מדינת ישראל, איז היינט ארעסטירט געווארן דורך מדינת ישראל זעלנער נעבן שכם.
די טעראריסטקע איז געפארן אין א קאר, און האט ארויסגעווארפן די אויפרייס מאטעריאל דורכן פענסטער ווען זי האט באמערקט אז די ארמיי פאלגט איר נאך, נאכדעם וואס זיי האבן באקומען א מעלדונג אז א טעראריסטישע אקציע איז אונטערוועגנס.
**
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

ס'קוקט מיר אויס אז קנ"א פארמאגט נאר איין ריפארטער, און ער איז סטאנציענירט אין מיטל מזרח
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יום מאנטאג פרשת עקב
נייעס פון מיטל מזרח
מער ווי 160 ראקעטן זענען היינט געשאסן געווארן אויף מדינת ישראל, פארוואונדענדיג עטליכע מענטשן. מער ווי 70 פון די ראקעטן האבן געלאנדעט אין די קרית שמונה געגענט, די איבריגע זענען געפאלן אין ראש פינה, מעלות, נהריה, צפת און עכו.
צוויי געביידעס זענען אויפגעגאנגען אין פלאמען אין קרית שמונה נאכן ווערן באשאסן פון די ראקעטן, אבער עס זענען נישט באריכטעט געווארן קיין פארוואונדעטע.
**
די מדינת ישראל ארמיי האבן היינט אדורכגעפירט מערערע איבערפאלן און קאמאנדא אקציעס אין פארשידענע שטעטלעך אין לבנון, אין א פארזוך אויסצוראטן די פארבליבענע חיזבאלא קעמפער.
דריי מדינת ישראל זעלנער זענען היינט אומגעקומען ביי די שלאכטן אין בלינט-דזשבליל אין דרום לבנון, איינער איז אומגעקומען דורך א צילשיסער, און די אנדערע צוויי זענען אומגעקומען פון אן אנטי טאנק מיסיל וואס איז געשאסן געווארן אויף זייער טאנק.
פינעף חיזבאלא מיליטאנטן זענען אומגעקומען ביי יענע שלאכטן. און דריי ראקעטן ארויסשיסערס זענען פארניכטעט געווארן.
**
33 ציווילע לעבאנעזער זענען היינט אומגעקומען ווען מדינת ישראל שיפן און עראפלאנען האבן שווער באמבערדירט די סאבורב שטעטלעך נעבן ביירוט, אומווארפענדיג מערערע הייזער, אומברענגענדיג אין איין געגענט מער ווי צען מענטשן.
אלעס אינאיינעם האט מדינת ישראל שוין גע'הרג'ט 617 מענטשן אין לבנון, אריינגערעכנט 530 ציווילע, 29 לעבאנעזער סאלדאטן, און 58 חיזבאלא גערילעס.
**
מדינת ישראל האט היינט אויפגעשפילט א ווידיאו פון די אויספארשונג אויפן 22 יעריגן חיזבאלא מיליטאנט "כוסעין עלי סוליימאן" וועלכער האט אנטייל גענומען אין די קידנעפינג פון די 2 מדינת ישראל זעלנער ביים גרעניץ מיט לבנון מיט כמעט פיר וואכן צוריק.
אויפן טעיפ דערציילט דער חיזבאלא קעמפער אז ביי די 15 יאר האט ער זיך איינגעשריבן אלץ קעמפער פאר די חיזבאלא, און ער האט דערנאך באקומען טרעינינג אין איראן צוזאמען מיט 40-50 אנדערע חיזבאלא מיליטאנטן.
**
די אויסערן מיניסטארן פון די אראבישע ליגע האבן – ביי זייער היינטיגע סאמיט אין לבנון – שטארק אונטערגעשטיצט די פאזיציע פון לבנון'ס פרעמיער מיניסטער, אז קיין שום פייער אפשטעל קען נישט צושטאנד קומען נאר אויב עס נעמט אריין אין זיך א פולע ריקצוג פון אלע מדינת ישראל טרופן וועלכע געפונען זיך יעצט אין לבנון.
לבנון האט באשלאסן צו שיקן א הויכראנגיקע דעלעגאציע קיין ניו יארק, איבערצוגעבן זייערע טענות פארן גענעראל סעקרעטאר פון די יו.ען. קאפי אנאן.
דער לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער האט פארגעשלאגן אן אנדערע פייער אפשטעל פלאן, אז די יו.ען. זאל שוין צושטעלן מערערע סאלדאטן און זאל ארויסהעלפן די לעבאנעזער ארמיי, וועלכע פלאנט צו שיקן פופצן טויזענט זעלנער קיין דרום לבנון, זיכער צו מאכן אז די טויזנטער מדינת ישראל טרופן פארלאזן גענצליך דעם לאנד.
**
דער מדינת ישראל יוסטיץ מיניסטער חיים רחמון האט געזאגט אז טראצדעם וואס די יו.ען. רעזאלוציע – וואס אמעריקע און פראנקרייך האבן פארגעשלאגן – איז זייער גינסטיג פאר מדינת ישראל, פארמאגט נאך מדינת ישראל עטליכע מיליטערישע צילן וואס זי וויל דערגרייכן, און וועט ווייטער אנגיין מיט אירע אקציעס אין לבנון ביז זי וועט ענדיגן די מיסיע.
**
מדינת ישראל עראפלאנען האבן היינט אראפגעשאסן א פיילאטלאזן אויסשפיר פליגער וואס די חיזבאלא האט אריינגעשיקט אין די הימלען העכער צפון מדינת ישראל.
דער פליגער – וואס איז געמאכט געווארן אין איראן, און קען פליען ביז 93 מייל – איז אראפגעשאסן געווארן פליענדיג זעקס מייל ווייטער פונעם מדינת ישראל גרעניץ מיט לבנון.
**
א שפיאנאזש אפיציר פון מדינת ישראל'ס ארמיי, האט היינט איבערגעגעבן פארן איזראעלי פארלאמענט אז סיריע האלט אין איין צושטעלן נייע וואטפן פאר די חיזבאלא קעמפער אין לבנון, אויך האט ער געזאגט אז חיזבאלא האט די מעגליכקייט צו שיסן די לאנג-שטרעקיגע ראקעטן וואס קענען דערגרייכן קיין תל אביב.
**
וועלטליכע נייעס
דער פרעמיער מיניסטער פון איראק האט היינט צום ערשטן מאל קריטיקירט די אמעריקאנע קרעפטן, נאך אן איבערפאל וואס די מיליטער האט היינט פארטאגס אדורכגעפירט אין סאדאר סיטי, וואו עס האלטן זיך אויף ראדיקאלע שיאטישע מיליטאנטן, אומברענגענדיג דריי מענטשן, אריינגערעכנט א פרוי מיט א קינד.
אמעריקע זאגט אז די מיליטאנטן פון סאדאר סיטי זענען פאראנטווארליך אויף די פארמערטע צאל אטאקעס וואס קומען לעצטנס פאר אין באגדאד, וואו איבער 30 מענטשן זענען היינט אומגעקומען אין עטליכע אטאקעס.
**
שפאנישע באאמטע האבן געזאגט אז די העלישע וואלד פייערן וואס ברענען אין צפון-מערב שפאניע, און האבן שוין פארניכטעט צוועלף טויזענט אקער און אומגעברענגט 3 מענטשן, זענען ווארשיינליך דירעקט אונטערגעצינדן געווארן דורך בייזוויליגע פארשוינען.
**
אמעריקאנע נייעס
א גרויסע עס.יו.ווי. וואס איז געווען אנגעפאקט מיט 22 אומלעגאלע אימיגראנטן האט זיך היינט איבערגעקערט אין אריזאנע, ווען דער דרייווער האט פרובירט אויסצומיידן א ראוד בלאק וואס איז אראפגעשטעלט געווארן דורך די בלאטרדער פלאחטראטל. 9 אימיגראנטן זענען אומגעקומען אויפן פלאץ און 12 אנדערע זענען שווער פארוואונדעט געווארן אינעם עקסידענט.
**
לאקאלע נייעס
די צאל טויטע פון די היץ כוואליע וואס האט איבערגענומען ניו יארק די פארגאנגענע וואך, איז היינט געשטיגן צו 24, ווען דער מעדיקל עקזעמינער האט באשטעטיגט אז נאך צוויי קווינסער איינוואוינער אין די עלטער פון 45 און 72 יאר, זענען אומגעקומען דעם פארגאנגענעם פרייטאג אלס רעזולטאט פון די שווערע היצן.
**
אן עלטערע פארפאלק אין לאנג איילענד זענען געפונען געווארן טויט אין זייער היים, די פאליציי זאגן אז זיי האבן בטעות געלאזט אנגעצינדן דעם מאטאר פונעם קאר וואס איז געווען געפארקט אין זייער גאראדזש, און זיי זענען אומגעקומען פון די שעדליכע קארבאן מאנאקסייד וואס דאס האט פארשפרייט אין די לופט.
**
אין אנדערע נייעס
גאווערנאר פאטאקי פון ניו יארק האט היינט פארגעשטעלט א נאציאנאלע ענערגיע פלאן, וואס וועט מאכן אמעריקע מער אומאפהענגיג אין אויל פון אנדערע לענדער, און וועט האפנטליך געבן א שטופ פאראויס פאטאקי'ס פלענער צו לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2008.
פאטאקי'ס 10 יעריגן פלאן וועט געבן שטייער שניטן פאר קאמפאני'ס וועלכע פראדוצירן קארס וואס פארנוצן ווייניגער גאזאלין, אויך וועט דאס באצאלן פאר פארשער אויפצוקומען מיט אלטערנאטיווע מיטלן וואס קענען באנוצט ווערן פאר ענערגיע אנשטאט אויל.
**
געזונטהייט נאטיץ
א נייע שטודיע צייגט אז קינדער וואס זענען אויסגעשטעלט צו אטלטרע-סאונד שטראלן, קען דאס אפעקטירן די דעוועלאפמענט פונעם קינד'ס מח, און מענטשן זאלן פרובירן פארמיידן אומזיסטיגע אלטרע-סאונד אונטערזוכונגן.
**
ביזנעס נייעס
די רעקארד הויכע אויל פרייזן, אין צוגאב צו די שליסונג פון א פייפליין אין אלאסקא, וואס וועט – לויט די בלי.פלי. קאמפעני – זיין פארשפארט אויף עטליכע חדשים, האבן היינט אראפגעשטופט די פרייזן פונעם סטאק מארקעט, איין טאג בעפאר די פעדעראל רעזערוו וועט באשליסן אויב זי זאל העכערן די אינטערעסט ראטעס.
די דאו דזשאונס האט פארלוירן 21 פונקטן, שליסנדיג זיך ביי עלף טויזענט צוויי הונדערט און ניינצן. די נעסדעק האט פארלוירן 13 פונקטן און האט זיך געשלאסן ביי צוויי טויזענט צוויי און זיבעציג.
**


{{{דאכט זיך מיר אז איין נייעס פעלט נאך דא, די פון נעכטן אויפדערנאכט, איר קענט דאס ליינען אויף מיין בלאג}}}
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

גאווערנאר פאטאקי פון ניו יארק האט היינט פארגעשטעלט א נאציאנאלע ענערגיע פלאן, וואס וועט מאכן אמעריקע מער אומאפהענגיג אין אויל פון אנדערע לענדער, און וועט "האפנטליך" געבן א שטופ פאראויס פאטאקי'ס פלענער צו לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2008.


ווער האפט אז ער זאל ווערן פרעזידענט?
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

קרעמערוואס הייסט א גרויסע
עס יא ווי ווי גרויס קען דאס שוין זיין?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יאנאש;

נישט איך, און לויט די לעצטערע פאולס קוקט אויס ווי גאר א קליינע פראצענט וויל אים זען זיך איינבייגן דעם קאפ אריינצוגיין אינעם אוועל אפיס.

מעסטער;

אין דיין SUV וואלטן 22 נפשות אריינגעפיט? אין מיינס נישט (ווייל איך האב נישט).
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”