מנחם הלוי האט געשריבן:די שאלה איז אויב א בוים וואס פראדאצירט שוין נישט קיין פירות האט אויך די זעלבע דין, סיי ביי 7 גארפילד אין סיי ביי 8 איהעל האט מען שוין נישט געזעהן קיין געצייטיגטע פרוכט די לעצטע פאר יאר, וואס צוליב די אפגעשוואכטע ערד פין די געגענט האט די ביימער מער נישט פראדאצירט קיין פירות,
לאמיר אייך פארציילן א מעשה וואס כ'האב מיט מיינע אויגן געזען, ס'איז געווען א בוים וואס איז שוין געווען טויט א שיינע פאר יאר, א חלק פונעם בוים איז געליגן אויף א דערנעבנדיגע בנין, אבער דעם רבי'ן וועם מ'האט געפרעגט, - פון די גאר גרויסע בדורינו - צי מ'מעג עס אוועקנעמען, האט בשום אופן נישט געלאזט, מ'האט כסדר געמוטשעט יעדעס מאל עפעס האט זיך געמאכט, ס'איז געפאלן א שטיקל, ס'איז שוין טויט אזוי לאנג, והוא באחת בשום אופן....
און א שיינעם טאג איז ארויסגעוואקסן, פונעם טויטן שטאם, א נייע בוים.....