פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1418
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm
פרעזידענט טראמפ דערקלערט "נאציאנאלע עמערדזשענסי" איבער'ן צושטאנד ביים גרעניץ
מעקאנעל האט היינט געמאלדן אז טראמפ וועט אונטערשרייבן די פאנדינג ביל אבער וועט גלייכצייטיג אויך דערקלערן א "נאציאנאלע עמערדזשענסי" ביים גרעניץ וואס וועט בארעכטיגן צו נוצן אנדערע געלטער פאר'ן וואנט אן קאנגרעס אפראוול.
פון די אנדערע זייט האבן דעמאקראטישע פירער געמאלדן אז זיי וועלן באקעמפן אזא דעקלעראציע מיט אלע מיטלען
ווי עס זעהט יעצט אויס וועט זיך דאס פארציען פאר א לאנגע תקופה מיט אסאך נייעסן און פאליטישע מיינונגען ארום דעם האלט איך אז עס איז פאסיג צו עפענען א נייע "אייוועלט אשכול" אויף די נושא.

לעצט פארראכטן דורך קהל עדתינו אום דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 5:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 478
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
צל עובר האט געשריבן:נאכמאל און נאכמאל קומען ענק צוריק צו די נארישע איידיע פון בעיס פאליטיקס.
טראמפ האט ממילא זיין בעיס, און זיי זענען נישט גענוג צו געווינען.
טראמפ איז קלאר ארויף אין די פאלס נאכן אויפגעבן די שאטדאון צו פעלאוסי.
א שאטדאון איז איין זאך און א עמערדזשענסי דעקלערעישן איז א צווייטע זאך, א שאטדאון איז אומפאפולער, צוליב די אלע טאלקינג פוינט'ס ווי 800.000 אנגעשטעלטע וואס באקומען נישט זייער פעי, האסטידזש טעיקער, וכו' וכו' ..., משא"כ סתם א עקזעקעטיוו ארדער וואס עפעקט קיינעם נישט, האט 'ער' אויף וואס צו רייטן, אבער 'זיי' נישט. איך רעד לגבי די דעת הקהל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
ניין, נאר אדער זענען זיי די בעיז, אדער פיינט געהאט קלינטאן, און ער האט טאקע נישט געהאט רוב שטימען.
און א חלק עולם, יא. זיי האבן געהאלטן אז טראמפ מיינט נישט וואס ער זאגט.
דאס איז קלאר אז רוב עולם וויל נישט ער זאל זיך שטעלן אויף זיינע זאכן. אויך איז קלאר אז די בעיז וואס וויל עס יא, האט ער עניוועי.
(איך האב שוין חרטה פארן שרייבן מיין תגובה.)

- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
קהל עדתינו האט געשריבן:פון די אנדערע זייט האבן דעמאקראטישע פירער געמאלדן אז זיי וועלן באקעמפן אזא דעקלעראציע מיט אלע מיטלען
איך מיין אז זיי קענען גארנישט טוהן, די איינציגסטע וואס גייט עס אפשטעלן איז עפעס א דשאדש. אין? (מסתם אין האוואי)
פון דארט וועט מען עס אפיעלן ביזן סופרים קורט וואס קען נאך נעמען אלאנגע פראסעס צייט אפשניט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 653
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
- לאקאציע: קינדליין
געריבענער סוחר האט געשריבן:קהל עדתינו האט געשריבן:פון די אנדערע זייט האבן דעמאקראטישע פירער געמאלדן אז זיי וועלן באקעמפן אזא דעקלעראציע מיט אלע מיטלען
איך מיין אז זיי קענען גארנישט טוהן, די איינציגסטע וואס גייט עס אפשטעלן איז עפעס א דשאדש. אין? (מסתם אין האוואי)
פון דארט וועט מען עס אפיעלן ביזן סופרים קורט וואס קען נאך נעמען אלאנגע פראסעס צייט אפשניט.
לדעתי וועט דער וואנט זיין לאנג געבויעט ווען עפעס א זשארדזש וועט נאר קענען עפעס טוהן
בבחינת די וואס דאווענען שחרית שפעט און זאגן די ברכה הנותן לשכוי בינה - ווען די האן איז שוין לאנג געשאחטען געווארן...
פעיק נוז האט געשריבן:א שאטדאון איז איין זאך און א עמערדזשענסי דעקלערעישן איז א צווייטע זאך, א שאטדאון איז אומפאפולער, צוליב די אלע טאלקינג פוינט'ס ווי 800.000 אנגעשטעלטע וואס באקומען נישט זייער פעי, האסטידזש טעיקער, וכו' וכו' ..., משא"כ סתם א עקזעקעטיוו ארדער וואס עפעקט קיינעם נישט, האט 'ער' אויף וואס צו רייטן, אבער 'זיי' נישט. איך רעד לגבי די דעת הקהל.
פארקערט איז אויך (אדער נאכמער) אמת. א שאטדאון איז א טייל פון די וועג וויאזוי די רעגירונג ארבעט, און אמאל פאסירט דאס צוליב דאס נישט קענען זיך דורכקומען מיט קאנגרעס. א נאציאנאלע עמורדזשענסי ווערט געזעהן דורך נארמאלע מענטשן ווי א עביוז אוו פאוער. אפילו רעפובליקאנער וואס האבן א אויג אויף מארגן, זענען ניכטער איבער די פרעצעדענט וואס דאס שטעלט פאר די קומענדיגע דעמאקראטישע פרעזידענט...
צל עובר האט געשריבן:נאכמאל און נאכמאל קומען ענק צוריק צו די נארישע איידיע פון בעיס פאליטיקס.
טראמפ האט ממילא זיין בעיס, און זיי זענען נישט גענוג צו געווינען.
טראמפ איז קלאר ארויף אין די פאלס נאכן אויפגעבן די שאטדאון צו פעלאוסי.
זילבער האט נאך מיין תגובה ארויסגעלייגט א אנאליז ווי ער שרייבט בערך דאס, ער האט אויך געמאכט צוויי טשארטס וואס ברענגן ארויס וואס איך זאג.
- אטעטשמענטס
-
- DzaHSfvX4AA_x6i.jpg (62.03 KiB) געזען 6188 מאל
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
ס'איז אויך נישט שייך פאראויסצואגן אזא זאך, ווייך די פאולס וועט זיך אסאך ווענדן וויאזוי ער גייט שפילן די זאך.
קיינער האט נישט גע'חלמ'ט ווי גוט טראמפ גייט אויסשפילן דעם שאטדאון, מ'האט געמיינט אז זיינע רעיטינגס גייען זיין בעלאו זערא פלוס, ראיאטן אין אלע שטעט וכו'. ביזדערווייל האט ער געמאכט א פיינעם זשאב. ס'זעלבע וועט ער טון מיט עמערזשענסי.

- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8808
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:געריבענער סוחר האט געשריבן:קהל עדתינו האט געשריבן:פון די אנדערע זייט האבן דעמאקראטישע פירער געמאלדן אז זיי וועלן באקעמפן אזא דעקלעראציע מיט אלע מיטלען
איך מיין אז זיי קענען גארנישט טוהן, די איינציגסטע וואס גייט עס אפשטעלן איז עפעס א דשאדש. אין? (מסתם אין האוואי)
פון דארט וועט מען עס אפיעלן ביזן סופרים קורט וואס קען נאך נעמען אלאנגע פראסעס צייט אפשניט.
לדעתי וועט דער וואנט זיין לאנג געבויעט ווען עפעס א זשארדזש וועט נאר קענען עפעס טוהן
בבחינת די וואס דאווענען שחרית שפעט און זאגן די ברכה הנותן לשכוי בינה - ווען די האן איז שוין לאנג געשאחטען געווארן...
א נידריגע געריכט קען, און וועט מסתם, ארויסגעבן א "סטעי" און יר"ה וועט גארניקס קענען טוהן ביז דער סופרים קארט וועט פסק'ן.
איך קען נישט פארשטיין א סיבה שבעולם אז דאס איז אן עמערדזעשנסי. א עמערדזעשנסי איז א זאך וואס קען נישט ווארטן ביז דער קאנגרעס וועט זיך באקראצן און גיבן געלט. דא זאגט קאנגרעס בלא! סאו איז דאס בלויז א מיינונגספארשידנהייט נישט קיין עמערדזעשנסי. אויב איך בין דער ריכטער ווארף איך ארויס יר"ה'ס לאיער נאך איידער ער הייבט אן רעדן.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
יידישע קהילות האט געשריבן:שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
איך קען נישט פארשטיין א סיבה שבעולם אז דאס איז אן עמערדזעשנסי. א עמערדזעשנסי איז א זאך וואס קען נישט ווארטן ביז דער קאנגרעס וועט זיך באקראצן און גיבן געלט. דא זאגט קאנגרעס בלא! סאו איז דאס בלויז א מיינונגספארשידנהייט נישט קיין עמערדזעשנסי. אויב איך בין דער ריכטער ווארף איך ארויס יר"ה'ס לאיער נאך איידער ער הייבט אן רעדן.
דמעקראטן האבן דאך שוין יאאאארן געשריגן אז מ'מוז בויען א וואנט. פלוצלונג ווען טראמפ וויל עס, האבן זיי אינגאנצן פארגעסן אלץ וואס זיי האבן געהאלטן און געזאגט.
עפעס א דימענשיא ׁ( dementia) כללי. איז עס נישט קיין עמערדענסי??? א האלבע מדינה קאלעכט!!!