סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

א וויכטיגע שאלה וואס איז מיר נוגע, ווער סקען ענפערן.(אויב האט מען שוין גערעדט דערפון ביטע אנצייגן)

די נייע סאטמארע מוסדות נעמען אן משפחות פון סאטמארע אינגעלייט וואס וואונען נישט אין די קריה? און אויב יא, וואספארא סארט קרייטעריע נעמט מען אן? אויב איינער האט נאנטע פארבינדונגן מיט די קהילה ומוסדות ביטע אויסשמועסן.
#בשיטה נישט
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

נו שוין האט געשריבן:א וויכטיגע שאלה וואס איז מיר נוגע, ווער סקען ענפערן.(אויב האט מען שוין גערעדט דערפון ביטע אנצייגן)

איך האב נישט קיין נאענטע פארבינדונג מיט די מוסדות נאר מיינס א קרוב וואוינט נישט אין די קריה און שיקט דארט
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

נו שוין האט געשריבן:א וויכטיגע שאלה וואס איז מיר נוגע, ווער סקען ענפערן.(אויב האט מען שוין גערעדט דערפון ביטע אנצייגן)

די נייע סאטמארע מוסדות נעמען אן משפחות פון סאטמארע אינגעלייט וואס וואונען נישט אין די קריה? און אויב יא, וואספארא סארט קרייטעריע נעמט מען אן? אויב איינער האט נאנטע פארבינדונגן מיט די קהילה ומוסדות ביטע אויסשמועסן.

יעדע סאטמערע משפחה וואס מופט קיין לעיקוואד וועגן א דירה (און נישט ווייל ער זוכט א לופטיגערע לייף סטייל, עי קעי עי ער זוכט אוועק צו גיין פון וויליאמסבורג וועגן די #סיסטעם) ווערט אנגענומען בחפץ לב
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

א גרויסע שכוח, בקיצור דאס מיינט מנעמט אן.
#בשיטה נישט
סקאטש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 7:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאטש »

מ׳מאכט אויך נישט קיין פראבלעם מיט סאטמאר מחסידי מהר״א
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

סקאטש האט געשריבן:מ׳מאכט אויך נישט קיין פראבלעם מיט סאטמאר מחסידי מהר״א

איר זאגט אדער פרעגט?
געשטימט פאר ראשעק הול
סקאטש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 7:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאטש »

צולייגער האט געשריבן:
סקאטש האט געשריבן:מ׳מאכט אויך נישט קיין פראבלעם מיט סאטמאר מחסידי מהר״א

איר זאגט אדער פרעגט?

איך זאג
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

נו שוין האט געשריבן:א וויכטיגע שאלה וואס איז מיר נוגע, ווער סקען ענפערן.(אויב האט מען שוין גערעדט דערפון ביטע אנצייגן)

די נייע סאטמארע מוסדות נעמען אן משפחות פון סאטמארע אינגעלייט וואס וואונען נישט אין די קריה? און אויב יא, וואספארא סארט קרייטעריע נעמט מען אן? אויב איינער האט נאנטע פארבינדונגן מיט די קהילה ומוסדות ביטע אויסשמועסן.

מאך זיכער אז ביזט נושא חן ביי זיי, איך האב א חבר א וואוילער אינגערמאן וואס מען האט אים געגעבן אביסל מרור, און ער שיקט טאקע נישט אין סאטמאר.

די סבה איז פשוט, זיי האבן מורא פון מענטשען וואס קומען אהין פאר פריקות עול, און דאס מאכט שווער פאר אנדערע אויך..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

עצה טובה קמ״ל, מאפן אין א געגענט ווי עס איז נישטא וואלקינג דיסטענס א געהעריג ביהמ״ד מיט א מקוה, איז א גוטע וועג נישט צו נושא חן זיין
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

הערליך האט געשריבן:עצה טובה קמ״ל, מאפן אין א געגענט ווי עס איז נישטא וואלקינג דיסטענס א געהעריג ביהמ״ד מיט א מקוה, איז א גוטע וועג נישט צו נושא חן זיין

;l;p-
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

מען גרייט זיך צו עפענען תלמוד תורה ביז כתה ט' און סקול ביז 11טע קלאס

מורא'דיגע דערגרייכונג
אטעטשמענטס
IMG_20190202_231111_656.jpg
IMG_20190202_231111_656.jpg (132.63 KiB) געזען 5279 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מיט פרייד האבן אנ"ש תושבי לעיקוואוד אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער דאס אויפנעמען אן אדמיניסטראטאר אין די מוסדות הק', איינער פון די חשוב'ע תושבים, דער ענערגישער עוסק בצרכי ציבור הר"ר אברהם חיים וויזעל הי"ו, וועלכער האט שוין א רעפוטאציע פון ארויסהעלפן די מוסדות מיט אן אומגעהויערן איבערגעגעבנקייט און אחריות אלס גרינדער פון וועד ההורים, און איז יעצט אויסגעקליבן געווארן דורך די הנהלת המוסדות און הורי התלמידים והתלמידות, בהורמנא דמלכא דעם רבי'ן שליט"א נשיא ומנהיג הקהלה והמוסדות, צו דינען אויף די אחריות'דיגע פאזיציע, און פירן די מוסדות הק' מיט זיין געניטן פארשטאנד, עקספערטיז, און געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט.

פארגאנגאנעם מיטוואך נאכט, איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד דאס התמנות ביים רבי'ן אין שטוב, בהשתתפות חברי הנהלת המוסדות, דער רב שליט"א, און א דעלעגאציע פון עלטערן. דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט ווי נאך אלס בחור אין ישיבה איז ר' אברהם חיים געווען א סימבאל פון א בחור וועלכער לערנט פליסיג אבער לייגט צו א פלייצע פארן יחיד און פאר צרכי ציבור, זייענדיג א געטרייער גבאי פאר קרן חתנים, דערביי האט דער רבי באטאנט זיין התפעלות פון ר' אברהם חיים'ס געטריישאפט פאר די די מוסדות וואס איז געקומען צום אויבערפלאך אין די לעצטע פאר חדשים, וואס דער רבי האט אליינס בייגעוואוינט זיצנדיג ביי אסיפות און מסיבות במשך די תקופה.

דער רבי האט אנגעוואונטשן דעם חשוב'ן אדמיניסטראטאר ער זאל קענען גיין מחיל אל חיל, אויפטוהן וואס מען דארף און אויפהייבן די מוסדות הק' אויפן העכסטן דרגא ברוח ובגשם, כאות נפשו הטוב.
אטעטשמענטס
20190202_233138.png
20190202_233138.png (703.98 KiB) געזען 5227 מאל
געשטימט פאר ראשעק הול
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

מען קען יעצט אפלייען פאר סעקשאן 8 אין New Jersey
https://www.waitlistcheck.com/applicati ... p?ID=NJ559
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

זייער א גוטע אויסוואל פאר אדמיניסטראטאר. מיר קענען רבי אברהם חיים פון ישיבה גאר א געלונגענע און טיכטיגער אינגערמאן, כה לחי!
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

ישוב הדעת האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:א וויכטיגע שאלה וואס איז מיר נוגע, ווער סקען ענפערן.(אויב האט מען שוין גערעדט דערפון ביטע אנצייגן)

די נייע סאטמארע מוסדות נעמען אן משפחות פון סאטמארע אינגעלייט וואס וואונען נישט אין די קריה? און אויב יא, וואספארא סארט קרייטעריע נעמט מען אן? אויב איינער האט נאנטע פארבינדונגן מיט די קהילה ומוסדות ביטע אויסשמועסן.

מאך זיכער אז ביזט נושא חן ביי זיי, איך האב א חבר א וואוילער אינגערמאן וואס מען האט אים געגעבן אביסל מרור, און ער שיקט טאקע נישט אין סאטמאר.

די סבה איז פשוט, זיי האבן מורא פון מענטשען וואס קומען אהין פאר פריקות עול, און דאס מאכט שווער פאר אנדערע אויך..

לעמיר קלאר עס אויסשמועסן, ווען מען זאל ווען מיר געבן מרור,
וואלט איך מיר גוט גערעקט, אבער איך וואלט עס אראפגעשלינגן אין געטוהן אלעס וואס ליגט אין מיין הענט צו זיכער מאכן אז מיינע קינדער קומען אן אין מוסדות ווייל איך וויל שיקן אין סאטמאר אין נישט ערגעץ אנדערש, מה שאן כן דער אינגערמאן אז ער האט געקענט שיקן ערגעץ אנדערש פאר אביסל מרור, פארשטיי איך פארוואס מען האט אים נישט אנגענומען...
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

טעם וריח האט געשריבן:זייער א גוטע אויסוואל פאר אדמיניסטראטאר. מיר קענען רבי אברהם חיים פון ישיבה גאר א געלונגענע און טיכטיגער אינגערמאן, כה לחי!

גא"מ א אויסערגעווענליך געטרייער איבערגעגעבענער עסקן צו גאט און צו לייט זאל ער טאקע מצליח זיין
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שכל'דיג האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:א וויכטיגע שאלה וואס איז מיר נוגע, ווער סקען ענפערן.(אויב האט מען שוין גערעדט דערפון ביטע אנצייגן)

די נייע סאטמארע מוסדות נעמען אן משפחות פון סאטמארע אינגעלייט וואס וואונען נישט אין די קריה? און אויב יא, וואספארא סארט קרייטעריע נעמט מען אן? אויב איינער האט נאנטע פארבינדונגן מיט די קהילה ומוסדות ביטע אויסשמועסן.

מאך זיכער אז ביזט נושא חן ביי זיי, איך האב א חבר א וואוילער אינגערמאן וואס מען האט אים געגעבן אביסל מרור, און ער שיקט טאקע נישט אין סאטמאר.

די סבה איז פשוט, זיי האבן מורא פון מענטשען וואס קומען אהין פאר פריקות עול, און דאס מאכט שווער פאר אנדערע אויך..

לעמיר קלאר עס אויסשמועסן, ווען מען זאל ווען מיר געבן מרור,
וואלט איך מיר גוט גערעקט, אבער איך וואלט עס אראפגעשלינגן אין געטוהן אלעס וואס ליגט אין מיין הענט צו זיכער מאכן אז מיינע קינדער קומען אן אין מוסדות ווייל איך וויל שיקן אין סאטמאר אין נישט ערגעץ אנדערש, מה שאן כן דער אינגערמאן אז ער האט געקענט שיקן ערגעץ אנדערש פאר אביסל מרור, פארשטיי איך פארוואס מען האט אים נישט אנגענומען...

;l;p-
עסן פאר אידן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסן פאר אידן »

ברוקלין העלפט די תושבי לייקוואד

בשבת האחרונה, פרשת משפטים נערך קידוש מיוחד בבית כנסת בליקווד במטרה לעודד את המתפללים להחליף את הסמארטפונים בפלאפונים פשוטים (flipphones).

הקידוש נתרם על ידי תושב ברוקלין, לאחר שזה שמע כי אחד המתפללים באותו בית כנסת החליף את הסמארטפון לטובת פלאפון "מתקפל" פשוט.

כששמע זאת, התקשר התורם לרב בית הכנסת והודיע לו כי ברצונו לתרום קידוש לכבוד אותו מתפלל, במטרה לעודד את שאר המתפללים לצעוד בעקבותיו.

במהלך הקידוש נשא הרב דברים ועסק בחשיבות החלפת הסמארטפון במכשיר פלאפון פשוט, כפי שעשו כבר חלק מהמתפללים
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

עסן פאר אידן האט געשריבן:ברוקלין העלפט די תושבי לייקוואד

בשבת האחרונה, פרשת משפטים נערך קידוש מיוחד בבית כנסת בליקווד במטרה לעודד את המתפללים להחליף את הסמארטפונים בפלאפונים פשוטים (flipphones).

הקידוש נתרם על ידי תושב ברוקלין, לאחר שזה שמע כי אחד המתפללים באותו בית כנסת החליף את הסמארטפון לטובת פלאפון "מתקפל" פשוט.

כששמע זאת, התקשר התורם לרב בית הכנסת והודיע לו כי ברצונו לתרום קידוש לכבוד אותו מתפלל, במטרה לעודד את שאר המתפללים לצעוד בעקבותיו.

במהלך הקידוש נשא הרב דברים ועסק בחשיבות החלפת הסמארטפון במכשיר פלאפון פשוט, כפי שעשו כבר חלק מהמתפללים

געווען אין סאטמאר?
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

HelpMe האט געשריבן:
עסן פאר אידן האט געשריבן:ברוקלין העלפט די תושבי לייקוואד

בשבת האחרונה, פרשת משפטים נערך קידוש מיוחד בבית כנסת בליקווד במטרה לעודד את המתפללים להחליף את הסמארטפונים בפלאפונים פשוטים (flipphones).

הקידוש נתרם על ידי תושב ברוקלין, לאחר שזה שמע כי אחד המתפללים באותו בית כנסת החליף את הסמארטפון לטובת פלאפון "מתקפל" פשוט.

כששמע זאת, התקשר התורם לרב בית הכנסת והודיע לו כי ברצונו לתרום קידוש לכבוד אותו מתפלל, במטרה לעודד את שאר המתפללים לצעוד בעקבותיו.

במהלך הקידוש נשא הרב דברים ועסק בחשיבות החלפת הסמארטפון במכשיר פלאפון פשוט, כפי שעשו כבר חלק מהמתפללים

געווען אין סאטמאר?

נישט אינעם שוהל אין די דעוועלאפמענט

קען זיין אין סאטמאר - פארעסט בהנהלת הגהרמ"ב קליין שליט"א..
געשטימט פאר ראשעק הול
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

מהנעשה ונשמע צווישן די ווענט פון אונזער מוסדות סאטמאר לעיקוואד
ווי באקאנט איז ב"ה די מוסד תורה ויראה דרבינו יואל און לעיקוואד שטייענדיג שוין ב"ה אונעם צווייטן יאר, אריבער א מואר'דיגן השתנות ועילוי לטובה, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות,
צו ארויסברענגען וואס עס מיינט בעסער ברוחניות, און וואס עס מיינט בעסער ברוחניות איז נישט מעגליך צו שרייבן און די פאר שורות, דעריבער האפן מיר בעזהשי"ת די קומענדיגע פאר וואכן צו שיקן פאר די חשובע ציבור עטליכע שטריכן ארויסצוברענגען די געוואלדיגע דערגרייכונג וואס מיר האבן ב"ה, און מיר גייען נאך וויטער דערגרייכן בעזהשי"ת.

לעידיס אקזילערי
די מעלה און די הויפט סיבה וואס מיר האבן געקענט דערגרייכן ביז אהער, צו באצאלן ב"ה צייטליך די לעצטע פאר חדשים, איז בלויז אדאנק די הילף און צוזאמען ארבעט פון אלע עלטערן וואס שיקן און אונזער מוסדות, פון די ערשטע פעולות וואס די עלטערן האבן געטון, איז געוויס די בית יעקב אלו הנשים, געגרינדעט ב"ה א לעידיס אקזילערי, אבער אנדערש ווי אנדערע מקומות, דאס הייסט אז יא! ב"ה די משפחות האבן געוויזן מיט קליין געלט קענען מיר באווייזן צו מקיים זיין דעם ביומו תתן שכרו אויף א שיינעם פארנעם, מיט די ערשטע פעולה וואס זיי האבן געטון האלט מען שוין ביי קרוב צו פינף און צוואנציג אלפים!!!! א סכום וואס טוט באוונדערן א יעדער איינער וואס איז און די פעלד, די חשובע נשים צדקניות האבן ארויס געשיקט בריוון פאר אלע זייערע נאנטע און באוויזן צו אהערשטעלן די הערליכע סכומים, און אי"ה זיי גייען ווייטער און ווייטער.

פארהערן פון די רב שליט"א א יעדע וואך אן א אויסנאם
ווי באריכטעט שוין עטליכע מאל, איז ב"ה געווארן איינגעפירט א געוואלדיגע זאך בתוככי מוסדותינו, אז די חשובע רב שליט"א קומט אראפ און ת"ת א יעדע וואך צו פארהערן די תלמידים, דאס אליינס צוצוקוקן ווי די חשובע רב לאזט זיך אזוי אראפ מיט זייך ליבליכע שמייכעל צו די גאר יונגע קינדער, איז א בילד וואס רעדט פון זיך אליינס, די חיזוק וואס די קינדער און עלטערן באקמוען דערפון, אבער ועל כולם די חשבון און קאפ וואס די רב שליט"א האלט אויף א יעדער קינד באזונדער זיכער צו מאכן א יעדער זאל שטייגן און בליען לויט זיין פארנעם, איז איבעריג צו ארויסברענגן די געוואלדיגע מעלות דערפון.

הערליכע שבת פראגארם פרייטאג און חדר
ווען מען וועט פרעגן א קינד און חדר און סאטמאר לעיקוואד, וואס איז זיינע בעסטע מינוטן און ת"ת, וועט ער געוויס ענטפערן וואס הייסט? פרייטאג. פארוואס, ווייל די חשובע מנהל הר"ר וואלף שווארטץ שליט"א לייגט אריין גרויס כוחות און די קינדער במשך די פרייטאג, מען זינגט שיינע נגונים און פארציילט הערליכע עובדות איבער די גרויסקייט פונעם שבת, אבער די לעצטע פאר וואכן איז דאס געווארן פארברייטערט אויף א שטערקערע פארנעם, אלע קינדער אינאיינעם קומען זיך צוזאם, מען גיבט זיי ספעציעליע מאכלים, אוןן מען לייגט אריין אן א שיעור כוחות די קינדער זאלן באקומען א זיסן און געשמאקן טעם אינעם שבת קודש.

חזו חזו בני חביבי.............................
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

מוסדות סאטמאר - לעיקוואוד צייכענען אפ אכצן חדשים

זינט איר גרינדונג מיט גרויס סוקסעס בעז"ה

פריידיגע נייעס צום שנת הלימודים תש"פ הבעל"ט; ביז כיתה ט' פאר די אינגלעך און 11'טע קלאס אין בית רחל

סאטמאר לעיקוואוד. פון א חלום צו א פריידיגע מציאות. דאס זענען די ווערטער וועלכע מען הערט פון די חשוב'ע תושבים, פון זייערע חשוב'ע עלטערן און פון די הונדערטער באזוכער וועלכע קענען זיך נישט גענוג זעטיגן פון דעם הערליכן בילד, דער היימישער ישוב אין לעיקוואוד פון אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר, מיט אלע אירע סניפי הקהלה והמוסדות לשם ולתפארת.

דער ישוב איז געגרינדעט געווארן דורך כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מיטן ציהל צו העלפן די משפחות פון אנ"ש איינוואוינער אין ברוקלין וועלכע קענען נישט צוקומען צו א דירה נאה און אויפציען א אידישע שטוב מיט הרחבת הדעת, און זיכער נישט פאר א פרייז וועלכע שטימט מיטן איינקופט פון א געווענליכן, אפילו בעל הבית'ישן אינגערמאן.

דער ישוב איז מתחילה אן אוועקגעשטעלט געווארן צו זיין א ריכטיגער היימישער ווינקל, וואו עס וואוינען טאקע אנשי שלומינו בני קהלתינו וועלכע פירן זייערע שטובער אויפן וועג וואס רביה"ק זי"ע האט אונז געלערנט, מיט א גרויסן בית המדרש און אלע צרכי קהלה, יעצט לעצטנס מיט עטליכע וואכן צוריק איז כ"ק אדמו"ר שליט"א אריבערגעקומען גיסן די בורות פארן נייעם מקוה טהרה בבנין הקהלה במעמד קהל רב, ווי אלע געסט האבן זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן ווי מען האט אהערגעשטעלט אזא נאבעלער פראיעקט, מיט אלע צוגעהערן ברוחניות ובגשמיות.

דער גולת הכותרת איז געוויס געווען דאס אויפשטעלן די מוסדות הק' תורה ויראה ובית רחל דרבינו יואל מסאטמאר, ווי רביה"ק זי"ע פלעגט שטענדיג זאגן אז אין אמעריקא פלעגט מען קודם אהערשטעלן א שיינעם בית המדרש און בית החיים, און הערשט דערנאך האט מען אנגעהויבן דאגה'נען צו אויפשטעלן מוסדות התורה פאר די קינדער, אבער אנקומענדיג דערצו זענען שוין די קינדער ל"ע געווען היבש פארקראכן, און דין גרמא אז מען האט ליידער נישט מצליח געווען צו איבערלאזן דורות נאמנים ה"י, דאס איז טאקע געשטאנען פאר די אויגן פון די עסקני הישוב בפקודת הקודש פון רבי'ן שליט"א צו זיכער מאכן אז פונעם ערשטן טאג אן האט מען היימישע און אייגענע מוסדות פאר אלע יארגענג וואס איז שייך.

אזוי האט זיך טאקע אויסגעשטעלט א הערליכער בילד פון א קהלה נאה וחסודה, באשטייענדיג פון א געקליבענער ציבור פון אלע שיכטן, בעלי בתים חשובים, כלי קודש און אברכי הכולל, כולם אהובים וברורים, פון דאס שענסטע וואס קהלתינו הק' פארמאגט, זייענדיג א שטאלץ פאר די קהלה און א פראכט פאר אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר.

ווי געשמועסט איז דער גולת הכותרת דער פראיעקט פונעם גרינדן די מוסדות הק' תורה ויראה ובית רחל דרבינו יואל, וואס מען האלט איצט ביים אפצייכענען אכצן חדשים זינט מען האט געגרינדעט די מוסדות הק', ח"י יודוך וישבחוך, מען קען נישט גענוג ארויסברענגען וואספארא אויסטערלישע הצלחה מיט געוואלדיגע סייעתא דשמיא האט באגלייט די חשוב'ע הנהלה צו קענען אוועקשטעלן א מוסד לחינוך הבנים והבנות, און באוויזן אין אזא קורצע צייט צו ארויפברענגען דעם מוסד אויף אזא הויכן ניווא, סיי מיטן סדר ותוכן הלימודים און סיי מיט די אומשאצבארע ארבעט מיטן איינפלאנצן תורה עבודה ויראת שמים, ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן צוגלייך.

דער מוסד באשטייט פון א געקליבענער צאל מחנכים ומחנכות, וועלכע מען האט אויסגעוועלט און געשטעלט אויף זייערע פאזיציעס צו מחנך זיין די קינדער שיחי' בדרך התורה והיראה, און עס ווייזט זיך ארויס צו האבן געווען א גאר געלונגענער אויסוואל בעז"ה, ווען די עלטערן קענען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון די געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט מיט וואס די חשוב'ע מחנכים ומחנכות געבן זיך איבער פאר די צאן קדשים, ארויפברענגענדיג דעם מוסד אויף א ניווא וואס איז א חידוש, און כ"ש פאר א נייע מוסד וועלכע קומט באגלייט מיט דעם כל ההתחלות קשות, אבער דער מוסד איז ב"ה געוואקסן און געשטיגן ברוח ובגשם, איבערשטייגענדיג אלע ערווארטונגען.

דערצו קומט צו די פאקט אז הגה"צ רבי אלטר גלאנץ שליט"א אב"ד הקהלה וחדב"ן וועלכער איז נתמנה געווארן דורך דעם רבי'ן שליט"א צו שטיין בראש הקהלה והמוסדות, טוט באגלייטן די ווירטשאפט אין די מוסדות הק' ברוחניות ובגשמיות און איז דערין ראשו ורובו מיט כחות עצומות, ער קומט אראפ פארהערן און איבערגיין די סדר הלימודים מיט אלע תלמידים באזונדער, און איז כסדר מטכס עצה מיט די עוסקים במלאכת הקודש צו קענען ארויפברענגען די תלמידים שיחי' אויף דעם עסטן שטאפל וואס מעגליך.

טראץ וואס די אויבנדערמאנטע איז נישט קיין נייעס און איז שוין ברייט באקאנט פאר אלע וועלכע האבן אריינגעקוקט אין די אפציעס פון אריבערציען קיין לעיקוואוד, איז אבער געווען א שטיקל עיכוב אז פאר די גאנץ גרויסע קינדער איז נישט פארהאן קיין כתות, צוליב וואס עס איז נישט געווען גענוג קינדער פון די גאר גרויסע יארגענג.

דעריבער ווערט מיט פרייד אויפגענומען די נייעס אז נאכדעם וואס א גרעסערער ציבור האט זיך אריבערגעצויגן אין די לעצטערע חדשים, און בפרט מיט די מעלדונג אז דער צווייטער פאזע פון דעם סאטמארן ישוב, דער נייער ריווערוואוד דעוועלאפמענט, וועט פארטיג זיין אויף פסח בעז"ה, וואס באדייט אז עס קומט צו פרישע 48 דירות פאר אנ"ש, געבנדיג א געלעגנהייט פאר משפחות מיט מער און עלטערע קינדער זיך אריבערצוציען, וועט אויפן נייעם זמן הלימודים געעפנט ווערן אלע יארגענג ביז ארויף בעז"ה, סיי אין תלמוד תורה און סיי אין בית חינוך.

מטעם הנהלת המוסדות ווערט איבערגעגעבן אז כדי מען זאל קענען פלאצירן די קינדער ווי געהעריג, סיי מיט פלאץ אין בניני המוסדות און סיי מיטן צושטעלן א געהעריגער שטאב אויפן זעלבן הויכן ניווא ווי די עקזיסטירנדע כתות, איז יעצט די צייט צו אריינגעבן אייער אפליקאציע באצייטנס.

אויך די וועלכע זענען נאכנישט הונדערט פראצענט באשלאסן מיט די פלענער זיך ארויסצוציען, זאלן אריין רופן וואס פריער צו איבערשמועסן די פלענער אויף שנת הלימודים תש"פ, די אינפארמאציע וועט ווערן געהאלטן 100% קאנפידענשל לויט אייער פארלאנג.
ואנו תפלה, מיר זאלן קענען זוכה זיין מגדל צו זיין בנים ובני בנים עוסקים בתורה ומצוות ע"ד ישראל סבא, שתשרה שכינה במעשי ידינו ויתקדש שם שמים על ידינו, אכי"ר
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

מעכטיגע חזרה אויף די לימודים פאר די פיר עלטערע כתות
אזוי ווי באקאנט די דברי חז"ל אז די עיקר הלימוד דארף צו זיין דורך חזר"ן די לימודים, דעריבער איז מען ב"ה אזוי מחנך אונערע קינדער, אבער געוויס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז ביי אונז און סאטמאר לעיקוואד ווערט דאס אהער געשטעלט מיט א באזונדערע מעלה, וואס ווי באקאנט זענען די קינדער דא אויסגעשטעלט במציאות צו א מער רואיגע סארט לעבן ווי און א גרויסע שטאט, איז דעריבער קען מען מער אריינלייגן אין קידנער, און אזוי אויך האבן די קינדער מער צייט דורכן טאג דאס צו חזרן און לערנען אויף די אייגענע שעות, דעריבער האט מען טאקע אהערגעשטעלט פאר זיי א ספעציעלע קונטרס מיט בחינות וכדומה זיי זאלן דאס קענען גוט חזרן, עס זאל זיין ביי זיי כמונח בקופסא, און ב"ה די שווערע הורעוואניע האט זיך אויסגעצאלט און דאנערשטאג איז די רב שליט"א געקומען פארהערן, ווי די רב האט זיך אויסגעדרוקט נאכדעם מיט גרויס התפעלות, יא ב"ה מען זעט שוין די הערליכע פירות פון סאטמאר לעיקוואד, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו

פורים קטן און מוסדות סאטמאר און לעיקוואד
דעם דינסטאג פר' כי תשא ווען עס איז אויסגעפאלן דעם גרויסן טאג פורים קטן, איז דאס טאג אויסגענוצוט געווארן אויף א גאר א שיינעם און דערהויבענעם פארנעם, פארשטייט זיך אז שטייענדיג אינמיטן די חזרה פאר די גרויסע קינדער, האבן די קינדער אויסגענוצט די צייט ציטן חזר'ן, און ביי מיטאג האט די חשובע מנהל פאררופן פאר אלע מלמדים א גאר שיינעם הערליכן תוכן'דיגן אסיפה, די ציל פון די אסיפה איז געווען צו מחזק זיין די חשובע כלי קודש אויף זייער שווערע עבודה וואס זיי לייגן אריין און די טייערע צאן קדשים, עס איז סערווירט געווארן א רייכן מיטאג לכבוד פורים קטן, עס זענען געהערט געווארן גאר שיינע דיבורים פון איינע פון די מלמדים, און די קלימאקס איז געווען ווען די חשבוע מנהל הרב וואלף שווארטץ שליט"א האט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים מיט דאנק ווערטער פאר די חשובע מלמדים, און פארשטייט זיך אינאיינוועגס ארויסגעברענגט פאר די מלמדים, וואס די ציל פון א יעדע מלמד דארף צו זיין, ספעציעל ביי אונז ווען די מוסד איז נאך קליין, קען מען זיך מער אריינלייגן און א יעדעס קינד באזונדער, די מנהל האט נאכגעברענגט פון די ספרים הקדושים די געוואלדיגע חשיבות פון א מלמד, און די געוואלדיגע אחריות וואס עס ליגט אויף א מלמד, ב"ה די אסיפה האט איבערגעלאזט אויף די מלמדים א מורדיגן רושם, ווי זיי דריקן זיך אויס האט דאס אריינגעבלאזן און זיי א שטארקן רוח און חיזוק צו גיין ווייטער און שטייגן מער און מער.
דערנאך איז געקומען די רייע אויף די חשובע קינדער, ווען עס האבן זיך צוזאם גענומען אלע חשובע קינדער און די עס זאל, ווי עס איז פארגעקומען א הערליכער פארשטעלונג דורך די קינדער פון די צוויי עלטסטע כתות, די פארשטעלונג איז געווען געבויט אויף די דברי חז"ל אויף די מעשה פון די נס פורים, די טייערע קידנער האבן שטארק הנאה געהאט דערפון.

פאזיציעס פאר קומענדיגע יאר שנת תש"פ
יא ! אפילו מיר שטייען נאך בחודש אדר א' און עס איז נאך דא א פולע יאר אויס צונוצן און די מוסדות בתורה וביראה, מיט דעם אלעם טוט זיך די הנהלת המוסדות גרייטן מיט א אימפעט אויפן קומענדיגן יאר בעזהשי"ת, ב"ה די מוסד האט זיך געשטעלט די לעצטע פאר חדשים אויף די פיס מיט אלע הינזיכטן, ספעציעל מיט די געוואלדיגע דערגרייכונג וואס מיר האבן דערלעבט צו מקיים זיין דעם ביומו תתן שכרו במלוא מובן המלה א יעדע וואך באזונדער, וואס ווי פארשטענדליך קומט עס טאקע נישט או גרינג מיר קענען דאך נישט לייקענען דעם מאמר חז"ל כל התחלות קשות, אבער מיט דעם אלעם האבן מיר זיך געשטארקט, און עס אויסגעפירט, איז דעריבער ווען עס קומט דערצו זיך אריינצולייגן פון אהער שטעלן די מוסד פארן קומענדיגן יאר, קומט דאס אן מיט ב"ה א געוואלדיגע שטארקן פארנעם, וויסענדיג אז מיר וועלן קענען אויפנעמן בס"ד די בעסטע ערפאנערסטע איינגעשטעלטע, דעריבער טוען מיר מעלדן פאר די חשובע ציבור, סיי טאמער איר זענט אינטערסירט פאר א פאסטן, סיי טאמער איר ווייסט פון איינעם וואס איז אינטערסירט, סיי פאר די ת"ת און סיי פאר די בית רחל ביטע אריינרופן און אפיס אויף 7322843390

מעכטיגן טשייניז אוקשען פון די סאטמאר לעיקוואד לעידיס אקזילערי ברענגט אריין שטויענדיגן הערליכע סכומים, בלויז צווי וואכן פארבליבן צום גורל
ווי באריכטעט, האבן די טייערע נשים צדקניות אונטערגענומען א ריי מיט פראגראמען כדי צו זיכער מאכן די איינגעשטעלטע באקומען צייטליך זייער תשלומין, יעצט שטייט מען אינמיטן די מעכטיגע טשייניז אוקשען, מהאט שוין ב"ה דערגרייכט איבער 25 טויזענט דאלער, די גורל וועט אי"ה פארקומען ר"ח אדר ב', דא שיקן מיר די ראפעל, ווי איר קענט זיך משתתף זיין, און ארויסהעלפן די הייליגע מוסדות דא, מיט זייער מעכטיגן ציל צו מקיים זיין דעם ביומו תתן שכרו אויף א פארנעם וואס עס לאזט זיך נישט גלייבן ב"ה.
Screenshot_20190222-123804_crop_539x839-269x419.png
Screenshot_20190222-123804_crop_539x839-269x419.png (192.75 KiB) געזען 3995 מאל
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

news lakewood 3_Page_1.jpg
news lakewood 3_Page_1.jpg (301.2 KiB) געזען 3731 מאל
news lakewood 3_Page_2.jpg
news lakewood 3_Page_2.jpg (336.82 KiB) געזען 3731 מאל
news lakewood 3_Page_3.jpg
news lakewood 3_Page_3.jpg (303.25 KiB) געזען 3731 מאל
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו תושבי שכונת סאטמאר לעיקוואד אויפגענומען די בשורה טובה, אז כ"ק מרן רבינו שליט"א האט ממנה געווען 5 אברכים תושבי השכונה צו אלס חברי הנהלת הקהלה, צו פירן די קהלה הקדושה וואס וואקסט און בליהט ב"ה.
עס איז נארוואס פארגעקומען א הערליכע לחיים ביים רבין און שטוב מיט די באטיילוגונג פון די הנהלת הקהלה פון וומסב"ג, און די הנהלת הישוב פון לעיקווד, און די חברי הנהלת המוסדות, ווי רבינו שליט"א האט אראפגעשטעלט א פעסטע יסוד פאר די קהלה דורך ממנה זיין

מו"ה יוסף הירש הי"ו, מו"ה משה יואל פריעדמאן הי"ו, מו"ה יואל גרובער הי"ו, הרב ברוך אברהם פריעדמאן שליט"א, מו"ה משה אלי' טייטעלבוים הי"ו,
khal.jpg
khal.jpg (167.9 KiB) געזען 3712 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”