זאל מען עלעמענירן די דעמאקראטישע און ריפובליקאנער פארטיי

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6735
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

זאל מען עלעמענירן די דעמאקראטישע און ריפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך הרב_שלום » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 10:50 pm

אין יאהר 2008 איז געווארען ערוועלט א פרעזידענט איינער וואס געהערט צום דעמאקראטישע פארטיי ער האט אריינגעפירט א העלט קעיר סיסטעם, דאקא און אן איראנע דיעל (מער איבער דעם איז שוין דא פילע אשכולות און דא איז נישט די פלאץ דאס צו דיסקוסירן)
אין יאהר 2016 איז געווארען ערוועלט א פרעזידענט פון די ריפובליקאנער פארטיי אין זיין גאנצע ציהל איז צו אינטער ברענגען די אויבן דערמאנט דריי זאכען פאר איין סיבה ווייל די פאריגע פרעזידענט געהערט נישט צו מיין פארטיי און מען דארף אפווישען זיין גאנצע לעגעסי
די יעצטיגע פרעזידענט דארף געלט צו בויען א וואנט אבער די ספיקער פון קאנגרעס און די לידער פון די דעמעקראטישער פארטיי אין סענאט ווילען עס נישט ארויף ברענגען פאר איין סיבה ווייל ער באלאנגט נישט צו זייערע פארטיי
די ספיקער וויל מאכען א נסיעה קיין אפגיסטאן זיך טרעפען מיט טרופן די פרעזידענט קענסעלט עס די לעצטע מינוט פאר איין סיבה ווייל זי באלאנגט צו א צווייטע פארטיי און שטעלט זיך נישט צו זיינע פארשלאגען

איז מיר בייגעפאלן א געדאנק ביים נעקסטע עלעקשאן'ס וועט יעדע קענען אריין געבן זיינע/אירע קונדיטור אלס פרעזידענט יעדע וועט ארויס געבן זיינע מיינוגען פארוואס זיי האלטן מען דארף פאר זיי וואוטען און א געוויסע דינסטאג וועט די גאנצע יוניידעט סטעיטס וואיטען פאר איינע פון די פילע קאנדידאטען און ווער עס באקומט די מערסטע עלעקטארישע שטימעס ווערט פרעזידענט
אויב די פרעזידענט וויל ארויף ברענגען א געוויסע ביל דאן רעדט ער אין קאנגרעס און אין סענאט פארוואס ער האלט אז די ביל איז וויכטיג פארן פאלק מען געבט רעכט פאר יעדע צו רעדן אפאר מינוט ווי יעדע קען זאגן זייער מיינונג, עס ווערט אביסעל מאדעפירט צום ציפרידענהייט פון יעדע איינער, און נישט אז מען קוקט צו וועלכע פארטיי די פרעזידענט געהערט און אויב איז ער נישט אין מיין פארטיי וועל איך שטימען ביי יעדע ביל אנדרעש ווי ער וויל
Detergents: Save $15 when you spend $50
https://amzn.to/2RxWe3c

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג ינואר 18, 2019 10:58 am

איך פארשטיי נישט מיט וואס דיין מהלך גייט טוישן די מציאות אז עס איז דא צוויי פארטייען. אויב קען 'יעדער' ארויסשטעלן זיין קאנדידאטור דאן קענען די צוויי פארטייען אויך ארויסשטעלן זייער קאנדידאט וואס שטעלט פאר זייער פארטיי, און אטוימאטיש האבן זיי די פאוער, ווייל זיי שטעלן פאר א פארטיי און די אלע וואס געהערן צו די פארטיי וועלן וועלן שטימען פארן קאנדידאט פון זייער פארטיי.

די פארטייען איז נישט פארט אויף די גאווערמענט וואס מען קען יא אדער נישט עלימינירן, ס'איז א ציווילע זאך וואס מענטשן מאכן פאר זיך אליין, די גאווערמענט פון א פרייע לאנד קען נישט זאגן: "שפאר דיין פארטיי"!, דו קענסט אויך גרינדן א פארטיי אויב דו ווילסט, עס איז א תאווה וואס מענטשן האבן צו געהערן צו א גרעסערע זאך, עס גיט פאוער פאר זיינע שיטות, עס גיט פארן מענטש א פילינג פון לעגעטימאציע, ער זעלבסט אידענטיפיצירט זיך מיט זיין פארטיי, סאו נעמען זיך די אלע מענטשן וואס האבן באופן כללי די זעלבע מיינונג און מהלך המחשבה און זיי גרינדן א פארטיי וואס דאס גיט זיי א מאכט אלס א פאראייניגטע כח.

היינט קען אויך ווער עס וויל לויפן פאר פרעזידענט, נאר פארשטייט זיך אז ער וועט נישט ציען קיין מענטשן אויב איז ער נישט קיין קאנדידאט פון א פארטיי.

עושר אדיר
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

תגובהדורך עושר אדיר » פרייטאג ינואר 18, 2019 1:00 pm

די ציל פון פארטייען איז כדי בעסער צו מאכן בבחינת להבדיל וקנאת סופרים ירבה חכמה, למעשה איז א מציאות וואס איז פארקערט, יעדער גייט מיטן קאפ אין וואנט אדער גאר אין ערד כדי צו אפטון די אנדערע פארטיי


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט