מיינע חלומות...

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

מיינע חלומות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

איך וויל האבן א גרויסע קרוז שיף אויסגעשטאט פאר חרדישע אידן. א אפ-סקעיל מקוה, א הערליכע בית המדרש, הכל התורה מיט צוגעשטעלטע חברותות, א שטאק אראפ אינטערן וואסער וואס האט א וואנט פון גלאז צו קענען מיטהאלטן וואס די פיש טוען דארט.

עסן זאל זיין מיט א שטרענגע השגחה, אבער היי סטייל. א סערוויס צו אויפוועקן צו זמן קריאת שמע, פארוויילונגען, - סארי... "אויסטשוכענען" פלעצער ווי קען מען מאכן פיזיקל אקטיוויטי , כשר'ע סווימינג פולס, דאקטוירים וואס קענען געבן מעסארדשעס פאר לאנגע שעות, און אויסגראדן דעם געבויגענעם שדרה.
טעראפיסטן וואס וועלן אויסהערן און העלפן אראפלאדענען אלע מאנקיס וואס דרייען זיך אין קאפ.

א באזונדערע אויספלוג, צו שטילן דעם דורשט פאר עפעס וואס מען וואלט עכט געוואלט...  למשל: פאר עקסטער געלט קען מען שפילן רבי! מען קריגט א פעלץ מיט א שטעקן, און א גבאי, און א הכל הקודש ווי מען קען פירן טיש, און אויפשניידן א חלה גרויס 4 פיס. און מענטשן וועלן שרייען יחי אדונינו... דערנאך א פריוואטן אויפנאם צימער ווי מענטשן וועלן אריינגיין אל הקודש פנימה, און זיך קוויטלען...

א באזונדערע פראגראם פאר די וואס ווילן זיין א הצלה מעמבער..... מען וועט זיי וועקן אינמיטען די נאכט מיט עמערדשענסיס, זאלן זיי שפירן "עכט" דעם טעם...

א פראגראם פאר די וואס ווילן זיך שפירען ווי ביליאנערן! מען וועט זיי געבן א אפסקעיל אפיס, סעקרעטארן, מיט "וויכטיגע" מיטונגען ווי עס וועלן קומען פארשטייער פון בענק, און דרייען (מכלומפירשט) מיט גרויסע געלטער, ער וועט קויפן הייזער, מיט ווילאס ביי די קאריביען אינזלען , פלו פרינטס פון מוסדות התורה וואס ער האט אויפגעבויעט. מיט צענדליגער פלעגס פון מוסדות אין ארגענעזאציעס ווי ער האט באשטייערט מיליאנען... מענטשן וועלן אים אפגעבן דאס כבוד און זיך חנפ'ענען ווי עס ברויך...

א פראגראם פאר דו וואס ווילן שפילן כמעט עני אנדערע הויעכע אימעדשינערי פאזיציע...  פרעזידענט פון יוניידעט סטעיס מיט א אוועל אפיס! ער וועט באקומען טעלעפאן קאלס פון הויעכע וויכטיגע פיגורירן פון ארום די וועלט... פארשטייצעך מיט א שווארצע קעסטל ווי ער קען ארויסשיסן נוקלארע שפיצן אויף אלע זיינע שונאים...

דער שיף זאל אויך פארמאגן אן אייגענעם קרעטשמע/וועלטל ווי יעדער קען שפילן ווי וועלכע ניק ער וויל...

א פראגראם ווי מען קען טוישן צו וועלכע חסידות מען וויל...

בקיצור, די ליסט איז גרויס! מען רעדט דא פון א יאמאנגעס שיף וואס וועט האבן 28 שטאקן, און גרויס און ברייט וואס פיט נישט אדורך דעם פאנאמע - סועץ קאנאל...

אזא רייזע וועט נעמען פון 7 טעג ביז 60 טעג... און וועט קאסטן גאר ביליג! וויאזוי? פשוט, אויב קומסטו פאר 7 טעג און דו ווילסט שפילן "רבי" דאן מוסטו בלייבן נאך זיבן טעג און ארבייטן אלץ א הייסער חסיד... אדער אראפגיין ארבייטן אינעם קאך, און וואשען דישעס... אזוי וועט אויסקומען אז מען וועט אייביג האבן אסאך ארבייטערס וואס וועלן אויספירן די אלע פליכטן, און זיי וועלן נישט באצאלט ווערן. אזוי וועט מען קענען אנהאלטן דעם גאר ביליגן פרייז וואס דאס וועט אטמאטיש מאכן אז די שיף וועט אייביג זיין פול...אז עס זאל זיך מיר לוינען דעם ביזנעס און מיין קרוז פירמע זאל נישט גיין באנקראט....
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עס הערט זיך זייער גוט! וואו קען מען זיך איינשרייבן?
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

שלאף מיין קינד רו מיין נשמה, מאך די אויגן צו... איי לי לאלילא...

זאג! וואס טראכסטו בייטאג אז דו חלומ'סט אזוינס ביינאכט..?
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

ידיד האט געשריבן:שלאף מיין קינד רו מיין נשמה, מאך די אויגן צו... איי לי לאלילא...

זאג! וואס טראכסטו בייטאג אז דו חלומ'סט אזוינס ביינאכט..?

זעסטאך אליינס...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

העסט דאך דארפן עטליכע וואלענטירן אנצוהייבן, ווילאנג די "סיסטעם" ארבייט זיך אויס, כ'בין גרייט אויף צו אויספראבירן עטליכע סערוויסעס!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

איך דארף דא דריי אידען מען זאל איהם מיטיב חלום זיין.

ער חלום'ט אז א רביש קינד זאל אמאל גיין ארבייטען.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנחיים_שמואלסאן »

א פחד פון א חלום.
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

וואאאףף וואט עי חלום...!!!...!!!...!!!

מילין, דיין ניק וועט אויך זיין עוועילעבל?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עעםם.... אויב דענק איך גוט האט המספיק אזא פראגרעם, ניין?
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

כ'לאך פון די ארטיקל, און לאך אויך פון די תגובות.
ייש"כ.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
טימבל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טימבל »

:lol:
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

טימבל, טענקס פארן אויפברענגען דעם אשכול פין בעיסמענט! עס שטויבט שוין פאר 5 יאר דארט!
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

מילין_יקירין האט געשריבן:טימבל, טענקס פארן אויפברענגען דעם אשכול פין בעיסמענט! עס שטויבט שוין פאר 5 יאר דארט!

פארצייל נאר וואס די האסט געחלומט די לעצטע פינף יאר..
שטארק הנאה געהאט פין דיינע איידיעס.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מילין_יקירין האט געשריבן:טימבל, טענקס פארן אויפברענגען דעם אשכול פין בעיסמענט! עס שטויבט שוין פאר 5 יאר דארט!

אז מען בעט שיין באקומט מען!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: מיינע חלומות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

:lol: :lol:

דער כח הדמיון ארבעט איהם אויף אלע באקן,
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיינע חלומות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מילין_יקירין האט געשריבן:איך וויל האבן א גרויסע קרוז שיף אויסגעשטאט פאר חרדישע אידן. א אפ-סקעיל מקוה, א הערליכע בית המדרש, הכל התורה מיט צוגעשטעלטע חברותות, א שטאק אראפ אינטערן וואסער וואס האט א וואנט פון גלאז צו קענען מיטהאלטן וואס די פיש טוען דארט.

עסן זאל זיין מיט א שטרענגע השגחה, אבער היי סטייל. א סערוויס צו אויפוועקן צו זמן קריאת שמע, פארוויילונגען, - סארי... "אויסטשוכענען" פלעצער ווי קען מען מאכן פיזיקל אקטיוויטי , כשר'ע סווימינג פולס, דאקטוירים וואס קענען געבן מעסארדשעס פאר לאנגע שעות, און אויסגראדן דעם געבויגענעם שדרה.
טעראפיסטן וואס וועלן אויסהערן און העלפן אראפלאדענען אלע מאנקיס וואס דרייען זיך אין קאפ.

א באזונדערע אויספלוג, צו שטילן דעם דורשט פאר עפעס וואס מען וואלט עכט געוואלט...  למשל: פאר עקסטער געלט קען מען שפילן רבי! מען קריגט א פעלץ מיט א שטעקן, און א גבאי, און א הכל הקודש ווי מען קען פירן טיש, און אויפשניידן א חלה גרויס 4 פיס. און מענטשן וועלן שרייען יחי אדונינו... דערנאך א פריוואטן אויפנאם צימער ווי מענטשן וועלן אריינגיין אל הקודש פנימה, און זיך קוויטלען...

א באזונדערע פראגראם פאר די וואס ווילן זיין א הצלה מעמבער..... מען וועט זיי וועקן אינמיטען די נאכט מיט עמערדשענסיס, זאלן זיי שפירן "עכט" דעם טעם...

א פראגראם פאר די וואס ווילן זיך שפירען ווי ביליאנערן! מען וועט זיי געבן א אפסקעיל אפיס, סעקרעטארן, מיט "וויכטיגע" מיטונגען ווי עס וועלן קומען פארשטייער פון בענק, און דרייען (מכלומפירשט) מיט גרויסע געלטער, ער וועט קויפן הייזער, מיט ווילאס ביי די קאריביען אינזלען , פלו פרינטס פון מוסדות התורה וואס ער האט אויפגעבויעט. מיט צענדליגער פלעגס פון מוסדות אין ארגענעזאציעס ווי ער האט באשטייערט מיליאנען... מענטשן וועלן אים אפגעבן דאס כבוד און זיך חנפ'ענען ווי עס ברויך...

א פראגראם פאר דו וואס ווילן שפילן כמעט עני אנדערע הויעכע אימעדשינערי פאזיציע...  פרעזידענט פון יוניידעט סטעיס מיט א אוועל אפיס! ער וועט באקומען טעלעפאן קאלס פון הויעכע וויכטיגע פיגורירן פון ארום די וועלט... פארשטייצעך מיט א שווארצע קעסטל ווי ער קען ארויסשיסן נוקלארע שפיצן אויף אלע זיינע שונאים...

דער שיף זאל אויך פארמאגן אן אייגענעם קרעטשמע/וועלטל ווי יעדער קען שפילן ווי וועלכע ניק ער וויל...

א פראגראם ווי מען קען טוישן צו וועלכע חסידות מען וויל...

בקיצור, די ליסט איז גרויס! מען רעדט דא פון א יאמאנגעס שיף וואס וועט האבן 28 שטאקן, און גרויס און ברייט וואס פיט נישט אדורך דעם פאנאמע - סועץ קאנאל...

אזא רייזע וועט נעמען פון 7 טעג ביז 60 טעג... און וועט קאסטן גאר ביליג! וויאזוי? פשוט, אויב קומסטו פאר 7 טעג און דו ווילסט שפילן "רבי" דאן מוסטו בלייבן נאך זיבן טעג און ארבייטן אלץ א הייסער חסיד... אדער אראפגיין ארבייטן אינעם קאך, און וואשען דישעס... אזוי וועט אויסקומען אז מען וועט אייביג האבן אסאך ארבייטערס וואס וועלן אויספירן די אלע פליכטן, און זיי וועלן נישט באצאלט ווערן. אזוי וועט מען קענען אנהאלטן דעם גאר ביליגן פרייז וואס דאס וועט אטמאטיש מאכן אז די שיף וועט אייביג זיין פול...אז עס זאל זיך מיר לוינען דעם ביזנעס און מיין קרוז פירמע זאל נישט גיין באנקראט....

בעסקעלי ווילסטו אלעס אפסקעיל, כ'הער.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”