רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ער שרייבט וועגן פלארידע דערמאן איך מיר ווי ער האט געשריבען א בריוו וואס האט געהאנגען און קאשוי ביהמ"ד און ווילאמסבורג ווי ער בעט און ווארענט קיינער זאל נישט קומען צו אים קיין פלארידע און די איסור פון די רבנים וועגן פארען גייט נאך אן נאר ער דארף עס לצורך רפאה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

עם אחיו ר"י אהל רפאל שליט"א
אטעטשמענטס
2d9ed9f1-abf8-4695-b4fe-ad378831f2c0.jpg
2d9ed9f1-abf8-4695-b4fe-ad378831f2c0.jpg (141.4 KiB) געזען 2242 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ניחום אבלים אתמול
הגה"צ אב"ד טשאטה שליט"א
הגה"צ אב"ד שאץ מאנסי שליט"א

היום
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ב"פ שליט"א
הגה"צ רבי ישראל דוד שלעזינגער שליט"א
הגה"צ רבי יושע לייפער שליט"א
הגה"צ אב"ד יאוואזשנא שליט"א
האדמו"ר מבארדיטשוב שליט"א
הגה"צ גאב"ד טאהש מאנסי שליט"א
הגה"צ אב"ד סלאנים מאנסי שליט"א
הגה"צ אב"ד ראחמסטריווקא מאנסי שליט"א
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א
הגה"צ אב"ד תולדות אהרן מאנסי שליט"א
הגה"צ אב"ד דזיקוב מעליץ מאנסי שלט"א
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

מודעת אבל קהל עדת קאשוי
אטעטשמענטס
מודעת אבל.PNG
מודעת אבל.PNG (597.44 KiB) געזען 3592 מאל
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

צוואה ובקשת מחילה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

די פאלגנדע מכתב צוואה ובקשת מחילה האט דער רבי זצ"ל הכ"מ אפגעשריבן אין זיינע לעצטע יארן עלי אדמות, כ"ז אדר א' תשע"ו, און עפ"י בקשתו פונעם רבי'ן זצ"ל איז דאס אויפגעליינט געווארן ביי דער לוי' דורך חתנו להבחל"ח הגה"צ רבי יעקב משה לעבאוויטש שליט"א ראש ישיבת בית הילל


באתי בזה בבקשה לכל מי שיש לו איזה תביעה של ממון וכדומה ממנו, אם חוב שאני חייב מאיזה צד או מה שאני ערב או חייב באחריות לדעתו שיודיע נא הדבר לא' מיו"ח כדי שיוכלו לסדר הדבר על נכון. (ואם יש דבר לתקן אף אם אינו נוגע לממון, נא להודיע, וכל מי שיכול לתקן לזכותי דבר גדול הוא לי).
האומנם מה שדואג לי הוא דברים שבין אדם לחבירו שאינן נכנסים לגדר תשלומי ממון, וכידוע ל' תפלת זכה בזה ע"פ ד' חז"ל שבין אדם לחבירו אינו נמחל עד שירצה את חבירו, והוא מהדברים הקשים מאד ובפרט למי שהי' לו עסקים הרבה עם רבים קהלה וישיבה וכו' וכו'.
והנה אני מעודי מוחל לכל אדם מישראל אף לפני מעשה ואין בלבי שום טענה ותביעה של כלום לשום בן ישרא', (ואף עניני ממון אם מאיזה סיבה לא שילם לי מה שהי' מגיע, הכל מחול שלא ישאר לו חטא).
והנני מפיל תחינתי לכל מי שישמע, למחול לי, ולאומרו בפיו. ואף מי שאינו יודע כלום מ"מ טובה יעשה לי באומרו כן, ובזה נכלל כל יו"ח קרוביי וידידיי ומיודעי וכל מי שהי' לו איזה עסק שיהי' עמי. ואף אותם בנ"א שלא היו להם עסק עמי, פן דברתי או קבלתי לה"ר עליהם או גרמתי איזה צער ונזק שלא בידיעתם. כי ברור אצלי שהרבה הרבה יש מה שדרוש מחילה עליהם, וע"כ בתורת גמילות חסדים שהיא מצוה רבה אני מבקש מאד לומר כן בפה מלא (אפילו בינו לבין עצמו). ואף קרובי תלמידים ששל"ח כשבאים לבקר על קברם, יבקשו מהם מחילה בעדי, (לכתחילה בפני עשרה). וגם כל מי שיפרסם בקשה זו לאחרים כל אלה הם עושים לי טובה גדולה, וישלם השי"ת שכרם משלם לכל טובות, וימחול השי"ת לכולם ולכולנו ולחונן אותם וכולם ברב חסד וחנינה תמיד אכי"ר.
והנני חותם בברכה לכל טוב לכל מי שעשה ויעשה לי טובה באיזה ענין שיהי'
אור ליום כ"ז אד"א תשע"ו
הק' אליעזר חיים בלום
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

חושב מחשבות... האט געשריבן:ניחום אבלים
חברא קדישא ד'קהל עדת קאשוי


אינטערסאנט ווען מ'האט אדאפטירט די פענסי גחש"א
אטעטשמענטס
IMG_0607.JPG
IMG_0607.JPG (709.78 KiB) געזען 3581 מאל
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

מודעת אבל ישיבה אהל רפאל ד'קאשוי
אטעטשמענטס
אוהל רפאל.PNG
אוהל רפאל.PNG (129.27 KiB) געזען 3569 מאל
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

תלמיד נאמן האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:ער האט זוכה געווען צו זיין על ברכי רביה"ק מסאטמאר זי"ע אויפן קאסטנער צוג און ער האט אים פארהערט ונשקו על ראשו


מדי דברי בו זכור אזכרנו וואס איך האב אמאל געהערט אז אין יענע תקופה ווען דער רבי זצ"ל הכ"מ האט זיך געפינען אין די שווייץ האט ער קיינמאל געלאזט אז די אויפציערין זאל אים צורירן בים זיך באדן.

מ'רעדט דא פון א פינף יעריג יונגעלע, אוועק פון טאטע מאמע, אוועק פונדערהיים, געפינט זיך אין א קינדער אנשטאלט. און וואס זענען די דאגות פון דעם פינף יעריג קינד? אז דאס מיידל זאל אים נישט אנרירן! דאס גיט א שטיקל בליק פון זיין קדושה וטהרה נאך מנעוריו ווי איינער האט פריער אראפ געברענגט לשו"ק מאביו אז ער איז 'קדוש מרחם'


פונקט געהערט די וואך פון א פלומעניק פון די באדערין (גערופן ביי זיי אין די משפחה רושי נעני) אז זי פלעגט עס פארציילן אלס און געזאגט אויב ווילט איר וויסן וואס מיינט א אפגעהיטענע איד נאך פון אלס קינד גייט קוקט אויף קאשויער רב'ס עלטסטע זון!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

נאך א בילד פון קידוש החמה תשס"ט, ווי די רבי קוקט אויפן זון
אטעטשמענטס
קידוש החמה.PNG
קידוש החמה.PNG (732.68 KiB) געזען 2134 מאל
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

היינט ביים ניחום אבלים אין וומסב"ג ביי אחיו הרב ר' שאול שלום שליט"א האט ער פארציילט א ווינדערליכע מעשה: אז עס זענען געקומען אמאל צוויי אידן צו אים פאר בוררות זיך מפשר צו זיין אין דיני ממונות, און איינע פון די אידן איז געווען א גרויסע תומך פאר קאשוי אלע יארן מיט שווערע געלטער, די רבי האט זיך אנגערופן צו אים (זעענדיג אז יענער וויל בעקיפין ארויסווישן געלט פון זיין שותף) אויב ווילסטו גיין אויפן תורה'דיגן מהלך אין זיך אדורך קומען און מפשר זיין איז גוט אויב אבער ווילסטו ארויסנעמען געלט פון דיין שותף דורך קרומע וועגן זאג איך דיר אז דיינע קינדער און אייניקלעך וועלן זיך וואלגערן פאר עניות און אז דו ווילסט קען איך דיר אונטערשרייבן דערויף אויך........
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ס'ידוע אז ווען די רבי איז געווארן בר מצוה, האט די טאטע געשיקט מזכיר זיין ביים הייליגן בעלזא רב זצוק"ל זיין זוהן די בר מצוה בחור, די בעלזא רב האט צוריקגעשיקט א בריוו געשריבן דורך ר' שלום פויגל משב"ק, ווי ער וואונטש אן דעם בחור ווארימע ברכות, און צוגעלייגט צום סוף 3 ענינים וואס ער זאל זעהן נזהר צו זיין,
א] מקוה יעדן טאג, ב] תפילה בציבור ג] נישט רעדן מיט די תפילין

ס'איז אינטרעסאנט ווי כל ימי חייו האט ער זייער שטארק מקפיד געווען אויף די 3 זאכן מיט א זהירות יתירה, אפילו אין די גאר שווערע זמנים ווען ס'געווען ביטער שווער האט ער זיך אנגעשטרענגט למעלה מכחות אנושיים, חלילה נישט נאכצולאזן, אסאך מאל וויילענדיג אין שפיטאל און די מרחקים האט מען געברויכט איבערדרייען וועלטן אז מ'זאל קענען גיין אין מקוה, איך וועל ברענגן אפאר מעשיות און נקודות וואס איך האב צאמגענומען, און איך וועל צולייגן כמה כמה דמטא לידי

מקוה
בכלל איז האט די רבי געהאט א עקסטערע עבודה מיטן גיין אין מקוה, ווי ער פלעגט זיך טובל'ן זייער אסאך טבילות, אסאך טבילות זענען צוגעגאנגן באופן ווי די גאנצע קאפ איז געווען אונטערן וואסער און האט נאר ארויסגעשטעקט און אריינגעשטעקט די הענט אסאך מאל, ער"ש פלעגט זיין א גרעסערע סכום טבילות ווי יעדן טאג,

אין די עלטערע יארן האט מען איהם געבויעט א פריוואטע מקוה, ווי ער למעשה נאר געגאנגן איין מאל, שפעטער נאכן ארויפלייגן די טרעיק איז שוין ליידער נישט געווען מעגליך ווייטער צו גיין, האט ער געהאט א גאנצע מהלך ווי ער פלעגט זיך טובל'ן במחשבה און פלעגט מאכן אינטרעסאנטע תנועות ווי כאילו ער איז יעצט אין מקוה


תפילה בציבור
די רבי איז געפארן בשנת תשס"ו קיין ארץ ישראל אויפן רוף פון די עדה אויפצוטרעטן ביי א געוויסע עצרת חינוך, אויפן וועג אהין האט די רבי אויסגערעכנט אז ס'וועט נישט שייך זיין צו דאווענען שחרית בציבור נאר טאמער מ'וועט מאכן א סטאפ אין לאנדן, האט מען טאקע אויסגערעכנט די נסיעה אויף דעם אופן.

א צווייטע מאל האט די רבי געווען אין עירפארט און ס'איז געוון דארט 9 אידן ס'האט געפעלט א צענטער צו מנין, האט די גבאי ר' מענדל גרינוואלד געפרעגט דעם רבי'ן [וואוסענדיג אז ס'גייט איהם בנפשו דאס דאווענען בציבור] צו ער זאל פארן קיין מאנסי ברענגן נאך א איד צו משלים זיין, למעשה האט די רבי עס קאטאגאריש אפגעווארפן, סיי נישט צו מטריח זיין א איד וועגן איהם, און סיי חלילה נישט מכשיל צו זיין א איד צו קומען אין עירפארט מיט די אלע נסיונות פון שמירת עינים


דבור בתפילן
איך האב איהם אמאל געפרעגט אז איך האב א קבלה טובה נישט צו רעדן מיט די תפילין זייט די בר מצוה, אבער ווען ס'קומט צו שמע קולנו וויל איך אסאך מאל בעטן אויף מאמע לשון, צו ס'הייסט געבראכן די זאך, האט ער מיר געפרעגט דו קענסט מתפלל זיין אויף לשון קודש? דאן זאלסטו אזוי טוען...
לעצט פארראכטן דורך חושב מחשבות... אום מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 7:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

בנוגע די נסיעה קיין א"י בשנת תשס"ו איז כדאי צו מוסיף זיין נאך עטליכע אינטרעסאנטע ענינים:

אין לאנדען ביי די סטאפ, איז אויסגעקומען אז ס'שוין געווען זייער שפעט און מ'האט שוין געדארפט גיין צום געיט, אבער די רבי האט נאך געהאט אנגעטוען די תפילין דר"ת, האט ער זיך אנגעטוען די רעזשוואלקע אויפן טלית און די היט אויפן קאפ, און די גאנצע עולם האט זיך שנעל צוגעיאגט ארויפצוגיין אויפן פליגער, ארויפקומעדיג בשעת די עולם האט זיך מסדר געווען האט די רבי זיך אוועקגעשטעלט ביי זיין פלאץ און אנגעהויבן צו ליינען קרי"ש ד' פרשיות ועוד, כאילו ער איז ביי זיך אין ביהמ"ד מיט די גאנצע ישוב הדעת און דביקות,

פלוצלינג הערט מען אויסרופן אויפן מייק 'נשים און אדל-לייט ס'האט זיך געמאכט א פראבלעם מיט די סטעפס ס'קען זיך עפעס נישט אפשיידן פון די פליגער סא ס'וועט זיין א שטיקל דילעי' די רבי שטייט ווייטער אויף זיין פלאץ און איז ממשיך מיט זיין הייליגע עבודה, און נאך א גוטע פאר מינוט האט ער צוגענדיגט צאמגעלייגט די תפילין די טלית, און באותו רגע וואס ער האט צוגעמאכט דעם זיפער פונעם טלית בייטל רופט מען אויס 'רבותי יעדער זאל זיך אראפזעצן די פראבלעם איז געלעזט געווארן די פליגער גייט זיך הייבן', מ'האט ממש געזעהן ווי דער בורא עולם האט צוגעפירט אז די רבי זאל האבן די מנוחה צו קענען ענדיגן זיין הייליגע עבודה, די רבי האט זיך דאן אויסגעדרוקט, 'אז ממיינט עס אמת'דיג האט מען סייעתא דשמיא'
לעצט פארראכטן דורך חושב מחשבות... אום מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 7:01 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

סביב העולם האט געשריבן:היינט ביים ניחום אבלים אין וומסב"ג ביי אחיו הרב ר' שאול שלום שליט"א האט ער פארציילט א ווינדערליכע מעשה: אז עס זענען געקומען אמאל צוויי אידן צו אים פאר בוררות זיך מפשר צו זיין אין דיני ממונות, און איינע פון די אידן איז געווען א גרויסע תומך פאר קאשוי אלע יארן מיט שווערע געלטער, די רבי האט זיך אנגערופן צו אים (זעענדיג אז יענער וויל בעקיפין ארויסווישן געלט פון זיין שותף) אויב ווילסטו גיין אויפן תורה'דיגן מהלך אין זיך אדורך קומען און מפשר זיין איז גוט אויב אבער ווילסטו ארויסנעמען געלט פון דיין שותף דורך קרומע וועגן זאג איך דיר אז דיינע קינדער און אייניקלעך וועלן זיך וואלגערן פאר עניות און אז דו ווילסט קען איך דיר אונטערשרייבן דערויף אויך........

והוא פלא!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

נאך אן אינטערעסאנטן עפיזאד פארציילט אחיו הרב ר' שאול שלום שליט"א אז עס איז געקומען נעכטן אים מנחם זיין א איד פון ארץ ישראל וואס האט פארציילט אז בדידיה הוה עובדא: מיט א 10 יאר צוריק בערך האט ער למז"ט געבוירן א קינד און נאך עטליכע חדשים האט זיך זיין בני בית אנגערופן צו אים "עפעס איז נישט בסדר מיטן קינד דאס קינד קריכט אבער הייבט נישט אויף זיין קעפעלע און עס ריספאנד נישט געהעריג" האט ער איר געזאגט לאמיר גיין צו א דאקטאר און אונטערזוכן דאס קינד.
ביים דאקטאר זענען זיי שאקירט געווארן צו הערן די רעזולטאטן אזוי קאלט בלוטיג אין פנים אריין אז דאס קינד קען ל"ע נישט זען און נישט הערן און עס דיאגנאזירט אלס אוטיזם רח"ל.
זייענדיג א תלמיד פונעם רבי'ן האט ער זיך אנגערופן צו זיין ווייב אז ער וועט רופן דעם רבי'ן און מזכיר זיין און בעטן א ישועה, האט זיין ב"ב געזאגט אדרבה אבער דו מוזט מיר צוזאגן אז וואס דער קאשויער רב וועט הייסן וועלן מיר טאן אן קיין חכמות.
וכך הוה ער האט אנגערופן דעם רבי'ן און זיך אויסגעגאסן זיין הארץ און געפרעגט וואס ער זאל טאן מיטן קינד כדת מה לעשות? די רבי האט געשוויגן פאר א קורצע וויילע און דאן זיך אנגערופן רוף מיר מארגן וועל איך דיר ענטפערן.
דעם אנדערן טאג האט ער צוריק גערופן און דער רבי האט אים געזאגט ברויכסט גארנישט טאן מיטן קינד נאר בלויז אים נעמען צו טערעפי צוויי מאל און אלעס וועט זיין בסדר אי"ה.
דער איד האט געפאלגט כאשר אמר כן עשה ער איז אריבער אינאיינעם מיטן ב"ב און דעם קינד צו א גרויסע טעראפיסט און יענער האט אנגעהויבן מאכן טעראפי מיטן קינד צוויי מאל און דערנאך אונטערזוכט דעם קינד מיט פארשידענע טעסטס און געזאגט פאר די עלטערן אייער קינד איז ב"ה פולקאם א געזונט קינד עס קען זען און הערן און עסן און איז נישט אוטיסטיק, ער וועט דארפן מאכן איבונגען און אלעס וועט זיין געהעריג, ווייל דאס קינד איז געבוירן געווארן מיט זייער שוואכע מוסקלען און דורך איבונגען וועט אלעס ווערן פארשטערקערט בס"ד.
די גליקליכע עלטערן האבן צוערשט נישט געגלייבט וואס זיי הערן, אבער דער דאקטאר האט זיי געזאגט איך בין דער גרעסטער ספיציאליסט אינעם געביט פון אוטיזם און איך זאג ענק אז דאס קינד איז בסדר.
היינט ענדיגט צו דער טאטע איז מיין קינד כאחד האדם ותגזור אומר ויקם לך!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

חושב מחשבות... האט געשריבן:בנוגע די נסיעה קיין א"י בשנת תשס"ו איז כדאי צו מוסיף זיין נאך עטליכע אינטרעסאנטע ענינים:


פלוצלינג הערט מען אויסרופן אויפן מייק 'נשים און אדל-לייט

יישר כח חושב פאר דיינע באריכטן אבער די ווערטער זענען מיין פעוואריט
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תיקון חצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

תיקון חצות איז געווען אן עבודה וואס די רבי פלעגט יעדן טאג אפרעכטן מיט בכיות עצומות, מיט אש אויפן קאפ, די זוהן רבי יעקב יוסף פארציילט ווי די רבי פלעגט ווארטן ביז יעדער איז שוין געשלאפן און דאן האט ער אנגעהויבן מיט די תיקון חצות, ער זאגט אז ער פלעגט אסאך מאל זיך מאכן ווי ער שלאפט כדי צו קענען מיטהאלטן, ס'געווען א געוואלדיגע תענוג צו הערן ווי ער זאגט דעם תיקון מיט א ספעציעלע זיסע נוסח מיט השתוקקות און געגועים צום גאולה שלימה

א איד פארציילט אז ער איז איינמאל געשטאנען על המשמר לשרת בקודש אין וויליאמסבורג, אינמיטן זייענדיג דארט איז ארויס פאר א מינוט, און ווען ער איז צוריקגעקומען האט ער בשום אופן נישט געקענט טרעפן דעם רבי'ן ער האט ארומגעזוכט אין אלע שטובער, אין ביהמ"ד, אין גאס, ופרח לו איש האמת ווי איז די רבי?? ער זוכט און זוכט... פלוצלינג באמערקט ער ווי די רבי זיצט ביי א קארנער אויף א קישן אויפן פלאהר (די טיש האט געהאט פארשטעלט) [כמנהגו אלס ביי תיקון חצות צו זיצן אויף א קישן] און די רבי קוקט אויף איהם שווייגענדיג מיט זיינע טיעפע דורכדרינגליכע אויגן, דער האט תיכף געכאפט דעם רמז און האט געהויבן פיס און געלאפן ווי זיינע אויגן האבן איהם געטראגן,

ת"ב ביינאכט איז די מנהג אין קאשוי אז דער עולם זאגט צוזאמען תיקון חצות אין ביהמ"ד נאך איכה, און ס'פלעגט אויסקומען אביסעל פאר חצות, און די רבי פלעגט מיטזאגן מיטן ציבר, אבער ער האט נישט ארויסגעוויזן קיין עקסטערע התרגשות ברבים, שפעטער ביינאכט ווען ער פלעגט אהיימקומען פלעגט ער נאכאמאל זאגן דעם תיקון מיט בכיות תמרורים על חורבן ירושלים און גלות השכינה

.

ביי די נסיעה קיין ארץ ישראל בשנת תשס"ו ווען די פליגער האט אנגעהויבן לאנדען העכער א"י, האבן זיך געגאסן פון זיינע אויגן טייכן טרערן דערביי שעפשענדיג צו זיך תיקון חצות, שפעטער ווען מ'איז געגאנגן קעגן דעם הר בית האט ער נאכאמאל געזאגט תיקון חצות און מוסיף געווען על נהרות בבל
לעצט פארראכטן דורך חושב מחשבות... אום מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 7:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ש'כח חושב.... שרייב, שרייב, שרייב נאך...
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

סביב העולם האט געשריבן:נאך אן אינטערעסאנטן עפיזאד פארציילט אחיו הרב ר' שאול שלום שליט"א אז עס איז געקומען נעכטן אים מנחם זיין א איד פון ארץ ישראל וואס האט פארציילט אז בדידיה הוה עובדא: מיט א 10 יאר צוריק בערך האט ער למז"ט געבוירן א קינד און נאך עטליכע חדשים האט זיך זיין בני בית אנגערופן צו אים "עפעס איז נישט בסדר מיטן קינד דאס קינד קריכט אבער הייבט נישט אויף זיין קעפעלע און עס ריספאנד נישט געהעריג" האט ער איר געזאגט לאמיר גיין צו א דאקטאר און אונטערזוכן דאס קינד.
ביים דאקטאר זענען זיי שאקירט געווארן צו הערן די רעזולטאטן אזוי קאלט בלוטיג אין פנים אריין אז דאס קינד קען ל"ע נישט זען און נישט הערן און עס דיאגנאזירט אלס אוטיזם רח"ל.
זייענדיג א תלמיד פונעם רבי'ן האט ער זיך אנגערופן צו זיין ווייב אז ער וועט רופן דעם רבי'ן און מזכיר זיין און בעטן א ישועה, האט זיין ב"ב געזאגט אדרבה אבער דו מוזט מיר צוזאגן אז וואס דער קאשויער רב וועט הייסן וועלן מיר טאן אן קיין חכמות.
וכך הוה ער האט אנגערופן דעם רבי'ן און זיך אויסגעגאסן זיין הארץ און געפרעגט וואס ער זאל טאן מיטן קינד כדת מה לעשות? די רבי האט געשוויגן פאר א קורצע וויילע און דאן זיך אנגערופן רוף מיר מארגן וועל איך דיר ענטפערן.
דעם אנדערן טאג האט ער צוריק גערופן און דער רבי האט אים געזאגט ברויכסט גארנישט טאן מיטן קינד נאר בלויז אים נעמען צו טערעפי צוויי מאל און אלעס וועט זיין בסדר אי"ה.
דער איד האט געפאלגט כאשר אמר כן עשה ער איז אריבער אינאיינעם מיטן ב"ב און דעם קינד צו א גרויסע טעראפיסט און יענער האט אנגעהויבן מאכן טעראפי מיטן קינד צוויי מאל און דערנאך אונטערזוכט דעם קינד מיט פארשידענע טעסטס און געזאגט פאר די עלטערן אייער קינד איז ב"ה פולקאם א געזונט קינד עס קען זען און הערן און עסן און איז נישט אוטיסטיק, ער וועט דארפן מאכן איבונגען און אלעס וועט זיין געהעריג, ווייל דאס קינד איז געבוירן געווארן מיט זייער שוואכע מוסקלען און דורך איבונגען וועט אלעס ווערן פארשטערקערט בס"ד.
די גליקליכע עלטערן האבן צוערשט נישט געגלייבט וואס זיי הערן, אבער דער דאקטאר האט זיי געזאגט איך בין דער גרעסטער ספיציאליסט אינעם געביט פון אוטיזם און איך זאג ענק אז דאס קינד איז בסדר.
היינט ענדיגט צו דער טאטע איז מיין קינד כאחד האדם ותגזור אומר ויקם לך!


מדי דברו בו זכור אזכרנו...
א חבר מיינער האט מיר נעכטן פארציילט אז פאר ער האט געהאט איינע פון זיינע קינדער, האט ער געמאכט א סאנעגרעם און די דאקטער האט אנגעשראקן אז די קינד וועט נישט קענען לעבן נאר ממש עטליכע חדשים, ער איז אריין צום רבי'ן און פארציילט וואס די דאקטער האט געזאגט, די רבי פרעגט דעם אינגערמאן, ווער האט דיך געבעטן צו מאכן א סאנגראם?! איך זאג דיר זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, והוסיף ווען איך בין ווען בכח וואלט איך ארויסגעגעבן א איסור דאס צו מאכן.

שפעטער ווען די קינד איז געבוירן איז די קינד געווען געל, האט ער אריבערגערופן דעם גרויסן מוהל פישער צו קומען אונטערזוכן דאס קינד, און אזוי שמועסנדיג האט ער פארציילט פאר פישער וואס די דאקטוירעם האבן לכתחילה אנגעשראקן, און ער האט ארויסגענומען די פאפירן פונעם דאקטער, פישער איז מעיין אין דעם, און ער רעגט זיך אויף, ביסט אינגאנצן אויפן קאפ געפאלן אויף אזא קינד ווילסטו יעצט מאכן א ברית דא שטייט דאך געפערליכע זאכן, מוזט כאטש ווארטן אפאר חדשים צו זעהן די מצב,

למעשה האט מען געמאכט דעם ברית און דאס קינד איז היינט א נארמאל געזונט קינד כאחד האדם ס'פעלט איהם נישט גארנישט.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

מידות טובות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

יארן לאנג פלעגט די רבי פארן קיין בארא פארק אויף א שבת יאר יערליך, ווי ער פלעגט שאפן געלט פאר די מוסדות, און ער האט געהאט א קביעות אינצושטיין ביי א געוויסע איד,

די יאר נאכן טאטענ'ס פטירה האט מען נאכאמאל זיך גערישט אויף א נסיעה קיין ב''פ, איז דעמאלטס געקומען א צווייטע איד וואס ער פלעגט האבן די חזקה אז די טאטע די בעל ברכת שמים פלעגט ביי איהם איינשטיין, און געטענה'ט אז די רבי דארף יעצט קומען איינשטיין ביי איהם, צו ממשיך זיין די חזקה אז די רבי קומט צו איהם, איז געווארן א שטיקל געפעכט די צוויי אידן האבן ביידע געטעהנט עלי יניח צדיק ראשו, האט מען מחליט געווען אז מ'גייט גיין צו א דין תורה, און הערן ווער ס'איז גערעכט, וכך הוה, און די פסק איז ארויס אז דער צווייטער איז גערעכט היות יעצט איז ער שוין א רבי און ער האט די חזקה מהיום ולהלן, די רבי האט טאקע איינגעשטאנען יענע יאר ביי איהם, אבער פון יענע יאר און ווייטער האט ער אויפגעהערט בכלל צו פארן קיין ב''פ פאר שבת נישט צו מצער זיין דער ערשטער איד
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

היינט ביינאכט האט מנחם געווען

כ''ק גאב''ד סאטמאר מאנסי שליט''א
כ''ק אדמו''ר מפאפא שליט''א
הגה''צ אב''ד סערדיהעלי שליט''א
הגה''צ אב''ד סקולען לעיקוואד שליט''א
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

די רבי פלעגט קיינמאל נישט טרינקען פארן דאווענען קיין קאווע און נישט קיין וואסער, שפעטער ממש עטליכע יאר צוריק האט מען ביי איהם געפועלט אז פאר די געזונט מוז ער עפעס טרינקן, בלית ברירה האט ער מסכים געווען, און אנגעהויבן טרינקען א טראפעלע גאר הייסע וואסער אויסגעמישט מיט אביסל צוקער, אבער ס'געווען אזוי ווייניג אז ס'נישט געווען גענוג אויף צו מאכן א בורא נפשות, האט א אייניקל איהם געדארפט מוציא זיין יעדן טאג מיט ברכה אחרונה, ער פלעגט מאכן א שהכל און דערנאך אריינגעלייגט אין מויל אביסעל צוקער, ווייל עפעס האט ער חייש געווען אז ע''פ הלכה קען זיין א שאלה צו מאכן א ברכה נאר אויף אזא מיעוט וואסער, טאמער די אייניקל איז נישט געווען ביי די האנט איהם צו מוציא זיין האט ער דאס ביסעל וואסער אויך נישט געטרינקן. אמאל האב איך מיטגעהאלטן ווי ער האט שוין געהאט אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום דאווענען און די אייניקעל איז הערשט אנגעקומען אינמיטן קרבנות האט ער געהייסן מ'זאל זיך אראפזעצן, ער האט זיך אויך אראפגעזעצט מיט די גאנצע הכנה און ישוב הדעת און נאר דאן האט ער זיך געלאזט מוציא זיין מיטן בורא נפשות, אזוי איז געווען מיט אלע זאכן ווי ער האט פאר זיך מדקדק געווען אויף יעדן קוצו של יוד פון שלחן ערוך...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איינער האט איהם אמאל נאכגעזאגט אז די בעלי מוסר האבן געזאגט אז קיינער האט נאכנישט עומד געווען אויף די עומק פון די תכסיסי מלחמה פונעם ייצר הרע, נאר די ייצר הרע אליין האט עס ארויס און די חובות הלבבות,

האט די רבי זיך אנגערופן; איך קען זאגן, אז איך בין אויך דערגאנגן די עמקות פון די מהלך פון די ייצר הרע
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ס'דא א בריוו אין סוף.פונעם ספר קדושה וצניעות פון רבי דניאל פריש 'מאחד הרבנים', וואס דער בריוו איז געשריבן געווארן דורכ'ן רבי'ן זצ''ל, ווי דארט קען מען אביסל זעהן די געהויבענע מדריגות למעלה מהשגתינו ווי דעי איד האט צובראכן זיין גוף.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

דער איידעם רבי יעקב משה לעבאוויטש ר''י בית הילל, האט פארציילט, אז ער האט אויפגעפאסט אז בחיים חיותו פון זיין טאטע פלעגט ער קיינמאל נישט דערמאנען דעם טאטן ביי די דרשות, נאר שבת תשובה און שבת הגדול, נאכן פטירה האט ער קיינמאל נישט פארפאסט צו דערמאנען דעם טאטן כאטש איינמאל א דרשה

והוא פלא
סוף מעשה במחשבה תחילה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”