רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
סביב העולם האט געשריבן:ער האט זוכה געווען צו זיין על ברכי רביה"ק מסאטמאר זי"ע אויפן קאסטנער צוג און ער האט אים פארהערט ונשקו על ראשו
ס'באקאנט אז ווען זיי זענען אנגעקומען קיין שווייץ האט די רבי זצ''ל גענומען דעם אינגעל אליעזר חיימ'ל אויפן שויס צוזאמען מיט נאך א אינגעל ...שטייף און געזאגט אז ווי א איד גייט ברויך ער אוועקשטעלן א תלמוד תורה, איז דא אויך וועט ער יעצט מייסד זיין א תלמוד תורה, און געלערנט מיט די 2 אינגערליך אפאר פסוקים חומש
סוף מעשה במחשבה תחילה.
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
לוי' אפדעיט
יעצט באשטעטיגט 8:30 מבית מדרשו אין וויליאמסבורג
10:00 מבית מדרשו אין מאנסי
די עיקר לוי' גייט זיין אין מאנסי
10:00 מבית מדרשו אין מאנסי
די עיקר לוי' גייט זיין אין מאנסי
סוף מעשה במחשבה תחילה.
-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2938
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
אפדעיט
U/D: Levya 8:30 in Wmsbg by Bihm''d.
In Monsey at 10:30.
Due to the Levya in Monsey. Levya in Wmsbg will be Iyh sharp on time.
In Monsey at 10:30.
Due to the Levya in Monsey. Levya in Wmsbg will be Iyh sharp on time.
-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
א אייניקל וואס איז געווען ביי יציאת נשמה פארציילט מיר אז די רבי איז אוועק ממש במיתת נשיקה, מ'האט געזונגען אלע זמירות שבת געמאכט קידוש, תיכף נאך קידוש האט מען געזאגט שמע ישראל ויצאה נשמתו באחד, ס'האט זיך אנגעזעהן א זעלטענע רואיגקייט און דביקות אויף צורת קדשו משך פון די גאנצע צייט
ת.נ.צ.ב.ה.
ת.נ.צ.ב.ה.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
חושב מחשבות... האט געשריבן:די פעדער איז צו נישטיג און די פאפיר צו קאלט צו אראפגעבן וואס דער קאשוי רב זצ''ל הכ''מ איז געווען, באפס קצהו אפאר שטריכן;
עבודתו:
די רבי זצ''ל פלעגט יארן לאנג זיצן יעדן טאג איינגעשפארט אין א ד' על ד' צימערל מבוקר ועד הערב און געדינט דעם באשעפער שטיל און איינגעהאלטן, דאס גאנצע וועזן זיינע איז געווען איינגעהילט אין א סוד, מ'פלעגט זיך ווערטלן אז ער וועט מיטנעמען לאחר מו''ע סודות וואס קיינער וועט קיינמאל וויסן, זיין מבהיל'דיגע מוח איז געווען א חידוש שוין אין די אינגע יארן האט די גרויסע טאטע זיך אויסגעדריקט אמאל אז פאר ער איז אריין צום שיעור, ווי בנו חביבו איז געווען צווישן די תלמידים, אז ס'האט זיך איהם געווארפן הענט און פיס וואוסענדיג אז ר' אליעזר חיים'ס טיעפע מח וועט נישט דורכלאזן א סוגיא גרינגערהייט, ס'איז ידוע א גדול האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ר' אליעזר חיים'ס מושכל ראשון איז ווי א צווייטע איד'ס מחשבה און התבוננות פון 2 וואכן, ער פלעגט פרייטאג צונאכטס הארט פארן טיש נעמען א פייל ספרים און דורכמישן ממש כהרף עין, און דערנאך צאמגעשמאלצן א הערליכע טיעפע תורה כאילו ער האט זיך מכין געווען שעות, מ'פלעגט ארויסהערן פארן דאווענען ווי ער זאגט צו זיך די משנה 'חסידים הראשונים היו שוהין שעה אחת קודם התפילה ומתפללין' און דערנאך איז געווען שא שטיל פאר לענגערע צייט, התבננות און דביקות ביז מ'האט געהערט דעם ברכו נפשי און עטיפת טו''ת, ווען ער האט געדאווענט איז די רבי געווען אויסגעטוען פון די וועלט, אפי' ווען איינער איז געשטאנען גאר נאנט האט ער נישט מרגיש געווען, טאמער האט מען איהם געוואלט עפעס זאגן אינמיטן דאווענען האט מען איהם ממש געדארפט אויפוועקן פון זיין דביקות, ער פלעגט האלטן חשבון הנפש קארטלעך ביי זיך ממש עד זקנה ושיבה ווי ער פלעגט פארשרייבן און אנצייכענען יעדע מידה און נקודה ווי א בחור פון דרייצן יאר אלט,
מסירת נפש פארן אמת:
געדינט דעם בורא כחד מקדמאי, אן קיין שום צל של מחשבה מה יאמרו הבריות, אלס געהאט פאר די אויגן דעם 'שויתי' אין אלע מצבים סיי שווערע און סיי ווען ער האט באקומען כבוד מלכים, האט ער זיך נישט דערשראקן קיין פינטעלע פונעם גאנצן ארום, און געטוען וואס ער האט געהאלטן פאר ריכטיג באש ובמים, סיי אינעם מלחמת ה' און סיי זיין עבודה תמה ונקיה פון תפילה און דביקות, ס'האט געקענט שטיין הונדערטער אידן ביי א טיש וכדו' און טאמער האט אויסגעפעלט מוחה צו זיין אדער זאגן א מיינונג איבער א נושא וואס די ציבור איז נישט געוואוינט צו הערן, האט ער ניטאמאל געכאפט קיין התפעלות פונעם ארום און ארויסגעשריגן מנהמת לבו דעם דבר ה' ברמה
המשך יבוא
פארגעס נישט צו באריכטן זיין עבודה פון פותח את ידיך
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל, מקאשוי - תרצ״ט - ז׳ טבת תשע״ט
[align=center]כ״ק האדמו״ר הגאון הצדיק חסידא ופרישא כש״ת
רבי אליעזר חיים בלום זצ״ל
מקאשוי[/align]
רבי אליעזר חיים זצ״ל, איז געברוין ביום כ״ו תשרי שנת תרצ״ט, לאביו הגה״ק רבי רפאל זצ״ל, ולאמו הרבנית הצ׳ מרת חנה מלכה ע״ה.
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית מרת צפורה בת הרה״ח הישיש מוה״ר מרדכי פריעדמאן ז״ל.
ווען דער קריג האט אויסגעבראכן אין סלאוואקיי אונגארן, איז ער געווען א קינד פון בערך זעקס יאר אלט, זיין טאטע ה״ברכת שמים״ מקאשוי האט אים מסדר געווען אויפן באקאנטן קאסטנער באן צוזאמען מיט אחיו יבלח״ט הרב שאול שלום שליט״א, (ווי געברענגט באריכות בהקדמה לטל השמים) אזוי איז ער בדרך נס אלס א קינד איבערגעלעבט דעם קריג.
שפעטער איז ער נתקרב געווארן צו האדמו״ר הרה״ק רבי יעקב יוסף מסקווירא זצ״ל. ווי ער האט זיך באזעצט בימים ההם אין שיכון סקווירא.
א שטיק צייט האט ער געפירט די ישיבה פון אביו הגדול זצ״ל, אלס מנהל הישיבה.
דאס לעבן פון רא״ח מקאשוי זצ״ל איז געווען איין קייט פון עקשנות און נישט נאכלאזיקייט לתורה ולמסורה, זייענדיג א גאר שטארקע פרינציפישע מהות, איבערהויפט ווען עס איז געקומען צו אידישקייט אדער צו מסורה האט ער געקעמפט מיט א שטארקע ווידערשטאנד קעגן די גאס (כלשונו) אלעס איז געגאנגען אן א שום פשרות.
דרכו בקודש והנהגותיו איז געווען מיט געוואלדיגע תעניתם און סיגופים, ער׳ט האט ממאס געווען מותרות און תאוות, ער האט פארלאנגט דעם דרך פון זיינע תלמידים זיי זאלן זיך פירן מיט די זעלבע שווערע עבודה.
גאר בארימט איז געווען זיינע מוסר שיעורים וואס איז געווען זייער טיפזיניג און באלערענד ווי ער האט עס אראפגעגעבן מיט א שטארקן הגיון. מיט א סארט פילזאפישן מהלך המחשבה, ביי די שמוסן האט ער פיל מדגיש געווען איבער דעם חובת האדם בעולמו, און שטענדיג ברייט ארום גערעד און מסביר געווען פאר שומעי לקחו זיינע מהלכים און שיטות אין דת ויהדות בטוב טעם.
נאך בחיי אביו האט ער געפירט זיין ביהמ״ד ״בית שמואל״ אין די שטאט מאנסי.
נאך די פטירה פון זיין גרויסן טאטען הגה״ק בעל ״ברכות שמים״ - אדר תשס״ה איז ער נתעטר געווארן בכתר האדמורת, ווי ער האט ווייטער געפירט זיין קהילה בעיר מאנסי יצ״ו - און צומאל בעיירה קרית קאשוי.
הרה״צ רא״ח מקאשוי זצ״ל, האט זיך לאנג געפלאגט מיט מחלות קשות און שווערע מיטמאכענישן אויף די לונגען וואס האט זיך נאך ענטוויקלט דעמעלס זייענדיג אויף דעם באן וואס איז געפארן קיין בערגן בעלזן לאגער. און א טייל דערפון איז געקומען צוליב חולשת גופו וואס איז אפגעשוואכט געוארן אין א פריצייטיגע עלטער צוליב זיין עקשנות׳דיגע הנהגות מיט סיגופים און תעניתים אלע זיינע יארן, וואס ער האט אויף זיך גענומען כדי נישט נהנה צו זיין פון עוה״ז, און איז געווען אריינגעטון כל כולו אין עבדות ה׳.
נפטר בליל שבת קודש פ׳ ויגש - ז׳ טבת תשע״ט
ויובא למנוחת באוהל הק׳ עם אביו זצ״ל, בקרית קאשוי בעדפארד היללס נוי יארק.
בנו:
הרב יעקב יוסף נ״י
חתניו:
הרה״ג רבי משה אבראהאם שליט״א - האדמו״ר מבארדיטשוב.
הרה״ג רבי יעקב משה לעבאוויטש שליט״א - ראש ישיבה בית הלל.

- אטעטשמענטס
-
- 4ECA459D-85D7-455D-A2D8-0DBD9D1C239B.jpeg (334.93 KiB) געזען 4974 מאל
-
- שר האלף
- תגובות: 1435
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
חתניו לייג צו:
ר' יעקב בנימין פירטה שליט''א
ר' גדלי' כ''ץ שליט''א
ר' וואלף וואלנער שליט''א
ר' נתן בנימין קרויס שליט''א
זלמן לייב ראזענבערג שליט''א מנכ''ל ת''ת ליזענסק מאנסי
ר' משולם בעק שליט''א
ר' אפרים ברוך דאסקאל שליט''א

לעצט פארראכטן דורך חושב מחשבות... אום מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 9:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
- כשרע טעלעפאן
- שר חמש מאות
- תגובות: 666
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
-
- שר חמישים
- תגובות: 93
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2938
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
- Come and go
- שר מאה
- תגובות: 160
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 7:39 pm