בעל דמיון האט געשריבן:איז אפשר דא ערגעץ ריקארדעד מזמור שיר ליום השבת אויף די ניגון פון על הניסים? איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
איר מיינט דער ניגון "ועל הניסים" פון פיניע חזן (עי' לעיל).
ווען דער אמרי חיים האט דאס געהערט די ערשטע מאל פון בערל וואלצער זינגען האט ער געהאלטן אינמיטן עסן, און האט אראפגעלייגט די לעפל און זיך פארדביקוט אין די ניגון, דערנאך האט ער געזאגט פאר ר' בערל "ווער ווייסט וויפיהל נאך ניגונים די ווייסט און די זאגסט אונז נישט".
און ער געהייסן די מנגנים (שמענוביץ מיט שטעקל) אז כדי מען זאל דאס קענען זינגען אגאנץ יאר זאל מען דאס ארויפלייגן אויף "מזמור שיר ליום השבת", און אזוי האט מען געטוהן, און מען האט דאס טאקע געזונגען אסאך מאל שבת ביים טיש.
ווי אויך פלעגט מען קיינמאל נישט זינגען קיין חנוכה ניגונים פאר חנוכה, אבער פון ווען מען האט זיך אויסגעלערנט דער ניגון פלעגט מען עס שוין זינגען די שבתים פאר חנוכה.
ומכאן הקריאה יוצאת אז ווער עס האט די ריקארדינג פון די ניגון געזונגען אויף מזמור שיר ליום השבת זאל דאס מיטיילען דא, כדי לזכות את הרבים.