מקורו של הניגון אוי חנוכה אוי חנוכה...לאטקעלע לאטקעלע האפ

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:17 pm

איך קען נישט פארשטיין וואס האט אזא פארשוין זוכה געווען אז זיין ניגון זאל ווערן אנגענומען בכל תפוצות ישראל,

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:19 pm

איינס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:וואס זאל איך אייך זאגן? נאכ'ן דורכטון די גאנצע סוגיא, וועט היי יאר די ניגון זיך זינגן גאנץ אנדערש

דהיינו?
(לטב אדער למוטב)

אודאי לטב. איך בין נישט מקבל אז די ניגון קומט פון א נישט ערליכע מקור. די ישמח משה שרייבט דאך אז זמירות וואס זענען אנגענומען ביי כלל ישראל זענען נתחבר געווארן ברוח הקודש

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:20 pm

און איך האב פארגעסן א באזונדערע יישר כח פאר הר' איינס
אויף די ערליכע הארבעט און פארשונג פון דעם ניגון ואאס האט זוכה געווען נתפשט ווערן בכל תפוצות ישראל

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:22 pm

דריידל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:וואס זאל איך אייך זאגן? נאכ'ן דורכטון די גאנצע סוגיא, וועט היי יאר די ניגון זיך זינגן גאנץ אנדערש

דהיינו?
(לטב אדער למוטב)

אודאי לטב. איך בין נישט מקבל אז די ניגון קומט פון א נישט ערליכע מקור. די ישמח משה שרייבט דאך אז זמירות וואס זענען אנגענומען ביי כלל ישראל זענען נתחבר געווארן ברוח הקודש

דער ישמח משה האט געלייקנט אז דער מרדכי האט עקזיסטירט אדער די ישמח משה האלט אז איך זעה נישט גוט מיט מיינע אויגן

דרך אגב מ'זאגט נאך פון בעש"ט אז ער האט איינמאל זיך מורא'דיג צופייערט ביי כל מקדש, און ער האט מסביר געווען אז לאו דוקא ווייל די מחבר איז געווען אזוי גרויס נאר אז א ניגון וואס כלל ישראל זינגט שוין אזוי לאנג גייט ארויף זייער הויך
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:25 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:24 pm

זיסקינד האט געשריבן:איך קען נישט פארשטיין וואס האט אזא פארשוין זוכה געווען אז זיין ניגון זאל ווערן אנגענומען בכל תפוצות ישראל,

ער איז נישט די איינציגסטער
זעה דא
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:50 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:27 pm

נישט צום גלייבן, אבער די ניגון איז דא אויך אין עברית

ימי החנוכה, חנוכת מקדשנו,

גיל ושמחה ממלאים את לבנו,

לילה ויום סביבוננו יסוב

סופגניות נאכל בם לרוב.

האירו, הדליקו, נרות חנוכה רבים

על הניסים ועל הנפלאות

אשר עשה ה' למכבים.

נמחק
איך בעט איבער אויב איך האב ארויס גענומען פון איינער די אפעטיט פון די 'סופגניות נאכל בם לרוב'....... :lol: :lol: :lol: :lol:
לעצט פאראכטן דורך ישראלי אום דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:34 pm

איינס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:וואס זאל איך אייך זאגן? נאכ'ן דורכטון די גאנצע סוגיא, וועט היי יאר די ניגון זיך זינגן גאנץ אנדערש

דהיינו?
(לטב אדער למוטב)

אודאי לטב. איך בין נישט מקבל אז די ניגון קומט פון א נישט ערליכע מקור. די ישמח משה שרייבט דאך אז זמירות וואס זענען אנגענומען ביי כלל ישראל זענען נתחבר געווארן ברוח הקודש

דער ישמח משה האט געלייקנט אז דער מרדכי האט עקזיסטירט אדער די ישמח משה האלט אז איך זעה נישט גוט מיט מיינע אויגן

דרך אגב מ'זאגט נאך פון בעש"ט אז ער האט איינמאל זיך מורא'דיג צופייערט ביי כל מקדש, און ער האט מסביר געווען אז לאו דוקא ווייל די מחבר איז געווען אזוי גרויס נאר אז א ניגון וואס כלל ישראל זינגט שוין אזוי לאנג גייט ארויף זייער הויך

לויט'ן ישמח משה מוז מען זאגן אז באותו שעה כשר היה ותהי עליו רוח ד'

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 4:35 pm

די גירסה העברית איז שוין אויך אלט 100 יאהר
און דער איבערטייטשער האט טאקע אראפ גענומען אינגאנצן דעם שם השם און געפאפמפט נאר די נצחון האנושי, ווי שוין געשריבן אויבן אז די פרייע האבן אייביג גענוצט די מכבים פאר כוחי ועצום ידי

די פרימערע ציעניסטן האבן געטוישט צו על הנסים ועל הנפלאות אשר חולל ה' למכבים

איך האב לכתחילה נישט ארויף געברענגט דעם חלק ווייל איך מיין אז ס'איז נישט די ריכטיגע פלאץ
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:13 pm

ישראלי האט געשריבן:איך בעט איבער אויב איך האב ארויס גענומען פון איינער די אפעטיט פון די 'סופגניות נאכל בם לרוב'....... :lol: :lol: :lol: :lol:

וואסי מיט אייך, הערשט יעצט. ברוב עם, מיטן לשם יחוד, עס איז דאך בפירוש'ע ניגון.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:31 pm

בענקעל האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט כבוד הרב 'איינס'. צולייגט אין א שיינע סדר. קיינמאל נישט געהערט די אלע זאכן. יישר כוח!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:34 pm

זייער זייער אינטערסאנט. יישר כח אייינס.

איז באקאנט אויב די ניגון- tune- שטאמט אויך פון דעם בחור?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:37 pm

אז מ'רעדט שוין, ס'דא וואס זאגן אז די וועלטס ניגון אויף מעוז ציר קומט פון א נישט אידיש מקור. ס'דא וואס זאגן גאר אז ס'שטאמט פון די יונים.
כ'שטעל מיך פאר אז מ'רעדט שוין דערפון ערגעץ דא. אדרבה, ווער ס'ווייזט ווי זאל אנצייכענען

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 5:41 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:זייער זייער אינטערסאנט. יישר כח אייינס.

איז באקאנט אויב די ניגון- tune- שטאמט אויך פון דעם בחור?

זעה דא
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%97%D7%9F

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 7:48 pm

אינטערעסאנט.
דאס האט קיין שייכות מיט זמירות שבת קודש מיט ישמח משה..
סתם א פאלקסניגון

גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

תגובהדורך גרויסער יחסן » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 8:30 pm

אין קעפל ווערט פארצייכנט וועגן "לאטקעלע האפ" איך זעה נישט קיין התייחסות צו דעם אין אשכול, אפשר האט יינער רחמנות און בריינגט דעם מקור פון דעם?

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:27 pm

הודו להשם האט געשריבן:יישר כחכם! זייער שיין.
איינס האט געשריבן:קומטס קינדער געשווינדער
די חנוכה ליכטעלעך אנצינדן
זאגט על הניסים
און דאנקען פאר די נסים
און לאמיר אלע טאנצן צוזמען

כך נהגו רבותי

וכך מקובלני מבית אבי אבא
וכן פיינע פרישע לאטקעס עסן מיר והכל על מקומו יבא בשלום
Wall clocks
הערליכע וואנט זייגערס פאר מתנות און דאס גלייכן

יונה
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:36 pm

בראשית ברא האט געשריבן:אינטערעסאנט.
דאס האט קיין שייכות מיט זמירות שבת קודש מיט ישמח משה..
סתם א פאלקסניגון

ריכטיג, נתפשט ביי כלל ישראל מיינט נישט אז די גאר קליינע קינדער זינגן עס ווייל זייער טיטשער האט עס זיי אויסגעלערנט.. ביים רבין'ס הנירות זינגט מען עס נישט, און אפי' סתם ביי א חסידישע פארברענגן העט איר עס נישט הערן.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:59 pm

יישר כח הרב איינס, איר זענט אריינגעקומען זייער קלאר אין דעם גאנצן ענין
לעצט פאראכטן דורך Haklal אום מאנטאג נובעמבער 26, 2018 11:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 11:02 pm

זייער אינטערעסאנט הרב איינס!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:34 am

איינס האט געשריבן:די גירסה העברית איז שוין אויך אלט 100 יאהר
און דער איבערטייטשער האט טאקע אראפ גענומען אינגאנצן דעם שם השם און געפאפמפט נאר די נצחון האנושי, ווי שוין געשריבן אויבן אז די פרייע האבן אייביג גענוצט די מכבים פאר כוחי ועצום ידי

די פרימערע ציעניסטן האבן געטוישט צו על הנסים ועל הנפלאות אשר חולל ה' למכבים

איך האב לכתחילה נישט ארויף געברענגט דעם חלק ווייל איך מיין אז ס'איז נישט די ריכטיגע פלאץ

וואס איז די פראבלעם מיט אשר עשה ה' למכבים? דו האלסט חלילה אז סי נישט געווען אזוי?.
אבער חזקה עלי בקשת כבוד תורתך הרב איינס און איך מעק אויס די לעצטע שורה
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 3:23 am

יונה האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אינטערעסאנט.
דאס האט קיין שייכות מיט זמירות שבת קודש מיט ישמח משה..
סתם א פאלקסניגון

ריכטיג, נתפשט ביי כלל ישראל מיינט נישט אז די גאר קליינע קינדער זינגן עס ווייל זייער טיטשער האט עס זיי אויסגעלערנט.. ביים רבין'ס הנירות זינגט מען עס נישט, און אפי' סתם ביי א חסידישע פארברענגן העט איר עס נישט הערן.


איך מיין אז אויב ס'איז נתפשט ביי אלע היימישע חדרים אן קיין אויסנאם און אלע היימישע תשב"ר וואס אויף זיי שטייט אין העולם מתקיים אלא על הבל פיהם של תשב"ר, גייט עס אריין אין די הגדרה פון נתפשט אין כלל ישראל,

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 9:25 am

ישראלי האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:די גירסה העברית איז שוין אויך אלט 100 יאהר
און דער איבערטייטשער האט טאקע אראפ גענומען אינגאנצן דעם שם השם און געפאפמפט נאר די נצחון האנושי, ווי שוין געשריבן אויבן אז די פרייע האבן אייביג גענוצט די מכבים פאר כוחי ועצום ידי
די פרימערע ציעניסטן האבן געטוישט צו על הנסים ועל הנפלאות אשר חולל ה' למכבים
איך האב לכתחילה נישט ארויף געברענגט דעם חלק ווייל איך מיין אז ס'איז נישט די ריכטיגע פלאץ

וואס איז די פראבלעם מיט אשר עשה ה' למכבים? דו האלסט חלילה אז סי נישט געווען אזוי?.
אבער חזקה עלי בקשת כבוד תורתך הרב איינס און איך מעק אויס די לעצטע שורה

איך האב גערעדט פון עַל הַנִּסִּים וְעַל הַנִּפְלָאוֹת אֲשֶׁר חוֹלְלוּ הַמַּכַּבִּים.
און טאקע די פרימע האבן אריינגעלייגט אשר חולל ה' ס'זאל נישט זיין קיין פראבלעם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 10:13 am

שופר האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:זייער זייער אינטערסאנט. יישר כח אייינס.

איז באקאנט אויב די ניגון- tune- שטאמט אויך פון דעם בחור?

זעה דא
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%97%D7%9F


אין דעם ביכל שרייבט ער אז ס'איז א חסידישע טאן, די וחוקרים אין דעם פעלד טענה'ן אויך אז ס'איז א חסידישע אדער געבויעט אויף א חסידישע טאן. אבער נישטא קיין ליד וואס זיי קענען אנצייגן אויף דעם.
שטיקלעך פונעם ליד איז אויך דא אין אנדערע אידישע לידער: "לעבעדיק יענקל", "ר' שמואלס ניגון" "די לוסטיקע חסידים"

איך האב געטרייט זיכן די ניגונים אבער איך טרעף נישט
אפשר ווייסט איינער מער פרטים וועגן דעם.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 10:22 am


יונה
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג נובעמבער 27, 2018 12:14 pm

זיסקינד האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אינטערעסאנט.
דאס האט קיין שייכות מיט זמירות שבת קודש מיט ישמח משה..
סתם א פאלקסניגון

ריכטיג, נתפשט ביי כלל ישראל מיינט נישט אז די גאר קליינע קינדער זינגן עס ווייל זייער טיטשער האט עס זיי אויסגעלערנט.. ביים רבין'ס הנירות זינגט מען עס נישט, און אפי' סתם ביי א חסידישע פארברענגן העט איר עס נישט הערן.


איך מיין אז אויב ס'איז נתפשט ביי אלע היימישע חדרים אן קיין אויסנאם און אלע היימישע תשב"ר וואס אויף זיי שטייט אין העולם מתקיים אלא על הבל פיהם של תשב"ר, גייט עס אריין אין די הגדרה פון נתפשט אין כלל ישראל,

אין מיין חדר האט מען דאס נישט געזינגן, און מיין יונגל'ס חדר אויך נישט. ביי די קליינע מיידעלאך הערט מען עס, די טיטשער לערנט עס אויס ווייל זיי האבן עס געהערט פון זייער טיטשער ולמעלה בקאקאש ביז עפעס א ווייסעכווער.

באלט העסטו מיר נאך וועלן פארקויפן א "איני מיני ביקסאד'ני וכו' מיי מאמי סעיד יא שיוד בי איט" איז אויך עפעס דברים נפלאים, רזי דרזין ווייל ס'איז נתפשט ביי הני נשי דידן.. שטותים האט אויך א גבול


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bissli, אבי.גערעדט און 20 געסט