ראספשע האט געשריבן:אלעס וואס ליגט ביים מכון קומט פון ר' בנציון ז"ל, [ראה ספר 'יגיל במלכו' באריכות],
און ר' בנציון זעלבסט האט קאנפירמט סך א קלענערער מספר ווי הונדערט!!, וכך שמעתי מבן האדמו"ר ממאדזיץ שליט"א הרה"צ ר' חאצקעלע שליט"א,
און אז עס ווערט נתגלה דא און דארט א ניגון, איז עס נאך אלץ זייער ווייט פון הונדערט ניגונים!!
איר קענט אויך הערן רב"צ קאלעקציע'ס, די ווילנא נאטן, האנשטעטער'ס קאלעקציע, מור מבשמים, יארצייטן מסיבות, אלע טעיפס פון מודזיץ חי, ועוד ועוד, אדרבא, הערט אליינס, וויפיל ניגונים זינגט מען דען פונם דברי ישראל????
גוט, איר וועט טרעפן פינף שושנת יעקב'ס מאקסימום, און וואס נאך???
ווי האלט מען ביי הונדערט??
יא, עס זענען כהיום דא ניגונים אין וויזניץ וואס שטאמט פון מאדזיץ, אבער ווי געזאגט, זיי זענען פונם אמרי שאול
[סתם שרייבן השערות אין די וועלט אריין, ווייל דער אהב"י איז געווען א קרוב פארן דבר"י שוואגער שווער...., האט קיין שום בעיס, ביטע טשעקט די פאקטן .....]
ממש נישט ריכטיג,
אה"נ, רב"צ געשיקט גאר אסאך
אבער, דא אין אר"י גווען אסאך חסידים ואנשי מעשה, וואס האבן זוכה גווען מסתופף זיין בצילא דרביה"ק הדבר"י וזכו לקבל ממנו, ואף מהם אסאך ניגונים פון דבר"י, ובראשם ר' דוד פרקוביץ, [אשר כידוע הוציא ממה ששמע ממנו ר' פיניה מאירוביץ, ביי די לעצטע יארן דיסק פון ניגוני דברי ישראל, ובהם23 ניגונים, שרובם אינם מפורסמים כלל], ושע"י הובאו ניגונים רבים לחצר קארלין, און נאך אסאך.
ויתירה מזו אסאך מסורות פון אמרי אש אליין געקומען דורך דער אלטע חסידים דא אין אר"י,
איר האט אליין גערט מפי הרה"צ אז סאיז דא וינציג פון 100 ניגונים?