א רעפטל קאקאש, א הייסע קאווע, און פרישע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

הכל מחולים לכם הכל שרוים לכם הכל מותרים לכם
מיר ווארטן אויף היינט 4:00
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
קלאפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאפער »

הרב הכל הבל, מיר דאנקען אייך פארן טעגליך אפדעיטן, זיך אנטשולדיגן? איר זענט אן ערנסטער בעל מידות טובות!
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

הכל מחולים לכם הכל שרוים לכם הכל מותרים לכם
מיר ווארטן אויף היינט 4:00

הרב הכל הבל, מיר דאנקען אייך פארן טעגליך אפדעיטן, זיך אנטשולדיגן? איר זענט אן ערנסטער בעל מידות טובות!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך די קאשאגי פרשה וועלכע האט שטארק פארשעמט די סאודיער מלוכה וועלכע איז אין נויט צו געפעלן די אמעריקאנער נוצט אמעריקא אויס די אומשטענדן אויסצואיבן דרוק אויף די קעניגרייך צו לעזן די שטרייט צווישן די סאודיער און זייערע אליאירטע מיט קאטאר און אויך צו נעמען שריט צו פארבעסערן און מער קאנטראלירן די קריג מיט רעבעלן אין תימן
אמעריקא האט פון לאנג געוואלט לעזן די צוויי אישוס אבער סאודי אראביע האט זיך נישט געלאזט צופיל דרוקן
אצינד נוצט אמעריקא אויס די געלעגנהייט און ארבעט אונטערן טיש אז סאודי אראביע זאל אקעגנקומען אויף ביידע פראנטן
היינט מיטוואך הערט מען פון פרישע קוועלער אז פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מעטיס און אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא רופן פאר א פייער שטילשטאנד אין תימן

פארטיידיגונגס סעקרעטאר מעטיס פארארדנט פענטאגאן צו שיקן פרישע 5200 זעלנער צום גרעניץ
גייענדיג צום דרוק: פרעזידענט טראמפ סטראשעט צו שיקן פרישע 10 ביז 15 טויזנט טרופן צום גרעניץ צו אנטפאנגען די קאראוואן

פרעזידענט טראמפ האט זיך נעכטן געטראפן מיט סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגערין א פאטענציאלע קאנדידאט צו ערזעצן ניקי העילי אלץ יו ען אמבאסאדארין

דזשענעראל מאטארס מעלדט א שניט אין די קאסטן נאך שטארקע פארדינסט באריכטן אויפן דריטן קווארטאל

אין סאן פראנציסקא קאליפארניע האבן די אינסטאנצן אויסגעגעבן ארום 300 טויזנט דאלער צו רעגיסטרירן נאן סיטיזאנס צו קענען שטימען אין לאקאלע וואלן ווי סקול באורד עלעקשאנס און נאך
די רעזולטאטן זענען געווען 49 רעגיסטרירטע!
די אורזאך איז איינפאך זינט איינמאל א מענטש רעגיסטרירט זיך ווערט די אינפארמאציע אויטאמאטיש די אייגנטום פון די פעדעראלע רעגירונג וועלכע קען צו יעדע צייט סובפינען די אינפארמאציע און עס דערנאך נוצן צו ארעסטירן די וועלכע האבן אימיגרירט אומלעגאל

ריכטער קעווענאו אנטזאגט זיך פון אקצעפטירן די סומע פון 620 טויזנט דאלער געשאפן אין א גאו פאנד מי אקאונט דורכאויס זיין באשטעטיגונג צוליב וואס עס קען פירן צו עטיקס באקלאגענישן

געוויסע דזשורנאליסטן האבן זיך דערגרונטעוועט און מולערס אקטיוויטעטן און אנדעקט אז ער האט שוין א פארזיגלטע סובפינע וואס לויט די קוועלער איז עס א סובפינע פאר פרעזידענט טראמפ זעלבסט
לויט די באריכטן וועט א געריכטליכע פארהער פארקומען אום דעצעמבער 14 למספרם פארנט פון א פאנעל ווי טראמפ וועט ווערן אויסגעפרעגטווי דער איינציגסטער ריכטער נאמינירט דורך טראמפ האט זיך רעקיוזד פון די קעיס

נאך צוויי געהילפן אפגעזאגט
די לעצטע ערנסטע געשפרעך צווישן פרעזידענט טראמפ און געוועזענע ווייסע הויז לעגאלע קאונסעל איז פארגעקומען אום אקטאבער 17 למספרם אינעם אוועל אפיס ווי טראמפ האט באשולדיגט מקגעהן אין די פאקט אז מולער איז געווארן אויפגענומען

אין מיזורי וועט זיין א רעפערענדום אויפן בעלאט צו העכערן די מינומום וועידזש צו 12 דאלער א שטונדע
אין ארקענסאו וועט די רעפערענדום רופן צו א געהאלט פון 11 דאלער א שטונדע

נאך וואס א ריכטער האט ערלויבט א קלאגע אקעגן די צענזוס טויש פאראויסצוגיין איז איצט די טראמפ אדמיניסטראציע געלאפן צום סופרים קאורט בעטן א סטעי אפצושטופן די פראצעס
היינט מיטוואך טוט די סופרים קאורט אויסהערן די ארעל ארגומענטס אין די קעיס אקעגן די IFC
IFC איז די אקראנים פאר אינטערנאציאנאלע פינאנץ קארפארעישאן וועלכע לייעט גרויסע סומעס פאר קערפערשאפטן אין פראיעקטן איבער די וועלט
די ארגאנאזאציע ווערט אנגעקלאגט דורך די אינדיאן פישינג קאמיוניטי (מערקווירדיג קענען די קלעגער זיך רופן מיט גענוי די זעלבע אקראנים ווי די אנגעקלאגטע.. Indian Fishing Community ווייסעך נישט אויב עס איז שוין איינעם בייגעפאלן)
די פישערלייט און פארמערס קלאגן די קארפארעישאן איבער א קוילן פלענט וועלכע האט באקומען גרויס געלט פון זיי און האט אנגעברענגט שאדנס פאר זייער געזונט צושטאד און פאר זייערע באדנס
די קלעגער האבן ארגינעל געזוכט צו שליכטן די שטרייט ביי א זעלבסשטענדיגע קאמפלייענס אדווייזערי באורד וועלכע איז א באורד ספעציעל געשטעלט אלץ א מעכאניזם פאר אקאונטיביליטי אין די ארגאנאזאציע
די באורד איז צוריקגעקומען מיט א ליסטע פון פעלערן אין מיסברויכן וועלכע די ארגאנאזאציע האט פארפעלט צו אדרעסירן אבער די ארגאנאזאציע האט עס אוועקגעמאכט און איגנארירט די באקלאגעניש
די קלעגער זענען געלאפן אין פעדעראלן געריכט אין וואשינגטאן די סי ווי די IFC האט גע'טענה'ט אז אלץ אן אינטערנאציאנאלע ארגאנאזאציע זענען זיי באשוצט מיט פולע אימיוניטי פון ווערן אנגעקלאגט
די געריכט האט גענומען די זייט פון די IFC און נאך מיט א שמיץ אריבער געאורטיילט אז אינטערנאציאנאלע ארגאנאזאציעס געניסן פון נאך שטארקערע אימיוניטי ווי אויסלענדישע רעגירונגען און קענען אפערירן פאר סיי וועלכע קאסט זייענדיג העכערן געזעץ פון קענען אריינטראגן באקלאגענישן אקעגן זיי
אצינד איז די קעיס פארנט פון די סופרים קאורט וועלכע הערט היינט אויס די מונדליכע ארגומענטן אין א קעיס וועלכע האט געצויגן ברייטע אויפמערזאמקייט אויף אן אומפארטייאישע פארנעם
פילע קאנגרעסלייט אויף ביידע זייטן פונעם ספעקטרום ווי אויך גרויסע לעגאלע קאנאנען האבן אריינגעשיקט פריינט פונעם געריכט בריוון אין שטצע פון די קלעגער
די קלעגער ברענגן ארויס אז צווינגען די ארגאנאזאציע צו שליכטן אזעלכע קעיסעס איז גאר א הילף פאר די ארגאנאזאציע וועמענס מיסיע איז צווישן אנדערן צו באקעמפן ארעמקייט און אנטוויקלען קאמיוניטיס אן צו שעדיגען די וואוילזיין פון מענטשן און זייער לופט און לעבנס קוואליטעט

פלארידא גאווערנאר ריק סקאט געבעטן די פלארידא סופרים קאורט נאכאמאל אריינצוקוקן אין זיין רעכט אנצוהויבן די פראצעדור פון נאמינירן סופרים קאורט ריכטער (נאך וואס די געריכט האט אים פארבאטן מיט עטליכע וואכן צוריק פון עס טוהן)

די טראמפ אדמיניסטראציע פאלגט נאך די ביישפיל פון זייערע פארגייער אין די אבאמא און בוש אדמיניסטראציעס אנמוהויבן מער ערנסט צו בויען די ווידערערוויילונג אינפראקסטרוקטור אזוי פרי ווי ביי די מידטוירמס
די מופן טרעקלעך זענען אויסגע'שורה'ט פארנט פון ווייסן הויז ארויסצוהעלפן מיט די מאסן עוואקואציע ווען פילע איינגעשטעלטע ציען זיך אריבער צום קאמפיין 2020 למספרם הויפטקווארטיר
ביל סטעפיען און דזשאסטין קלארק זענען די ערשטע צו גיין און אנדערע וועלן נאכפאלגן
צווישן אנדערן דארף די פריע ארגאניזירונג שיקן א קלארע מעסעדזש אז צו סקעפטיקער אז טראמפ איז גאר ערנסט איבערן לויפן פאר ווידערערוויילונג טאון צו פאטענציאלע פריימערי קעגנער אז זיי וועלן נישט האבן קיין לייכטע פעלד אויב זאלן זיי באשליסן צו לויפן קעגן דעם פרעזידענט
מאמענטאל איז נאכנישט דא קיין ערנסטע פריימערי קעגנער צו פראעזידגענט טראמפ אבער טראמפ געהילפן האלטן אן אויג אויף 2 פאפולערע גאווערנארס אין בלויע שטאטן
טשארלי בעיקער פון מאסאטשוסעטס און לערי האגען פון מערילענד

דעמאקראטישע קאלאראדא גאווערנאר דזשאן היקענלופער האט פריער ביי אן אויפטריט אין ניו העמפשיר געמאלדן אז ער גייט לויפן פאר פרעזידענט! דערנאך... האט ער צוריקגעטראטן זאגנדיג אז ער לויפט נישט

קאמפיין מענעדזשער פאר דעמאקראטישע קאנדידאט פאר די ערשטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט אין אהייא רעזיגנירט

בלומבערגס פעק גיסט אריין 400 אלפים אינעם אקלאהאמעס 5'טע דיסטריקט

אינדיאנא סענאטאר מייק דאנעלי אין הייס וואסער נאכן נעכטן זאגן : אונזער סטעיט דירעקטאר איז אן אינדיאנער אמעריקאנער "אבער" ער טוט א גוטע ארבעט
היינט האט ער פרובירט צו פארריכטן די שאדן מיטן זאגן אז ער האט זיך נישט גוט אויסגעדרוקט און האט געוואלט זאגן "און" ער טוט א גוטע ארבעט

פרעזידענט טראמפ וועט נאך באזוכן אינדיאנא 2 מאל בעפאר די מידטוירמס
פרייטאג אין אינדיאנאפאליס
מאנטאג אין פארט וועין

רעפובליקאנער ווילן נאך שטארק פרובירן צו פארכאפן די מאנטאנא סענאט זיץ
טראמפ דזשוניאר, סענאטאר סטיוו דעינס, מייק לי און ראנד פאול וועלן קאמפיינען אין די סטעיט פרייטאג און פרעזידענט טראמפ אום שבת
סענאטאר טעסטער זאגט אז די קעיס איז צווישן אים און זיין אפאנענט (און ער וואלט לייכט געזיגט אין אזא פארמעסט) אבער רעפובליקאנער פרובירן עס צו פארוואנדלען אין א רעפערענדום אויף טראמפ און מאכן די פארמעסט נאציאנאל

דזשעראד קושנער קאמפיינט היינט מיט וויצע פרעזידענט פענס אין אהייא

OPRAH וועט מארגן קאמפיינען אין דזשארדזשיע מיטן דעמאקראטישן קאנדידאטקע פאר גאווערנאר עיברעמס
וויצע פרעזידענט פענס וועט קאמפיינען פאר קעמפ

וויצע פרעזידענט מייק פענס וועט זיך אנשליסן מיט פרעזידענט טראמפ אויפן קאמפיין צוג נאוועמבער 2 און 3 למספרם ביי אויפטריטן אין פלארידא און אינדיאנא (פענס היימשטאט)

פרעזידענא אבאמא וועט קאמפיינען פארן דעמאקראטישן אינדיאנא סענאטאר דאנעלי

פרעזידענט אבאמא וועט קאמפיינען דעם פרייטאג אין אטלאנטא דזשארדזשיע און אין מיאמי פלארידא
זונטאג אין גערי אינדיאנא און אין שיקאגא אילינאי

א פרישע דעמאקראטישע רעקלאמע אין מאנטאנא : ער איז נישט פון דא און ער איז נישט פאר אונז
(ראזנדעיל איז ארגינעל פון מינעסאטע און עס הערט זיך שטארק אויף זיין אקצענט)

ליבערטעריען קאנדידאט צום מאנטאנא סענאט זיץ פארלאזט פארמעסט אינדארסירנדיג דעם רעפובליקאנער מעט ראזנדעיל

א פרישע אנקעטע גיבט אן 8% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין ניו דזשערסי
מענענדעז 54%
יוגען 46%

א פרישע אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין טעקסאס
קרוז 47%
ארורק 42%

א פרישע אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין טעקסאס

קרוז 47%
ארורק 43%

א פרישע רויטערס איפסאס אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
נעלסאן 49%
סקאט 44%
לעצטע מאנאט געווען סקאט פאראויס מיט 1%

א פרישע רויטערס איפסאס אנקעטע גיבט א 6% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
גילאם 50%
דסענטיס 44%

א פרישע רויטערס איפסאס אנקעטע גיבט א 2% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין אריזאנא
מקסעלי 48%
סינעמא 46%

א פרישע סי ען ען אנקעטע גיבט א 3% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין נעוואדע
ראזען 48%
העלער 45%
לעצטע מאנאט געווען ראזען פאראויס מיט 4%

א פרישע סי ען ען אנקעטע גיבט א 4% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין אריזאנא
סינעמא 51%
מקסעלי 47%
לעצטע מאנאט געווען סינעמא פאראויס מיט 7%

א פרישע אנקעטע גיבט א 3% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אינעם גאווערנאר פארמעסט אין וויסקאנסין
וואלקער 47%
עווערס 44%
די זעלבע אנקעטע האט לעצטע מאל געהאט וואלקער פאראויס מיט 1%

א פרישע אנקעטע גיבט אן 11% אויבערהאנט פארן אמטירנדע דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין וויסקאנסין
באלדווין 54%
וואקמיר 43%

א פרישע אנקעטע גיבט א 6 % אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין טענעסי
בלעקבוירן 51%
ברעדעסען 45%

א פרישע עמערסאן אנקעטע גיבט א 24% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנע סענארשע פון מעין און אן היכי תמצא פארמעסט מיט סוזען רייס
סוזען קאלינס 44%
סוזען רייס 20%

אין 14 שטאטן איז שוין ערלי וואוטינג איבערגעשטיגן די גאנצע ערלי וואוט טאטאל פון 2014 למספרם
דזשארדזשיע אינדיאנא ליוזיאנא טעקסאס מערילענד נעוואדע נארט קאראליינע טענעסי ווירדזשיניע דעלעוועיר פלארידא ניו מעקסיקא מאנטאנא און מינעסאטע

23.7 מיליאן שוין געשטימט נאציאנאל

אין אריזאנא האבן רעפובליקאנער נעכטן געהאט א 10% אויבערהאנט אין די ערלי וואוטינג
היינט איז עס ביי 9.1%

אין פלארידא האלטן די מעיל בעלאטס ביי:
754,858 דעמאקראטן
820,260 רעפובליקאנער
די אין פערסאן וואוטס:
613,860 דעמאקראטן
611,395 רעפובליקאנער
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

הכל הבל האט געשריבן:דאנקע שעהן
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

.
אטעטשמענטס
;;.jpg
;;.jpg (35.86 KiB) געזען 6660 מאל
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סארא ארבעט דאס

די קאקאש איז שוין קענטליך פארצוקט
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

יישר כח @הכל הבל! נישטא קיין ווערטער!

ביי מיר איז פארקערט די מעשה, די קאקאש שמייכלט נאך דא פארנט פון מיר, וואס זאל מען אבער טאן אז פון די קאווע איז מער נישטא קיין זכר...

אגב, מזל טוב שר שלשת אלפים!
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מזל טוב מזל טוב.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

הכל הבל האט געשריבן:סארא ארבעט דאס

די קאקאש איז שוין קענטליך פארצוקט


:lol:

מזל טוב!!!!!!
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

קודאס @הבל פאר דיין ארבעט. א מחי'!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר כח אלע פארן אויפמערקן

באמת נישט אויפגעפאסט
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

ישוב הדעת האט געשריבן:.

דאס מיינט ישוב הדעת???
ווייסט וויפיל עקסידענטן רח״ל געשען יערליך פון אזאלכע לייכטזיניגקייטן?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

והעיקר
א ריזיגן שכח פאר הבל, און קאנגראטולאציעס!


פשי ביזטו מיר הויעך געוואקסן
כדענק נאך דיין ברית...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

:| :| :|
נאך פונדערהיים האט געשריבן:והעיקר
א ריזיגן שכח פאר הבל, און קאנגראטולאציעס!


פשי ביזטו מיר הויעך געוואקסן
כדענק נאך דיין ברית...
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:.

דאס מיינט ישוב הדעת???
ווייסט וויפיל עקסידענטן רח״ל געשען יערליך פון אזאלכע לייכטזיניגקייטן?


אינדערהיים איז טאקע נישט געווען קיין טעסלא.. אבער סיז אנדערע צייטן היינט..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ענדע צדיק! האט געשריבן:קודאס @הבל פאר דיין ארבעט. א מחי'!
Good Bey
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good Bey »

הכל הבל ביסט מיר מחי איך ווארט שוין יעצט פאר מארגן 4 אזייגער שכח גיי אן ....
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

-:c:h לחיים! -:c:h
מזל טוב לידיד כל בית אייוועלט "הכל הבל" לרגל עלייתך בתור שר שלשת אלפים!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

Good Bey האט געשריבן:הכל הבל ביסט מיר מחי איך ווארט שוין יעצט פאר מארגן 4 אזייגער שכח גיי אן ....

די נייעס דארף קודם געשען בעפאר מ'קען עס באריכטן.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

א גרויסן ישר כח הבל, אזוי זאפטיג קורץ און געשמאק, האט מיר געלוינט זיך צופארחמץ'ן אויף אזא זאפטיגן ראקאש.
די דריי אלפים זאל דיר משפיע זיין אין מיליאנען עובר לסוחר'דיגע.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

זאל ער קומען האט געשריבן:א גרויסן ישר כח הבל, אזוי זאפטיג קורץ און געשמאק, האט מיר געלוינט זיך צופארחמץ'ן אויף אזא זאפטיגן ראקאש.
די דריי אלפים זאל דיר משפיע זיין אין מיליאנען עובר לסוחר'דיגע.
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

ס'רעפטל קאקאש ליגט שוין דא מאיעסטעטיש פארנט פון מיר, בענעזאם מיט די הייסע קאווע וואס אירע רויעך רונדן מאכן זייער וועג ארויף צו די באלטן, אבער ווער וואגט זיך דאס צו עסן בעפאר 4:00.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

פשיהא קוק ווי דער עולם שטייט שוין דא און ווארט אויף 4
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין טעלעפאנישע קאנפרענץ מיט דזשעראד קושנער און דזשאן באלטאן נאכפאלגנדיג דעם מארד פון דזשאמאל קאשאגי באצייכנט דער סאודיער קרוין פרינץ קאשאגי אלץ געפארפולער איסלאמיסט

דער אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין רוסלאנד דזשאן האנטסמאן (געלאפן פאר פרעזידענט אין 2012 למספרם) דיאגנאזירט מיט ערשטע שטאפל פון די מחלה ל"ע

פרעזידענט טראמפ האט זיך לעצטנס געטראפן מיט סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגערין א פאטענציאלע קאנדידאט צו ערזעצן ניקי העילי אלץ יו ען אמבאסאדארין
לויט באריכטן היינט איז טראמפ גאר ערנסט איר אויסצוקלויבן
זי איז א געוועזענע דזשורנאליסט פאר עי בי סי און פאקס

ווי באריכטעט האט די טראמפ אדמיניסטראציע מאנטאג זיך געוואנדן צום סופרים קאורט צו פארלאנגען א סטעי אויף די צענזוס/סיטיזאן קלאגע דורך ניו יארק און אנדערע סטעיטס
די פראצעס אין די נידריגע געריכט וועלכע א ריכטער האט געגעבן די גרינע ליכט פאראויסצוגיין איז באשטימט זיך אנצוהויבן קומענדיגע מאנטאג
דערווייל זיצט די יוסטיץ דעפארטמענט אויף שפילקעס ווען די סופרים קאורט האט נאך ניטאמאל געבעטן די קלעגער קיין רעאקציע צום סטעי פארלאנג און מען קען נישט וויסן אויב זיי וועלן גיבן א סטעי

פרעזידענט טראמפ וועט היינט אום 4:15 נאכמיטאג גיבן זיין ערווארטעטע אימיגראציע רעדע פונעם רוזוועלט צימער
רעדע שוין געדארפט פארקומען דינסטאג נאר איז געווארן אפגעשטופט
דער פרעזידענט וועט אדרעסירן די אזיל רעכט פראגע

סטעני האיער דער העכסט ראנגיקער דעמאקראט אין קאנגרעס אונטער פעלאסי מעלדט אז ער וועט נישט קאנקורירן מיט פעלאסי פאר די ספיקער פאזיציע

אין אריזאנא איז נעכטן געווען פרישע אנטוויקלונגען אין א לעגאלע געראנגעל איבער א געזעץ פון אריינשיקן בעלאטס צו שטימען
אין 2016 למספרם האט די סטעיט פארבאטן די ערשיינונג פון צוזאמגענומענע בעלאטס ווי אקטיוויסטן אדער סיי ווער וואלונטירט צוזאמצונעמען אויסגעפילטע עבסענטי אדער אנדערע פארעם וויילער בויגנס און עס אפטראגן צו די וואל לאקאלן מיטן ציהל איינצושפארן פאר די אלע וויילער צו דארפן אליין רייזן צו די וואל צענטערן אדער זיך דארפן אפגעבן מיטן עס ארויסשיקן אין די פאסט
די סטעיט פארבאט שליסט אויס פעלער ווען עס ווערט געשיקט דורך פאמיליע אדער פריוואטע באדינער און נעמט נאר אריין גרעסערע אונטערנעמונגען פון מאסן בעלאטס קלייבונגען צוליב די פריוואטע אינפארמאציע פון די וויילער איז נישט באשיצט און אויך צוליב וואס עס קען פירן צו וואל שווינדל
דעמאקראטן זענען דאן געלאפן אין געריכט מיטן טענה אז עעס טוט דיסקרימינרן אקעגן מינאריטעטן און אויך קעגן רורעל איינוואוינער וועלכע וואוינען צושפרייט און מאנגלען טראנספארטאציע צו די וואל ערטער אדער צו פאסט צענטערן
די סטעיט האט אנגעוויזן אז 20 שטאטן איבערן לאנד האבן ענליכע געזעצן און אזויפיל ווי 14 שטאטן האבן גענוי די זעלבע איינפיר
א דריי פאנעל אויף די 9'טע סירקוט האט זיך זיך נישט געקענט פאראייניגן און צוויי האבן אויף דערווייל אנגעהאלטן די פארבאט און איינער האט געשריבן דערקעגן
די געריכט איז אבער איינגעגאנגען צוריק אויפצונעמען די קעיס פארנט פון א פולע פאנעל פון 11 ריכטער
די פאנעל האט דאן פארשפראכן געהעריג דורכצוטוהן די קעיס אבער אויף ביז דערווייל זענען 6 פון די 11 געווען גרייט צו בלאקירן די סטעיט פארבאט
די סטעיט צוזאמען מיט די רעפובליקאנער פארטיי האבן זיך געוואנדן מיט אן עמורדזשענסי ביטע צום סופרים קאורט אפצושלאגן די סיקרוט בלאקאדע און די סופרים קאורט -וועלכע האט א טראדיציע פון אומסימפאטיע צו געאיילטע אורטיילן אין באצוג צו וואל געזעצן וועלכע ווערן ארויסגעגעבן הארט פאר עלעקשאנס צוליב וואס די אטמאספערע איז דאן אנגעהיצט און ריכטער ווערן באאיינפלוסט פון עמאציעס- האט אראפגענומען די צייטווייליגע סטעי אויפן פארבאט
די קעיס האט פארגעזעצט צו ווערן באהאנדלט אין די 9'טע קרייז געריכט און נעכטן האט די געריכט געאורטיילט אז די פארבאט איז אויסגעהאלטן

רעפובליקאנער אין דאלאס טעקסאס האבן אריינגעטראגן א לאוסוט אין געריכט אקעגן געוויסע מעיל אין בעלאטס

וויילער אין קאליער קאונטי אין פלארידא ועלן שטימען אין די בעפארשטייענדע מידטוירמס אויף אן אינציאטיוו איינצושדטעלן א סעילס שטייער פון איין צענט
די רעפערענדום איז געציהלט אריינצוברענגן 70 מיליאן דאלער יערליך און וועט אויפטרייבן 490 מיליאן דאלער אין א 7 יאר אפשניט
די געלט וועט גיין פאר אינפראסטראקטור ווי רענאווירן די לופטפעלד א נייע פארק און פאררעכטן די שוואכע בריקן
שטיצער צייגן אן אז די פראיעקטן זענען קריטיש פאר די קאונטיס צוקונפט און אויב די אינציאטיוו פאלט אדורך וועט די קאונטי זיין געצווינגן ארויסצונעמען אן הלואה מיט צינזן און עס וועט עווענטועל אפקאסטן פיל טייערער

פרעזידענט טראמפ: איך בין נישט געווארן סובפינעט דורך מולער

פרעזידענט טראמפ: אויב באראק אבאמא האט געקענט מאכן דאקא דורך אן עקזעקוטיוו ארדער קען איך עלימינירן די געבורט סיטיזאן פאליסי דורך די זעלבע וועג

אויב רעפובליקאנער פארלירן דעם הויז וועסטו ווארפן די שולד אויף ספיקער רייען?
פרעזידענט טראמפ: איך וועל קיינעם נישט באשולדיגן

די נאציאנאלע רעפובליקאנער גאווערנאר קאמיטע נארוואס צוגעטיילט א פרישע מיליאן דאלער אונטערצושטיצן די קאנדידאטור פון זייער קאנדידאט אין פלארידא ראן דסענטיס
די דעמאקראטישע קאמיטע האט געגעבן פאר ענדרו גילאם א האלב מיליאן

אין אקלאהאמע הויבט זיך היינט אן ערלי אין פערסאן וואוטינג

א סופערפעק פינאנצירט דורך ביליאנערן עדעלסאן און ריקעטס גיסן אריין פרישע 636 טויזנט דאלער און טעקסאס אפצושלאגן די מעגליכקייט פון בעטא ארורק ארויסצושטויסן טעד קרוז

די קלאב פאר וואוקס פעק האט אנגעהויבן לופטערן אין טעקסאס היספאניש רעדנדע רעקלאמעס אין לארעדא און אין הארלינגען און אין על פאסא אקעגן בעטא ארורק

זינט היי יאר קומען פאר קאנקורירנדע פארמעסטן אין פילע סטעיטס וועלכע זענען געווען פארזיכערטע פעסטונגען אין די פארגאנגהייט מאכט עס אין א זין היבש שווער פאר די קאנדידאטן און פארטייען אויפצובויען אין די איילעניש געט אוט די וואוט אפעראציעס וועלכע מאנגלען אין די באטרעפנדע סטעיטס און דיסטריקטס ווי מען האט זיי קיינמאל נישט געדארפט נוצן
איין ביישפיל איז טעקסאס, געוויס האבן אלע פארטייען געוויסע אינפראסטראקטור איבעראל אבער צו קענען דעקן אזא היציגע פארמעסט פעלט זיך אויס מאסיווע אפעראציעס א שטייגער ווי אין וועטעראן טראדיציאנאלע סווינג שטאטן
די אויבנערמאנטע איז גילטיג סיי פאר די ארורק קאמפיין און סיי פאר די קרוז קאמפיין זינט קיין איין פארטיי האט נישט עכט ערווארטעט אזא פארמעסט
די ארורק קאמפיין ארבעט אויף איר אייגענע געט אוט די וואוט אפעראציע זינט זייער סוקסעס איז סיי ווי אנגעוויזן אויף א וויילער בלאק וועלכע איז נאך קיינמאל נישט געווארן באארבעט
די קרוז קאמפיין באנוצט זיך מיט גאווערנאר גרעג אבאטס מאשין

דעמאקראטישע גאווערנאר קאנדידאט ענדרו גילאם נעכטן מיטוואך אויפגעטריבן 3 מיליאן דאלער

ריק סקאט דער רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט אין פלארידא שפענדעט 10 מיליאן דאלער אין פלארידא אין א לעצט מינוטיגע מידיא בליץ

אין אייאווע שטייט סטיוו קינג אויס א שטורעם צוליב פארבינדונגען מיט עקסטרעם רעכטע עלעמענטן
געוויסע טייטלען שוין אויף זיינע שאנסן אבער מאמענטאל זעהט מען נישט קיין צייכנס אין די ערלי וואוטינג אז ער דארף זיין באזארגט
צו די זעלבע צייט זעהט מען יא אנדייטונגען אין די ערלי וואוטינג אז די אייאווע קאנגרעסלייט בלום און יאנג קענען אויסשטיין פראבלעמען

אין דזשארדזשיע קומט פאר צוויי קעגנזייטיגע ראליס ווי געמאלדן אויף אייוועלט
ביי א קעמפ ראלי טוט וויצע פרעזידענט פענס איצט ארונטעררייסן OPRAH און ביי די עיברעמס ראלי זאגט OPRAH אז זי איז נישט געקומען אןויספרובירן קיין וואסערן..און זי לויפט נישט פאר אפיס

א פרישע פאקס אנקעטע שטעלט ביידע קאנדידאטן אין די סענאט פארמעסטן אין אריזאנא און מיזורי גלייך אויף גלייך
אריזאנא ביי46%
מיזורי 43%

א פרישע פאקס אנקעטע גיבט א 7 % אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין אינדיאנא
דאנעלי 45%
בראון 38%
ברענטאן (ל) 5%
לעצטע מאנאט איז דאנעלי געווען פאראויס מיט 2%

א פרישע מעריסט אנקעטע גיבט א 3% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין אינדיאנא
דאנעלי 45%
בראון 42%

א פרישע פאקס אנקעטע גיבט א 9 % אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין טענעסי
בלעקבוירן 50%
ברעדעסען 41%

א פרישע פאקס אנקעטע גיבט א 9 % אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין נארט דעקאטע
קרעמער 51%
הייטקעמפ 42%

פרישע אנקעטע אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא שטעלט ביידע קאנדידאטן ביי 47%

פרישע אנקעטע גיבט א 2% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
נעלסאן 50%
סקאט 48%

א פרישע אנקעטע גיבט א 7% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין אריזאנא
מקסעלי 52%
סינעמא 45%
לעצטע מאל איז עס געווען מקסעלי פאראויס מיט 6%

א פרישע אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין וועסט ווירדזשיניע
מענשין 45%
מאריסי 40%
האלען (ל) 11%

א פרישע עמערסאן אנקעטע גיבט א 5% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין וועסט ווירדזשיניע
מענשין 47%
מאריסי 42%

א פרישע עמערסאן אנקעטע גיבט אן 8% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין טענעסי
בלעקבוירן 52%
ברעדעסען 44%

א פרישע עמערסאן אנקעטע גיבט א 3% אויבערהאנט פארן אמטירנדער רעפובליקאנער אינעם סענאט פארמעסט אין טעקסאס
קרוז 50%
ארורק 47%

א פרישע טראפאלגער אנקעטע גיבט א 2% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין פלארידא
נעלסאן 49%
סקאט 47%

א פרישע טראפאלגער אנקעטע גיבט א 2% אויבערהאנט פארן דעמאקראט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין פלארידא
גילאם 48%
דסענטיס 46%

א פרישע ען בי סי מעריסט אנקעטע גיבט א 3% אויבערהאנט פארן אמטירנדער דעמאקראט אינעם סענאט פארמעסט אין אינדיאנא
דאנעלי 45%
בראון 42%
ברענטאן (ל) 7%
אין צוויי שפיציגע פארמעסט
דאנעלי 48%
בראון 46%
די זעלבע אנקעטע האט געהאט דאנעלי פאראויס מיט 6 לעצטע מאנאט

א פרישע אנקעטע גיבט א 2% אויבערהאנט פארן רעפובליקאנער אינעם גאווערנאר פארמעסט אין דזשארדזשיע
קעמפ 49%
עיברעמס 47%

אין 19 שטאטן איז שוין ערלי וואוטינג איבערגעשטיגן די גאנצע ערלי וואוט טאטאל פון 2014 למספרם
דזשארדזשיע אינדיאנא ליוזיאנא טעקסאס מערילענד נעוואדע נארט קאראליינע טענעסי ווירדזשיניע דעלעוועיר פלארידא ניו מעקסיקא מאנטאנא מינעסאטע וויסקאנסין וועסט ווירדזשיניע אריזאנא וואשינגטאן די סי און סאוט קאראליינע

26 מיליאן שוין געשטימט נאציאנאל

דאלאס קאונטי טעקסעס ערלי וואוטינג האט גרייכט שוין כמעט די טוירנטאוט פון 2016 למספרם צו די זעלבע צייט

3.7 שוין געשטימט אין פלארידא
אויב האלט עס אן אויף די איצטיגע ראטע קען מען ערווארטן אז מיטן ענדע פון היינטיגן טאג וועט עס גרייכן 4 מיליאן
אין אנדערע ווערטער באדייט עס אז 30% פון די אקטיוו רעגיסטרירטע וויילער וועןל שוין האבן געשטימט
דערווייל האלטן די רעפובליקאנער אן אויבערהאנט פון 42-40% (מער פונקטליך, 1.7)

אקעי, נאוועמבער 6 למספרם שוין פאריבער, די רעזולטאטן זענען געווען וואס זיי זענען געווען האלב לאנד זעהט עס אלץ נאטורליכע ערשיינונג אז אין די מידטוירמס פארלירט די רעגירנדע פארטיי.. בעת וואס די אנדערע האלב טריאומפירט מיט די אויסגאנג וואס שיקט א קלארע מעסעדזש און די וויילער האבן גערעדט..
אלעס פיין, אבער איצט איז יונואר און די ארבעט אין רעפרעזאנטן הויז אין וואשינגטאן הבירה דארף אנגיין אין די נייע מושלים בכיפה דארפן אוועקשטעלן די אגענדע פאר די קומענדיג צוויי יאר
אלזא, ווי הויבט מען אן?
אציט הערט מען אז די סאמע ערשטע ביל דעמאקראטן וועלן זוכן ארויפצוברענגען און שטימען דערויף וועט זיין א פעקל פון קאמפיין פינאנץ, וואל רעכטן, רעדיסטריקטינג און עטיקס רעפארם


געדענקן צו מאכן אן על המחי'..
און האט א לעכטיגן שבת קודש טייערע אידן!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”