שרייען "נאצי" - וועמען שטערט עס?
אחראי: יאנאש
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8680
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
שרייען "נאצי" - וועמען שטערט עס?
לעצטענס הערן מיר פון פעלער אין אמעריקא און אין ארה"ק ביי פראטעסטן און דעמאנסטראציעס וואו יינגע קינדער און בחור'לעך שרייען אויף פאליציי-לייט און אויף פרייע יידן "נאצי".
פארשטייט זיך אז עס איז גורם א שטארקע רעאקציע מצד די אנגעשריגענע ווי אויך מצד די נייעס באריכטן. דאס איז דאך אייגענטליך פונקטליך וואס די שרייערס ווילן: זיי ווילן אז מ'זאל הערן און וויסן אז זיי שרייען.
אצינד, די הויפט טענה קעגן די שרייערס איז זיי מאכן ביליג דעם אויסדרוק, "דאס איז - הייסט-עס - דאס גאנצע וואס די נאצי האבן געטוהן?" ווי אויך איז דאס גורם אז ווען מ'וויל באשולדיגן אן אמת'ן שונא ישראל, אן אנטיסעמיט, און מגלה זיין פאר די וועלט וואס ער איז, און מ'וועט זאגן אז ער איז "א נאצי", וועט עס שוין נישט זיין אזוי וואורקזאם. ובכן, עס זענען דא יידישע נאציס, חסיד'ישע נאציס, נ.י. פאליציי נאציס, שוין אלזא האסטו צוגעלייגט צו די רשימה נאך עפעס א ווייסער ראסיסטישער נאצי.
האלט איר אז דורכדעם וואס א פאר בחור'לעך שרייען נאצי ביי דעמאנסטראציעס קען עס באמת גורם זיין אז דער פלעק-ווארט "נאצי" זאל ביליג ווערן אין דער וועלט?

משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4217
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
שרייען נאצי אויף א פאליס איז א חילול השם. עס ווייסט אויך אז די בחורים'ליך ווייסן שוין נישט וואס מיינט א נאצי. און יא, עס מאכט אוועק די ליידן פון אונזערע זיידעס.
די נאציס זענען א געוועהן א מין בריה, שדים בדמות אדם, וואס איז נאך קיינמאהל נישט געוועהן.
די נאציס זענען א געוועהן א מין בריה, שדים בדמות אדם, וואס איז נאך קיינמאהל נישט געוועהן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
די וואס שרייען נאציס ביי א פראטעסט טשעפענען פערזענליך די מלחמה איבערלעבער. אויב עס שטערט נישט פאר אן עלטערע איד וואס האט איבערגעלעבט די מלחמה זאל ער אליין שרייען, די אינגעלייט און בחורים וואס שרייען נאציס זאלן וויסן אז דאס באדערט פאר טויזנטער מלחמה איבערלעבער איבער די וועלט.
אזוי אויך, ווילאנג מען נוצט די געלע שטערנס ביי פראטעסטן זאל מען נישט פארפירן ווען א פאליטיקאנט פארגלייכט איראן צו די נאציס וכדומה, אז דו מעגסט מעג ער אויך. דו נוצט עס פאר וועמען דו ווילסט און ער פאר וועמען ער וויל. אויב דו ווילסט פארשרייען פאפולערע פיגורן פארשריי אויך די פראטעסטן, אז נישט בלייב שטיל אינגאנצן. ואכמ"ל.
און פארקויף מיר נישט אז די אידן וועלכע זענען די געליטענע מעגן יא, ווייל ס'איז פארהאן גענוג איבערלעבער וואס זענען נישט מסכים דערצו, איז פונקט ווי דו פרעגסט אים נישט דארף יענער מעקסיקאנער גוי דיר נישט פרעגן.

-
- שר העשר
- תגובות: 14
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:54 am
כ'הער דיין ווייטאג און ס'האט א שיין ביסל גערעכטיגקייט אין זיך, אבער אגב שרייען די רשעים היינט אויך "דו דזשאו" פונקט ווי "דו דזשיד" וואס די נאציס פלעגן שרייען, און ס'איז א זאך וואס איך ווייס נישט אויב עס איז עכט מעגליך אפצושטעלן ווייל די טשאלמי'ס זענען דיר נישט און וועלן נישט קומען פרעכן פארדעם, און אייוועלט גלייב איך אויך אז זיי ליינען נישט...
אפשר רעד מיט די עדה החרדית בד"ץ אז זיי זאלן עפעס טוהן דערוועגן...
אפשר רעד מיט די עדה החרדית בד"ץ אז זיי זאלן עפעס טוהן דערוועגן...
שטעל דיך פאר... איינער צווישן צוועלף ברידער... נעבעך.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
- גרויסע רעדנער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 418
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am
ס'איז א פאנדימענטאלע טעות אז "נאצי" איז די עקוויוועלענס צו די "דא-דא" וואס א קליין קינד זאגט ווען מ'טשעפעט איהם. ס'איז א ש גרויסע ווייטאג אז די אינגע דור פארשטייט דאס נישט. אויב שרייען עס חסידישע ביי פראטעסטן לויט ווי עס פיט אונזער אגענדע, קענען מיר נישט האבן קיינע טענות אויף קיינער פון די וואס לאזן ארויס אפי' א שמץ פון אנטיסעמיטיזם דורך פארגלייכן נאציס צו דאס און יענס - וואס האלט אין איין געשעהן (ווי @אסדר זאגט)
דאס אז אנדערע עלעמענטן שרייען אונז נאך בארעכטיגט דאס נאך אויך נישט, נאר איז א טענה אויף זיי. (צוויי אומגערעכטע מאכן נישט איין גערעכט)
דאס אז אנדערע עלעמענטן שרייען אונז נאך בארעכטיגט דאס נאך אויך נישט, נאר איז א טענה אויף זיי. (צוויי אומגערעכטע מאכן נישט איין גערעכט)
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
צו דעם איז נאך אויך דא די 'היתר' פון גדול המחטיאו. אויב האלסטו אז שרייען נאציס אויף די ציונים איז איבערגעטריבן ביזטו א כופר אין דברי חז"ל....
איי, חז"ל זאגן דאך עס טאקע? שתי תשובות בדבר, מעגליך זיי זענען טאקע ערגער, ס'איז אבער דא מלחמה איבערלעבער וועמען ס'באדערט, והשנית דו קענסט עס נישט אביוזן און דערנאך נישט לאזן אנדערע פעלקער עס נוצן. אדער יעדער אדער קיינער.

יוסף בן יעקב האט געשריבן:כ'הער דיין ווייטאג און ס'האט א שיין ביסל גערעכטיגקייט אין זיך, אבער אגב שרייען די רשעים היינט אויך "דו דזשאו" פונקט ווי "דו דזשיד" וואס די נאציס פלעגן שרייען, און ס'איז א זאך וואס איך ווייס נישט אויב עס איז עכט מעגליך אפצושטעלן ווייל די טשאלמי'ס זענען דיר נישט און וועלן נישט קומען פרעכן פארדעם, און אייוועלט גלייב איך אויך אז זיי ליינען נישט...
אפשר רעד מיט די עדה החרדית בד"ץ אז זיי זאלן עפעס טוהן דערוועגן...
ווען די רעדע איז ירושלמים קען מיר אפשר טאקע גארנישט טון אבער ווען ס׳קומט אפיר א קליפ פון פראטעסטן חוה״מ אין מאנהעטן קעגן די מדינה און 15 יעריגע בחורימלעך שרייען אויף א אידישע דורכגייער נאצי ווייל יענער האלט נישט ווי זיי איז א בושה און א חרפה
- Horizontal
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 326
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
- לאקאציע: אין די ברייט
-
- שר העשר
- תגובות: 14
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:54 am
אלמוני האט געשריבן:יוסף בן יעקב האט געשריבן:כ'הער דיין ווייטאג און ס'האט א שיין ביסל גערעכטיגקייט אין זיך, אבער אגב שרייען די רשעים היינט אויך "דו דזשאו" פונקט ווי "דו דזשיד" וואס די נאציס פלעגן שרייען, און ס'איז א זאך וואס איך ווייס נישט אויב עס איז עכט מעגליך אפצושטעלן ווייל די טשאלמי'ס זענען דיר נישט און וועלן נישט קומען פרעכן פארדעם, און אייוועלט גלייב איך אויך אז זיי ליינען נישט...
אפשר רעד מיט די עדה החרדית בד"ץ אז זיי זאלן עפעס טוהן דערוועגן...
ווען די רעדע איז ירושלמים קען מיר אפשר טאקע גארנישט טון אבער ווען ס׳קומט אפיר א קליפ פון פראטעסטן חוה״מ אין מאנהעטן קעגן די מדינה און 15 יעריגע בחורימלעך שרייען אויף א אידישע דורכגייער נאצי ווייל יענער האלט נישט ווי זיי איז א בושה און א חרפה
גערעכט...
אבער זיי פרעגן אויכעט נישט און צו זיי ליינען אייועלט איז אויך נישט אזוי זיכער, איך וואלט געזאגט אז אויב מען טארגעט זיי דירעקט זאל מען גיין אין די ישיבות...
שטעל דיך פאר... איינער צווישן צוועלף ברידער... נעבעך.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3677
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
יידישע קהילות האט געשריבן:האלט איר אז דורכדעם וואס א פאר בחור'לעך שרייען נאצי ביי דעמאנסטראציעס קען עס באמת גורם זיין אז דער פלעק-ווארט "נאצי" זאל ביליג ווערן אין דער וועלט?
ניין, איך האלט נאר אז עס קען גורם זיין אז אונזער נאמען זאל ווערן ביליג אין די וועלט.
(ביידיוועי , ווען מען שרייט עס קעגן די ציונים באדערט מיר נישט, ווייל די ציונים שרייען עס אויך אויף יעדן)
האב איך לעצנס געזען אן מלחמה איבערלעבער שרייען ביי א פראטעסט נאצי.
אבער ווי איינער זאגט, זיי מעגן עס זאגן. בחורים און אינגעלייט עס זאגן איז נישט סענסעטיוו
און בעצם איז עס זייער ראנג. ביי גוים איז א שרעקליכע חילול ה'
כאטש ביי די ציונים מאכט עס כאטש סענס (בעצם) ווייל גדול המחטיאו יותר מן ההורגו (אבער דער ספעסיפיק משטרה אגענט איז נישט דער שונא דא אויך נישט...)

Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
https://sellerboard.com/?partner=00529
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5419
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5419
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
האסט געפרעגט א דעת תורה וואס איז וויכטיגער, עולם הזה אדער עולם הבא? דאס אז זיי פארניכטען ערגער ווי די נאציס מאכט עפעס די נאציס בעסער? א טעראריסט וואס שיסט צען מענטשן, איז איידעלער ווי דעם וואס שיסט הונדערט? רציחה איז רציחה. און מען רעדט שוין נישט וויאזוי זיי האבן זיך באגאנגען מיט די עולים פון די מזרח לענדער אדער חורבן איבערלעבער
שויתי ה' לנגדי תמיד