שפאנונג: ווער גייט באקומען די שלום נאבעל פרייז?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
שפאנונג: ווער גייט באקומען די שלום נאבעל פרייז?
דער נאבעל פרייז איז א מעדאל וואס ווערט פארטיילט אין שוועדן, פאר מענטשן וואס האבן געברענגט גרויסע דערגרייכונגען, וועלכע האט שטארק ארויסגעהאלפן די וועלט מיט פארשידענע סארט תחומים און דאס גלייכן. געווענליך באקומט מען דאס פארן ערפינדן וויכטיגע פאטענטן, ברענגען שלום און סטאביליטעט אויף דער וועלט, און דאס גלייכן.
אין די יעצטיגע טעג איז אריינגעגעבן געווארן א ליסטע פון אזויפיל ווי 331 נאמינאציעס פאר א געווינער אינעם אסלאו קאמיטע, ווער עס זאל באקומען דער שלום נאבעל פרייז דאס יאר. עס הערשט א שפאנונג, זייער אסאך האלטן אז עס קומט זיך פאר זיי, צווישן זיי דער פרעזידענט פון דרום קארעא, דער פרעזידענט פון עטיאפיע, די יו. ען. שלום אגענטור, און ווער רעדט נאך פון די צוויי חברה טראמפ און קים יאנג אן, וואס זיי קומט זיך עס ממילא - אזויווי אלעס אין דער וועלט...
מארגן פרייטאג גייט מען מעלדן ווער עס איז דער ענדגילטיגער געווינער פאר די שלום פרייז, נאכדעם ווסא די פינף נארוועגישע קאמיטע מיטגלידער וועלן אויסרופן דעם געווינער.
מיינט נישט אז קלאפער אדער סיי ווער קען עפעס אריינשיקן א נאמינאציע פאר א שלום פרייז מעדאל, פארן שכן וואס האט אויפגעהערט אראפצואווערפן זיין גארביטש אויף דיינע גראז. און אזוי אויך איז דער געווינער א סוד גדול, ביז מארגן ווען מ'וועט עס איינמעלדן, און אום דעצעמבער וועט מען אין א ספעציעלער חינגא פארטיילן דעם מעדאל.
אבער אז איך מעג נאכנישט וויסן ווער דער געווינער איז, מיינט עס נאכנישט אז איך מעג נישט שפעקולירן. לאמיר אביסל פרובירן צו מאכן סדר, און פראבירן צו צוטרעפן ווער עס איז אויסגעקליבן געווארן אלס דער געווינער.
דער ערשטער אויף די ליסטע פאר א שלום פרייז איז לכאורה די פירער פון צפון און דרום קארעא, וואס האבן אן קיין ספק געמאכט א דורכברוך אין פרידן פאר די וועלט, ווען נאך צענדליגע יארן וואס די צוויי זענען געווען אויף מעסער שטעך, האט מען ענדליך אנגעהויבן צו זען נאנטע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער.
דאך זאגן די נאבעל מומחים, אז עס איז נישט אזוי פשוט ווי מען קלערט. דען סמיט וואס איז דער אנפירער פון די אינטערנאציאנאלער פארש אינסטעטוציע פאר פרידן אן שטאקהאעלם, זאגט אז ער האלט אז ס'איז איבערגעאיילט צו געבן דאס יאר א מעדאל פאר די קארעא'ס, ווייל קים יאנג אן האט דאך יחוס עצמו פון מארד און מענטשן רעכט פארלעצונגען, ממילא האט שוין דער דרום פרעזידענט נישט געדארפט מיט אים שלום מאכן...
אבער א צווייטער מומחה אין דעם געביט, פראפעסאר פעיטער וואלענשטיין זאגט, אז מאן דער פרעזידענט פון דרום קארעא קען ווארשיינליך יא באקומען דעם שלום נאבעל מעדאל. ווייל דער מאן האט למעשה צושטאנד געברענגט די שלום ביי די אולימפיק שפילן דעם ווינטער, ווען ער האט אויפגענומען שיין א דעלעגאציע פון צפון.
און איך הער שוין צענדליגע ניקס זיך רעגן, וואס איז דאס מיט דיר מיסטער קלאפער, פון טראמפ האסטו פארגעסן? קודם כל איז ער דאך דער גרעסטער דיעל מעיקער וואס איז דא אין די וועלט, ער פארמערט שלום איבער די גאנצע וועלט! אפילו מיט קים יאנג אן וואס איז ביז היינט געווען איזאלירט פון די גאנצע וועלט! איך קוק נישט יעצט אויף די G7 סאמיט, און אויף די נאפטא אפמאך, איראן דיעל, פאלעסטינער רדיפות, און אזוי ווייטער. מ'רעדט דאך פון די טראמפ וואס זוכט שלום, נאר די דעמאקראון לאזן אים נישט.
איך טרייב נישט שפאס, ער האט אסאך ערנסטע נאמינאציעס, צווישן זיי פון באריס דזשאנסאן דער געוועזענער אויסערן מיניסטאר פון ענגלאנד, און אפילו פרעזידענט מאן פון דרום קארעא האט געזאגט אז עס קומט זיך פאר טראמפ. איבערהויפט אז ווען נישט אים, וואלט נישט צושטאנד געקומען די שלום צווישן די צוויי דרום'ס, סוף כל סוף האט ער ערנסט געבראכן היסטאריע.
פאקטיש איז אין די באסטאן בעטטינג סייט געווען גאר שטארקע אויסזיכטן פאר טראמפ, אסאך מער ווי פראנקראייכס עמנואל מעקראן, און טערעזא מעי פון ענגלאנד, און זיכער אסאך מער פאראויס פון וולאדימיר פוטין. די אלע האבן באקומען א שאנס פון 1-75, אין די צייט וואס טראמפ האט עס געהאט ביי א שאנס פון 1-7!
אבער ווייטער איז דען סמיט דער וואס מאכט צרות, ער זאגט אז טראמפ קען בכלל נישט באקומען די פרייז, ווייל קעגן די איין שלום מיט קים יאנג אן, האט ער פילע אנדערע מחלוקת וואס ער האט אנגעמאכט, ווי שוין פריער אויסגערעכנט. דאס אלעס ווארפט אויף אים א נעגאטיווער ליכט ווען עס קומט צו שלום.
ווער נאך איז אויף די ליסטע? אה, דעם זומער איז פארגעקומען א שלום צווישן עטיאפיע און אריטאריע, נאך 20 יאר פון זיך רייסן ביי די קעפ. קוים א חודש צוריק האבן זיי געשלאסן א שלום אפמאך. פראפעסער וואלענשטיין זאגט אז דער פרעזידענט פון עטיאפיע איז לכאורה זייער א פאסיגער קאנדידאט צו באקומען דעם שלום נאבעל פרייז. נאר וואס, דער פרעזידענט, מיסטער אביי אכמעד, איז ערשט געווארן פרעזידענט אום אפריל, און כאטש וואס ער האט פאקטיש אונטערגעשריבן די שלום אפמאך, דאך איז ער נישט געווען דער ווסא האט שלום געמאכט מיט אריטאריע. און בכלל, שוין אפאר חדשים וואס מען איז דן יעדע נאמינאציע וואס קומט אריין צום קאמיטע, די לעצטע חודש איז שוין געווען אביסל צו שפעט פאר דאס יאר.
א אנדערער פראפעסאר צו שלום פרייז און דערגרייכונגען מיטן נאמען הענריק ערדואל, זאגט אז ער גלייבט אז דער געווינער וועט זיין די אינטערנאציאנאלער עסנווארג פראגראם פון די יו. ען. וואס געבט צו עסן פאר מיליאנען הונגעריגע מענטשן איבער די וועלט. ער זאגט אז א דאנק דעם לעבן נאך מענטשן אין תימן, סיריע, און נאך אנדערע ערטער וואו עס טוט זיך הריגות און שחיטות. ער באטאנט אז דאס איז די גרעסטע הומאניטערישע קריזיס וואס איז נאר דא היינט צוטאגס.
אזוי אויך איז דא אויף די ליסטע וואס מען ערווארטעט צווישן אנדערע די פלטים אגענטור פון די יו. ען.; דער ארעסטירטער סאדיע אראבישער זשורנאליסט ראאיף בעדאווי; די פרייהייט פון אויסדרוק ארגאניזאציע; רוסישע חברה וואס ארבעטן פאר מענטשן רעכטן אין רוסלאנד קעגן פוטין, וואס קניידלט אראפ כסדר די אלע וואס רעדן קעגן אים אויף מיסטעריעזע אופנים, למשל די מעמאריאל ארגאניזאציע, אדער די נאוועיא גאזעט פון די אפאזיציע פארטיי.
פאראיאר האט געווינען די אינטערנאציאנאלער ארגאניזאציע צו פארמיידן אטאמישע וואפן. רבותי, ווער קען כאפן א פליגער און זיי מודיע זיין איבער די אכט נייע וויזניצער אדמורי"ם?
מארגן וועט מען סיי ווי וויסן ווער די געווינער איז, אבער דערווייל קען מען אריינכאפן צו שפעקולירן. ושערי שפעקולאציעס לא ננעלו.

אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
א גוטען קלאפער - איר שרייבט פיין.
טראמפ וואלט עס ווען געקענט באקומען פאר זיינע שלום אויפטוהען אבער ער פארלירט עס ביג טיים ביי זיינע מעיזשאר פייטס וואס ער האט זיך אריינגעדרייט אין יעדע פאר טאג.
ווער יא? אפשר די פרעזידענט פון סינגאפור.
אדער גאר קעווענאו וואס האט פאראייניגט די דעמאקראטען מיט די רעפובליקאנע צוריק אהיים צו זייערע באזעס.

האב שכל און גיב א שמייכעל!
מטעמים האט געשריבן:
אדער גאר קעווענאו וואס האט פאראייניגט די דעמאקראטען מיט די רעפובליקאנע צוריק אהיים צו זייערע באזעס.
נעה, קעווענאו זיכער נישט, ער האט נאכנישט שלום געמאכט מיט די מצב...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5679
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
הערליכע ארבעט הרב קלאפער! זע נאר צו קלאפן אויף די אותיות'לעך ווי מער...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5679
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
יאסעלע האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:
אדער גאר קעווענאו וואס האט פאראייניגט די דעמאקראטען מיט די רעפובליקאנע צוריק אהיים צו זייערע באזעס.
נעה, קעווענאו זיכער נישט, ער האט נאכנישט שלום געמאכט מיט די מצב...
ער וואלט שוין לאנג שלום געמאכט, דער מצב לאזט זיך נאר נישט...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
זייער שיין געשריבען, א דאנק.
עס דארף זיין א שאנדע צי באקומען די עקלדיגע פרייז.
צווישן אנדערע איז שוין אויסגעקליבען געווארן צי באקומען דער פרייז, דער ארכי טעראריסט און מאסן מערדער יאסיר אראפאט ימש"ו, דער מאסן מערעדר נעלסאן מענדאלע פון אפריקא.
קאנדידאטן זענען געווען צווישן אנדערע דער צורר היהודים דער נאצי פירער אותו האיש פון דייטשלאנד ימ"ש, דער צורר סטאלין ימ"ש.
פאר בערך 15 יאר צוריק איז געווען א קאנדידאט צי באקומען דער פרייז דער באקאנטער חסידת אומות העולם וואס האט געראטעוועט הונדערטער אידישע קינדער פון ווארשא געטאו מיט מסירות נפש, סאנדלער, אבער צי האט עס נישט געקריגען, נאר אנשטאט האט עס באקומען על גאור צוליב זיינע אויפטוען אויפן ברענעדיגע טעמע פון קלימאטען טויש...

לחם לשובע האט געשריבן:זייער שיין געשריבען, א דאנק.

דשאסט און קעיס טראמפ באקומט עס. האט מען שוין א תירץ.
לחם לשובע האט געשריבן:עס דארף זיין א שאנדע צי באקומען די עקלדיגע פרייז.
כ'מיין אז טראמפ האט געזאגט אז ער וויל נישט באקומען די פרייז טאקע פאר די סיבות וואס לחם האט געשריבן
איך האב אויך געזאגט אז איך וואלט מיך פשוט געשעמט צו באקומען דעם זעלבן פרייז. אבער די מידיא האטעס נישט רעפארטעד
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל

-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5430
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
איך האב עס נישט געוואלט שרייבן אנהייב, אבער די יאזידי פרוי איז טאקע געווען נומער איינס אויף די ליסטע. זי האט אנגעווירטשאפט א גאנצע איבערקערניש וואס שלאגט ווארצלען איבער דער גאנצער וועלט אזש ביז צום סופרים קארט נאמעני.
אבער וואס דאס האט מיט שלום האב איך נאכנישט צאמגעשטעלט. ס'איז מענטשן רעכט און מענטשן פארלעצונגען אין איין שאס...
אבער וואס דאס האט מיט שלום האב איך נאכנישט צאמגעשטעלט. ס'איז מענטשן רעכט און מענטשן פארלעצונגען אין איין שאס...
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3684
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 499
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
לחם לשובע האט געשריבן:זייער שיין געשריבען, א דאנק.
עס דארף זיין א שאנדע צי באקומען די עקלדיגע פרייז.
צווישן אנדערע איז שוין אויסגעקליבען געווארן צי באקומען דער פרייז, דער ארכי טעראריסט און מאסן מערדער יאסיר אראפאט ימש"ו, דער מאסן מערעדר נעלסאן מענדאלע פון אפריקא.
קאנדידאטן זענען געווען צווישן אנדערע דער צורר היהודים דער נאצי פירער אותו האיש פון דייטשלאנד ימ"ש, דער צורר סטאלין ימ"ש.
פאר בערך 15 יאר צוריק איז געווען א קאנדידאט צי באקומען דער פרייז דער באקאנטער חסידת אומות העולם וואס האט געראטעוועט הונדערטער אידישע קינדער פון ווארשא געטאו מיט מסירות נפש, סאנדלער, אבער צי האט עס נישט געקריגען, נאר אנשטאט האט עס באקומען על גאור צוליב זיינע אויפטוען אויפן ברענעדיגע טעמע פון קלימאטען טויש...
נעלסאן מענדעלע האט בס"ה טערארזירט די ווייסע רוצחים וואס האבן געקוילעט שווארצע אנע רחמנות, און דערנאך ביים איבערנעמען די בענקל האט ער אריינגעברענגט רואיגקייט און נישט געלאזט צורירן צו די אלטע הענקערס.
כ'מיין, פארוועם דען זאל מען עס געבן, פאר נתניהו?
מ'הערט איינמאל אויכעט, מ'דארף נישט צוויי...
נתניהו איז א רעכטער, ער קען עס נישט קריגען, אבער אפשר אבאס? אבאמא האט עס באקומען נאר ווייל ער האט געוואלט שלום, (בעסער געזאגט ער האט געוואלט דער שלום פרייז, ווי האט דער געוועזענער פארטיידונגס מיניסטער פון מדנ"י דער געוועזענער רעכטער יעלון גע'טענה'ט אויף קערי, אלס וואס ער וויל איז נאר דער פרייז, זאל מען איהם עס שוין יעצט געבן, און ער זאל אונז לאזן מנוחה...)

סתם אינטערסאנט צי אנמערקן
אינטער די יארן וואס אבאמא איז געווען דער פרייער וועלט פירער, האט ממש אויסגעבראכן א שלום אויף דער וועלט, אזש עס איז געווען ממש אן אתחלתא דג...
צוויי מאכט פארכאפונגען אין מצרים, מאסן מארד און בלוט באד אין טוניסיע, מצרים, ליביע, סיריע - אריינגערעכנט באנוץ פון כעמיש וואפן, אומאויפהערליכע ברודער קריג אין סיריע, טאליבאן האט זיך געהויבען צוריק די קאפ, גרינדונג פון אייסיס מיט איהרע בארבארישע רציחות, רייצונגען פון רוסלאנד קעגן אייראפע און אמעריקא, רוסלאנד'ס פארכאפונג און אנעקסירונג אויף קריימיע, עטליכע בלוטיגע קריגען צווישן כאמאס אין מדנ"י, בלוטיגע פאלעסטינער מעסער אינטעפאדע אין ארה"ק ה"י, רייצונגען פון צפון קארעא קעגן אמעריקא און דרום קארעא, און וואס נישט.
אבער פאר איהם האט זיך געקומען א פרייז פון פרידען, ווייל ער האט געמיינט גוט...
אינטער די יארן וואס אבאמא איז געווען דער פרייער וועלט פירער, האט ממש אויסגעבראכן א שלום אויף דער וועלט, אזש עס איז געווען ממש אן אתחלתא דג...
צוויי מאכט פארכאפונגען אין מצרים, מאסן מארד און בלוט באד אין טוניסיע, מצרים, ליביע, סיריע - אריינגערעכנט באנוץ פון כעמיש וואפן, אומאויפהערליכע ברודער קריג אין סיריע, טאליבאן האט זיך געהויבען צוריק די קאפ, גרינדונג פון אייסיס מיט איהרע בארבארישע רציחות, רייצונגען פון רוסלאנד קעגן אייראפע און אמעריקא, רוסלאנד'ס פארכאפונג און אנעקסירונג אויף קריימיע, עטליכע בלוטיגע קריגען צווישן כאמאס אין מדנ"י, בלוטיגע פאלעסטינער מעסער אינטעפאדע אין ארה"ק ה"י, רייצונגען פון צפון קארעא קעגן אמעריקא און דרום קארעא, און וואס נישט.
אבער פאר איהם האט זיך געקומען א פרייז פון פרידען, ווייל ער האט געמיינט גוט...
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5679
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
שמואל בארג האט געשריבן:לחם לשובע האט געשריבן:זייער שיין געשריבען, א דאנק.
עס דארף זיין א שאנדע צי באקומען די עקלדיגע פרייז.
צווישן אנדערע איז שוין אויסגעקליבען געווארן צי באקומען דער פרייז, דער ארכי טעראריסט און מאסן מערדער יאסיר אראפאט ימש"ו, דער מאסן מערעדר נעלסאן מענדאלע פון אפריקא.
קאנדידאטן זענען געווען צווישן אנדערע דער צורר היהודים דער נאצי פירער אותו האיש פון דייטשלאנד ימ"ש, דער צורר סטאלין ימ"ש.
פאר בערך 15 יאר צוריק איז געווען א קאנדידאט צי באקומען דער פרייז דער באקאנטער חסידת אומות העולם וואס האט געראטעוועט הונדערטער אידישע קינדער פון ווארשא געטאו מיט מסירות נפש, סאנדלער, אבער צי האט עס נישט געקריגען, נאר אנשטאט האט עס באקומען על גאור צוליב זיינע אויפטוען אויפן ברענעדיגע טעמע פון קלימאטען טויש...
נעלסאן מענדעלע האט בס"ה טערארזירט די ווייסע רוצחים וואס האבן געקוילעט שווארצע אנע רחמנות, און דערנאך ביים איבערנעמען די בענקל האט ער אריינגעברענגט רואיגקייט און נישט געלאזט צורירן צו די אלטע הענקערס.
נעלסאן מאנדעלא איז געווען א טעראר פירער פונקט ווי יאסיר אראפאט ימ"ש. אראפאט האט אויך באקעמפט א רעגירונג וועלכע האט אומגעברענגט הונדערטער אראבער ציווילע (אין די מלחמה אין תש"ח), וועלכע דיסקרימינירט קעגן אראבער, און וועלכע ער האט געהאלטן אלס אקופירער פון זיין לאנד, און פארט פארשטייסטו אז ער איז א טעראריסט וויבאלד ער האט אטאקירט ציווילע בירגער. גענוי די זעלבע האט מאנדעלא געטון - אויפגעריסן באמבעס אויף שאסייען, גע'הרג'עט מענטשן, כדי נקמה צו נעמען אין די רעגירונג.
די איינציגסטע חילוק צווישן מאנדעלא און אראפאט איז אז מאנדעלא האט אויסגעפירט און איז דערנאך געווארן פרעזידענט פונ'ם לאנד און האט אזוי באקומען גלאבאלע רעקאגנישען, בעת וואס אראפאט איז ב"ה געשטארבן (אומגעברענגט געווארן לויט טייל קאנספיראציעס) אינמיטן די ארבעט און איז דעריבער פארבליבן א טעראריסט - ביי רוב אמעריקאנער. גאר אסאך לינקע האלטן אים פאר א הירא, נישט א טעראריסט.
מאנדעלא איז געווען אויף די טעראר וואטש ליסטע ביז 2008.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל