-
ציטיר
-
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך הערשעל פאסטעכער »
בס''ד
מיינע טייערע שעפעלעך קומט און הערט,
וואס ענקער פאסטוך ערקלערט,
יעדעס מינוט איז ווערט,
דער הייליגער שבת קומט שוין, נאך נישט לאנג,
הערט'ס נאר מיין קליינער געדאנק,
נפשי חולת אהבתיך, איך ווער ממש קראנק,
ניין ענק זאלן זיך נישט דערשרעקן,
פארדאכטן זאל זיך נישט ערוועקן,
איך וועל ענק אלעס אנטפלעקן,
א גאנצער וואך מ'הארעוועט אזוי שווער,
צייט צו רוען ווער האט דען ווער,
צו דינען דעם אויבערשטן קומט צומאל אן שווער,
אבער ווען דער הייליגער שבת טוט קומען,
ווער מיר דאך אינגאנצן באנימען,
און דעמאלטס קען מען גרינגער צוקימען,
נישטא קיין שוסטער, קיין זעגער,
קיין האלץ האקער, קיין וואסער טרעגער,
דער עול הפרנסה איז שבת נישט קיין פגר,
די מינוטן צייל-איך,
מיט געפילן אזוי פרייליך,
לקראת שבת לכו ונלך,
דער אייבערשטער גיבט דאך 'לחם יומים',
דעם הייליגן שבת זיי נאר טועם,
יה אכסוף נועם,
אויף שבת עטס ווארטס,
מאכט'ס אויף ענקער הארץ,
עס וועט ווערן לעכטיג וואו עס איז שווארץ,
כל עצמותי, אלע מיינע ביינער,
תאמרנה, עס זאגן מיינע ציינער,
ה' מי כמוך, נאר די איינער,
מיינע טייערע חבירים מאכט אייך גרייט,
מיט שמחה און פרייד,
לכו ונלכה, אנטקעגן דעם שבת שוין מ'גייט,
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...