אידישע תאוות!!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

אידישע תאוות!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אידישע תאוות!!!!

ראשית דבר, אזויווי במשך די גאנצע ארטיקל וועט אסאך מאל שטייט דאס ווארט "גוי" לעבן דאס ווארט "איד", שרייבן מיר שוין פון אנפאנג ארטיקל א גרויסן להבדיל וואס דער להבדיל וועט חל זיין פונעם אנפאנג ביזן סוף ארטיקל, ובזה יצאנו ידי חובותינו במצות הבדלה שנאמר אם אין דעת הבדלה מנין.

יעדער איד זאגט יעדן איינציגן טאג, אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, (מעגסט ליינען ווייטער ס'איז נישט קיין תורה'דיגע ארטיקל....) בפשטות לויבט מען דעם בורא כ"ע, אז מיר זענען ערוועלט געווארן צו די הייליגע תורה און צו טון מצות ד', אבער מיט דעם אלעם איז גוט צו זיין א יוד אפי' נאר וועגן דעם גשמיות'דיגן חלק דערפון, ווי צדיקים האבן געזאגט אז אפי' דער גוף פון א איד איז העכער פון להבדיל א גוי'ס, על אחת כמה וכמה די נשמה פון א יוד, אשר על כן לאמיר זיך באציען אויף דעם גשמיות'דיגן חלק פון א יוד, וואס מיר רופן אן אינעם קעפל "אידישע תאוות"...

א גוי וועט קיינמאל נישט האבן די השגה פון א אידישע תאוה, די ביישפילן וועלן מיר באלד אויסשמיסן, אפי' אזא פשוט'ע תאוה ווי א כאפן א ברעטל, א גוי האט אפי' נישט די געלעגנהייט צו כאפן א ברעטל און זיך אויסגארגלען בעת דער עולם שעלט...., אבער דאס איז נישט אלעס, לאמיר זעהן וואס נאך איז בלויז א אידישע תאוה, וואס איז נישט פארהאן ביי קיין גוי.

קידוש מאכן:
די תאוה פון מאכן קידוש שבת צופרי, אזא טעם וואס דער קידוש האט וועט דער גוי קיינמאל נישט וויסן, פשוט פארדעם ווייל ווען דער גוי איז הונגעריג עסט ער, ס'קומט אים נישט אויס א זמן וואס ער איז נישט ערלויבט צו עסן, משא"כ א איד קען דאך נישט עסן פארן דאווענען, ממילא שבת צופרי ווען דער דאווענען נעמט אביסל לענגער, אז ס'איז דא קידוש צו מאכן... אז מ'טרינקט א גלעזעלע קנאק יענקל, מ'עסט מזונות מיט א שטיקל קוגל, ס'האט דאך אזא טעם וואס נאר א איד פארשטייט, (אז דו ווערסט הונגעריג בשעת'ן ליינען דעם ארטיקל קענסטו שוין קידוש מאכן) ווער רעדט נאך אז מ'קען קידוש מאכן פארן ליינען..., דאס איז דאך ממש מים גנובים ימתקו.

אויספאסטן:
מענין לענין, איז אויספאסטן די זעלבע בחי', מ'איז אויסגעהונגערט פון אגאנצן תענית, איצט אז מ'קען זיך צוכאפן צו א גלעזל בראנפן מיט א שטיקל קאקאש איז א מחי' (איי שפעטער ברענט די מאגן וואָסאַ חילוק), דאס עסן ביים אויספאסטן האט דאך אלע טעמים, ווען האט זיך דען דער גוי אויסגעהונגערט אין זיין לעבן, אחוץ דער גוי ביים סדר וואס איז אנטלאפן ביי שולחן עורך.

טלית – שטריימל:
נאך א לאנגן דאווענען שבת צופרי מיטן טלית אויפן קאפ, בפרט אויב ס'איז אביסל לענגער דער דאווענען צוליב א הלל אדער יוצרות, אז מ'קען נאך הלל איינבייגן דעם עטרה אויף די פלייצע און אנטון דעם שטריימל, אההההה א מחי'....... אביסל לופט...., מ'קען זיך צוזאמען קלויבן די פיאות, און אפווישן די שווייס, וואס פארשטייט א גוי.....

טאבאק – בשמים:
פרייטאג צונאכטס מ'איז אויסגעמידעט פון אגאנצע וואך, דער בעל תפלה קריכט עפעס געפערליך אויף די נערוון, (דעי וואך האט מען צוגעשיקט דעם שטאטן בעל תפלה כידוע ליודעים האמיר שוין באהאנדלט די טעמע פון בעלי תפלות אין סדר היום פון גבאי, וואס פון דארט קומט אויס אז פון צווישן יעדע פאר וואכן מוז איין וואך צוגיין דער שטאטע נערווירנדע בעל תפלה), מ'האט נישט קיין נערוון צו גארנישט, פונקט מן השמים (מן הארץ) קומט צו גיין ר' אברעמל מיט זיין טאבאק פושקע, און איז ברייטהארציג מכבד מיט א שמעק מ'לייגט צו די נאז און מ'געט אזא צו מיט די נאז און מ'מאכט מממממהההההה (וואס ציסטו דיין נאז מיין ארטיקל שמעקט פון טאבאק?????.....) אאאאאאאאאאהההההה, וואס פארשטייט א גוי.....
די זעלבע איז ביים שמעקן בשמים, פאר די וואס שמעקן בשמים פרייטאג צונאכטס ווייסן וואס דאס מיינט אז מ'געט א פיינעם צו אריין מיט די נאז, און די ריח הניחוח, גייט אריין ביזן מוח, פארשטייט זיך יום הקדוש האט דער בשמים א באזונדערע טעם אזש ממש ס'העלפט צו צום פאסטן, מ'שמעקט מיט אזא תאוה, מ'כאפט בורא מיני בשמים'ס יעדע 15 מינוט, בלויז אידישע תאוות, וואס פארשטייט א גוי....

זיצן:
יא זיצן פשוטו כמשמעו, וואס טוט זיך נאך אזא לאנגע שמו"ע ווי מוסף ר"ה, די פיס האלטן זיך קוים, ענדליך מ'קען שוין אויסטרעטן דאס זיצן האט דאך אזויפיל טעם, די פיס בארואיגן זיך, ווער רעדט נאך יו"כ ווען ס'איז בכלל שווער צו שטיין פאסטנדיג מיט פאפאטשן, און מ'בייגט זיך איין אריין צו האקן די על חטא'ס, קוים וואס מ'שטייט אויף די פיס מ'ווערט פארטיג מיט אלע על חטאים'ס, מ'געט זיך אזא זעץ אראפ אויפן פלאץ...., (נישט איך, איך בין דאך דער ש"ץ, אַיָא).
זיצן מאכט אויס אין תשעה באב אויך, ווען מ'געט זיך א שטעל אויף ביי עלי ציון, מ'געט זיך אזא צו אויס אלע ביינער, וואס ווייסט א גוי, אוי עלי ציון וערי'..., און ווי נאר מ'ענדיגט זאגן די שירי הקינות ווערט דאך שוין חצות, קען מען זיך שוין אראפ זעצן געהעריג אויף א נארמאלע באנק, ס'איז נישט חלילה תאוות אבער ס'גרעניצט זיך מיט יודישע תאוות.

מקוה:
מסביר צו זיין א מקוה דארף מען ליינען מיין אפהאנדלונג אינעם סדר היום פון מקוה איד, אבער אז מ'קען אריין שפאצירן אין זיך געבן א ווייק אין א הייסע מקוה אאאאאהההההה......, און נאכדערצו כאפן א שטיקל שמיסל מיט א חבר וועגן פאליטיק, וואס ווייסט א גוי, ווי הערט ער בכלל מקוה נייעס?...
וכאן המקום לעורר איך מוז מוחה זיין אויף די נייע פרצה, היתכן די מקוה נייעס ווערט אפגעדריקט אין אזעלכע צעטלעך אז מ'געט נישט קיין געלעגנהייט פארן עולם צו רעדן און איבער צו קייען די מקוה נייעס, ס'איז געווארן אזא מצב אז א איד קומט אריין צופרי אין מקוה און פרעגט איינעם וואסי נייעס?, וועלנדיג אנהייבן צו וועבן די מקוה נייעס, גוט אים יענער א דערלאנג א דבר יום ביומו נאדיר נייעס..., רבותי לא זו הדרך, ליינען צעטלעך קען דאך דער גוי אויך, מיר דארפן ווייטער אנהאלטן די אידישע תאוות ובתוכם מקוה נייעס – שמיסן, כמדור דור..., ובזה יצאתי ידי חובתי,
(דא האט זיך אין מיר אויפגעוועקט דעם חלק המאץ....)

פיאות:
זיך מאכן די פיאות איז אויך נאר א ידישע תאוה, איך וואלט אפי' צוגעלייט א חסידישע תאוה, מ'שטייט אויף צופרי די פיאות קריכן אריין אין די אויגן, מ'קעמט אויס די פיאות מ'דרייט אים שיין אזוי ווי ס'ברויך צו זיין, אויסער דעם וואס ס'ווערט באקוועם אין די אויגן איז דא דערון א רוחניות'דיגע טעם ווען די פיאות געלונגען שיין, היינט איז די פיאה געלונגען, והא ראי' האסטו אז ס'איז א רוחניות'דיגע הנאה, ווייל ווען די בארד געלונגט גוט ס'ווערט שיין אריין געדרייט פונקטליך שפירט מען נישט אזא הנאה ווי ביי די פיאות, אלא מאי איז דאס א ריינע יודישע תאוה.

שטיקלעך:
ביי אידן איז דא אייגענע עקשאן און שטיקלעך, ווי קלאפן ביי המן, ווארפן באבקעס תשעה באב, ארויף שיסן די הושענות אויפן ארון קודש, גנב'נען אפיקומן, זיכן א קניידל פארעם, פארברענען חמץ, זיך פארשטעלן פורים, חוזק מאכן פון בעל תפלה מוסף שמחת תורה, ווארפן האנטוכער חנוכה אויף משמש, ועוד ועוד.

אידישע מאכלים:
אידישע מאכלים אין ספעציעלע זמנים האבן א באזונדערע טעם וואס בלויז א איד ווייסט און פארשטייט און שפירט א טעם אין דעם, אפי' מ'זאל דאס געבן צו עסן פאר א גוי וועט ער נישט פארשטיין און שפירן דעם גוטן טעם,
קודם איז דער באליבטע אידישע מאכל "חלה מיט פיש זאפט", בעיקר פרייטאג צונאכטס ווען מ'קען טונקען די פיינע רונדל אין די פיש זאפט ווי ס'שטייט אין פסוק למען תנקו ושבעתם (ס'איז א אמת'ע פסוק), ווער רעדט נאך דעם ערשטן שבת נאך פסח ווען מ'האט שוין נישט געטינקען חלה אין פיש זאפט 3 שבתים, ווייל שבת פאר פסח אויף די סטעפס איז נישט געוועהן קיין מקום ווי צו טינקען חלה אין פיש זאפט...,
(ולמען תדע, אז חלה מיט פיש זאפט אויסער דעם וואס ס'איז גוט האט דאס א גרויס ענין אזוי שטייט מפי צדיקים, ווייל וואסער איז א דומם, חלה איז פון ווייץ א צומח, פיש איז א חי, און א מענטש איז א מדבר, אז מ'נעמט צוזאמען די פיר יסודות לכבוד שבת האט דאס א גרויסע עלי') בכלל קען מען מאריך זיין מיט שבת'דיגע מאכלים ווי קוגל, טשאלענט, איי מיט צוויבל, גאלע, קושקע, איי קוכל מיט הערינג, וואס יעדע מאכל איז כדאי לעצמו וואס א גוי פארשטייט נישט און ווייסט נישט די אידישע תאות.

קומט נאך צו די אידישע מאכלים פון ימים טובים במשך אגאנץ יאר לאמיר אנהייבן פון אנפאנג יאר,
חלה מיט האניג איז קלאר נאר א אידישע תאוה, ווי אויך עפל מיט האניג,
פליישיגע קרעפלעך, וואס מ'עסט דריי מאל א יאר ווען מ'קלאפט, ווען מ'קלאפט על חטא – ערב יו"כ, ווען מ'קלאפט הושענות – הושענא רבה, ווען מ'קלאפט המן – פורים, דער פליישיגע קרעפל האט א באזונדערע טעם וואס מ'קען אפי' נישט יעצט מסביר זיין אינמיטן די קאלטע ווינטער טעג.

קינדל די צווייטע טעג סוכות, מ'האלט שוין נאך 6 וואכן נישט עסן קיין ניסלעך, איצט אז מ'קען אריין בייסן אין א שטיקל קינדל, אך וואס ווייסט א גוי...

קרויט, פורים און שמחת תורה, דא בין איך אפי' נישט מפרש.....

לאטקעס, די חנוכה לאטקעס זענען ממש יודישע תאוות, אפי' מ'זאל געבן פאר א גוי א דאונאט, עה ער וועט אריין בייסן ס'וועט עפעס נישט זיין דאס ריכטיגע, משא"כ חנוכה ווען א איד ענדיגט מעוז צור, די מנורה ברענט אים פאר די אויגן (די מאגן אויך), און פאר וואס ווען ווי, איז מען טועם עטליכע לאטקעס... אאאהה דער אינהאלט רינט ארויס..., וואס ווייסט א גוי.

המן טאשן, דא מוז איך ארויס ברענגען אביסל מיין ווייטאג, ווען איך בין געוועהן א קינד האב איך שוין חמשה עשר בשבט ארויסגעקוקט אז מיין מאמע זאל מאכן המן טאשן און אנפילן דעם אינהאלט מיט אזא אינטרעסאנטע געמיש פון לעקוואר מיט עטליכע זאכן, און ווען ס'איז שוין אנגעקומען ערב פורים בשעת ווען מ'האט געמאכט די משלוח מנות, האט מען די נישט געלונגענע המן טאשן אוועק געגעבן פאר אונז קינדער, אה וואס ווייסן די היינטיגע יונגווארג ס'האט דאך געהאט אלע טעמים אזא המן טאש, היינט?, א נייע משוגעת אגאנץ יאר פון פורים ביז פורים איז דא צו באקומען המן טאשן פון רויטע דשעם ביז פורפעל דשעם, ס'איז פארלוירן געווארן דער גאנצע חן און טעם פון א המן טאש, איך בין מוחה איך בין מוחה איך בין מוחה.... (אז מ'רעדט פון מחאה, וואס פארשטייט א גוי צו מחאה.....)

שבועות'דיגע קרעפלעך, דא מוז איך מיר אנטשולדיגן און איבער געבן דאס ווארט פאר אנדערע, היות איך קען נישט עסן קיין מיליכיגע מאכלים, ממילא לאז איך אנדערע זאלן מסביר זיין דעם טעם פון די גוטע מילכיגע מאכלים, אבער דאס קען איך יא זאגן אז ס'שמעקט מיט אידישע תאוות.

אפי' דער איי מיט אש ערב תשעה באב האט אויך א אייגנארטיגן טעם וואס נאר א איד פארשטייט, נישט חלילה אז מ'קען עס אנרופן א יודישע תאוה, ווייל אידן וואלטן שוין ווען לאנג געוואלט ס'זאל בטל ווערן די איי מיט אש געגעסעכץ נאר פשוט א גוי פארשטייט עס נישט, ער פארשטייט נישט די צובראכענע געפיל ווען א איד עסט דעם איי מיט אש זיצנדיג אויף דער ערד האפנדיג אז מאשפות ירים אביון ס'זאל דערהויבן ווערן די כבוד פון כלל ישראל מיט משיח צדקינו.

פסח'דיגע מאכלים:
דאס אז די מצה די ערשטע נאכט פסח האט א אנדערע טעם ווי מצות אגאנץ יאר דאס איז דאך קלאר, קודם איז מען אויסגעהונגערט כמבואר בהלכה אז מ'דארף עסן די מצה לתאבון, און נאכדעם איז דא אין דעם העכערע ענינים, אבער הכל מודים אז די ערשטע נאכט פסח האט די מצה א טעם וואס נאר א איד פארשטייט.
בכלל איז דא א שטארקע גלוסטעניש צו עסן מצה, מ'זעהט אלץ נאך פסח ווען אידן ברענגען אמאל מצה אין שול ווי ביי ש"ש אדער יומא דפגרא ווי דער עולם צוכאפט די מצה ווי אין א הונגער יאר, אויך א אידישע תאוה וואס א גוי האט נישט.

שולחן עורך, מ'עסט און מ'טרינקט און מ'פירט זיך אז מ'עסט אייער, איך ווייס באמת נישט פארוואס, אבער דאס וועט יעדער מוזן מודה זיין, אז דער שטיקל איי וואס מ'עסט פסח ביינאכט מיט זאלץ וואסער האט א טעם איינס אין די וועלט, וויפיל אייער מ'זאל עסן אגאנץ יאר און פסח בפרט, וועט עס נישט האבן אזא טעם ווי דער שטיקל איי מיט זאלץ וואסער ביי שולחן עורך, (אפשר ווייל דא האלט מען נאך מרור מיט כורך און דאס בארואיגט די מצב?, אולי..)

כ'האב שוין לאנג חוקר געוועהן מיט עטליכע חבירים וואס איז די סיבה פארוואס די פסח'דיגע זופ איז בעסער ווי אגאנץ יאר, ס'איז דא עטליכע טעמים קען זיין אלע זענען אמת, אבער הצד השוה שבהם אז א גוי ווייסט נישט...., קודם כל ס'איז נישטא קיין גרויסע אויסוואל פון עסן, פסח איז מען דאך אלץ הונגעריג ממילא אז מ'איז הונגעריג האט דער זופ א אנדערע טעם, ס'איז נישטא די אלע געטינקעכטס נישטא קיין דיפ מיט קיין פיש זאפט, שנית זאגן מענטשן אז די פסח'דיגע זאלץ מאכט עס האבן א בעסערע טעם, שלישית איז דא מאנכע וואס טענה'ן אז גאר די מייערן מאכן דעם זופ האבן א אנדערע טעם ווייל פסח נעמט מען די גראבע מייערן מיט שטיקער ערד, און דאס מאכט א אנדערע טעם, אבער והראשון נראה לי עיקר.

פאלשע פיש?, איז א מחלוקת הפוסקים, רוב ציבור האלט אז די טעם פון פאלשע פיש פארגינט מען פארן גוי בלב שלם, עז זאל זיך האלטן דערמיט געזונטערהייט און זיך דערשטיקן דערמיט, מיר פערזענדליך האבן נישט קיין מיינונג איבער פאלשע פיש, אבער דאס יא, אז אפי' איבער די דעבאטע צו פאלשע פיש האט א טעם צו נישט, דאס ווייסט נישט קיין גוי, דאס איז ריין יודישע תאוות.

קניידלעך....., נו פרעג איך דיר, וואס ווייסט א גוי פון קניינדלעך צו זאגן, אין קאזניץ פלעגט מען פארציילן אחרון של פסח אזא מעשה, אז א מתנגד האט אמאל חוזק געמאכט פון חסידים וואס עסן נישט קיין געבראקט'ס האט ער געזאגט אז ער וואלט נישט געוואלט זיין אין א חסיד'ס מויל אחרון של פסח בשעת ער בייסט אריין אינעם קניידל..., אבער דער מתנגד האט טייער באצאלט פאר דעם טשעפע ס'האט זיך אים נישט גוט אויסגעלאזט, אבער דאס איז הכל מודים אז אחרון של פסח איז קניידלעך און קניידלעך איז אחרון של פסח, וואס איז קלאר אידישע תאוות.

און איך בין מסיים מיטן חמר מדינה קאווע, כאטש וואס יעדער גוי טרינקט קאווע'ס לרחצה, דאך האט דער אידישע קאווע א באזונדערע טעם, קודם כל ווען א איד שטייט אויף פארטאג'ס די גמ' מיט א קאווע האט אזא טעם וואס נאר א איד פארשטייט, א חסידיש ספר מיט א קאווע... ווי זיס איז דער שטיקל נועם מגדים בייסנדיג א שטיקל קאצקע צוקער, קאצקע צוקער בכלל איז עפעס מער יודישלעך, איך רעד שוין נישט ר"ה ביי פאזע, דער קאווע וואס מ'טרינקט פאר די תקיעות האט א באזונדערע משמעות סיי ס'איז צו באצאלן דעם הונגער פון שחרית און סיי ס'איז א הכנה צו מוסף און גלייכצייטיג בוזשעוועט די הרגישים פון תקיעת שופר.

בקיצור אלעס איז אידישע תאוות,

איצט זינגט'ס אלע אוי ווי גוט צו זיין א איד אוי ווי גוט צו זיין א איד.....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאץ מאץ האט געשריבן:אידישע תאוות!!!!

די ביישפילן וועלן מיר באלד אויסשמיסן, אפי' אזא פשוט'ע תאוה ווי א כאפן א ברעטל, א גוי האט אפי' נישט די געלעגנהייט צו כאפן א ברעטל און זיך אויסגארגלען בעת דער עולם שעלט....,

פרייטאג צונאכטס מ'איז אויסגעמידעט פון אגאנצע וואך, דער בעל תפלה קריכט עפעס געפערליך אויף די נערוון, (דעי וואך האט מען צוגעשיקט דעם שטאטן בעל תפלה כידוע ליודעים האמיר שוין באהאנדלט די טעמע פון בעלי תפלות אין סדר היום פון גבאי, וואס פון דארט קומט אויס אז פון צווישן יעדע פאר וואכן מוז איין וואך צוגיין דער שטאטע נערווירנדע בעל תפלה), מ'האט נישט קיין נערוון צו גארנישט,
סהדותא במרומים, ביודעי ומכירא קאמינא דער שאץ רעדט פון עקספיריענס.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יא ר' שאצל, אזוי ווי א יעדן ער''ש א בדיחותא פאר טועמי' , די תאוה הט אויך נאר א איד...

ר' שאצל, איין תאוה האט איר פארגעסן, די תאוה פון אויפשטיין פארטאגס, ווער רעדט נאך פון א ליל ששי, און אריינרוקן א דריי פיר שעה ברציפות, דאס איז אויך נאר עפעס וואס א איד קען שפירן, פרוביר עס צו מסביר זיין פאר א גוי....
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

פאשלאפן איך זעה אז איר זענט נישט פארשלאפן,
אבער מיר האבן מקדים געוועהן אז מיר רעדן פון גשמיות'דיגע - יודישע תאות, אוודאי רוחניות'דיגע הנאות ברענג איך דיר אגאנצע פאק...

וואס יא, שלאפן שבת נאכמיטאג (נישט אזויווי וואלוועלע) נאך א טשאלענט איז טאקע נאר א יודישע תאווה,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

נאכ'ן לייענען אזא אשכול זינגט זיך אויס ווי ספאנטאן פון זיך אליין
"איי ווי גוט איז צו זיין א איד"!!


דאס דערמאנט מיך וואס הרה"ח ר' פייבל ווייס הי"ו האט אמאל געזאגט אויף איינעם וואס ס'איז מרגלא בפומי' צו זאגן "איי ווי גוט איז צו זיין א איד....!"

- יא יא, ווען איך ווייס אזוי ווייניג פון אידישקייט ווי דיר, וואלט איך אויך אזוי געזאגט.

א פנים, ווען דאס אידישקייט ביי אונז באשטייט ליידער פון אט די דערמאנטע אידישע תאוות-מנהגים...


נישט חלילה אוועקצומאכן ש"ץ מ"ץ'ס הערליכע ארטיקל, נאר מעורר צו זיין זיך אליין, ווי מען האלט ערגעץ אויף דער וועלט.

איי.. ס'איז פארט גוט צו זיין איד!!
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

חייקל האט געשריבן:נאכ'ן לייענען אזא אשכול זינגט זיך אויס ווי ספאנטאן פון זיך אליין
"איי ווי גוט איז צו זיין א איד"!!

אז דו זינגסט שוין יא, הנני מן המודיעים אז די ניגון האט נאך א פאל... אוי ווי שלעכט אוי ווי ביטער איז צו זיין א גוי! אוי לו בזה ואוי לו בבא! (דער ניגון האט מחבר געווען כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף - ירושלים זצ"ל).
א איד פון דערהיים, מלא חן...
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

עס איז דא נאך א לידל בדומה לו

א איד צו זיין איז טייער,
א איד צו זיין איז גוט,
לאמיר טאקע אליין זיין אן ערליכע איד.

אין קעמפ האט דאס אמאל איינער פארגעזינגן אויך אויף אונגאריש

ווער ס'קען די ווערטער קען מהנה זיין דעם עולם.
אגב, קען מען עפענען א אשכול אין היכל הנגינה אידישע לידער אויף אונגאריש, איז שוין דא?
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

חייקל האט געשריבן:אגב, קען מען עפענען א אשכול אין היכל הנגינה אידישע לידער אויף אונגאריש, איז שוין דא?

קען זיין אז "אונגערישער, וועט אונז קענען ארויסהעלפן דערמיט.

און אצינד צוריק צום ענין... לאמיר נישט פארקריכן צוליב אייער "אידישע תאווה" פון עפענען א אידישע לידער אויף אונגאריש אשכול...
א איד פון דערהיים, מלא חן...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

שאץ יו מעיד איט!!!!

נאך אפאר תאוות וואס א גוי וועט קיינמאל נישט פארשטיין איז........




ליינען שאץ מאץ'ס ארטיקלען...



קראצן די פוס נאכן מקוה.....



מישן פעידזשעס אינמיטן יוצר.....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

געוואלדיג !!!
אבער עס איז נישט סתם אזוי נאר יעדער איינציגער זאך וואס די האסט דא ארפגעברענגט איז אלעס הלכות און מנהגים איז דארף מען נאך א הסבר פארוואס עס איז געשמאק?!!
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ביקסאד, ווייסט וואס איך פרעג אין אזא צייט? דאס אלעס איז וואס דו האסט צו קאמענטירן אויף דעם מעכטיגן ארטיקל?

שאץ'ל, זעסטע, ממש אזוי האבעך געשריבן אין מיין פאריגע שכוח צו דיר, אז כ'בין נישט באזארגט פאר דיר, דו עסטעך שוין טרעפן וואס צו באשרייבן, והך כוה, דאסיעס, וכן יעזור ה' להלאה.

א גרויסן און הארציגן יישר כח.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

איי הרב ש"ץ, א גאר אידישע תאוה האט איר יא פארגעסן, איי ווי זיס און בא'טעמ'ט איז צו ליינען א זאפטיג שטיקל פון אונער הרב ש"ץ, אוי ווי בא'טעמ'ט דאס איז פאר אונז, דאס האט דאך אין זיך אזא מין ספעציעלע טעם, וואס פארשטייט דען א גוי דערצו?

ייש"כ מיר האבן - ווי שטענדיג - גאר שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שאץ, צומאל ליין איך מיין חתימה...

נאך עטליכע אידישע תאוות:
דאווענען מעריב ביי זעכציג.
דאס פארקערטע, כאפן א קדושה ביי 68
מינוט.
זיך מיטכאפן אין די מקוה דרייער.
נעמען צוויי האנטעכער אין מקוה.
ועוד ועוד
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

לאט מען דען אריין א גוי ביי אונז און קרעטשמע אז קיינער שרייבט נישט דאס א גוי פארשטייט נישט צו אונזער קרעטשמע, די תאוה וואלט ווען געדארפט פארנעמען די סאמע אויבן אן,
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

שץ געוואלדיג ;l;p-
סדא אויך פיר תאות וואס א יוד קען עס זיך נישט נאכגעבן אין א גוי איז בכלל נישט אין די מצב צו האבן די תאוה
א ביר נאכן סדר
א ציגארעטל נאכן טשאלענט
אין א טיי יו''כ ביינאכט ביי שיר היחוד
די פערדע דענק איך נישט הוצטערט
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

ראמניט עי וואן ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

נאך עטליכע אידישע תאוות!
א) זיך מאכן א בית מדרש'ל
ב) מאכן טיי אווענטס
ג) נישט ארבעטן אויף די בוקס
ד) האבן "טשערי לייטס"
א איד פון דערהיים, מלא חן...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ד) טשעפעסטו שוין מיט וויכי.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שאצ'ל;
אן ארטיקל אווי אייביק, שיין און רייך.
כאטש ס'יז דא עטליכע זאכן וואס כ'בין מחולק מיט דיר אלס 'אידישע תאוה'. אבער שוין... איך זאג גארנישט, באלד וועט מען נאך מיינען איך בין א גוי...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

נאך א תאווה האסטו פארגעסן..

זיין א געדאווענטער!

אויסגראדן דאס טלית בייטל און א גלעט טאן דערויף.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שאצי!!!!!!!!! וואו!!!!!!!!!, כ'קען די נישט זאגן קיין קאמפלימענט ווייל איך חאחאחאחאחאחאחאחאחא.

אינעם ארטיקל אן אינוועסטמענט פאר בלויזע צוויי טאללער!!!, האט אלטע בחור זייער שיין צולייגט די תאוה פון פוס קראצעריי :lol: :lol: :lol:
אלטעבחורל האט געשריבן:
האחלט נאר האחלט! ער גייט צו זיין פלאץ מיט זיין בעג וועש וואס ליגט אינעם 'אויי לאטוו ניו יאטרק בעג' ער רוימט אראפ די באנק פון די פארבליבענע האנטוכער 'פיר פינעף' הענגערס ווערט זיינס, מער וויינגיער די באנק גייט אריין אונטער זיין רשות. ער נעמט ארויס זיין מאחפע פון טאחש ארויס, מען גייט פארברענגן היינט. גענוי ווי אפעשמועסט ארויס מיטן 'דבחר יום ביומו' מען נעמט אפיר די צעטעלע, בשעת ווען ער בינד אויף זיינע גרויסע אויסגעטרעטנע שיך מער אפגעריבן פאטרנט. א לאטז אראפ די שיך זאל עס פאלן אינמיטן די דורכגאנג נישט קיין חילוק. אזוי ליינענדיג דעם 'דבר יום' רייבט ער שטארק אריין די פיסלעך אינעם 'ראבטלער' און מקוה אויף דער ערד. ימין ושמאל, מזרח מערב.

זאל נאר דער גוי וואס נעמט צוזאם די האנטוכער אין מקוה פארשטיין די תאווה פון א אידישער 'פיס קראחצעריי' אויפן 'ראבער' און מקוה. אחהההה ממש א חלק פון די טועמיה ערב שבת. נאך א קראץ - נאך א קראץ.

אזוי ליינענדיג ס'צעטעלע טראכט ער צו זיך, אהא ער מאכט אויך הייסט עס א זכר דעם שבת? פשששיהא..... קיינעהארע. אההה דאס איז דער לעצטער קראץ פאר יעצט. אפשר נאך די שויער ווייטער.

א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

וואס פארשטייט א גוי צו טייפן אזא שיינע תגובה אפאר שעה פאר ליכט צינדן..

שאץ, אזוינס און אזעלכס, הערליך
churchill

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך churchill »

Hi Arpachshad,
These are only the Rabbisha tavus, we as the simple Jew dont understand to those tavus
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

churchill האט געשריבן:Hi Arpachshad,
These are only the Rabbisha tavus, we as the simple Jew dont understand to those tavus

ביטע אידיש
churchill

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך churchill »

In midle od learning
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”