דער גולם פון פראג, מאנקיס און ספארטס – אלעס איז געלט! איר דארפט אויך?
איך האב געליינט אן אומשולדיגן אנאנס אז מ'קען זיך איינשרייבן ביי די קלאסן פון ר' איתמר גינצבורג, וואס רופט זיך: The Grand Slam. איך בין בטבע א נייגעריגער, אבער מיר כאפט געווענליך די זייטיגע דעטאלן.
איז מיר אריין א משוגעת אין קאפ צו פארשטיין די טייטש פון Grand Slam – וואס איז דאס? וואו וואקסט עס? און וויאזוי עסט מען עס?
צום אלעם ערשט האב איך גענוצט מיינע לינגוויסטישע קענטעניסטן און איך האב פרובירט אפצוטיילן די ווערטער.
Grand ווייס איך נאך, אז ס'מיינט עפעס גאר גרויס און מעכטיג, אזש – די גרעסטע.
און וואס איז Slam?
דאס האב איך שוין געדארפט אנפרעגן מיינע פריינד אין די גוגל הויפטקווארטירן, וועלכע האבן מיר פרובירט מסביר צו זיין אז עס מיינט א שטארקע, פלוצלימדיגע קנאק, אדער אויפרייס. עפעס אזוי.
די שטערקסטע קנאק?
מיט די צייט בין איך אביסל קלוגער געווארן, און געזעהן אז Grand Slam איז איין ווארט, און א מושג. עס ווערט צ.ב. גענוצט ביי ספארט געימס אדער פארמעסטן, ווען מען וויל באצייכענען א טשעמפיאן וואס האט געוואונען עטליכע פארמעסטן אין איין סעזאן, אדער א געווינער פון אלע זייטן.
ספארטס קען איך דאך נישט, האב איך ווייטער געזעהן אז איך וועל אינערגעץ נישט אנקומען.
בקיצור, עמיצער קען מיר ארויסהעלפן? איך בין א גרויסער מן הארץ. וואס מיינט Grand Slam. איך לאז עס איבער פאר אייך, דערווייל וועל איך מיר קאנצענטרירן אויף די אנדערע חלקים פונעם אנאנס.
-
"די גרענד סלעם איז א ספעציעלע סעריע פון שיעורים אין אידיש דורך הרב איתמר גינצבורג...." – אקעי, אויף הרב איתמר גינצבורג דארף איך נישט קיין פירוש, פון אים האב איך שוין אסאך געהערט און געליינט. פון אלע היימישע ביזנעס-עקספערטן וואס זענען געקומען און געגאנגען די לעצטע פאר יאר, איז ער דער איינציגסטער וואס האט זיך געהאלטן, געווען קאנסיסטענט, און כסדר דעליווערט גוטע און פרישע סחורה אין די היימישע מידיע מארקעט און מאגאזינען. אלזא, איך דארף דאס נישט מברר זיין ביי גוגל.
גיימיר ווייטער:
"עס דעקט א רייע נושאים וואס וועט אייך העלפן בעזהשי"ת צו זיין סוקסעספול אין ביזנעס!"
אקעי, דא ווער איך שוין געשפאנט. ווער וויל דען נישט זיין סוקסעספול אין ביזנעס. איז לאמיר זעהן וואס ער אפערט?!
"א סך הכל פון 30 שעה טיפע פארשטאנד אין: סעילס סקילס - ביזנעס סטראטעגיע - סעלף-קאנפידענס-טולס - קאנסומער פסיכלאגיע – באדי לענגוויטש – מארקעטינג אינסיידס – אדווערטייזינג דירעקציעס – סאשעל מידיע סודות – און נאך..."
די שיעורים ווערן ארויסגעשיקט צו אלע סובסקרייבערס, יעדע שיעור באזונדער ווען עס איז גרייט. גלייך ווען מען שרייבט זיך איין באקומט מען גלייך אלע שיעורים וואס זענען געגעבן געווארן ביז אהער. אזוי אויך באקומט מען האטליין-עקסעס צו די לעקציעס, נאוטס, דיאגראמס און מאטריאל אויף אימעיל, און ווען די סעריע שיעורים פון 30 שעה ווערן פערטיג באקומט מען א באקס מיט א סעט פון MP3 און א הארד-קאפי פון אלע מאטריאל.
די שיעורים האלטן שוין אינמיטן, ביי לעקציע #18 מיט איבער 25 שעה. ווען מ'שרייבט זיך איין באקומט מען אלע שיעורים פון ביז אהער.
ווילאנג די שיעורים גייען אן- ביז עס קומט אן צו 30 שעה - איז די ספעציעלע פרייז 1,300$.
ארגינעלע פרייז 2,000$.
-
אקעי. אז איך וויל באקומען עפעס א טעיסט פון די קלאסן, ליין איך דא עטליכע פון די אויסצוגן, ליינט זיך אזוי:
- - "א ספעציעלע דאנק פאר'ן גולם פון פראג, פאר די לימוד וואס ער האט מיר געלערנט" (סעסיע 4)
- "וויאזוי צו באקומען אומזיסטע אדווערטייזינג און פובליסיטי פאר דיין ביזנעס!" (סעסיע 4)
- "וויאזוי קען דא צולייגן איין איינציגע ווארט צו דיין מארקעטינג, דאפלען דיינע סעילס צו 500%?" (סעסיע 7)
- "מאכן געלט דורכ'ן פארקויפן פונקטליך די זעלבע אייטעם וואס יעדער פארקויפט!" (סעסיע 7)
- "די פויזן-ווארט וואס דו פלעגט אלץ נוצן און עס שטעלט אפ מענטשן פון קויפן פון דיר, און וואס דו זאלסט אנהייבן זאגן צו פארקויפן פיל מער פון דיין פראדוקט\סערוויס" (סעסיע 6)
- "פארוואס לייגן א פענע אין דיין מויל איז א מורא'דיגע וועג צו ברענגען מער ביזנעס" (סעסיע 11)
- "פארוואס דאס פארשטיין וויאזוי מאלפעס קריגן זיך צווישן זיך, איז א וויכטיגע סטראטעגישע סוד אין ביזנעס, און וויאזוי דו קענסט טון זאכן אנדערש אנצוקומען צו גרויס סוקסעס" (סעסיע 2)
דאס איז בלויז א חלק.
יעצט שרייבן זיי דא אזוי:
- - באקומט אויף א גאלדענע טאץ איבער 65,643.70$ ווערד פון קנאקעדיגע טיפס, עצות און טיפע רעיונות אין ביזנעס און מארקעטינג
- א ספעציעלע באנוס ווען מען סיינט זיך אויף. 1) א סעמינאר פון איבער 3 שעה – וואס האט געקאסט 360$ זיך צו באטייליגן. 2) סידי פון 37 ביזנעס סודות. 3) "בתחבולות" בוך. – די באנוסעס אליינס איז א ווערד פון 600$
און איך שטיי נאך און שמועס מיט ענק... זייטס געזונט, איך לויף!
איין מינוט! ווער עס איז מיר מסביר וואס עס מיינט "גרענד סלעם" גייט אריין אין א גורל אויף א אומזיסטע ביזנעס-טיפ פון מיר.
---------------------------------------------------------------------------------------------------
איר ווילט אויך מאכן געלט?
צו קויפן די "גרענד סלעם" אויף ר' איתמר'ס וועבזייטל, גייט צו http://bit.ly/RabbiIssamar
צו קויפן דירעקט גייט צו http://bit.ly/Issamar
פאר סיי וועלכע פראגע איבער די קלאסן שיקט אן אימעיל צו [email protected]