צווייטע וועלט מלחמה בילדער

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

rutledge האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:וויפיל מ'הערט און מ'ליינט פון די צווייטע וועלט קריג פאנגט מען הערשט אהן משיג צו זיין אז מ'ווייסט נאכנישט קיין טיפה מן הים וואס ס'איז אלץ דורכגעגאנגען אויף אחבנ"י אין די ביטערע טעג, און אויכעט..... וויפיל מ'וועט קיינמאהל שוין נישט געוואויר ווערן, עד יקיצו וירננו שוכני עפר ב"ב.
וויפיל מ'לערנט אין די טעג אין די פסוקי נ"ך (ירמי' איכה) און אין די גמ' ומדרשים וואס אידן האבן געליטן בימי החורבן, קומט עס נישט צו די צרות יגון ואנחה וואס ס'איז אריבער אויף אונז אין די ימי הזעם, אויך ווערט אביסעלע פארשטענדליך דעס לשון פון הרה"ק מסאטמאר זלה"ה בתחילת הקדמת הויוא"מ "כי בעוה"ר בשנים האחרונות סבלנו צרות רבות ומרורות כלענה, אשר לא היתה כזאת לישראל מאז היתה לגוי".
און ווי כאב געהערט פלעגט דער רבי ז"ל טאקע אריינבליקן ת"ב נאכמיטאג אינעם מן המצר, קען עס איינער באשטעטיגען?


זייער שווער צו זאגן אזא מימרא, די צרות וואס איז געווען ביים חורבן איז געווען ממש עד אין לשער,
אבער למשל די הינגער ביים חורבן איז געווען אסאך ערגער.
לא שמעתי ביים צווייטען וועלט מלחמה מען זאל ממש שכטן די איינציגסטע בן יחיד כדי צו עסן עפעס א מאכל, ביים וועלט מלחמה האט מען כאטש געגעבן א רעפטל ברויט א טאג מיט אביסעל זאפט הנקרא זופ א טאג משא"כ ביים חורבן האט מען דאס אויך נישט געהאט, נישט געווען פאר יארן קיין דבר מאכל צו עסן אדער נאסע זאך צו טרינקען, מען האט געגעסן האלץ וכדו',,
עס איז דא זאכן וואס ביים חורבן איז געווען ערגער, און עס איז דא זאכן וואס ביים וועלט מלחמה איז געווען ערגער, זייער שועור צו קאמפערן.

אבער איין זאך וואס איז געווען הדבר שוה אז ביידע וואלט מען געקענט פארהאנדלען נאר די בריונום / ציונום האבן נישט געלאזט.


,

דער בן יחיד איז ביים מלחמה שוין נישט געלעבט אבער מענטשן פלייש האט מען ליידער געגעסן אויב געדענק איך גוט שרייבט דאס ר'
ישעי קארנבלי כמובן אז די וואס האבן געגעסן רעדן נישט דערפון און מסכת גיטין איז ארויסגעקומען פאר די וועלט קריג so וועגן דעם ווייסטי נישט

עסן [טויטע] מענטשען פלייש איז איין זאך, שעכטען זיין בן יחיד כדי צו עסן מענטשען פלייש איז א צווייטע זאך, [און רוב מאל האט מען עס נישט געקענט אליין עסן ווייל ביז ווי וואס ווען האבן עס אנדערע מענטשען צוגענומען.

נאך אמאל מיין פוינט איז איין חילוק אין לאגער האט מען געגעבן איין רעפטעל ברויט א טאג מיט א טעלער זופ, און ביי די וועלט מלחמה איז גארנישט געווען, "גארנישט" אפילו די ברויט אין טעלער וואסער אויך נישט, עס איז געווען אין יוצא ואין נכנס, נישט קיין וואסער און נישט קיין גראז צו עסן, ועל זה אמר הכתוב טוב חללי חרב מחללי רעב, די יסורים פון די הינגער ביים חורבן בית קדשינו איז געווען אסאך מער ווי ביים חורבן אייראפע, ביים חורבן ביית קדשינו האט מען ספעציעל געבראטען פלייש ביים חומה אז די גאסן זאלן גוט שמעקן פון פלייש כדי די אידען זאלן האבן אסאך מער יסורים וכד', די זעלבע זאך די צווינגען עובר צו זיין די ערגסטע עבירות איז געווען אסאך מער ביים צווייטען חורבן ווי ביי די מלחמה,
פון די אנדערע זייט איז בי די מלחמה געווען אנדערע זאכן אסאך ערגער, למשל פון ווי מען איז געקומען, ביים חורבן בית קדשינו איז מען למעשה געקומען פון א בית המקדש, פון א דור וואס איז געווען א כוח בית דין [אין הכי נמי מען האט געמאכט פורים פון זיי אבער עס איז געווען א כוח צדיקים פאר ווער עס האט געוואלט באמת]
משא"כ ביים קריג וואס מען האט געהאלטן נאך כמעט 2 טויזענט יאר אין גלות, נאך די ערשטע וועלט מלחמה וואס ווער עס ווייסט וואספארא חורבן עס האט געמאכט אין אידישקייט,
וואס ליידער אין בית אשר אין שם מת, די נפש פון כלל ישראל איז געווען אזוי שוואך אז אפילו אנעם קריג וואלט נישט געווען קיין דרך הטבע אז כלל ישראל זאל ווייטער קענען אנגיין.
נאך דעם איז אויך א נפקא מינה און וועלכע געגנט מען רעדט צו אין פוילן וואס מען רעדט פון 5/6 יאר וואס איז שוין מער ווי ביים חורבן, אדער מען רעדט פון אונגארן וואס מען רעדט פון אנדערעהאלבען יאר וואס איז ווייניגער ווי די תוקף החורבן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

נאך אסאך זאכן וואס איז געווען זייער ענליך, למשל די טויט מארטש איז געווען ביי אלע דריי, נבוזרדן האט אנגעזאגט אז אויב איינער שטעלט זיך אפ פאר א רגע אדער אויב איינער פאלט אראפ אינמיטן וועג זאל מען צומאלן זיינע אברים.
שוין גערעדט די חלק פון אפשערן אלע האר פון קאפ,

נאך א חילוק וואס איז געועון ביים חורבן אסאך מער איז די פליצלינגקייט וויפיל אידען זענען געשטארבן אין א טאג, די רומים האבן אינטערגעצינדען ריזיגע פייערן, און עס האט זיך פארלאשען מיט די טייכן פון בלוט פון די דם הרוגים, מען האט געוואקט אין טייכן בלוט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

און ביתר איז געווען די טייך אסאך גרעסעער דארט שטייט אין מדרש אז מען האט געהאט געהארגעט 8 הינדערט טויזענט מענטשען, און די פערד איז אנגעקומען אין בלוט ביזן נאז,
די שטיינער וואס האבן געווויגן 40 סאה, האבן זיך געקאלערט 4 מיל צילוב די בלוט פון די הרוגים. איך מיין אז אזעלכע זאכן קען מען ב"ה נישט דערציילן ביים וועלט מלחמה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:און ביתר איז געווען די טייך אסאך גרעסעער דארט שטייט אין מדרש אז מען האט געהאט געהארגעט 8 הינדערט טויזענט מענטשען, און די פערד איז אנגעקומען אין בלוט ביזן נאז,
די שטיינער וואס האבן געווויגן 40 סאה, האבן זיך געקאלערט 4 מיל צילוב די בלוט פון די הרוגים. איך מיין אז אזעלכע זאכן קען מען ב"ה נישט דערציילן ביים וועלט מלחמה.

גערעכט אז ביים חורבן ביהמ"ק איז געווען אפשר גרעסערע נומבערס אבער די רציחות וואס איז געווען ביי חורבן אייראפע איז אין לשער און פארגעס נישט אז רוב וואס מיר ווייסן איז פון אונגארן ווי זיי האבן זיך שוין געיאגט. אין פוילן האבן זיי געפיינגט מיט אויסטערלישע עינויים גאונות ברשעות שאי אפשר להעלותן על הכתב (חוץ אז די וועסט מיך בעטן)
אגב חורבן ביתר איז נישט געווען בשעת חורבן הבית ווי ווייט איך ווייס
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:וויפיל מ'הערט און מ'ליינט פון די צווייטע וועלט קריג פאנגט מען הערשט אהן משיג צו זיין אז מ'ווייסט נאכנישט קיין טיפה מן הים וואס ס'איז אלץ דורכגעגאנגען אויף אחבנ"י אין די ביטערע טעג, און אויכעט..... וויפיל מ'וועט קיינמאהל שוין נישט געוואויר ווערן, עד יקיצו וירננו שוכני עפר ב"ב.
וויפיל מ'לערנט אין די טעג אין די פסוקי נ"ך (ירמי' איכה) און אין די גמ' ומדרשים וואס אידן האבן געליטן בימי החורבן, קומט עס נישט צו די צרות יגון ואנחה וואס ס'איז אריבער אויף אונז אין די ימי הזעם, אויך ווערט אביסעלע פארשטענדליך דעס לשון פון הרה"ק מסאטמאר זלה"ה בתחילת הקדמת הויוא"מ "כי בעוה"ר בשנים האחרונות סבלנו צרות רבות ומרורות כלענה, אשר לא היתה כזאת לישראל מאז היתה לגוי".
און ווי כאב געהערט פלעגט דער רבי ז"ל טאקע אריינבליקן ת"ב נאכמיטאג אינעם מן המצר, קען עס איינער באשטעטיגען?


זייער שווער צו זאגן אזא מימרא, די צרות וואס איז געווען ביים חורבן איז געווען ממש עד אין לשער,


טאקע שווער, פאר אונז איז דאס שווער. אבער קוק ווער עס האט דאס געזאגט!
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

חורבן ביתר איז געווען 52 יאר נאכ'ן חורבן.
זייער א סאך מדרשים וואס מען לערנט, איז נישט געווען דוקא אין די זעלבע יארן, מיר קלאגן אויף אלע.
דאס אז עס האט זיך נישט געגאסן די בלוט, איז ווייל די רשעים האבן ערפינדן "פארגעשריטענע טעכניק", אז אזוי קענען זיי הרג'נען טויזנטער יעדן טאג רח"ל!

נאך א נקודה, ביים חורבון איז געווען א מלחמה צווישן די רוימער אין להבדיל די אידן. דא איז אפילו נישט געווען קיין מלחמה מיט די אידן, פשוט און פראסט זיך נעמען הרג'נען על לא דבר.

אפילו אין די נומבער'ס, טייל מפרשים האלטן אז די מדרשים וועלכע רעכענען אויס די גאסן מיט די קלענערע גאסן א.א.וו. אז דאס איז נישט פשוט פשט. אויב יא איז דער ציפער טאקע געווען צענדליגער אדער גאר הונדערטער מאל מער ווי ביים צווייטן וועלט קריג, אבער לויט די אנדערע מדרשים וואס מען זעט איז נישט געווען קיין זעקס זיבן מיליאן אומגעקומענע.

אגב, קיינער פון אלע האבן נישט קיין מושג וואס דאס מיינט זעקס זיבן מיליאן אידן! מיר באגרייפן בכלל נישט וואס דער נומבער זאגט.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

היסטאריע האט געשריבן:אגב, קיינער פון אלע האבן נישט קיין מושג וואס דאס מיינט זעקס זיבן מיליאן אידן! מיר באגרייפן בכלל נישט וואס דער נומבער זאגט.


צו האבן א שטיקל מושג ווי ווייט מען קען נישט האבן קיין מושג וואס די נומבער זאגט. זאל מען נעמען אין באטראכט אז די גאנצע יהדות החרדית כהיום יום, קומט נישט אהן צו 6 מיליאן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין ווארהייט גערעדט.

דאס וואס מיר לערנען אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים אין די גמרא און אין מדרשים איז דברי רוח הקודש, ד"ה אזעלכע זאכן וואס ס'איז ניטאמאל פארבליבן ווער עס זאל עס דערציילן, משא"כ דאס וואס מיר ווייסן וואס עס איז פאריבער אויף אונזערע זיידעס און באבעס , פעטערס און מומעס און דעם גאנצן אייראפעישן אידנטום, יעדעס מקום אנדערש, איז בלויז אך ורק וואס די לעבנס געבליבענע שארית הפליטה האט מיטגעלעבט און געדענקט און דערצו אויך געהאט כח און מוט צו פארציילן, אבער דאס וואס עס איז באמת פארגעגאנגען בכל פרט ופרט ווייסט נאר איין איינציגער קל נקמות ה', וקצרתי במקום יש להאריך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

פ' לך לך האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:אגב, קיינער פון אלע האבן נישט קיין מושג וואס דאס מיינט זעקס זיבן מיליאן אידן! מיר באגרייפן בכלל נישט וואס דער נומבער זאגט.


צו האבן א שטיקל מושג ווי ווייט מען קען נישט האבן קיין מושג וואס די נומבער זאגט. זאל מען נעמען אין באטראכט אז די גאנצע יהדות החרדית כהיום יום, קומט נישט אהן צו 6 מיליאן.


דאן האט אויך נישט די גאנצע יהדות החרדית - ווי ווייט איך ווייס - באטראפן די נומער

אין די 6-7 מיליון זענען אריינגערעכנט אלע מושגים אידן, וואס לויט דעם חשבון זענען היינט דא אן ערך פון צווישן 14.51M און 20.2M
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

fdc93f7f91a82e89be8da679a6d94df3.jpg
fdc93f7f91a82e89be8da679a6d94df3.jpg (51.16 KiB) געזען 5849 מאל
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

שווער צי זעהן, אבער וועט מען בעסער קענען וויינען ת"ב

אוקריינער פייניגען א איד
7103f7ae60e027ebca93d272dc1f8ad4.jpg
7103f7ae60e027ebca93d272dc1f8ad4.jpg (62.94 KiB) געזען 5844 מאל
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

די רשעים ימ"ש שפעטן פון הייליגע תפילין
אטעטשמענטס
3f07a18267c77dae002481e707a36270.jpg
3f07a18267c77dae002481e707a36270.jpg (71.05 KiB) געזען 5839 מאל
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

ווען א קינד איז געצווינגען געווארן צי אפגאלן זיין טאטע'ס בארד

א זאך וואס האט ווירקליך אמאל פאסירט :-(
אטעטשמענטס
6130d8c3f9241bcc3b2897a6aa3071c1.jpg
6130d8c3f9241bcc3b2897a6aa3071c1.jpg (34.4 KiB) געזען 5835 מאל
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

לחם לשובע האט געשריבן:
fdc93f7f91a82e89be8da679a6d94df3.jpg

אויף דעם קלאגט מען: זקנים משע"ר שבתו
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

16094445377921595082.jpg
16094445377921595082.jpg (30.55 KiB) געזען 5814 מאל
פרץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרץ »

farshlufen האט געשריבן:אין ווארהייט גערעדט.

דאס וואס מיר לערנען אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים אין די גמרא און אין מדרשים איז דברי רוח הקודש, ד"ה אזעלכע זאכן וואס ס'איז ניטאמאל פארבליבן ווער עס זאל עס דערציילן, משא"כ דאס וואס מיר ווייסן וואס עס איז פאריבער אויף אונזערע זיידעס און באבעס , פעטערס און מומעס און דעם גאנצן אייראפעישן אידנטום, יעדעס מקום אנדערש, איז בלויז אך ורק וואס די לעבנס געבליבענע שארית הפליטה האט מיטגעלעבט און געדענקט און דערצו אויך געהאט כח און מוט צו פארציילן, אבער דאס וואס עס איז באמת פארגעגאנגען בכל פרט ופרט ווייסט נאר איין איינציגער קל נקמות ה', וקצרתי במקום יש להאריך.

גערעכט. מיר ווייסן נאר פון ווער עס האט "יא" געקענט (עפ"י נס) איבערלעבן, די וואס זענען אויסגעגאנגען פון די עיניום קשים איז נישטא ווער סזאל פארציילן
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

לחם לשובע האט געשריבן:שווער צי זעהן, אבער וועט מען בעסער קענען וויינען ת"ב

אוקריינער פייניגען א איד
7103f7ae60e027ebca93d272dc1f8ad4.jpg

קען נישט כאפן, וואס טוען זיי צו דעם יוד נעבעך?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

פריילעך אידל האט געשריבן:לבקשת הרבים שטעל איך דא ארויס, יעצט אין די ניין טעג ווען אידן קלאגן איבער חורבן עמינו, עטליכע קליפס פון די לאגערן, און שפעטער פון די באפרייאונג.

מנהלים, ביטע נישט פארמעקן לכה"פ ביז נאך תשעה באב.
https://www.dropbox.com/sh/unlwosdu0vda ... FRvXa?dl=0

נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

מען ברויך האבן זהירות, אין איינע פון די קליפס צום סוף ליגן די מתים מיטן פנים ארויף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

אדער יא האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:לבקשת הרבים שטעל איך דא ארויס, יעצט אין די ניין טעג ווען אידן קלאגן איבער חורבן עמינו, עטליכע קליפס פון די לאגערן, און שפעטער פון די באפרייאונג.

מנהלים, ביטע נישט פארמעקן לכה"פ ביז נאך תשעה באב.
https://www.dropbox.com/sh/unlwosdu0vda ... FRvXa?dl=0

נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

מען ברויך האבן זהירות, אין איינע פון די קליפס צום סוף ליגן די מתים מיטן פנים ארויף

אשא"כ?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Life's a peach
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Life's a peach »

וואלט איינער געקענט מזכה זיין דא דער היימישע עולם מיט א לענגרע documentary פין די וועלט מלחמה
Life's a peach
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Life's a peach »

לייגען אין drop box ביטע, שכוח
Life's a peach
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Life's a peach »

נו??? נישט דא קיינער צו מזכה זיין די שווערע פאסטערס מיט עפעס צוויטע וועלט מלחמה 'documentaries???????
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

Life's a peach האט געשריבן:וואלט איינער געקענט מזכה זיין דא דער היימישע עולם מיט א לענגרע documentary פין די וועלט מלחמה

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20180721&gil=316
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

וואשינגטאן האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:זייער שווער צו זאגן אזא מימרא, די צרות וואס איז געווען ביים חורבן איז געווען ממש עד אין לשער,
אבער למשל די הינגער ביים חורבן איז געווען אסאך ערגער.
לא שמעתי ביים צווייטען וועלט מלחמה מען זאל ממש שכטן די איינציגסטע בן יחיד כדי צו עסן עפעס א מאכל, ביים וועלט מלחמה האט מען כאטש געגעבן א רעפטל ברויט א טאג מיט אביסעל זאפט הנקרא זופ א טאג משא"כ ביים חורבן האט מען דאס אויך נישט געהאט, נישט געווען פאר יארן קיין דבר מאכל צו עסן אדער נאסע זאך צו טרינקען, מען האט געגעסן האלץ וכדו',,
עס איז דא זאכן וואס ביים חורבן איז געווען ערגער, און עס איז דא זאכן וואס ביים וועלט מלחמה איז געווען ערגער, זייער שועור צו קאמפערן.

אבער איין זאך וואס איז געווען הדבר שוה אז ביידע וואלט מען געקענט פארהאנדלען נאר די בריונום / ציונום האבן נישט געלאזט.

האדמו"ר מפיאסעצנא זצ"ל נפטר באמצע השואה בגטו הי"ד, ומפורסמת היא הגהתו לדרשת שבת חנוכה תש"ב. בדרשה הוא אמר:
"ובאמת מה מקום לקושיות ח"ו ולשאלות הן אמת שיסורים כמו אלו שאנו סובלים עתה באות רק אחת לכמה מאות שנים… כי אלו האנשים שאומרים שיסורים כמו אלו עוד לא היו לישראל טועים הם בחורבן ביהמ"ק ובביתר וכו' היו כמו אלו".
בנקודה זו הוא מוסיף הגהה (בתאריך יח כסלו תש"ג):
"הגה: רק כהצרות שהיו עד שלהי דשנת תש"ב היו כבר, אבל כהצרות משונות ומיתות רעות ומשונות, שחדשו הרשעים הרוצחים המשונים עלינו בית ישראל, משלהי תש"ב, לפי ידיעתי בדברי חז"ל ובדברי הימים אשר לישראל בכלל, לא היה כמותם, וה' ירחם עלינו ויצילנו מידם כהרף עין".

האב איך היינט געזעהן אין די קינות פון ר' שלמה'לע באבאב'ער שרייבט ער אז אזא צרה איז שוין נישט געווען מעת חורבן בית קדשינו, זעה איך אז ער האט אויך געהאלטען שוין נאכן חורבן, אז די חורבן בית קדשינו איז געווען נאך אסאך ערגער.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

green sunday האט געשריבן:
Life's a peach האט געשריבן:וואלט איינער געקענט מזכה זיין דא דער היימישע עולם מיט א לענגרע documentary פין די וועלט מלחמה

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20180721&gil=316

א גליון איז א דאקומענטרי?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”