שלום וברכה טייערע ידידים דא אינעם קליינעם וועלטל!
איך בין שוין א אלט געזעסענער, און שוין לאנג נישט אריינגעטרעטן דא, היות דא איז דא אן אשכול איבער עפענען א אייגענע ביזנעס, שפיר איך א חיוב אריינצווארפן מיינע צוויי צענט.
איך בין געווען אן ארבייטער (Employee) פאר 7 יאהר און היינט האב איך שוין ב"ה מיין אייגענע ביזנעס, שוין איבער א יאהר ב"ה.
איך וואלט שטארק געראטן א גאהר ביליגע מציאה פאר סיי ווער עס וויל אריינגיין אין ביזנעס, צו באקומען א שטיקל אנונג אין וואס מ'גייט אריין, און האבן די ידיעות איבער אלץ און אלעמען איבער ביזנעס, זאל קויפן דעם
ביזנעס קרעש קורס פון ר'
אלעזר לאנדא, עס האט אין זיך ממש אלע ראשי פרקים וואס מ'ברויך צו וויסן פאר מ'גייט אריין אין ביזנעס, און עס גיבט א ברייטע אינדעקס צו וויסן אין וועלכע נושאים מ'ברויך מער לערנען ווען מ'זעהט א געוויסע שוואכקייט אין דעם.
אני כשלעצמי, א יאהר פאר איך בין אריין אין ביזנעס האב איך געקויפט דעם
ביזנעס קרעש קורס פאר 247 דאללער, און ר' אלעזר האט מיר צוגעלייגט א באונוס דעם
מארקעטינג סיקרעטס סעמינאר וואס ר' אלעזר האט אפגעהאלטן מיט ר'
איתמר גיזנבערג. איך האב אויסגעהערט ביידע סעמינארן כמה פעמים, און נאכדעם האב איך אנגעהויבן טוהן למעשה, איך האב גע'ארבייט פאר 6 חדשים צו אוועקשטעלן מיין נייע קמאפאני, אין די זעלבע צייט בין איך נאך געווען אן ארבייטער. און ב"ה היינט צו טאג'ס א יאהר נאכן עפענען מיין קאמפאני קען איך זאגן מיט א פולן מויל, אז ווען נישט די צוויי סעמינארן וואלט איך נישט געהאלטן דא ווי איך האלט בס"ד.
איך וואלט שטארק ענקארעדזשט סיי ווער עס וויל עפענען א נייע ביזנעס, זאל קודם קויפן דעם
ביזנעס קרעש קורס מען קען עס קויפן דורך דריקן דעם
לינק.
עס איז שוין א אלטע סעמינאר, אבער האט נאך אלץ אלע ראשי פרקים וואס מ'דארף וויסן פאר מ'לאזט זיך ארויס אויפן ביזנעס וועלט, ס'לוינט זיך די 247 דאללער, נאר צו קענען וויסן וואס און וויאזוי צו פרעגן.
נאכאמאל, דא איז א לינק צו קויפן דעם
ביזנעס קרעש קורס. און אויב גיבט ער נישט דעם
מארקעטינג סיקרעטס סעמינאר קענט איר עס קויפן
דאאסאך הצלחה.