Silent האט געשריבן:@הערליך׳ס ארטיקל אין מי מנוחות איז געוואלדיג, ס׳האט צוריק אויפגעפרישט מיין אייגענע עקספיריענס. ר׳ חיים שטיינמעץ, רינועל, קארנעל, זיסע זכרונות. כ׳וואלט גערן געגעבן נאכאמאל אויב עס וואלט געוועהן מעגליך.
ב"ה ביי מיר און ביי רוב צו וועם כ׳האב גערעדט, איז די ריקאווערי נישט געוועהן אזוי לאנג. ביי צוויי וואכן בין איך שוין געוועהן צוריק ביי די ארבייט. מעגליך אז דאס נישט האבן די משפחה צוהילף האט פארלענגערט די ריקאווערי. דאס איז אמאל זיכער אז געבענדיג א ניר איז מען ממש מחי׳ מתים.
האביך דעם וויקענד אדורך געליינט הערליך'ס ארטיקל, איך האב נישט קיין ווערטער. אזוי דיטעילד אראפ געשריבן א יעדן פרט ופרט. ווען איך האב געליינט אז דו האסט געהאט א קינד א וואך בעפאר, האביך זיך דערמאנט אז איך בין דיר געווען באזוכען נאכן סערכערי. (נו, גילוי....).
ליינענדיג וועגן די יסורים, האביך זיך דערמאנט ווי איך פלעג אלס זאגן פאר פאטענציעל דאונער'ס אז מען טאר זיך נישט נער'ן, מען האט יסורים, און צומאל שטארקע יסורים, אבער עס וועט נאך קומען א טאג וואס מען וועט זיך בענקן צו די יסורים! איי.... א שאד מען קענעס נישט נאכאמאל טוען!
שרייבסט וועגן זיין אנאנעמיס. רוב דאונער'ס האבן די זעלבע געפיל אז די מצוה איז מער בשלימות אז קיינער ווייסט נישט. מיסטאמע איזעס טאקע אזוי, אבער איך וועל ענטפערן אויף דעם דריי זאכן. ערשטענס, ווען א מענטש טוט א טובה פאר איינעם און ער גיט אים נישט די געלעגענהייט זיך צו באדאנקען, מאכסטו יענעם פילן שולדיג פאר דיר א גאנץ לעבן, און דאס איז זייער נישט שיין.
והשנית, עס איז דא א טייערע אינגערמאן א תלמיד חכם און מגי"ש נפלא אין מאנסי און ער האט געגעבן א ניר. ער האט אויך געוואלט אז קיינער זאל נישט וויסן דערפון. עד כדי כך אז ער האט מיר עטליכע מאל גערופן בעפאר ער האט געגעבן צו באקומען געוויסע אינפארמאציע פון מיר (רינועל האט אים געגיבן מיין נומעבער, איך האב אים נישט געקענט) האט ער זיך קיינמאל נישט אידענטעפיצירט מיט זיין נאמען. איך געדענק ווען ער האט געגעבן אז עס איז געווען א סוד עצום לייק נעווער ביפאר (ער ווייסט נישט אז איך האב דערקענט זיין קול, ווייל איך האב אמאל געהערט א טעיפ פון זיינ'ס א שיעור) אבער נאך א שטיק צייט איז ער געגאנגען פרעגן פון זיין רבי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מונסי שליט"א אז ער פילט אז דער מצוה איז מער מיט א שלימות ווען קיינער ווייסט נישט דערפון, אבער אויב וועט ער פארציילן פאר אנדערע, וועלן אנדערע זיך אפלערנען און אים נאכטוען, ממילא אפשר איז יא כדי אז ער זאל גיין פאבליק. די ענטפער פון זיין רבי איז געווען אז אמת טאקע אז די מצוה איז מער בשלימות אז קיינער ווייסט נישט דערפון, און קען טאקע זיין אז מען באקומט מער שכר, אבער פיקוח נפש איז דוחה אלעס, דעריבער זאל ער יא פארציילן דערפון אזוי וועט מען קענען ראטעווען נאך אידן'ס לעבן!!!
והשלישית, איך בין געווען פון די וואס האבן געפלאנט צו נעמען די סוד מיט מיר אין קבר, אבער נאך א שטיק צייט האביך אנגעהויבן פילן אז עס קען זיין אז אנדערע וועלן מיר נאכטוען אויב זיי וועלן הערן אז איך האבעס געטון. למעשה האביך זיך מגלה געווען נאך א גאנצע יאר דאס האלטן בסוד. און איך קען אייך זאגן אז עס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען לייכט די גאנצע זאך וואס מענטשן האבן מיר באוואונדערט, נישט ווייל איך בין א גרויס עניו, איך ווייס פשוט נישט וויזוי דאס צו האנדלען, ווען פלוצלינג ווערט מען ווי אינטער די ספאט לייט. אבער איך האב קיין חרטה נישט פאר קיין איין מינוט. ווייל איך האב געגעבן פאר 5 און א האלב יאר צוריק, און געגאנגען פאבליק 4 און האלב יאר צוריק. איך בין געווען די 118'טע דאונער ביי רינועל, און זיי זענען נאך נישט געווען אזוי באקאנט דעמאלט בכלל אויפן וועלט ווי היינט, און אוודאי נישט אין שיכון סקווירא, ווי איך וואוין. זינט איך בין געגאנגען פאבליק מיט מיין סטארי, איז שוין דא נאך 20 דאונער'ס פון שיכון סקווירא אליינס! רוב זענען נשפע געווארן נאכן הערן דעמאלט מיין אינטערוויא, און דאס איבריגע זענען תלמידי תלמידהון. טאקע ר' אהרן פעדער וואס ווערט אזוי אויסגערומט אין דיין ארטיקל, ער האט געגעהן 4 חדשים נאך איך בין געגאנגען פאבליק. דעריבער, זאל מען וויסן אז מען טראגט אן אחריות ווען מען מאכט די החלטה צו מען וויל יא אדער נישט גיין פאבליק.
עניוועי הרב הערליך, זאל דיר די זכות ביישטיין א גאנץ לעבן, און דו זאלסט זוכה זיין צו טוען מצוות ומעשים טובים כל ימי חייך.