מחני נא מספרך" (כי תשא) תשע"ח לפ"ק
מיט א ציפ אין הארץ און א שווערע געפיל פארלאז איך אייוועלט אויף אייביג, איך בין מודה על האמת, ס'איז זייער שווער, אבער אין מיינע אויגן איז דאס די ריכטיגע שריט וואס פאדערט זיך פון מיר אלס א תורה טרייער איד וואס איז באפוילן געווארן אויף כבוד התורה וחכמיה, אין א צייט וואס עס ווייזט זיך ארויס למפרע א ביזוי כבוד התורה וחכמיה קען איך נישט בלייבן דא אויף א מקום מיט דעם שאנד פלעק.
ס'איז שווער זיך צו געזעגענען, איך האב גאר אסאך משקיע געווען אין ברענגען גאר אסאך תוכן צו אייוועלט, סיי אין נייעס (בעפאר מען האט מיר אנגעהויבן רודפ'ן אויף ציונות אלערטס אויף יעדע קליינע נייעס'ל, וואס ווי מ'קען זעהן האב איך בעיקר באריכטעט ארץ ישראל'דיגע נייעסן), סיי אין פארברענגען, סיי אין העלפן אנדערע, און בעיקר אין יחוס ותולדות הצדיקים לדורותיהם וואס דערין האב איך אריינגעלייגט גאר אסאך צייט און מח, איך האב פראבירט צו באלייכטן די אויגן פון די יחוס ליבהאבער מיט מיינע פולע ידיעות און חקירות אין דעם תחום.
ס'איז שווער צו זעהן אזויפיל ארבעט און השקעה ווערן מיטאמאל אפגעטיילט פון זייער איבערגעבער, ס'איז שווער צו זעהן די ארטיקלן וואס זענען געקומען אין א גוטן מינוט ווערן אפגעזונדערט פון זייער שרייבער, ס'איז שווער צו זעהן די גראמען און פאעזיע וואס זענען געקומען פון טיפן הארץ ווערן אפגעריסן פון זייער פראדוצירער, ס'איז זייער א שווערע געפיל.
אבער לא עת לחשות, אז מ'קען נישט קען מען נישט, מיינע רבי'ס האבן מיר אויסגעלערנט דעם דרך התורה און איך בין מחוייב זיי צו פאלגן נישט קיין חילוק וואס אנדערע האלטן, ועשית ככל אשר יורוך איז א דאורייתא, דאס איז די שליסל פון שמירת התורה והמצוות, דאס האט דאך דער באשעפער אליין באפוילן אז די כהן שבימיך וועט ווייזן דעם וועג פאר זיינע נאכפאלגער, און דערין איז קיין ספק נישטא.
לאור די לעצטע אנטוויקלונגען מוז איך מקיים זיין די ציווי התורה וואס נעמט זיך אוודאי אן פאר אירע לומדים און ממיתים באהלה, און אזויווי דא איז מחולל און מבוזה געווארן שם שמים און כבוד התורה שפיר איך מחובתי צו פארלאזן דעם מקום אן קיין פשרות, זיכער נישט בעפאר מען נעמט אראפ די שאנד פלעק.
זייטס מיר געזונט טייערע חברים, עס איז געווען א פארגעניגן צו פארברענגען מיט אייך, און בעיקר צוצוגעבן צו ענקערע ידיעות מאוצרי. עס וועט זיך בענקן נאך אייך, אבער איך וועל כאטש וויסן אז איך האב געטוהן א ריכטיגע שריט בעיני.
א דאנק אייך אלע, אלע העלפערס, צוגעבערס, און אויך שטערערס... און איבערהויפט א דאנק פאר דער מנהל הרב 'למעלה משבעים' פארן מיר שטיין צוהילף און פראבירן צו פארשטיין, יבוא על שכרו משמים.
החותם בדמע
הק' טריסקער