פאליק האט געשריבן:פאליטיקא באריכטעט אז פאר די ניו העמפשיר פריימערי האט די קרוז קאמפיין געהאלפן גאר אסאך די טראמפ קאמפיין ווילנדיג זיכער מאכן אז קעסיק געווינט נישט די סטעיט
אינטערסאנט אז מען האט נאך דעמאלטס געהאלטן אז טראמפ איז א דשאוק און ער האט מורא געהאט פון קעסיק
עס קומט פון א טראמפ קאמפיין סטראטעגיסט.
אמביציע צו פארדאנקען דיין קרעזעלע
סטראטעגיש איז עס געווען בריליאנט פון קרוז, ס'האט באזייטיגט בוש רוביא און קעיסיק אן ספענדן קיין איין דאלאר אין רעקלאמעס. ער האט זיך נאר נישט גערישט אז טראמפ גייט זיין אומבאזיגבאר, נו? ווער האט דען יא געחלומט ?
שכח פאר די רייכע תגובה. אינטערעסאנט צו צוריק דערמאנען וואס פאנדיטס, פאראויסשאצער, אנאליזער, האבן אלע געזאגט.
פאליק האט געשריבן:אנגעהויבן האט זיך עס מערץ 23 '15 ווען טעקסאס סענאטער טעד קרוז האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט, נאכפאלגענדיג ביי געוועזנער פלארידע גאווערנער דשעב בוש, געוועזענע דאקטאר בען קארסאן פון מערילענד , ניו דשוירזי גאווערנער קריס קריסטי, פרוי קארלי פארינע פון קאליפארניע, געוועזענע ווירדשניע גאווערנער דשים גילמאר,סענטאר לינזי גרעהם פון סאוט קארליינע, געווזענע ארקענסאו גאווערנער מייק האקאבי, ארויסגייענדיגע גאווערנער פון לויזיאנא באבי דשינדעל, גאווערנער דשאן קעסיק פון אהייא, געוועזענע גאווערנער פון ניו יארק דשארש פאטאקי, סענטאר ראנד פאול פון קענטאקי (נאך ווייט פון פארטיג.....) געוועזענע טעקסאס גאווערנער ריק פערי, סענאטאר מארקא רוביא פון פלארידע, געוועזענע סענטאר פון פענסלעוועניא ריק סאנטארום, ביזנעסמאן פון ניו יארק דאנאלד טראמפ (איינער געדענקט אים נאך) און גאווענער סקאט וואלקער פון וויסקאנסין.
יעדע איינע פון זיי זענען געלונגענע מענטשן! יעדער פון זיי האט שטארקע מעלות! איך געדענק איך האב געטראכט, נישט קיין חילוק ווער עס ווערט למעשה פרעזידענט, דארף די פרעזידענטליכע קעבינעט זיין צאמגעשטעלט פון זיי.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
בן נון האט געשריבן:שכח פאר די רייכע תגובה. אינטערעסאנט צו צוריק דערמאנען וואס פאנדיטס, פאראויסשאצער, אנאליזער, האבן אלע געזאגט.
פאליק האט געשריבן:אנגעהויבן האט זיך עס מערץ 23 '15 ווען טעקסאס סענאטער טעד קרוז האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט, נאכפאלגענדיג ביי געוועזנער פלארידע גאווערנער דשעב בוש, געוועזענע דאקטאר בען קארסאן פון מערילענד , ניו דשוירזי גאווערנער קריס קריסטי, פרוי קארלי פארינע פון קאליפארניע, געוועזענע ווירדשניע גאווערנער דשים גילמאר,סענטאר לינזי גרעהם פון סאוט קארליינע, געווזענע ארקענסאו גאווערנער מייק האקאבי, ארויסגייענדיגע גאווערנער פון לויזיאנא באבי דשינדעל, גאווערנער דשאן קעסיק פון אהייא, געוועזענע גאווערנער פון ניו יארק דשארש פאטאקי, סענטאר ראנד פאול פון קענטאקי (נאך ווייט פון פארטיג.....) געוועזענע טעקסאס גאווערנער ריק פערי, סענאטאר מארקא רוביא פון פלארידע, געוועזענע סענטאר פון פענסלעוועניא ריק סאנטארום, ביזנעסמאן פון ניו יארק דאנאלד טראמפ (איינער געדענקט אים נאך) און גאווענער סקאט וואלקער פון וויסקאנסין.
יעדע איינע פון זיי זענען געלונגענע מענטשן! יעדער פון זיי האט שטארקע מעלות! איך געדענק איך האב געטראכט, נישט קיין חילוק ווער עס ווערט למעשה פרעזידענט, דארף די פרעזידענטליכע קעבינעט זיין צאמגעשטעלט פון זיי.
דאנע בראזיל דעקט היינט אויף אין א אפ עד אין פאליטיקא אז די די ען סי האבן געריגדט די פריימעריס פאר הילערי, זי שרייבט אז הילערי איז געווען אין קאנטראל פון די די ען סי, גארנישט האט מען געטוהן פאר די קלינטאן קאמפיין האט געסיינט דערויף.
קאליפארניע האט געשריבן:דאנע בראזיל דעקט היינט אויף אין א אפ עד אין פאליטיקא אז די די ען סי האבן געריגדט די פריימעריס פאר הילערי, זי שרייבט אז הילערי איז געווען אין קאנטראל פון די די ען סי, גארנישט האט מען געטוהן פאר די קלינטאן קאמפיין האט געסיינט דערויף.
זי זאגט די זעלבע זאך װאס װיקיליקס האט ארױסגעגעבען לעצטע יאר אין אינז ברױך מען גלײבען אז דאס האט רוסלאנד ג׳העקט װען דאנע בראזיל זאגט יעצט די זעלבע
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד
שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
קאליפארניע האט געשריבן:דאנע בראזיל דעקט היינט אויף אין א אפ עד אין פאליטיקא אז די די ען סי האבן געריגדט די פריימעריס פאר הילערי, זי שרייבט אז הילערי איז געווען אין קאנטראל פון די די ען סי, גארנישט האט מען געטוהן פאר די קלינטאן קאמפיין האט געסיינט דערויף.
זי זאגט די זעלבע זאך װאס װיקיליקס האט ארױסגעגעבען לעצטע יאר אין אינז ברױך מען גלײבען אז דאס האט רוסלאנד ג׳העקט װען דאנע בראזיל זאגט יעצט די זעלבע
זי זאגט אסאך אסאך מער! וויקיליקס האט בס"ה געוויזן ווי דער DNC האט איר געהאלפן דייקא אנקעגן זיידי סאנדערס. זי זאגט דאך אז דער גאנצער DNC איז געווען ממש ווי א פאפעט פאר דער קלינטאן מאשין! מען האט גענומען געלט געברענגט געטראגן און געבארגט און אלעס איז געגאנגען גראד צו און דורך די באשטעטיגונג און איבערזיכט פון "ברוקלין", מען האט אויסגעקראסט די הנהלה פון די DNC מיט כמעט אלע אקטיוויטעטן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]