סטרונעס האט געשריבן:לויט א שמועס פון מרן אדמו"ר שליט"א ביי איינע פון די נסיעות קיין רומעניא, איז זיין זיידע בכלל נישט געווען קיין מחבר ניגונים, נאר די אלטע סקולענ'ער רבי זצ"ל האט באקומען די כח א מתנה פון הימל, עס טראגט עפעס א מעשה מיט זיך.
די מעשה וואס דער רבי זאל זיין געזונט האט דעמאלטס דערציילט איז, אז ווי באקאנט האט זיין טאטע דער אלטער סקולעער רבי זצ"ל געפירט גרויסע מלחמות אין רומעניא מיט די שוחטים און שפעטער מיט די ציוניסטישע באוועגונגען וואס האבן זיך אנגעהויבן אריינכאפן אין די סקולעס וכו'.
און דער סקולענער רבי האט מיט אסאך מסירות נפש זיך קעגן געשטעלט צו זייערע פלענער, און ער האט אליין געפענט א תלמוד תורה, און ער פלעגט דאס אליין פירן מיט אסאך קלוגשאפט, ער האט דאן זיך איבער געגעבן פאר די תלמידים אויף אן עקסטערן פארנעם, וועלנדיג זיכער מאכן אז זיי שפירן זיך נישט אויגעשפילט מיט דעם וואס זיי לערנען נישט אין די ציוניסטישע סקולס.
אלזא האט דער רבי זאל זיין געזונט אויסגעפירט: האט דער טאטע זכר צדיק לברכה געזאגט אז אינעם זכות וואס ער האט זיך געשלאגן מיט די ציונים, האט ער זוכה געווען צו באקומען דעם מתנה פון הימל די הייליגע כח הנגינה!