קלענערע עלעקשאנס נאציאנאל

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

דעמאקראטן האבן געהאט זייער א גוטע נאכט היינט, די איינציגסטער פלאץ ווי די רעפובליקאנער האבן געהאט עפעס איז אין utah ווי Curtis האט גרינג באזיגט זיין קעגנער ווי פאראויס געשאצט
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

נאך א מזל טוויטער האט היינט געמערט די צאל אותיות וואס מ'קען טוויטן פון 140 צו 280
לויט די היינטיגע נאכט וועט אונזער ירום הודו קענען שעלטן דאפעלט ביי די מידטורם עלעקשאנס
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

קורצע דורכלויף פון די היינט נאכטיגע רעזולטאטן.

מעין: די וויילער אינעם סטעיט האבן געשטימט אויסצוברייטערן מעדיקעיד אונטער אבאמאקעיר מיט א מערהייט פון 58% צו 41%. די געזעץ וואס וועט צושטעלן מעדיקעיד פאר אומגעפער 80,000 מעין איינוואוינער איז געווארן וועטאאירט דורכן רעפובליקאנער גאווערנאר לעפעידזש אין דער פארגאנגענהייט זעקס מאל.

ניו העמפשיר: א דעמאקראט האט געווינען די מעיאר אמט אין מאנטשעסטער, די גרעסטע שטאט אין ניו העמפשיר פון א רעפובליקאנער צום ערשטן מאל אין א לאנגערצייט.

ניו יארק: דעמאקראטן האבן דערווישט די קאונטי עקזעקיוטיוו אמט אין צוויי פון אמעריקע'ס גרעסטע קאונטיס, נעסאו און וועסטשעסטער. אסטערינא וואס האט אין 2013 געוואנען מיט צען פונקטן, האט היינט פארלוירן מיט 16 (א טויש פון 26%) צו דעמאקראט דזשארדזש לאטימער. אין נעסאו האט א פרוי (שמאל) געווינען די אמט פון קאונטי עקזעקיוטיוו צום ערשטן מאל אין די קאונטי היסטאריע. ניו יארק סיטי האט ווידערערוויילט א דעמאקראט צום מעיארשאפט צום ערשטן מאל אין כמעט דרייסיג יאר.

ניו דזשערזי: דעמאקראט פיל מורפי נעמט איבער די סטעיט גאווערנארשאפט נאך צוויי טערמינען פון רעפובליקאנער קריס קריסטי. דעמאקראטן נעמען איבר דריי לעגיסלאטיווע זיצן. דעמאקראטן קאנטראלירן יעצט ביידע סטעיט לעגיסלאטיווע הייזער און די גובערנאטאר.

ווירדזשיניע: דעמארקאט געווינט באקוועם (9%) די גאווערנאר אמט נאך אן אומערווארטעט נאנטע פארמעסט וואס האט געצייגט א דעמאקראטישע געווינס פון איין ביז דריי פראצענט. רעפובליקאנער גילעספעי, א מעסיגער רעפובליקאנער און א שטארקע עסטעבלישמענט, איז געלאפן אויף האלב-מאסקירטע אנטי מינאריטעט/אימיגראנט פרא-קאנפעדערעסי פלאטפארמע ארויס פון די טראמפ פלעיבוק. דעמאקראטן געווינען מערערע רעפבליקאנער זיצן אין די סטעיט לעגיסלאטיווע הויז, ווי די רעפובליקאנער האבן ביז יעצט א סופער מעדזשאריטי פון 66/34. די דעמאקראטן ענדיגן די נאכט מיט ווייניגסטנס 48 זיצן און א ווארשיינליכע שמאלע מאיאריטעט. די דעמאקראטן האלטן אויך אן די ליוטענאנט גאווערנאר זיץ (ערשטע אפריקאנער-אמעריקאנער ליוטענאנט גאווערנאר אין הונדערט פופציג יאר) און די אטוירני דזשענעראל זיץ. אן אפריקאנער-אמעריקאנער געווינט די מעיאר אמט אין שארלעטסוויל, ווירדזשיניע, וואו די ווייסע-סופרעמאסיסטישע אומריען זענען פארגעקומען אין אוגוסט, צום ערשטן מאל אין היסטאריע.

אפריקאנער-אמעריקאנער נעמען איבער די מעיאר אמטן צום ערשטן מאל: אין סעינט פאול, מינעסאוטע. שארלעט, נארט קאראליינע (א פרוי). העלענא, מאנטענע. סטעיטסבארא, דזשארדזשיע. מילעדזשוויל, דזשארדזשיע. קאירא, דזשארדזשיע. דזשארדזשטאון, סאוט קארעליינע.

א סיק גלויביגער דעמאקראט געווינט די ערשטע סיק מעיארשאפט אין אמעריקאנער היסטאריע אין האבאוקען, ניו דזשערזי.
IMG_20171108_012938.jpg
IMG_20171108_012938.jpg (38.71 KiB) געזען 3112 מאל


דעמאקראטן ווערן אויך ערווארטעט איבערצונעמען די מאיאריטעט אין די צווייטע לעגיסלאטיווע הויז אין וואשינגטאן סטעיט און קאנטראלירן אלע דריי צווייגן (גאווערנארשאפט און ביידע לעגיסלאטיווע הייזער).

(Does Ed Gillespie think that since he lost he gets a statue?)
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 1:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

שלום עליכם!! טענקס פארן באריכט

וואס טוטזעך מיט דיין חתימה? יעצט איז עס אויף די פארקערטע זייט ראונג הא?... (יעדער האט געלאכט פון קוויניפיעק, למעשה האבן זיי עס געקאלט אין ווירזשיניע אויפן פינטל)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אביסל צו גיבן אן אנדערע בליק, אלע פארמעסטן זענען געווען מער ווייניגער ווי ערווארטעד, נאר אין ווירדזשיניע האט דער דעמעקראט געוואונען שטערקער ווי די פאולס האבן געוויזן... שטייצעך אז קיינער גייט נישט דערמאנען אז די פאולס זענען געווען אףף ביג טיים... אבער אריינגייענדיג האבן גאר ווייניג מענטשן געהאלטן אז דער ריפאבליקאנער גייט געווינען, און פאר 2 חדשים צוריק האטער נישט געהאט קיין טשענס בכלל...

צו מ'קען באשולדיגן טראמפ אין די ריפאבליקאנע פארלוסט? אוודאי קעמען! מ'באשולדיגט דאך אים אויך אויף רוסלאנד... למעשה איז געלאפן א מעסיגע קאנדידאט, טראמפ'ס קאנדידאט האט פארלוירן אין די פריימערי, סאו ס'איז נישט ממש אן אינדיקעיטער אז טראמפ איז אין טעריבל שעיפ, ספעציעל ווען ווירדזשיניע איז א סטעיט וואס טראמפ האט פארלוירן 2016...

פון די צווייטע זייט, דער דעמעקראטישער קאנדידאט איז געווען גאר א שוואכער קאנדידאט, סאו מ'קען זאגן אז א גוטע קאנדידאט וואלט געוואונען נאך שטערקער...

אין ניו דזשערסי האט טאקע א דעמעקראט איבערגענומען א ריפאבליקאנע גאווערנער, אבער סיז געווען ערווארטעד, ניו דזשערסי איז א לינקע שטאט און קריסטי איז זייער נישט פאפולער...

שטייצעך אז פאר מאמענטום איזעס גוט! און בעיקר טאמער וואלטן די דעמעקראטן פארלוירן עני פון די מעידזשער פארמעסטן וואלטעס געווען א קאטעסטראפע! און דאס אז זיי האבן עס עוואוידעד איז אויך א געווינס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

שיינע אנאליז וויכטיג מאכער!

טענק יו שלמה פארען צוריק קומען איבערהויפט מיט אזא שיינע תגובה.

אז מען דאנקט שוין קומט די ערשטע ארויף אין קאפ צו באדאנקען כאפצעם פאר אלע טעגליכע באריכטען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

@וויכי פארוואס דעמאלטס האט דער רעפובליקאנער פארלוירן מיט 9 פונקטן?

די נאענטסטע וואס א דעמאקראט איז אמאל געקומען דערצו איז געווען אבאמא אין 08' ווען ס'איז געווען א חרובע עקאנאמיע און מיט דעם אלעם אנגעצויגן נאר א 6 פונקטן ליעד. שוין אפגערעדט אז די רעפובס פלעגן דאס געווינען מיט 8 פונקטן, אבער דאס פארשטיי איך אז עס איז שוין היינט מער דעמאקראטיש סאו ס'איז אביסל נאענטער, אבער וויאזוי און פארוואס מיט אזא נומבער?

די תירוץ אז ער איז מעסיגער איז א שוואכע תירוץ איינס ווייל נארטאם איז אויך א מעסיגער און עטליכע ליבערל גרופס האבן גאר אוועקגענימען זייער אינדארסמענט און אים אטאקירט אין די צייט וואס אלע טראמפ גרופעס און טראמפ אליין האבן פולי אינדארסט געליפסי און העווי קאמפיינט פאר אים. סאו בלייבסטו מיט א מעסיגער קעגן א מעסיגער..

צווייטענס, ווייל געליפסי האט דירעקט יא געפירט אן עקסטרעם רעכטע קאמפיין מיט די גאנצע סלאגען און קאמפיין מעסידזש פון טראמפ איבער אימיגראציע און מאניומענטס, ראסע וכו'

און דריטענס, והוא העיקר, ווייל געליפסי האט גאר שטארק אנגעצויגן אין די רעפובליקאנע שטארק רויטע דיסטריקטס, נאך שטארקער ווי ראמני אדער ווי סיי ועכע רעפובליקאנער די לעצטערע יארן. ווי ער האט ביטער פארלוירן איז טאקע אין די "מעסיגע" ביניני דיסטריקטס ווי נארטאם האטעם צעמזיק'ט. אלא מאי פארוואס?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פיהל פרי אפצומאכן וואס דו ווילסט...

ביידעוועי, וואלסט עגריט אז די פאולס זענען אףף?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

יישר כח פאר שלמה, וויכי און כאפצעם פאר די שיינע באריכטן און אנאליזן. אייוועלט גייט אן מיטן פילן פראכט!

דער טראמפ מעסעדזש קוקט גראדע אויס זייער נארמאל געשריבן, לכאורה איז דאס א פארגעשריבענעם טוויט.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פיהל פרי אפצומאכן וואס דו ווילסט...

ביידעוועי, וואלסט עגריט אז די פאולס זענען אףף?

ביג טיים! און נישט נאר די פאולס נאר רוב אנאליסטן וואס האבן געהאלטן אז געליפסי האט די עדזש... איינער שרייבט אז די נעכטן צופריה מארנינג זשאו פענעל האט עס געגעבן יונענימעסלי פאר געליפסי... אפגערעדט אז אויף פאקס ניוז האט מען שוין געהאלטן נאך וויקטארי, די רעדע איז נאר געווען ווי "שטארק" זיי פארלירן.. און וואס די לעסאן פאר די דעמאקראטן זענען..

פארוואס? ווייל ווי פאליטיקלי האט געשריבן מ'האט געמאכט חשבונות קודם אז טראמפ אנדערפערפאורמד דאך אין די פאולס... און נאכדעם אז די לעצטע צוויי עלעקשאנס איז דער רעפוב. געווען בעסער ווי די פאולס דארט אין ווירזשיניע.. איי, חכם, יענץ איז דאך געווען מידטורם'ס קעגן א דעמאקראט פרעזידענט און יעדער ווייסט אז די פארטיי אוט אוו פאוער איז מער ענערזשייזד?! און דא איז דאך יעצט פארקערט.... איך האב זיי טאקע איגנארט, כ'האב שוין נעכטן געשריבן אז כ'האלט זיי דמיונען אויף כוחות..

למעשה איז מידטורם/ספעשל עלעקשאנס אייביג סאך ווייניגער פונקטליך ווי די דזשענעראל ווייל ס'שווער צו מעסטן ווי שטארק א שטראם וועט זיין, סאו ס'איז נישט קיין צד השווה צו עלעקשאן יאר פאולס און זיכער נישט זשענעראל עלעקשאן

-------
זעהט אויס מידער איז העיר טו סטעי, דאסי גוטע נייעס..
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:וואס באשולדיגט ער גילעספי?


דאס האסטו דעם פי חכם חן...

Ed Gillespie worked hard but did not embrace me or what I stand for. Don’t forget, Republicans won 4 out of 4 House seats, and with the economy doing record numbers, we will continue to win, even bigger than before!

דא ליגט דער סוד: כדי צו קענען געווינען 'ביגער דען ביפאר' מוז מען דאך עפעס פארלירן, אויב האלט מען אין איין געווינען איז דאך נישט שייך נאכמער צו געווינען....
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מידער האט געשריבן:יישר כח פאר שלמה, וויכי און כאפצעם פאר די שיינע באריכטן און אנאליזן. אייוועלט גייט אן מיטן פילן פראכט!

דער טראמפ מעסעדזש קוקט גראדע אויס זייער נארמאל געשריבן, לכאורה איז דאס א פארגעשריבענעם טוויט.



וועלקאם מידער, איינגענעם זיך צו באקענען! מיר האפן נהנה צו זיין פון אייערע פאליטישע אנאליזן...
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

וואס איז בכלל די דיבאטע דא פארוואס די דעמאקראטן האבן געווינען נעכטען, עס האט גארנישט מיט טראמפ, זיי האבן געווינען ווייל ס'איז שוין פשוט נישטא קיין רוסישע פעיסבוק עדס.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פיהל פרי אפצומאכן וואס דו ווילסט...

ביידעוועי, וואלסט עגריט אז די פאולס זענען אףף?

גילעספי האט באקומען ממש וואס די פאולס האבן אים געגעבן, נארטסאם האט אנגעצויגן שטערקער ווי די פאולס ווייל די אנדיסיידעטס זענען למעשה געגאנגען וואוטן פאר אים
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לאמער עסומען אז דאס איז טאקע די קעיס... סאו דו עגריסט אז סיז געווען אףף, צוליב א סיבה... איז פעיר צו זאגן אז פאולס קענען זיין אףף מיט 5 פראצענט איזי?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

//
אטעטשמענטס
IMG_20171109_122845.jpg
IMG_20171109_122845.jpg (67.71 KiB) געזען 2673 מאל
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:לאמער עסומען אז דאס איז טאקע די קעיס... סאו דו עגריסט אז סיז געווען אףף, צוליב א סיבה... איז פעיר צו זאגן אז פאולס קענען זיין אףף מיט 5 פראצענט איזי?

ביי די לעצטע 3 עלעקשען'ס אין ווירזשיניע האט דער דעמאקראטישער קאנדידאט אנגעצויגן בערך וויפיל די פאולס האבן אים געגעבן און די רעפובליקאנער קאנדידאט האט אייביג אנגעצויגן מיט בערך פיר פראצענט מער ווי די פאולס, ווייל די אנדיסיידעטס, יעצט איז עס געווען אויף די פארקערטע זייט
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ברעיקינג:

א מעכטיגע סקאנדאל קעגן דעם רעפובליקאנער קאנדידאט 'רוי מאור' טרייסלט אויף אלאבאמא.
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

כ'געדענק נאך ווען דער קאנדידאט אין קענסעס האט אנגעשלאגן איינעם א טאג פאר די וואלן און געווינען.. אזוי אויך האט טראמפ געהאט א סקאנדאל צוויי וואכן פארן עלעקשאן... קוקט אויס די רעפובליקאנער וויילער גלייכן סקאנדאלן :grin:
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

א מעכטיגע סקאנדאל קעגן דעם רעפובליקאנער קאנדידאט 'רוי מאור' טרייסלט אויף אלאבאמא.

פרטים?
א פשוטע איד.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וואסי א נפק"מ.
---------

דער פריימערי קאנדידאט 'לוטער סטרעידזש' האט באטראכט די מעגליכקייט צו לויפן אלס רייט אין, עס איז אבער אויפגעמערקט געווארן אז סדא אן אלאבאמע מאדנע געזעץ אז קאנדידאטן קענען נאר לויפן איינמאל א יאר. ווי קאמיש ס'הערט זיך האט גאר סטרעינזדש אלס אטורני זשענעראל אין 2014 אריינגעברענגט די געזעץ....

די RNC האט זיך פארבינדן מיט די וואלן קאמיסיע איבער ריפלעיסן מאאור מיט א נייעם קאנדידאט אבער די קאמיסיע האט געמאלדן אז די בילעטן זענען שוין געדרוקט.

די איינציגסטע אנדערע אפשען איז יעצט צו גיין אין געריכט אפצושטיפן די וואלן.

סענאט פירער מיטש מעקאנעל פארלאנגט מאור זאל אפטרעטן פון זיין קאנדידאטור.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

כאפצעם האט געשריבן:דער פריימערי קאנדידאט 'לוטער סטרעידזש' האט באטראכט די מעגליכקייט צו לויפן אלס רייט אין, עס איז אבער אויפגעמערקט געווארן אז סדא אן אלאבאמע מאדנע געזעץ אז קאנדידאטן קענען נאר לויפן איינמאל א יאר. ווי קאמיש ס'הערט זיך האט גאר סטרעינזדש אלס אטורני זשענעראל אין 2014 אריינגעברענגט די געזעץ....

איך גלייב אז אלע לעגעסלאטיווע הייזער דארט זענען אין רעפאבליקאנע הענט

קען מען נישט טוישן די געזעץ?
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

Trump is president” said Kate Messervy, 30, a native of Huntsville, Alabama, and a volunteer for the campaign of Doug Jones, Moore’s Democratic opponent in the special election. "Nope, this won’t change Republicans’ minds
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

איך האלט ער זאל בלייבן און געווינען, פשוט ווייל די סקאנדאלן זענען די לעצטע טול פון די דעמאקראטן פיריעד
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

משה כספי האט געשריבן:איך האלט ער זאל בלייבן און געווינען, פשוט ווייל די סקאנדאלן זענען די לעצטע טול פון די דעמאקראטן פיריעד

ווער עס זעט עס נישט איז סטופיד, 40 יאר האט קיינער זיך נישט אויפגעשטעלט רעדן, און פינקט געציילטע טעג פאר די אלעקשאנס הייבט זיך עס אן, 40 יאר איז ער געווען א נארמאלע מענטשן, און דאס קומט אים?

איך זע נישט פארוואס די ריפאבליקאנער לאזן זיך און זאגן אז ער דארף אפטרעיטן, גראדע דערווייל זאגט נאר מעקעין אז ער זאל גיין, די איבריגע זאגן אזוי נאר אויב עס גייט זיך ארויסשטעלן צו זיין אמת, און אפילו זיי זאגן ער זאל גיין נאר אויב עס איז אמת, איז עס דאך אויך נישט נארמאל, 40 יאר....!!! דאס איז קרעזי, אבער פארגעסט נישט אז די עסטעבלישמענט האט אים שוין פראבירט צו אינטערהאקן אין די פריימעריס, סאו עס איז אפשר נישט אזא חידוש.

איך קוק ארויס אז ער זאל געווינען, און האבן גרויס הצלחה, כדי די דעמאקראטן זאלן זען אז זיי קענען נישט טון וואס אומער זיי געפעלט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”