בני היכלא האט געשריבן:אגב וויאזוי שרייבסטו די ווארט משיכה אויף אידיש?, איך שרייב ציה, דאס איז פון די איינצעלנע מאל וואס מ'ברויך (ווער ס'וויל אייביג האבן א חילוק), צוקומען צום אלטמאדישען ה"א, (אזוי ווי פיהל)
קרעמער האט געשריבן:משיכה = ציען
משוך = ציה
בני היכלא האט געשריבן:איך האלט שוין מיט דיר אויף אוועג, אז אמאל לייגט מען ההי"ן לסימנים, יעצט ווען דאס האט א נאכזילבע -ען וכדומה, לדעתך עלימינירט עס דעם ה"א, איך מיין צו פרעגן למשל, ביי פיהל, (הרגשה), שרייבסטו אויך לכאורה א ה"א, מחלק צו זיין צווישן דעם און "פיל", יעצט מיט א נאך-זילבע וועסטו שרייבן, פיהלען אדער פילען/פילן, ביי ציען פארשטיי איך אז ס'איז שווערער צו שרייבן ציהען, ווייל ס'קוקט אויס ווי מ'זאגט צי-הען, און ציעהן (וואס אזוי האט מען אמאל געשריבן, ווען מ'האט אין יעדע ווארט אריינגעלייגט שם ה', און די בעלייכטונגען קלאמערען זיך נאך צו גיין אין דעם דרך, נערווירענדיג מיך, אויף א אופן מבהיל, אויף דעם אבער קומט א באזונדערע מחאה), האט דאך נישט קיין פשט, אבער ביי פיהלן, איז נישטא דער פראבלעם, או דילמא, לא שנא.
ב"ה מיר פארשטייען זיך שוין עטוואס...
בנוגע פילען (נישט די קיילעכיגע) כ'ווייס נישט פארוואס, אבער איך נוץ ליבערשט "שפירן", אפשר טאקע צוליב דעם אתא קלילא וואס מאכט פראבלעמען.