עין טובה האט געשריבן:שטעלט זיך ארויס אז מ'קען ניטאמאל געטרויען די אייגענע אנטיוויירוס אז זיי זאלן דיר נישט אפעקטירן!
העקערס האבן באוויזן צו היידזשעקן
סיקלינער, א פאפולערע קלינינג טול.
פאר מער זעה אויף
ביזנעס אינסיידער (קרעדיט: ז"נ)
(געשריבן אין איילעניש און געלייגט אהער מצד בעסער עפעס ווי גארנישט... בתקוה ללבנה)
דער עוועסט/סי-קלינער פרשה ווערט נאר ערגער...קודם זענען זיי (און אלע) געווען פאר'נאר'ט זאגענדיג "עס איז למעשה נישט געווען קיין עכטע וויירוס (וואס ווערט אין דעם פאל גערופן
"צווייטע שטאפל וויירוס", דאס קומט נאך דער ערשטער שטאפל וואס איז בלויז דער מעקעניזים וואס ערמעגליכט דער וויירוס מאכער צו שיקן עפעס) געקומען פון דארט.
אזוי האט עס געהאט אויסגעקוקט ביים טעסטן דער וויירוס. אבער דער סיבה דערצו? ווייל דאס איז געווען גאר א סאפיסטיקירטע שארף געצילטע אטאקע געצילט נאר צו די סלתה און שמנה פון די וועלטס טעכנאלאגיע און קאמוניקאציע קאמפאניס!
עס איז געלונגען פאר עוועסט (מיט לאו אינפארסמענט הילף) צו באקומען די סערווערס (קודם איינס און דאן נאכאיינס) צו וואו די וויירוסן האבן זיך קאננעקטעד (קאממענד און קאנטראל סערווער ווערט עס גערופן) און וואס זיי האבן געזען דארט איז ביטער! ארום 1.6 מיליאן דעווייסעס האבן געהאט דער וויירוס אינסטאלירט און...ער האט פון די אלע אויסגעקליבן בלויז פערציג כלים! צו זיי האט ער געשיקט א סאפיסטיקירטע צווייטע שטאפל אונטערטירל (בעקדאר בלע"ז) וויירוס וואס איז גאר גוט באהאלטן און יענער לאודט אריין א דריטע שטאפל וויירוס וואס איז פייל-לעס (דאס הייסט אז עס לאודט די קאוד גראד אריין אין רעם, סאו עס איז שווער צו צאנעמען ליינען אדער דעטעקטן.)
דער ליסטע איז געווען געפילטערט בעיסד אויף א ליסטע פון לאקאלע דאומעין נעמען, ליסטעס פון נאר גאר גרויסע קאמפאניס אינעם אינטערנעט טעכנאלאגיע און קאמוניקאציע אינדוסטריעס. ביידע סערווערס האבן געהאט אנדערע ליסטעס (וואס ווייזט אז נאך א וויילע האבן זיי געטוישט ליסטעס).
אבער דאס וואלט נאך געווען גאנץ גוט, ווייל אמת אז מען רעדט דא זיכער פון אן עדווענסד וויירוס גרופע (די סארט גרופעס ווערן גערופן ATP —עדווענסד פערסיסטענט טרעט— גרופעס, אבער ווייסט מען דאך לכה"פ אלע אינפעקטירטע זיי זאלן קענען גוט קלינען (בעיסיקלי פארמעטן קאמפליטלי) זייערע כלים. ווערט עס אבער בעסער... עס פעלט פערציג שעה פון לאגס וואס זענען פארמעקט געווארן צוליב אן איבערגעפילטע סטארעדזש דעווייס. און דאס מיינט אז יעדער איינער וואס האט געהאט דער אינפעקטירטע ווערסיע פון סי-קלינער איז פאסעבלי (כאטש יעדער טראכט אז מיר האבן זיי דאך מסתם נישט געצילט... קען מען אבער נישט עכט וויסן ווייל דער פילטער אין די פערציג שעה האט אויך געקענט זיין אנדערש ווי די אנדערע צוויי ליסטעס... און לכה"פ אלע גרויסע קאמפאניעס וואס האבן געהאט דאס אינסטאלירט זענען מעגליך אינפעקטירט עכט שטארק מיט א פארגעשריטענע וויירוס...) מוז מאכן א קאמפליט פארמאט (דאס איז דער ראט פון עקספערטן גיווען אז עס איז א קאמפליצירטע וויירוס וואס מען האט נאך אפילו נישט יורד געווען לעומקו...) אויף די קאמפיוטערס.