אדווערטייזמענט: פיינעלי! –איי-וועלט-אינטערוויו מיט ר' מנחם האפפמאן פון די "פיטעקס" גרופ בנוגע LTB.

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: פיינעלי! –איי-וועלט-אינטערוויו מיט ר' מנחם האפפמאן פון די "פיטעקס" גרופ בנוגע LTB.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

פיינעלי! –איי-וועלט-אינטערוויו מיט ר' מנחם האפפמאן פון די "פיטעקס" גרופ בנוגע LTB.


LTB– ניין ס'איז נישט קיין דריי בוכשטאבן פון א געוויסער מיחוש...
אויף די אלגעמיינע גאס איז LTB די ר"ת פונעם שוין-היינט-באקאנטן ביזנעס-סאמיט: Let’s Talk Business ; אבער דאהי ביי אונז אויף די איי-וועלט-שפראך לייענט זיך עס: ל'אמיר ט'ראכטן ב'אמבאסטיש!

הערנדיג דעם קול מבשר אינטערוויו מיט ר' מנחם'ן, האב איך גלייך מחליט געווען אז איך דארף אים נאכאמאל דעליווערן אהער דא צו אונז. כ'האב געשפירט אז דארט אויף קול מבשר רעדט מען איין שפראך, אבער דא – אין א היימישע אטמאספערע - פרעגט מען 'איי-וועלט-שאלות' און מ'באקומט האפענטליך 'איי-וועלט-תשובות'...

ס'איז עפעס נישט געגאנגען אזוי שנעל ווי איך האב געוואלט. אבער איך האב נישט מוותר געווען. און ב"ה היינט – ממש געציילטע טעג איידער'ן LTB עווענט קומענדיגן מיטוואך כי תבוא – האב איך געהאט מיין טעלעפאנישן אינטערוויו מיט ר' מנחם'ן, און כ'מוז אייך זאגן: כ'בין זייער צופרידן פון די רעזולטאטן ב"ה... דער אינטערוויו איז געלונגען!

דא האט איר עס (בלתי מוגה – געוואלט אריינכאפן פאר שבת):

***

איז אזוי, ר' מנחם, קודם יישר כח! איך ווייס (כ'ווייס? כ'האב עס געשפירט לעבעדיג) אז דו ביזט פארנומען מיט די הכנות צום סאמיט, און טאקע דערפאר וויל איך דיר עקסטער באדאנקען פאר'ן אראפנעמען די יעצטיגע האלבע שעה פאר'ן אזוי-ארויסגעקוקטן איי-וועלט-אינטערוויו.

און צווייטנ'ס – איידער איך הייב אן – וויל איך פרעגן רשות: איך קען פרעגן שאלות ווי אן איי-וועלט-חברה'מאן...


מיי פלעשור. אדרבה! פרעג וואס קומט דיר אויף די מחשבה.

נו, let’s talk business :)

אה, אט אזוי!

ראשית כל. אין נאמען פון אסאך איי-וועלט-לייענער – וואס זענען שוין געווען ביי איינע פון די פארגאנגענע LTB סאמיטס'ס – פרעגט זיך די שאלה: לוינט זיך צו גיין נאכאמאל? גייט מען עפעס קונה זיין פרישע 'חדשות'? עפעס מיט וואס מ'גייט אוועקגיין און זאגן "אה, דאס האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט!"...


גוט געפרעגט, אבער לאמיר אויסדרייען דעם אינטערוויו-דאשיק צו דיר אויף איין מינוט (ס'איז אפשר א פערזענליכע שאלה): דו ביזט שוין געווען אמאל?

ניין (האלב שעמעוועדיג...)

אה, פארוואס האב איך געפרעגט? ווייל 99 פראצענט פון די אלע וואס זענען געווען ביי די פריערדיגע LTB סאמיטס זענען געווען די וואס האבן זיך איינגעשריבן 'די ערשטע'!

טאקע ווייל זיי זענען יא געווען ביי די פריערדיגע סאמיטס: 1) ווייסן זיי פון די ידיעות און אינהאלט וואס מ'קויפט זיך איין אזא טאג. 2) ווייסן זיי שוין צו זאגן אז א טאג 'אויף' די ביזנעס איז אזוי קריטיש וויכטיג, פיל מער ווי א טאג 'אין' די ביזנעס. 3) ליגט זיי אין די ביינער די חלק פון Networking, ווען אזויפיל היימישע ביזנעסלייט זענען דארט – אלע מיט איין ציל – צו 'הערן, דערהערן, און שערן'!

שנית. דער ציל איז צו העלפן דיין ביזנעס "וואקסן", ביזנעס-וואוקס איז נישט קיין זאך וואס שטעלט זיך אפ נאך 6 חדשים, אדער נאך א 1 יאר. ס'איז א אנגייענדער פראצעדור, וואס טאר זיך קיינמאל נישט אפשטעלן.

דער פריערדיגער LTB איז געווען 2 יאר צוריק. איך האף אז דו ביזט געווען ערגעץ אנדערש אין די לעצטע 2 יאר אנצוהאלטן דיין ביזנעס-וואוקס-מאמענטום, אבער אויב נישט: אוודאי איז דער יעצטיגער LTB קריטיש וויכטיג פאר דיין ביזנעס.

לאמיר נאר ענדיגן ענטפערן די שאלה מיט א עדות'שאפט: א ביזנעסמאן האט מיר געזאגט יעצט לעצטענס אז ער איז געווען 2 יאר צוריק, און איינע פון די רעדנערס האבן גערעדט פון א קאנצעפט 2 מינוט, און ביי דעם ביזנעסמאן האט 'דאס געמאכט די זאך'.

אולי לא באת אלא בשביל זה, דיינו! – און דאס הערט מען יעדעס מאל נאך אן עווענט.

ריכטיג, ריכטיג. איר זענט 100% גערעכט פון א ביזנעס-שטאנדפונקט. איך פרעג לגבי טאַפיקס: גייט זיין פרישע אינטערעסאנטע טעמעס, אדער רעדנערס?

א שאלה?גאר אסאך!

(ערשטנ'ס, איידער איך פארגעס: "עמעזאן" איז גאר א האַט-טאַפיק היינט צוטאגס. וועגן דעם האבן מיר אויסגעשטעלט זייער א גוטער סיסטעם וויאזוי אלע העכער 1000 ביזנעסלייט אי"ה זאלן קענען הנאה האבן פונעם "גאנצן טאג"– סיי עמעזאן-סעללערס און סיי אלגעמיינע ביזנעסלייט – כ'וועל באלד צוקומען דערצו.)

אין מיין קאלענדער גייט נישט דורך קיין 2 חדשים, וואס איך זאל נישט נעמען קיין טאג Off צו גיין צו אן עווענט וואס איך קען נוצן! (אגב, מענטשן רופן עס א טאג OFF, איך רוף עס א טאג ON, דער ציל איז א טאג on the business). און אייביג ביי אזעלכע עווענטס ליגט מיר פאר די אויגן: וועלכע רעדנער וואלט געווען א פאסיגער רעדנער פאר אונזער ציבור? ווער האט שטארקע איידיעס, און בעיקר: מ'זאל קענען ארויסוואקן און עס גלייך אימפלימענטן אין די ביזנעס.

איז, לאמיר דיר טאקע אויסרעכענען דריי הויפט 'חידושים' וואס מיר האבן באוויזן אראפצוברענגען היי-יאר בעז"ה:

1 - מייקל גערבער...

אה, 'מיין' מייקל גערבער?! (אנטשולדיגט פאר'ן איבערהאקן...) כ'ווער משוגע פאר אים! מיין ידיד ר' שמואל שטערן פון Compass מארקעטינג האט מיר אמאל געשיקט די לינק און זייט דעמאלטס בין איך Hooked... (ער האט מיר גראדע געזאגט אז דו האסט אים introduced צו גערבער'ן).

יאפ! ס'איז דא וואס צו כאפן התפעלות. מייקל גערבער איז א גאון ווען ס'קומט צו בויען א וויזיע פאר א נייע – און אפי' לאנגיעריגע - ביזנעס.

איך פערזענליך בין שוין געווען ביי מערערע פון זיינע עווענטס און איך האב גלייך מחליט געווען אז ער איז "ממש ווי געגאסן" פאר אונזער ציבור. זיינע איידיעס שאפן א רעוואלוציע אין ביזנעס.

כ'ארבעט שוין זייער א לאנגע צייט אים אראפצוברענגען, און ב"ה דאסמאל איז עס געלונגען!

כדי זיינע פוינטס זאלן ארויסקומען מורא'דיג שטארק און קלאר, האבן מיר עס אויסגעשטעלט בתורת Q&A, ס'רופט זיך דער CEO DIALOGUE. איך בין איבערצייגט אז ווען דו גייסט ארויסגיין פון דארט גייסטו שאקלען מיטן קאפ און זאגן: WOW. פארוואס האב איך דאס נישט געהערט ביז יעצט?

איינע פון די גאר שטארקע דרשות וועלן זיין פון MIKE MICHALOWICZ, זיין פוינט איז Profit First,. אסאך ביזנעסער זעען אויס צו זיין סוקסעספול פונדערויסן, אבער זיי מאכן נישט קיין פראפיט. זיין טעכניק איז: דער מהלך המחשבה און פארשידענע איידיעס וויאזוי זיכער צו מאכן אז דער ביזנעס ווערט אוועקגעשטעלט אויף א אופן פון: Profit First.

און וואס איז דער Awards פראגראם? ווער גייט נאמינירן? און ווער גייט ווערן נאמינירט?

אה, ביזט א שטיקל יודע מחשבות... צו דעם האב איך יעצט געוואלט צוקומען:

פונקט ווי נישט יעדער 'לייענט' אויפ'ן זעלבן וועג. ד.ה. איינער לייענט לאנגע ארטיקלען, איינער 'קוקט' קורצע עדס, א.א.וו. די זעלבע איז ווען ס'קומט צו 'לערנען', נישט יעדער 'לערנט' אויפ'ן זעלבן וועג. ביי איינעם ארבעט בעסער דרשות, ביי א צווייטן אינטערוויו'ס, און ביי א דריטן עפעס אנדערש.

וועגן דעם טרייען מיר אייביג צו ברענגען די אינפארמאציע פאר א מענטש אויף פארשידענע סארט וועגן. סוף טאג פלעגן מיר האבן די 'לאונטש פעד' (וואו אינוועסטארס האבן אויסגעהערט עטליכע איידיעס און האבן יא/נישט געמאכט א אפפער). 1 – ווייל ס'איז עקסייטינג און אינטערעסאנט פאר יעדן. 2 – ווייל מ'נעמט אהיים א שטארקע לימוד דערפון, מ'ווייסט 'וויאזוי' צו באטראכטן א ביזנעס פונדערויסן, וויאזוי צו שאצן, א.א.וו.

דאסמאל האבן מיר אהערגעשטעלט אן אינטערעסאנטער חידוש: Awards Program. - https://www.ltbsummit.com/awards/

בעיסיקלי, דער עולם האט אריינגעשיקט נעמען פון מענטשן וועמען זיי ווילן נאמינירן זיי זאלן באקומען דעם Award. ס'זענען דא דריי קאטאגאריעס:

1) פירערשאפט (ארבייטער האבן געקענט נאמינירן זייערע בעה"ב-מענעדזשער, און האבן געדארפט ארויסברענגען 'וואס' ער האט געטון אים צו מאכן ראוי פאר דעם טיטול).

2) ביזנעס-וואוקס (מ'האט געקענט נאמינירן א קאמפאני, און אנצייגן וואס זייער שליסל צו סוקסעס איז.

3) אינאוועישאן (באעהרן א מענטש/ביזנעס וואס האט געטוישט דעם וועג וויאזוי מיר גייען אן מיט'ן טאג טעגליכן לעבן)

ס'איז געווען אן עבודה רבה, מיר האבן באקומען הונדערטער אפליקעישנס, ס'איז געווען זייער שווער אויסצוקלויבן, אבער למעשה האבן מיר אויסגעקליבן 2 קאנדידאטן פאר יעדע קאטאגאריע (ס"ה 6 נאמינאציעס). מיר גייען אי"ה הערן לעבעדיג פון די 6 מענטשן, און דערנאך וועט מען שטימען פאר 1 מענטש פון יעדע קאטאגאריע!

ס'וויכטיג כ'זאל דיר צולייגן: אונזער אויסוואל איז געווען געמאכט אויף פארשידענע פאקטארן. בעיקר: נישט אויסצוקלויבן איינער וואס האט פלוצלינג געמאכט מיליאנען איבערנאכט, נאר ענדערש איינער וואס יעדער אין זאל וועט קוקן און זאגן: וואס קען איך טון ענליך צו אים? אויב ער קען, קען איך אויך אי"ה!

האסט פריער דערמאנט וועגן 'עמעזאן'; אויב בין איך נישט קיין עמעזאן-סעללער גיי איך ווערן Bored ביי יענע דרשות?

כ'האב הנאה אז דו האסט מיר דערמאנט דערוועגן.

איז אזוי: "עמעזאן" איז זייער א האט-טאפיק, גאר אסאך היימישע אינגעלייט ציען פון דארט זייער פרנסה. פון די אנדערע זייט זענען דא אסאך ביזנעסלייט וואס 'עמעזאן' רעדט נישט צו זיי.

וואס האבן מיר געטון? מ'האמיר געמאכט 2 ברעיקאוט סעסיעס. ד.מ. אז אויב דו האסט נישט קיין שייכות מיט עמעזאן, קענסטו בלייבן אינעם גרויסן באלרום א גאנצן טאג, ווייל אין די זעלבע צייט וואס די עמעזאן-רעדעס וועלן געהערט ווערן אינעם ברעיקאוט-רום, וועלן געהערט ווערן באזונדערע רעדעס אינעם באלרום. ביידע זענען אויסטערליש שטארק!

נאך א נקודה בנוגע עמעזאן: אויף youtube א.ד.ג. זענען דא 'טריקס' וויאזוי זיך אומצוגיין מיט עמעזאן, קעיר-נעמען פון שלעכטע reviews, און אזוי ווייטער. אונזער ציל איז נישט דאס! אונזער ציל איז פונקט מיט אלע אנדערע רעדעס: צו באטראכטן עמעזאן ווי א ביזנעס! ווייל דאס איז עס אין פאקט.

אין אנדערע ווערטער: ביידע עמעזאן-סעסיעס וועלן זיין א בליק אויף עמעזאן "פון א ביזנעס פערספעקטיוו", ווייל אז מ'וועט באטראכטן עמעזאן-סעללערס וועט מען זעהן: ווער איז מצליח? דער וואס קוקט אויף די גרויסע פיקטשער. און באטראכט זיין עמעזאן-אקאונט ווי א קאמפאני. נאר אזוי קען מען ריכטיג מצליח זיין בעז"ה.

ווען מ'רעדט פון לידערשיפ\בויען א ביזנעס\מאכן פראפיט – די אלע נקודות זענען נוגע פאר יעדן עמעזאן-ביזנעס פונקט ווי יעדע אנדערע ביזנעס.

אויב ווילסטו באהאנדלען עמעזאן ווי א ביזנעס, מוזטו קומען צום עווענט!

בשעת איינע פון עמעזאן-סעסיעס וועט אויפטרעטן אין באלרום מארק הורוויץ, וועמענ'ס דרשה גייט זיין מלא חידושים! דער קאנצעפט דאסמאל איז: מאטיוואציע ברענגט סוקסעס; אבער וואס ברענגט מאטיוואציע? מארק טענה'ט אז א מענטש קען זיך יא אליינס ברענגען מאטיוואציע! און מיט א אידישן בליק וועט ער דאס הערליך מסביר זיין אי"ה.

אקעי, ר' מנחם, כ'בין פולי-רעדי! אבער לאמיר זאגן אז איך בין א מענעדזשער אין א ביזנעס, למעשה גייט 'מיין בעל הבית' דארפן באשליסן צי ער וויל יא/נישט אימפלימענטן די איידיעס.

מה לי ולצרה הזאת? סתם הערן סטראטעגיעס, איידיעס, און עצות. איך קען דאך סייווי נישט אליינס.


"וואקסן" איז נישט עפעס וואס איז נוגע דייקא צו א בעל הבית אדער ארבייטער. יעדער מענטש דארף וואקסן אין ביזנעס. ס'דא מענטשן וואס דער אייבערשטער האט זיי געמאכט צו זיין ארבייטערס, אבער זיי קענען/דארפן אויך וואקסן 'אין' די קאמפאני, צוביסלעך הייבן זיי אן צו מענעדזשן אנדערע מענטשן אונטער זיי, פלוצלינג דארף ער אויך קענען 'לידערשיפ סקילס', פלוצלינג דארף ער בעסער פארשטיין צום הלוך ילך פון די קאמפאני-פירערשאפט, מ'דארף קענען קאמיוניקירן מיט מענטשן אין 'זיין' לעוול, און 'אונטער' אים.

אויב וויל ער בלייבן דארט וואו ער האט אנגעהויבן, איז דער עווענט לכאורה נישט פאר אים. אבער טאמער וויל ער זיך אויסלערנען וויאזוי צו שטייגן, און עווענטועל פירן אליינס א ביזנעס, אדער קענען קאמיוניקירן מיט ארבייטערס אונטער אים, דעמאלטס איז דער עווענט פערפעקט פאר אים!

יא, יא, כ'האב געזעהן דעם קנעפל: https://www.ltbsummit.com/convince-your-boss/

וואס איז די איידיע אונטער דעם? צושטופן א בעל הבית צו שיקן זיין ארבייטער?


דר'אמת איז אזוי:
בעלי בתים ווילן געבן די שענסטע און בעסטע פאר זייערע ארבייטערס. מ'זעהט מענטשן שטעלן כסדר צו כשר'ע אינטערטעימענט פאר ארבייטערס. דא קען מען האבן פון ביידע וועלטן: א טאג מיט פיינע אכילה (הערת האינטערוויו'ער: ריכטיג, מ'שמועסט אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט דיסעפוינטעד...), א געשמאקע טאג אן קיין לחץ פון קאסטומערס, א טאג פון טרעפן גוטע פריינד, מאכן קשרים, א טאג פון הערן געוואלדיגע טיפס און איידיעס וואס וועט זיי העלפן פירן דיין קאמפאני אין די גוטע דירעקציע. ווי קען זיין א בעסערע געלעגנהייט פון דעם?

א טאג וואס 'ער' וועט הנאה האבן, ארויס פון זיין טעגליכןCubicle, אין א געשמאקע ענווייראמענט, און --- ער וועט נאך ווערן א בעסערער ארבייטער בעז"ה.

נאכ'ן לעצטן עווענט איז איינער צוקומען צו מיר און דערציילט: איך ארבעט שוין 8 יאר ביי דעם בעל הבית, מיין ערשטע דזשאב-אינטערוויו איז געווען זייער א געשמאקע שעה, מיר האבן געשמועסט און פארברענגט. זייט דעמאלטס איז אלעס געווען: ענדיגן דעם דזשאב, וואס טוט זיך מיט יענע דזשאב? פרעשור, פרעשור.

יעצט איז געווען דאס ערשטע מאל – זייט יענעם דזשאב-אינטערוויו – וואס איך האב געשמועסט מיט מיין בעל הבית רואיג פונקט ווי דעמאלטס. מיר האבן דיסוקוסירט דער סטאטוס פון די ביזנעס אין אלגעמיין. אן קיין פרעשור און געיעג.

איך פערזענליך ווייס פון עמיצן – א גאר פיינער מענטש, א מיטליעריגער בעל הבית פון א קאמפאני – וואס זיינע ארבייטערס האבן אים געשלעפט צו LTB, און ער איז געווארן פון א 'וואוילער מענטש' א סוקסעספולער CEO, ער ארבעט מער מיט די סעילסלייט, און זיין ביזנעס וואקסט און שטייגט יעדן טאג. מ'זעהט עס קלאר.

ס'איז שווער צו געבן פאר יעדן איינעם די פונקטליכע רעסיפי וואס די רעזאלטס גייען זיין. אבער דער פאקט איז אז פון אזא עווענט קומט ארויס גוטע תוצאות!

עפעס א גוטע 'טיפ' פאר מענטשן וואס קומען צו LTB? וואס זאלן זיי טון ארויסצוגיין פון דארט מיט די מאקסימום רעזאלטס?

לאמיר דיר זאגן וואס איך טו ווען איך גיי צו אזעלכע עווענטס: איך נעם אייביג 'נאוטס', און איך טריי אלעמאל אז 3 זאכן וואס איך האב מיר געלערנט דא זאלן ווערן אימפלימענטעד אין די נעקסטע 7 טעג!

דאס זעלבע ראט איך פאר יעדן איינעם וואס קומט אי"ה צו LTB.

נישט נאר דאס, נאר היי-יאר האבן מיר גראדע א נייע זאך: מיר גייען אויסטיילן פאר יעדן איינעם א "בוקלעט", און בשעת'ן פראגראם גייט מען קענען לעבעדיג פאלאוען דעם ביכל. נאך יעדן רעדנער קענסטו נעמען נאוטס, און אויפשרייבן: וואס זענען מיינע דריי וויכטיגסטע נקודות פון די דרשה?

ווען דו גייסט אהיימגיין גייסטו כמעט האבן דיין To-Do ליסט פאר די קומענדיגע טעג!

איך בין שוין עקסייטעד... א רגע! איך קען זיך נאך איינשרייבן?

כ'וועל דיר זאגן דעם אמת, ס'איז שפעט יעצט. (כ'ווייס נישט ווען דער אינטערוויו גייט פובליצירט ווערן, און ווען עס וועט געלייענט ווערן)אבער א איד ווייסט: פון פרובירן דערלייגט מען קיינמאל נישט! טריי https://www.ltbsummit.com/registration/

הצלחה! כ'האף דיר צו זעהן!




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

וויפעל איז א בילעט?
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”