שמן למאור האט געשריבן:בעאבאכטער האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:הגרמ והגרש בראנדסדארפער, כתבו שיש בו סימני עוף טמא,
דאס הייסט נישט בלויז אז עס האט נישט מסורת, און וועגן דעם איז מען זיך מתייחס צום עוף ווי אן עוף טמא, כדין עוף שאין לו מסורת.
נאר פיל מער חמור פון דעם, ס׳איז דא ראיות אז דאס איז אן עוף טמא, כלומר שהוא עוף דורס.שמן למאור האט געשריבן: הג"ר שמואל איז מדגיש דריי סימנים, 1 זעהט אויס משונה 2 פליעט גאהר הויעך 3 חולק את רגליו. די אלע דריי סימנים קריגן זיך די חולקים, 1 אז ס'נישט משונה, עופות פאר 40-50 יאהר צוריק האבן אזוי אויסגעזעהן, נאר די פרישע ברוילער'ס זעהן אויס משונה. 2 און 3 קריגט מען זיך אויפן פאקט, די מתירים זאגן ס'פליעט נישט גאהר הויעך און ס'נישט חולק את רגליו.
איז דא א מכתב פון הר״ג שמואל בראנדסדארפער וואו ער איז מסביר און ברענגט ראיות אז עס האט סימני עוף הדורס? (וואס אויב איז עס טאקע אן עוף דורס וועט אפילו מאה עדים כשרים ת״ח וצדיקים מיט א קבלה פון דור דור נישט העלפן)שמן למאור האט געשריבן: הג"ר משה באציעט זיך מער בסוגיא דמסורת, ר' משה האלט אז מסורת גייט אויפן שם העוף, און נישט אויפן צורת העוף, מילא היות דער עוף האט קיינער נישט גע'שחט'ן, און די אלע עדות זענען נאר אז אזא סארט האמיר גע'שחט'ן דעריבער האט עס נישט קיין מסורת.
קען מען ביטע ׳היילייטן׳ איבער די שטיקלעך וואו ער זאגט, און איז מסביר, דאס וואס איר ברענגט מדבריו?
מכתב עדות מהג"ר שמואל בראנדסדארפער
א דאנק.
יש לעיין טובא בדבריו,
א. משונים (ממה?), שערות ארוכות (ממה?), עף כעין ציפור דרור, זענען סימני עוף דורס, אדער אז ער איז אן עוף שונה וואס ברויך אן עקסטער מסורת?
עמדו בחילוק אצבעות על המוט, באיזה אופן, ולאפוקי?
ב. ער שרייבט גאר נישט וואס ער מיינט כלל, ער איז נישט מסביר וואס איז דער פראבלעם, יא אדער נישט מסורת (אדער יש לו סימני טומאה)
ער פארציילט וואס ער האט געזעהן, אן זאגן א מיינונג?
ועדיין צריך בירור גדול,
וואו זענען געשריבן און וואס זענען די ראיות און הסברים פון שיטת הג"ר משה אויף זיינע יסודות האיסורים?
(אין לו מסורת, יש לו סימני עוף דורס, אין העדים נאמנים, וחידוש האחרון שהכל תלוי בשם.)