פולמוס מסורת התרנגולת
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר מאה
- תגובות: 167
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 23, 2017 11:49 pm
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6762
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 149
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm
מיט וואס איז בעסער די ביר"ד רא"ק פון די קארני"ש רא"ק? אויב אויף דעם איז אויך דא א חשש הכלאה מיט וואס איז דאס בעסער?
אויב קען איינער ארויפברענגן דעת הגאון ר' הלל וו"ב שליט"א? (נעכטן האט ער דאס געשחטן ווי אויבן דערמאנט)
(אמת אז די קארני"ש האט נישט קיין ריכטיגע מסורה אבער כמיין אז די עיקר שאלה איז יעצט אז ס'ווערט אריינגעמישט די אויך אין די נקיבה פון עופות טמאים)

- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
וואס זענען למעשה די שינויים פון געווענליכע טשיקענס ביז בראקל (לשיטת האוסרים)? איך האב דורכגעליינט אלע בלעטער ביז אהער, ווענגלייך נישט מיט אלע עטעטשמענטס, און דערווייל האב איך נישט געזעהן וואס דארף זיין דעם פראבלעם.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
אנעים זמירות האט געשריבן:וואס זענען למעשה די שינויים פון געווענליכע טשיקענס ביז בראקל (לשיטת האוסרים)? איך האב דורכגעליינט אלע בלעטער ביז אהער, ווענגלייך נישט מיט אלע עטעטשמענטס, און דערווייל האב איך נישט געזעהן וואס דארף זיין דעם פראבלעם.
הגרמ והגרש בראנדסדארפער, כתבו שיש בו סימני עוף טמא,
הג"ר שמואל איז מדגיש דריי סימנים, 1 זעהט אויס משונה 2 פליעט גאהר הויעך 3 חולק את רגליו. די אלע דריי סימנים קריגן זיך די חולקים, 1 אז ס'נישט משונה, עופות פאר 40-50 יאהר צוריק האבן אזוי אויסגעזעהן, נאר די פרישע ברוילער'ס זעהן אויס משונה. 2 און 3 קריגט מען זיך אויפן פאקט, די מתירים זאגן ס'פליעט נישט גאהר הויעך און ס'נישט חולק את רגליו.
הג"ר משה באציעט זיך מער בסוגיא דמסורת, ר' משה האלט אז מסורת גייט אויפן שם העוף, און נישט אויפן צורת העוף, מילא היות דער עוף האט קיינער נישט גע'שחט'ן, און די אלע עדות זענען נאר אז אזא סארט האמיר גע'שחט'ן דעריבער האט עס נישט קיין מסורת.
דעת המתירים לערנען אנדערש אפ וויאזוי מסורת ווערט גע'סטעמפלט, זיי פרעגן גאהר שטארק, אויב מסורת האט מיטן שם העוף און נישט מיט צורת העוף, דאן וויאזוי עסט מען די היינטיגע עוף, דער היינטיגער עוף האט מען נישט געגעסן אמאהל, די איינציגסטע היתר דערויף איז צו זאגן אז עס האט צורת העוף המסורת.
farshlufen האט געשריבן:בקידה ובכריעה, מי אני שאכניס ראשי, אשאל שאלת תם.
ווי אזוי קען זיין א מסורה אין אר"י אויף א בעלגישער עוף וואס איז שוין געוועזן פוחת והולך זינט תרע"ד, ביז וואס אין כ"ח זענען גאר געוועזן בכל העולם בלויז פינעף איינצעלנע עופות?
ווי אזוי קען אן אקטיווער שוחט זיי האבן געזען און גאר אין אר"י? וועלכער אקטיווער שוחט האט שוין גע/שחט'ן איידער כ"ח?
ווען ס'איז ווען פארהאן עדיות פון בעלגיע, נניח, אבער ווי קומען די אר"י'דיגע בכלל אריין אין בילד?
אויפן שפיץ גאפל
די מסורה וואס די נידון איז, איז נישט צו דער עוף הנקרא בראקל האט מען גע'שחט'ן, דער עוף בראקל איז נישט געווען אין ארץ ישראל און נישט אין אמעריקא ביז לעצטענס, די נידון איז צו די צורה פון דעם עוף איז א צורת תרנגול הנאכל במסורה. רוב שו"ת ספרים ווען מ'איז דן אויף פארשידענע עופות צו ס'האט מסורה צו נישט כגון הקובריצע"ר וכדו', איז די נידון צו ס'זעהט אויס ווי די עוף המסורה, צו אזא סארט עוף האט מען אמאל גע'שחט'ן, אינדערהיים האט מען נישט געקענט די עופות ביי די נעמען, דער שוחט האט באטראכט דעם עוף און געזאגט אזא עוף האב איך גע'שחט'ן.
אצינד, די עלטערע שוחטים אין ארץ ישראל פלעגן שוחטים א אראבישער עוף בשם בלעדי, א קאלירטער עוף, גאהר ענליך אין צורה ווי דער בראקל, און דער בלעדי האט זיכער א מסורת, איז די שוחטים באטראכטן דעם בראקל און זאגן עדות צו ס'זעהט אויס פונקט ווי דעם בלעדי אדער נישט.
כעת, זענען אלע עלטערע שוחטים מודה אז דער בראקל איז ממש ווי דער בלאדי מיט אן אנדערע נאמען.
כפי היוצא מזה, וואלט די בעסטע געווען צוריק צו ברענגן דעם בלעדי זעלבסט און אנהייבן צוריק צו שחט'ן בלעדי, ומה לנו לצרה הזאת לברר הבראקל.
אויף דעם איז די ענטפער, אז א ריינער בלעדי אומגעמישט קען מען שוין היינט אויך נישט געפינען, און אזא מאדערנע וועלט מישט מען אלעס. דער איינציגער עוף וואס האט א מסורת אז ס'נישט געמישט, ווי איר ברענגט אויבן אין אייער לינק, איז דא גאנצע קבוצות פון גויים וואס ארבייטן שווער צו האלטן דעם בראקל ריין אומגעמישט. מילא אויב וויל מען אנהייבן א נייע דור פון נישט געמישטע עופות, זוכט מען אפיר דעם ריינער עוף און פון דעם גייט זיך אנהייבן די נייע המשכת הדורות פון ריינע עופות, מ'קען נישט נעמען א ספק געמישטער און פון אים אנהייבן דעם נייעם דור.
דעריבער בלייבט איבער פאר די רבנים צו פסק'ן אויב דער בראקל קען הייסן אז ס'האט א מסורת, ווען אלע שוחטים דערויף זענען מעיד אז ס'זעהט אויס ווי דער בלעדי.
- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3613
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע: צווישן גראז און ביימער
מיללער האט געשריבן:ק/פ האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א איז שטארק נוטה לאסור בין עוף הבראקל ובין הברעד ראק, לאחר שבירר הן את חלק ההלכה והן את המציאות אחרי חקירות ודרישות משוחטים ותיקים עם מסורה.
איינער געהערט דערוועגן?
כפי ידיעתי, נישט אמת.
בארד ראק האט נישט קיין חולקים, און אויף בראקל איז נאכנישט דא געהעריג קיין פסק.
אגב, האדמו"ר מהרי"י רירט זיך נישט אן זיינע דיינים חברי וועד השחיטה, הגרח"ד כ"ץ, הגר"ל פריעדמאן, הגר"א ראזענפעלד, הגר"י ליבערמאן שליט"א.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
דער פראבלעם איז איז מיט'ן פסל'ן דעם בלאדי, איז מען אויטאמאטיש מוצא לעז אויף רבוא רבבות אלפים ישראל, מ'קען זאגן גאנץ ארץ ישראל האבן געגעסן דעם עוף בלאדי א יובל יאר ויותר.
ליידער זעט מען אז די זעלבע סוחרים וואס האבן אינוועסטירט אין "בראקל" און פראבירן עס ארויפצווינגען אויף די רבנים עס מכשיר צו זיין, ארבעטן גאר שווער צו פסל'ן דעם בלאדי מיט אלע אופנים פאר זייער ביזנעס.
ליידער זעט מען אז די זעלבע סוחרים וואס האבן אינוועסטירט אין "בראקל" און פראבירן עס ארויפצווינגען אויף די רבנים עס מכשיר צו זיין, ארבעטן גאר שווער צו פסל'ן דעם בלאדי מיט אלע אופנים פאר זייער ביזנעס.
שמן למאור האט געשריבן:
הג"ר משה באציעט זיך מער בסוגיא דמסורת, ר' משה האלט אז מסורת גייט אויפן שם העוף, און נישט אויפן צורת העוף, מילא היות דער עוף האט קיינער נישט גע'שחט'ן, און די אלע עדות זענען נאר אז אזא סארט האמיר גע'שחט'ן דעריבער האט עס נישט קיין מסורת.
וואס זענען זיינע נימוקים? און ווי האט ער געשריבען א תשובה דאס צי מברר זיין?
קיסריה האט געשריבן:דער פראבלעם איז איז מיט'ן פסל'ן דעם בלאדי, איז מען אויטאמאטיש מוצא לעז אויף רבוא רבבות אלפים ישראל, מ'קען זאגן גאנץ ארץ ישראל האבן געגעסן דעם עוף בלאדי א יובל יאר ויותר.
ליידער זעט מען אז די זעלבע סוחרים וואס האבן אינוועסטירט אין "בראקל" און פראבירן עס ארויפצווינגען אויף די רבנים עס מכשיר צו זיין, ארבעטן גאר שווער צו פסל'ן דעם בלאדי מיט אלע אופנים פאר זייער ביזנעס.
וכדי בזיון וקצף.
וואו זעהסטו אז זיי ווילן פסל'ן דעם בלעדי ?
פארקערט.... אלע בריווען להיתר הבראקל באציעט זיך צום בלעדי.... מ'איז מעיד להיתר אויף דעם בראקל נאר ווייל ס'איז דומה צום בלעדי...
איין זאך נאר, זיי זאגן נאר אז די היינטיגע בלעדי איז שוין געמישט, דאס איז מוציא לעז ? אויף וועם ?
לעצט פארראכטן דורך שמן למאור אום מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לחם לשובע האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:
הג"ר משה באציעט זיך מער בסוגיא דמסורת, ר' משה האלט אז מסורת גייט אויפן שם העוף, און נישט אויפן צורת העוף, מילא היות דער עוף האט קיינער נישט גע'שחט'ן, און די אלע עדות זענען נאר אז אזא סארט האמיר גע'שחט'ן דעריבער האט עס נישט קיין מסורת.
וואס זענען זיינע נימוקים? און ווי האט ער געשריבען א תשובה דאס צי מברר זיין?
דא
- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
שמן למאור האט געשריבן:אנעים זמירות האט געשריבן:וואס זענען למעשה די שינויים פון געווענליכע טשיקענס ביז בראקל (לשיטת האוסרים)? איך האב דורכגעליינט אלע בלעטער ביז אהער, ווענגלייך נישט מיט אלע עטעטשמענטס, און דערווייל האב איך נישט געזעהן וואס דארף זיין דעם פראבלעם.
הגרמ והגרש בראנדסדארפער, כתבו שיש בו סימני עוף טמא,
הג"ר שמואל איז מדגיש דריי סימנים, 1 זעהט אויס משונה.
משונה מיט וואס? וואספארא שינויים האט עס?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
שמן למאור האט געשריבן:הגרמ והגרש בראנדסדארפער, כתבו שיש בו סימני עוף טמא,
דאס הייסט נישט בלויז אז עס האט נישט מסורת, און וועגן דעם איז מען זיך מתייחס צום עוף ווי אן עוף טמא, כדין עוף שאין לו מסורת.
נאר פיל מער חמור פון דעם, ס׳איז דא ראיות אז דאס איז אן עוף טמא, כלומר שהוא עוף דורס.
שמן למאור האט געשריבן: הג"ר שמואל איז מדגיש דריי סימנים, 1 זעהט אויס משונה 2 פליעט גאהר הויעך 3 חולק את רגליו. די אלע דריי סימנים קריגן זיך די חולקים, 1 אז ס'נישט משונה, עופות פאר 40-50 יאהר צוריק האבן אזוי אויסגעזעהן, נאר די פרישע ברוילער'ס זעהן אויס משונה. 2 און 3 קריגט מען זיך אויפן פאקט, די מתירים זאגן ס'פליעט נישט גאהר הויעך און ס'נישט חולק את רגליו.
איז דא א מכתב פון הר״ג שמואל בראנדסדארפער וואו ער איז מסביר און ברענגט ראיות אז עס האט סימני עוף הדורס? (וואס אויב איז עס טאקע אן עוף דורס וועט אפילו מאה עדים כשרים ת״ח וצדיקים מיט א קבלה פון דור דור נישט העלפן)
שמן למאור האט געשריבן: הג"ר משה באציעט זיך מער בסוגיא דמסורת, ר' משה האלט אז מסורת גייט אויפן שם העוף, און נישט אויפן צורת העוף, מילא היות דער עוף האט קיינער נישט גע'שחט'ן, און די אלע עדות זענען נאר אז אזא סארט האמיר גע'שחט'ן דעריבער האט עס נישט קיין מסורת.
קען מען ביטע ׳היילייטן׳ איבער די שטיקלעך וואו ער זאגט, און איז מסביר, דאס וואס איר ברענגט מדבריו?
- צהלה ושמחה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 472
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm
בראשית ברא האט געשריבן:ס'דא א איד [דער וואס האט געברענדט די עופות נעכטן צו מהר"א] ער וויל אריינברענגען די בארעד-ראק, אבער די בוטשערס באקומען לחץ אויף נישט. לשיטתו און כפי עדות כמה שוחטים זקנים וואס ער האט באקומען חתימתם, איז דאס דער אריגינעלער עוף וואס מ'האט גענוצט דא מיט עטליכע צענדליגע יארן צוריק, און לדעתו איז דאס נישט פון די נייע פראבלעמען
ביז ווי ווייט צירוק אין אמעריקע גייט ער? און ווער זענענן די "שוחטים זקנים" וואס געדענקן עס??
ווי אזוי מען מאכט מען א מסורה צון צענדליגער יאר צירוק אין אמעריקע ווי אלעס איז געווען תוהו ובהו?!
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
- צהלה ושמחה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 472
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm
שמן למאור האט געשריבן:קלארע מכבתים לחזק הבראקל, פון אלע שוחטים וואס ווערן געברענגט פון זיי לאיסור בעבר.
די האנט געשריבענע מחתב חזרה פון די שוחטים להתיר בשעת זיי האבן קודם געשריבען לאיסור מאכט מיר נערוועז, עס ווייזט אז דא איז דא אסאך הענט {מיט אסאך געלט} וואס מישען אינעם טאפ.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
דריידל האט געשריבן:איך האב אלץ געוויסט אז מ'קען קויפן אייער פון א גוי ווייל מ'קען זיי גלייבן אז ס'איז פון אן עוף טהור. יעצט אבער אז ס'זענען דא טשיקענס וואס האבן נישט קיין מסורה וועט נישט העלפן דאס וואס די גוי זאגט אז די אייער זענען פון טשיקענס ווייל נישט אלע טשיקענס זענען כשר.
מיינט דאס אז אייער וועט דארפן א הכשר מהיום והלאה?
א סימן אויף א כשרע איי שטייט אין שולחן ערוך פון איין זייט חד (שפיציג) און פון די אנדערע זייט עגול (רינדיג)
רויט האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:איך האב אלץ געוויסט אז מ'קען קויפן אייער פון א גוי ווייל מ'קען זיי גלייבן אז ס'איז פון אן עוף טהור. יעצט אבער אז ס'זענען דא טשיקענס וואס האבן נישט קיין מסורה וועט נישט העלפן דאס וואס די גוי זאגט אז די אייער זענען פון טשיקענס ווייל נישט אלע טשיקענס זענען כשר.
מיינט דאס אז אייער וועט דארפן א הכשר מהיום והלאה?
א סימן אויף א כשרע איי שטייט אין שולחן ערוך פון איין זייט חד (שפיציג) און פון די אנדערע זייט עגול (רינדיג)
נו, אויב אזוי קען מען דאך קוקן אויף די אייער פון בראקל טאמער עס האט די סימן?
ס'איז אבער נישט ריכטיג ווייל די סימן זאגט נאר אז טאמער איז עס נישט חד ועגול איז עס זיכער טריפה אבער נישט אז ווען ס'האט די סימן איז עס ודאי כשר
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
בעאבאכטער האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:הגרמ והגרש בראנדסדארפער, כתבו שיש בו סימני עוף טמא,
דאס הייסט נישט בלויז אז עס האט נישט מסורת, און וועגן דעם איז מען זיך מתייחס צום עוף ווי אן עוף טמא, כדין עוף שאין לו מסורת.
נאר פיל מער חמור פון דעם, ס׳איז דא ראיות אז דאס איז אן עוף טמא, כלומר שהוא עוף דורס.שמן למאור האט געשריבן: הג"ר שמואל איז מדגיש דריי סימנים, 1 זעהט אויס משונה 2 פליעט גאהר הויעך 3 חולק את רגליו. די אלע דריי סימנים קריגן זיך די חולקים, 1 אז ס'נישט משונה, עופות פאר 40-50 יאהר צוריק האבן אזוי אויסגעזעהן, נאר די פרישע ברוילער'ס זעהן אויס משונה. 2 און 3 קריגט מען זיך אויפן פאקט, די מתירים זאגן ס'פליעט נישט גאהר הויעך און ס'נישט חולק את רגליו.
איז דא א מכתב פון הר״ג שמואל בראנדסדארפער וואו ער איז מסביר און ברענגט ראיות אז עס האט סימני עוף הדורס? (וואס אויב איז עס טאקע אן עוף דורס וועט אפילו מאה עדים כשרים ת״ח וצדיקים מיט א קבלה פון דור דור נישט העלפן)שמן למאור האט געשריבן: הג"ר משה באציעט זיך מער בסוגיא דמסורת, ר' משה האלט אז מסורת גייט אויפן שם העוף, און נישט אויפן צורת העוף, מילא היות דער עוף האט קיינער נישט גע'שחט'ן, און די אלע עדות זענען נאר אז אזא סארט האמיר גע'שחט'ן דעריבער האט עס נישט קיין מסורת.
קען מען ביטע ׳היילייטן׳ איבער די שטיקלעך וואו ער זאגט, און איז מסביר, דאס וואס איר ברענגט מדבריו?
מכתב עדות מהג"ר שמואל בראנדסדארפער
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4430
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
אלט מאנרא האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:ק/פ האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א איז שטארק נוטה לאסור בין עוף הבראקל ובין הברעד ראק, לאחר שבירר הן את חלק ההלכה והן את המציאות אחרי חקירות ודרישות משוחטים ותיקים עם מסורה.
איינער געהערט דערוועגן?
כפי ידיעתי, נישט אמת.
בארד ראק האט נישט קיין חולקים, און אויף בראקל איז נאכנישט דא געהעריג קיין פסק.
אגב, האדמו"ר מהרי"י רירט זיך נישט אן זיינע דיינים חברי וועד השחיטה, הגרח"ד כ"ץ, הגר"ל פריעדמאן, הגר"א ראזענפעלד, הגר"י ליבערמאן שליט"א.
ווי איך האב געהערט האט נעכטען געדארפט זיין א זיצונג דערוועגען ביי אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א מיט די חברי הבד''ץ שליט''א און די חברי וועד השחיטה, ווייסט איינער אויב ס'איז געווען למעשה און וואס איז געבליבען די החלטה?
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז