רבי שמואל צבי הורוויץ מספינקא זצ"ל - כ"ז אב תשנ"ז
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
אוי באשעפער, זעהנדיג נאכאמאל די הייליגע צורה און דאס הארץ גיבט זיך א צועפן, א טרער פליסט אראפ פון די אייגעלעך, ווי פון א טיעפער שלאף עס ערוועקט זיך געגועים אן אויפהער, עס בענקט צו א נישט ווייטע פארגאנגענהייט ווען מיר האבן די זכי' געהאט צו הערן א ש"ס תורה פון א צדיק מדור הישן, א קוויטעל געבן בחדרת קודש, א קיש טון די הייליגע הענט וואס האט אונז געבענטשט מיט א פאטערליכע ליבשאפט. רבוש"ע ווי ווייזט מען היינט א קינד דאס יראת שמים, דאס ענוה און הייליגקייט.
אוי ווי שיין וועט זיין ווען משיח וועט קומען און מיר וועלן זיי אלע נאכאמאל זעהן אין ריעל לייף
אוי ווי שיין וועט זיין ווען משיח וועט קומען און מיר וועלן זיי אלע נאכאמאל זעהן אין ריעל לייף
לעצט פארראכטן דורך נאטורליך אום מיטוואך אוגוסט 09, 2017 12:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2124
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1844
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
WOW!
מזעט יעדעס ריר ווי עס איז מיט א חרדת קודש, דעם ווארימען קיש אויף די תפילין, וכו' (ער האט נישט געוואוסט אז מען כאפט דאס אפ, דאס איז יעדן טאג געווען אזוי...)
איין זאך פארשטיי איך נישט, פארוואס האבן זיי אראפגענומען די 'סאונד'? 1992 איז שוין געווען סאונד אויף ווידיאס, טא פארוואס נישט הערן זיין הייליג קול? פארשטייט זיך אז גייענדיג אין גאס און בשעת'ן דאווענען הערט מען ווארשיינדליך נישט קולו בקודש, אבער וואס איז בשעת'ן זאגן ד' פרשיות מיט די תפילין דר"ת?

אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
רבניש האט געשריבן:און דער קעפל איז עפעס פאני נייער קליפ ״געפינען״ סקען זיך דאכטען אז מרעד פון 100 יאר צוריק סיז געפינען געווארן אין א גאווערמענט פייל קאבּינאט פון פארן ערשטען וועלט קריג.
א איד האט מחליט געווען מהנה צו זיין אנדערע אידן מיט א צורה פון א צדיק און האט אפגעשטויבט זיינע ארכיוון..!
ווי איך פאר שטיי איז כמעט נישט דא קיין בילדער בכלל פון דעם הייליגען יוד!
לעב און לאך א גוטס
- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6377
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9224
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
רבניש האט געשריבן:יישר כח! א עכט פארצייטישער רבי חן על כל פסיעה ופסיעה...
יעצט אויב אויפן קליפ זעהט מען דעם חן, קען מען זיך שוין פארשטעלן ווען מ'פלעגט עם אליין זעהן עמו במחיצתו וואספארא חן דקדושה דער הייליגער איד האט געהאט.
דעם אויסדרוק וואס מען נוצט אסאך אז "איינעמ'ס צורה האט געשיינט" איז ביי דעם צדיק זי"ע נישט געווען בלויז א משל נאר ווער ס'האט אים נאר געזעהן פלעגט זיך אזוי אויסדרוקן.
---
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- וועלוועל קליינער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 418
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm
אוי כאפט מיך א שטארקע בענקשאפט נאך דעם צדיק זי"ע. איך האב געהאט די זכי' צו דאווענען דארט יעדע וואך כמעט. און זיין דארט שלש סעודות כמעט יעדע וואך. איך האב נאכנישט געזעהן אזוי לייוו בילדער פון אים ביז יעצט.
דער גבאי ר' שמעי' נחום קעסלער הי"ו שמועסט איבער די עליות וועמען דער רבי וויל מכבד זיין כדרכו בקודש.
ביים צוזאמליייגן די תפילין האט מען בדרך כלל געקענט גיין שמועסן, פרעגן קורצע זאכן. זעהט אויס אז פונקט דעמאלטס איז קיינער נישט געווען.
ר' וואלף ליכטנשטיין נ"י בן טיב טוב, איז געווען א הויז בחור, און איינע פון די משבק"ים, ער גרייט אן די קאפ וואסער מיט א האנטוך.
זכותו יגן עלינו
דער גבאי ר' שמעי' נחום קעסלער הי"ו שמועסט איבער די עליות וועמען דער רבי וויל מכבד זיין כדרכו בקודש.
ביים צוזאמליייגן די תפילין האט מען בדרך כלל געקענט גיין שמועסן, פרעגן קורצע זאכן. זעהט אויס אז פונקט דעמאלטס איז קיינער נישט געווען.
ר' וואלף ליכטנשטיין נ"י בן טיב טוב, איז געווען א הויז בחור, און איינע פון די משבק"ים, ער גרייט אן די קאפ וואסער מיט א האנטוך.
זכותו יגן עלינו
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9224
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
לא לנו האט געשריבן:דער גאנג איז אומקלאר. ווי באקאנט איז דער ספינקער רבי כמעט נישט געגאנגען אין גאס. מ'זעט אים גיין העכער'ן הייוועי לכאורה אויף לי עוועניו, קען עמיצער אידענטיפיצירן אנדערע גאסן?
ער פלעגט זיך טאקע כמעט נישט דרייען אין די גאסן, אבער ער פלעגט יא ארויסגיין אויף א שפאציר יעדע נאכט (דאכט זיך נאר נאכדעם וואס דער דאקטאר האט עם דאס געהייסן טוהן).
ס'איז באקאנט אז ער האט דוקא אויסגעקליבן א באגלייטער מיט וועם ער האט נישט געשמועסט, און דאס איז געווען זיין צייט ווען ער איז געווען פארטראכט, און אפילו אויב ער האט אנגעטראפן א באקאנטן האט ער נישט געטוישט קיין ווערטער בכלל נאר זיך געגאנגען ווייטער זיין וועג.
---
-
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6090
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
איי איי איי זעהנדיג דעם לעכטיגע צורה אינטערן טלית דערמאן איך זיך פונעם פלאם פייערדיגן פנים אינטערן טלית ביי קידוש, זייענדיג א יונגל פלעג איך גיין יעדע פרייטיג צו נאכטס צום טיש איך בין געשטאנען קעגן איבער דעם צדיק אגאנצן טיש, דעם לעכטיגן שמייכעל ביים געבן שיריים פארן קלענסטן קינד קען מען נישט פארגעסן, און דער פייערדיגע פנים ביי כל מקדש גייט נישט אזוי גרינג ארויס פון קאפ,
זי"ע
זי"ע
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
ג"א מצטרף צו די אלע געגועין,
אויב איך געדענק גוט פון די שפעטע 1980'ער יארן פלעגט ער שפאצירן קיעפ ביז מארסי, דערנאך קיין דיוויזשאן,ערגעץ ביז דריגס עוועניו און צוריק, איך געדענק ס'פלעגט זיין א בחינה פון והביטו אחרי משה, דער עולם וואס וואוינט דארט פלעגט קוקן פון א גאס ווייט מיט א יראת הכבוד און שעצונג וואס מען קען היינט בכלל נישט מסביר זיין, יאפס ס'איז אמאל נישט לאנג צוריק געווען, און סימער נישט דא

אז מ'לעבט דערלעבט מען