קודם א יישר כח פאר די הערליכע ארבעט.לכתחילה אריבער האט געשריבן:און ווען עס איז אנגעקומען צו די שנעלקייט פון מאק 1 - און דורך געבראכען די שנלעקייט פון קול -, איז די קול געווען אזוי קאנצעטרירט, אז דאס דורכפארן האט זיך געהערט ווי א אויפרייס! עס האט געהאט אזא כח עס האט געקענט אויסשיסען פענסטער'ס אויב איז עס געווען צו נאנט דערצו! און טאקע וועגן דעם האט עס געקענט פארן נאר פון געוויסע עירפארטס, און אפי' אזוי פלעגען די "פענסטער" אין די געגענט "ווייברעטען" ציטערן פון די כח!
.
די איין זאך שטימט לכאורה נישט, ווייל די קאנקארד פלעגט נישט פליען שנעליר ווי א געווענלעכע פליגער העכערן עירעפארט, נאר העכערן ים. במילא דעס וואס עס האט געקענט אויסשיסען גלאזענע פענסטער האט לכאורה נישט געהאט צוטון מיט דעם הסבר פון ״סאניק בוים״. נאר פשוט ווייל די מאטאר האט געמאכט זייער א הויכע גרידער.
און אז איך רעד שוין, וויל איך איבערפרעגן...
כ׳האב נישט אזוי גוט פארשטאנען וויאזוי דער נייער באן דארף זיך צי האלטן אין דער לופט, עס וועט דאך כמעט נישט זיין קיין לופט דארט אינעם טונעל, וויאזוי וועט זיך האלטן מיטן מהלך פון פרעשער פון לופט וואס די שרייבסט. ביטע מסבר זיין.
נאכאמאל א גרויסן ייש״כ.