אייפאד'ס פאר בחורים, jpod, nook, nano וכדו'
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אייפאד'ס פאר בחורים, jpod, nook, nano וכדו'
יעדע יאר ווען ס'קומט אן די אפיקומן סיזען חזר'ט זיך איבער די זעלבע, ערענסטע אחריות'דיגע עלטערן פרעגן אן צו איז בסדר צו קויפן פאר זיין בחור זיין פארלאנגטע אפיקומן, טייל מאל בעט ער אזא זאך אז ס'איז נישט קיין שאלה בכלל, ווי טייל אייפאד'ס וואס זענען אויסגעשטעלט צו אלעס בייזן, אבער לעצטנס מיט די פארגעשריטענע טעכנאלאגיע איז שוין דא געפילטערטע און באגרעניצטע אייפאדס און דאס גלייכן, איך בין נישט באקאנט מיט די אלע כלים, פליז אויב עמיצער קען דא אויסקלארן וועלכע פון די כלים וועט א בחור נישט ווערן אפעקטעד פון.
א גרויסן דאנק פון פריער!
א גרויסן דאנק פון פריער!
- א. טראכטער
- שר האלף
- תגובות: 1377
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1496
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
http://www.dbstoreonline.net/index.php? ... ct_id=1359
This is what they write in the description, Make your own judgement
It is no longer necessary to choose which of your favorite gadgets to carry around, now you can have it all!
The perfect choice for any Ben Torah that is safe even for children!

- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32541
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
טראבל מעיקער האט געשריבן:ער פארקויפט זיינע כלים אונטער די נאמען טאלק ענד טעק. ער רייסט ארויס אלע נישט גוטע זאכענעס.... ס'איז א פיינע כלי.
אבער פאר א קינד?! חס מלהזכיר!
מען רעדט פון א "ספעציעל פעלער"... איז דאס זייער גוט.
נישט פון דעם רעדט איך.פיצי קעפעלע האט געשריבן:http://www.dbstoreonline.net/index.php?route=product/product&path=125_134&product_id=1359
-
- שר האלף
- תגובות: 1502
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
אבן יקרה האט געשריבן:א בחור? קוים ריין סעלפאן וואלט מען געלאזט. ווי אזוי קומט דאס אין באטראכט?
דו מיינסט מסתמא צו זאגן אז ס'איז מורא'דיג וויכטיג בגשמיות וברוחניות אז א בחור זאל האבן ווי 'ווייניגער' אקופאציע, ריכטיג? אויב וועט ער האבן א מוזיק פלעיער און א ווארד פראסעסאר און ספרים, (וואס האט גראדע נישט קיין מעגליכקייט פאר בילדער און אפגערעדט ווידיא), ווייסט איין באשעפער וואו ער וועט נאך אנקומען.
דו סאונדסט ווי א מחנך אין א היימישע ישיבה.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
-
- שר מאה
- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 2:47 pm
גארגארפיק האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז א אייפאד איז די מערסטע אויסגעהאלטן צו געבן פאר א קינד/בחור עס גייט נישט אריין קיין SD און מען קען נישט אזוי גרינג אליינס ארויפלייגן זאכן כל שכן ווען דער טאטע האלט אויפזיכט אבער דאס איז נאר ווען די טאטע ווייסט אז זיין זון האט אזא כלי
כ'האלט אויך אזוי, מ'קען אפי' נישט אויסמעקן אן א computer
פארשטייט זוך נישט די ipod touch וואס האט wifi
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1496
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 981
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק
Re: אייפאד'ס פאר בחורים, jpod, nook, nano וכדו'
איך זוך ווער עס קען אריינקומען קלאר מיט די ארגומענט פאר די נעגעטיווע זייט פון פון קויפן פאר א בחור/אינגל א MP3 כלי אפי' ווען עס איז 100% כשר אנע וויי-פיי, ראדיא, ווידעאו, SD קארטל וכדו' ווען דאס קינד חלש'ט צו האבן זיין אייגן כלי צו קענען הערן טעיפס, מוזיק צו מעשיות וכדו' ביינאכט ביים שלאפן גיין, אין חדר-באס אויפן וועג צו א טריפ וכדו'.
איך באציה זיך בעיקר צום עצם געדאנק אז דאס קינד האט זיך זיין טעכנאלאגישע טשאטשקע און דער חשש פון ווערן אריינגעשלעפט אין דעם עולם הטעכנאלאגיע און מוזיק ווען לע"ע איז ער נאר נישט איינגעטונקען דערין (אין א שטוב וואס איז ב"ה אפגעהיטן פון מעסרטענס טעכנאלאגישע כלים ווי סמארטפאון וכדו') און למעשה טוען די מנהלי המוסדות וישיבות דאס אומאפיציעל ערלויבן וואס דאס טוט אויטאמאטיש אריינברענגען אן אומגעהויערע רייץ ביי קינדער וואס האבן דאס (נאך) נישט.

קאמענטארן זענען איבריג
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14568
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: אייפאד'ס פאר בחורים, jpod, nook, nano וכדו'
איך ווייס נישט, אבער אויב רוב דארפן זיך ספראווענען מיט די רייץ אויף זייער טאטעס פאון, זעה איך נישט קיין פראבלעם אז ער גייט ווערן אויפגערייצט אז יענע אינגל האט א סענסע.
אויב עפעס, וואלט איך געטראכט אז היינטיגע טעראפיסטן וואלטן געהאט א חשש אז ער וועט ווערן גערודפ'ט פארן זיין אזוי צירוקגעשטאנען..
אויב עפעס, וואלט איך געטראכט אז היינטיגע טעראפיסטן וואלטן געהאט א חשש אז ער וועט ווערן גערודפ'ט פארן זיין אזוי צירוקגעשטאנען..
- ניין און יא
- שר האלף
- תגובות: 1305
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am
קאמענטאטאר האט געשריבן:איך זוך ווער עס קען אריינקומען קלאר מיט די ארגומענט פאר די נעגעטיווע זייט פון פון קויפן פאר א בחור/אינגל א MP3 כלי אפי' ווען עס איז 100% כשר אנע וויי-פיי, ראדיא, ווידעאו, SD קארטל וכדו' ווען דאס קינד חלש'ט צו האבן זיין אייגן כלי צו קענען הערן טעיפס, מוזיק צו מעשיות וכדו' ביינאכט ביים שלאפן גיין, אין חדר-באס אויפן וועג צו א טריפ וכדו'.
איך באציה זיך בעיקר צום עצם געדאנק אז דאס קינד האט זיך זיין טעכנאלאגישע טשאטשקע און דער חשש פון ווערן אריינגעשלעפט אין דעם עולם הטעכנאלאגיע און מוזיק ווען לע"ע איז ער נאר נישט איינגעטונקען דערין (אין א שטוב וואס איז ב"ה אפגעהיטן פון מעסרטענס טעכנאלאגישע כלים ווי סמארטפאון וכדו') און למעשה טוען די מנהלי המוסדות וישיבות דאס אומאפיציעל ערלויבן וואס דאס טוט אויטאמאטיש אריינברענגען אן אומגעהויערע רייץ ביי קינדער וואס האבן דאס (נאך) נישט.
איך כאפ נישט, דו ווייסט נישט די נעגטעוויו זייט פון א קינד וואס איז רריין און ארגינעל זאל אריינגיין אין די וועלט פון מוזיק? אדער אפילו זיין ציגעבינדן צו פארטייבונג אפילו אויב סאיז כשורע דרשות למעשה נעמט עס אוועק די קאפ
די דור האלט שוין טאקע סאך ווייטער אז דאס זאל זין א פראבלעם אבער אויב דו האלטסטו נאך בה דארט האלט עס אן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
- קאמענטאטאר
- שר חמש מאות
- תגובות: 981
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
- לאקאציע: אין ביבילאטעק
Re:
ניין און יא האט געשריבן:איך כאפ נישט, דו ווייסט נישט די נעגטעוויו זייט פון א קינד וואס איז רריין און ארגינעל זאל אריינגיין אין די וועלט פון מוזיק? אדער אפילו זיין ציגעבינדן צו פארטייבונג אפילו אויב סאיז כשורע דרשות למעשה נעמט עס אוועק די קאפ
די דור האלט שוין טאקע סאך ווייטער אז דאס זאל זין א פראבלעם אבער אויב דו האלטסטו נאך בה דארט האלט עס אן
איך ווייס שוין איינמאל, אבער איך מעסט און וועג די מעלות/חסרונות צו דאס איז א זאך וואס איז ווערט אז איך זאל מיך שטעלן דערויף אין די לענג און אין די ברייט אין דערצייט וואס העכער 90% קינדער האבן איינס (בלשון קדשם.. "טאטי, די מנהל האט עס קיינמאל נישט גע'אסרט... אפי' די גאר פרומע קינדער און בחורים האבן... אפי' דער מנהל'ס זון און די רבי שליט"א'ס אייניקעל האבן.. ממש יעדער האט ס'איז פאני ווער ס'האט נישט... ביי די טריפ האט דער רבי אפי' געזאגט אז יעצט לאזט ער מיטברענגען א סענסא... איך גיי נאר הערן אייזענבערג, מלאך מיט פאפלאנאש..." וכדו' וכדו') און ס'איז מיר נישט משמע אז זייער רייץ דערצו וועט אזוי שנעל אוועקגיין און כ'בין אלזא שטארק מסופק צו זיך שטעלן דערויף קען זיין יצא שכרו בהפסדו בבחינת עקסטרעם וואס קען ח"ו נישט ריכטיג ווערן אנגענומען, דאס האט מיר געמאכט טראכטן אפשר טרייב איך איבער און ענדערשט זאל איך שלום מאכן מיטן מציאות אפי' ווען מיין הארץ און געפיל זאגט נישט אזוי, א חוץ אויב איינער קען גאר שטארק ארויסברענגען די נקודה - באופן שאץ מאץ וכדו' - איך זאל אליינס זיין איבערצייגט דערינען און האפענטליך עס קענען ריכטיג איבערגעבן בעזהשי"ת.
קאמענטארן זענען איבריג