נייע ישוב - פלאנעט מארס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

מונאוויטש האט געשריבן:אגב, אז מ'רעדט שוין פון מארס, פאלגנד איז א נאס"א אילאסטראציע פון די מארס "קוריאסיטי" ראווער אויפן רויטן פלאנעט. דער ראווער איז ארויסגעפלויגן פון פלארידע אין נאוועמבער 11', און נאך א קנאפע 400 מיליאן מייל רייזע האט זי געלאנדעט אויף מאדים אין אוגוסט 12'.

(א "ראווער" (Rover) איז א מאשינדל וואס איז ספעציעל געבויעט אז עס זאל קענען ארומפארן אויפן פלאנעט נאכן לאנדן. א "לאנדער" (Lander) איז א מאשין וואס בלייבט זיצן אויפן פלאץ ווי עס האט געלאנדעט.)

https://db.tt/TKptN8LHBk


זעיער זעיער אינטערעסאנט. מיר וואונדערט נאר, וועלכער פאטאגראפיסט איז מיטגעפארן צו כאפן אזעלכע שיינע בילדער פון יעדן ענגל?
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זאכליך האט געשריבן:איין וועג צו פליען גייט נעמען 9 חדשים.
מ'קען נאר פליען איינמאל אין 18 חדשים, ווייל דעמאלטס זענען די פלאנעטן אויסגעשטעלט אויף די גוטע פאזיציע.

מען וועט מוזען טרעפען א אנדערע פלאנעט צו פארען די אנדערע 17 חדשים. עס דעמאנט מיר אז צו פליען צו די לבנה איז ראטזאם אין מיטען חודש, ווען עס איז גאנץ.

פארוואס באזעצען מארס וואס איז נישט א העביטעבל פלאץ ווען זיי ווייסען שוין פון 40 טויזענט פלאנעטען וואס זענען אין די העביטעבל זאון (Goldilocks Zone) ווי עס איז נישט צו הייס און נישט צו קאלט צו לעבען.

פון א תורהדיגע שטאנדפונקט קען קיין מענטשען נישט זיין אויף קיין שום אנדערע פלאנעט. דער באשעפער האט
trillions, quadrillions, quintillions, sextillions, septillions, octillions..., gazillions
שטערען און פלאנעטען מיט לבנה'ס, אבער נאר איין כדור הארץ אויף וואס ער האט באשאפען אדם הראשון עפר מן האדמה, ויפח באפיו נשמת חיים. נאר איין כדור הארץ ווי א יליד אשה דינט דער באשעפער און ווי אברהם אבינו הכיר את בוראו און געקומען צו די הכרה אז אין עוד מלבדו.

איך האב שוין געפרעגט אזוי גערופענע סייענטיסטען, אז אויב זיי וועלען זיך איבערצייגען אז ס'נישטא קיין מענטש אין קיין שום פלאנעט (אויף די 40 טויזענט ווי עס קען טעכניש זיין, אויך נישט), צו זיי וועלען ווערען רעליגיעז? ווי זיך פארגעשטעלט וועלען זיי נישט גלייבען, רשעים אפילו על פתחו של גיהנם לא שבים; ווייל ער וויל נישט גלייבען, און וועט ענדערש "גלייבען" אין זיינע ווייטע חלומותדיגע טעאריעס וואס ער האט נישט געוויזען צו אויף ווייזען.

הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל לייגט עס שיין אראפ. וועל עס מאכען גאר בקיצור (וואס ער קען, קען איך נישט).

קודם האט דער באשעפער באשאפען את השמים ואת הארץ, דער גאנצער יוניוווארס מיט אלע גאזיליאן שטערן און פלאנעטען, אבער דער גאנצער מעכטיגע בריאה פארנעמט נאר א פאר פסוקים, דאס אלעס.

נאכדעם קומט דאס וויכטיגסטע, דער בריאה פון אדם הראשון, און דער אייבערשטער לייגט זיין גאנצע ריזיגע בריאה as curtains in the background
און דער מענטש נעמט סענטער סטעידז.

דער תורה מאכט גאר בקיצור די עשרה דורות מאדם ועד נח, די עשרה דורות מנח עד אברהם, און נאכדעם גיבט דער גאנצע עטעשנען צו דער תכלית הבריאה אברהם וזרעו! און דער גאנצע מענטשהייט חוץ אברהם אבינו וזרעו ווערט curtains און בעקגראנד צו כלל ישראל.

יא, דאס איז דער תכלית הבריאה, למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה'; נישט דער מילקי וועי אדער א אנדערע וועי; דארטען וועט מען קיין מענטשען נישט טרעפען, און אפילו נישט א גרעזל אדער א איין-סעל-ארגאניזם. חוץ קיין תהו ובהו וועט מען נישט דארט טרעפען גארנישט גאראנטירט. דער מילקי וועי מיט אלע אנדערע גאלאקסיס איז אלעס זייער שיין און פיין און ברענגט ארויס דער גדלות הבורא, און פלא הבריאה; אבער הרוצה לשקר (די אזוי גערופענע סיינטיסטען) ירחיק עדותו און זיהכט לעבען אין די ווייטע גאלעקסיס. מיר מאמינים בני מאמינים, דער מובחר הבריאה, דער סורווייוועל אוו דע פיטעסס, ווי איך האב שוין אמאל געשריבען אז די אידען וואס לעבען היינט בעקבתא דמשיחא זענען די
most fitting Jews ever
שוין דורך געגאנגען זיכוך אחר זיכוך און די וואס זענען היינט דא און געבליבען ערליך זענען די בעסט פון די בעסט. לאמיר שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה ומלאו הארץ דעה את ה'.

נישט דער מילקי וועי אדער אלע אנדערע וועי'ס; נאר דער דזואיש וועי, דער דרך ה'.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג אפריל 24, 2017 3:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגעפאות »

SPUSMN האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:פון א תורהדיגע שטאנדפונקט קען קיין מענטשען נישט זיין אויף קיין שום אנדערע פלאנעט.


מקור?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער תורה.

ווי איך האב עס אראפ געלייגט דאס בעסטע איך קען בקיצור פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אן אילוסטראציע פון עלאן מאסק איבער זיינע פלענער צו באזעצן מארס.
אטעטשמענטס
Human-Colonies-on-Mars-Are-About-to-Become-Reality-Thanks-to-Elon-Musk.jpg
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'מיין אז דאס ווארט "באזעצען" איז נישט ריכטיג. "ארויף שטעלען" דארט א מענטש אויף א קליין שטיקעל צייט (אין א קאנטראולד ענווייראנמענט אלעס צו געשטעלט פון מאמע-ערד) איז דאס ריכטיגע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

זייער א שיינער שמועס, אבער לפי הבנתי איז די רעדע פון מאכן דעם מארס העביטעבל פאר תושבי עירטה, נישט צו טרעפן לעבן אויפן מארס.

לגבי טרעפן לעבן ערגעץ אנדערש, לפי מיטב ידיעתי איז נישטא קיין פסוק אדער אפי' א מאמר חז"ל בפירוש אז ס'איז נישטא. דאס אז מען האט אונז נישט פארציילט אז ס'איז דא מיינט נישט אז ס'איז נישטא.

לגבי די סארט זאכן, און אפילו לגבי עוואלושאן וכדו', איז א שאד אויפצובויען א שטרוי מאן וואס פעלט נישט אויס, און קען זיך ביום מן הימים ארויס שטעלן צו זיין נישט ריכטיג.

אונז איז גענוג, אז אונז ווייסן מיר און גלייבן אין וואס עס שטייט, עס איז נישט קיין ספק פאר אונז אז בראשית ברא אלקים, און די אלע זאכן און פסוקים זענען אמת ויציב. צו זאגן אז איך פארשטיי פונקטליך דער מיין דערפון, די טעקניקל דעטאלן, די פראצעדור, וואלט איך זיך נישט געטרויט בעפארן האבן א מיטינג מיט יונתן בן עוזיאל, צי רבן יוחנן בן זכאי, צי די אנדערע 78 תלמידים אינדערצווישן, וואס האבן ארויס געהאט אלע סודות פון די בריאה און מעשי מרכבה.

און קיין שום כופר קען מילא נישט ערקלערן די בריאה, אז דער ביג בענג איז פון זיך אליין געשען. ס'איז א שאד צו פארוואנדלען א סייענטיפישע שמועס אין א וויכוח פון אמונה און כפירה. מיר קענען אפלאכן פון סייענטיסטן און סייענס (נישט רעקאמאנדירט) אדער זיי נעמען צי ערנסט, ערנסטער ווי זיי אליין'ס נעמען זיך (אויך נישט קיין גוטער פלאן), בעסטע וועג איז צו זיצן אויפן קאוטש מיט א שיסל פאפקארן און צו קוקן זייערע פרואוון צו סאלווען די סודות הבריאה. (כ'בין גראדע מסופק צי מען מעג, צי עס גייט נישט אריין בגדר המסתכל מה למעלה מה למטה מה לפנים מה לאחור). אבער דעם ה' הוא אלקים אפעקטירט עס בכלל נישט.

די קריסטן און די צדוקים, האבן טאקע א שטארקן פראבלעם. זיי קענען זיך נישט אן עצה געבן אנדערש ווי דער פשוטו של מקרא. אבער מיר ווייסן פון 'שבקי' לקרא דאיהו דחיק ומוקי אנפשי''. ספעציעל ווען די רעדע איז בהדי כבשי דרחמנא, פון אזאלכע זאכן וואס מיר ווייסן קלאר, און מיר האבן בקבלה אז מיר הייבן זיי נישט אן צו באגרייפן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

מי חכם, כמים קרים על נפש עיפה, אייערע קלארע דיבורים!!!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

SPUSMN האט געשריבן:דער תורה.

ווי איך האב עס אראפ געלייגט דאס בעסטע איך קען בקיצור פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל.

איך האב שוין צוגעצייכנט אמאל אז אין אמרי פנחס שטייט אז נישט נאר קען זיין מענטשן, נאר אפי' אידן!

וויאויך האט מען שוין צוגעצייכנט די דיעה אז 'אורו מרוז' מיינט א שטערן, און דארט שטייט קלאר 'וכל יושביה.'

רחמ''ד ווייסמאנדל זצ''ל האט ארויפגעברענגט דעם אורו מרוז ווען אסטראנאמער האבן געזאגט אז מ'האט באמערקט מעגליכע 'מאוומענט' אויף מארס, זאגנדיג אז ס'קען יתכן זיין אז 'מרוז' מיינט מען טאקע מאדים, וואס הייסט אויף עטליכע שפראכן (אריינגערעכנט ענגליש) זייער ענליך צו מרוז, אז דארט זענען דא 'תושבים.'
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

אויב איך געדענק גוט, האט ר' אביגדור ז"ל געזאגט, אז אפילו לו יהא אז מ'וועט טרעפן מענטשע אין די פלאנעטן, זענען זיי געקומען באיזה זמן פון דעם פלאנעט, און זיין הוכחה איז געווען דער געדאנק וואס רב ספוזמאן האט געברענגט, אז אונז האמיר פון די תורה די תכלית וכוונת הבריאה פון די גאנצע ששת ימי בראשית, פארשטיי מיר אז ס'פארווארפט זיך נישט נאך עטליכע פלאנעטן.

(עכ"פ איז במשמע פון דעם, אז ער האט נישט געוואלט אוועקשטעלן א יסוד וואס קען ווערן אפגעפרעגט, אויב מ'וועט יא טרעפן).
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

SPUSMN האט געשריבן:דער תורה.

ווי איך האב עס אראפ געלייגט דאס בעסטע איך קען בקיצור פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל.

איך האב מיך שוין לאנגע געוואונדערט דערויף.

איך געדענק אז דאס דארף זיין פונעם פסוק השמים שמים לה' והארץ נתן לבני אדם.

קען איינער ברענגן א לינק צו א מקור?


איז עס קעגן די תורה צו קלערן אז ס'איז מעגליך דא ערגעצוואו נאך א פלאנעט מיט מענטשעלעך, קהילות, און נאך א סארט פרעזידענט טראמפ? אויב יא, ווי איז די מקור?

אנטשולדיגט אויב איך פרעג א קלאץ קשיא. לא הביישן וכו'
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

El Rushbo האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:דער תורה.

ווי איך האב עס אראפ געלייגט דאס בעסטע איך קען בקיצור פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל.

איך האב מיך שוין לאנגע געוואונדערט דערויף.

איך געדענק אז דאס דארף זיין פונעם פסוק השמים שמים לה' והארץ נתן לבני אדם.

קען איינער ברענגן א לינק צו א מקור?


איז עס קעגן די תורה צו קלערן אז ס'איז מעגליך דא ערגעצוואו נאך א פלאנעט מיט מענטשעלעך, קהילות, און נאך א סארט פרעזידענט טראמפ? אויב יא, ווי איז די מקור?

אנטשולדיגט אויב איך פרעג א קלאץ קשיא. לא הביישן וכו'

פשוט מיהא חדא:
דאנאלד טראמפ איז נאר דא איינער :lol: :lol:
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שכוח ספוזמאן און מי חכם פארן אהערשטעלן די דיבאטע.

ס'איז טאקע 2 באזונדערע זאכן.
1. איז דאס וואס די סייענטיסטן זיכן מיט אלע כוחות די עליאנס, דאס הייסט באשעפענישן וואס שטאמען פון אן אנדערע פלאנעט.
2. איז אריבערפירן די בריאה פון פלאנעט ערד אויף אן אנדערע פלאנעט.

אין דער צייט וואס די ערשטע איז בעיקר דמיונות, און אויב ס'איז נישטא, איז עס נישטא. איז די צווייטע פלענער אויף די עתיד, וואס אפילו ס'איז נאכנישט מעגליך מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע עס צו טוהן, איז זייער מעגליך אז מיט די ענוואלוומענט פון די טעכנאלאגיע וועט עס ווערן מעגליך.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

עקבי הצאן האט געשריבן:אויב איך געדענק גוט, האט ר' אביגדור ז"ל געזאגט, אז אפילו לו יהא אז מ'וועט טרעפן מענטשע אין די פלאנעטן, זענען זיי געקומען באיזה זמן פון דעם פלאנעט, און זיין הוכחה איז געווען דער געדאנק וואס רב ספוזמאן האט געברענגט, אז אונז האמיר פון די תורה די תכלית וכוונת הבריאה פון די גאנצע ששת ימי בראשית, פארשטיי מיר אז ס'פארווארפט זיך נישט נאך עטליכע פלאנעטן.

(עכ"פ איז במשמע פון דעם, אז ער האט נישט געוואלט אוועקשטעלן א יסוד וואס קען ווערן אפגעפרעגט, אויב מ'וועט יא טרעפן).

איך פארשטיי דער שרעק פון אולי אולי, איז פארוואס זיך צו פעינטען אין א קארנער ווען עס פעלט נישט אויס ווי מי חכם האט געזאגט.

אבער כ'מיין אז פאר דער גרויסע וועלט איז אפשר בעסער צו נעמען אזא שטאנדפונקט, ווייל אפילו ביי אונז איז נישטא דער אולי, איז עס אבער יא דא ביי זיי, איז פארוואס זיי פארמאכען די טירען.

אבער פאר מיר אייוועלט ליינער און שרייבער, וואס האבען איין געזאפט דער רוח ישראל סבא מיט אלע מפרשים, מיין איך אז עס שוואכט אונז אפ אויב מיר קלערען אז ח"ו אפשר.

ביי מיר זענען די ווערטער פון הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל (הלוואי זאל איינער נעמען די צייט און דאס אלעס דא ארויף לייגען) מער ווי גענוג. ביי מיר איז קלאר ווי די טאג (און וועל שאלען פון די rooftops) אז עס קען קיין נברא נישט זייין ערגעץ אנדערש.

(ואגב , לגבי דער 168 יאר מחלוקת צווישען די חכמי ישראל און די חכמי הגוים, אין די כראנאלאגיע; האט הגאון רבי שמעון שוואב זצ"ל געשריבען א מוראדיגע מאמר צו פארענטעפערן אז עס זאל שטימען לויט ביידע, און עס אזוי שיין אריין געטייטשט אין די פסוקים אין דניאל; האבען מענטשען געהאט צו אים טענות. ווען ער האט עס איבער געדריקט, שרייבט ער אין זיין הקדמה, אז ער גלייבט אזוי ווי זיין טאטע און מאמע און זיידעס בכל דור ודור אין אונזער מסורה; אבער היות עס איז דא אזעליכע וואס דאס שטערט זיי; גיבט ער זיי "אויך" א פלאץ צו בלייבען ערליך. אבער פאר אונז פעלט עס בכלל נישט אויס).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

ווי מי חכם זאגט איז נישט מוכרח פון אונזערע מקורות אז עס קען נישט זיין לעבן אויף אנדערע פלאנעטן, רבי אביגדור מילער זצ"ל (נעכטן געווען דער יארצייט) האט אזוי געהאלטן. איך האב לעצטנס געליינט וואס ער האט געענטפערט ביי א שיעור אויף די שאלה בערך אזוי: איך וואלט איינגעשטעקט מיינע הויזן אז עס איז נישטא קיין שום 'לייף' אויף אנדערע פלאנעטן, אבער אויב דו ווילסט גלייבן אז ס'איז יא דא, גאו עהעד. אבער דאס איז זיכער אז קיין באשעפענישן מיט שכל, בעלי בחירה, איז נישט דא נאר אויף ערד!

ספוזמאן, אפשר צייכנסטו מיר צו וואו מ'קען זעהן דעם מאמר פון הרב שוואב.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

עס איז א ספר אין ענגליש, און הייסט בערך "Essays of Rabbi Schwab"

פאר דער וואס ווייס נישט איז הרב שמעון שוואב זצ"ל געווען דער רב פון די ברויערס קהלה (רבי שמשון רפאל הירש'ס פראנקפורטער קהלה).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

SPUSMN האט געשריבן:עס איז א ספר אין ענגליש, און הייסט בערך "Essays of Rabbi Schwab"

פאר דער וואס ווייס נישט איז הרב שמעון שוואב זצ"ל געווען דער רב פון די ברויערס קהלה (רבי שמשון רפאל הירש'ס פראנקפורטער קהלה).

עיון תפילה?
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

איך געדענק נישט ווער פון די צדיקים האט געברענגט א ראי' פונעם זוהר פתח אליהו, שמיא וארעא ואפיקת מנהון וכו' און דערנאך עקסטער ובארעא וכו' אילנין זעט מען אז דייקא בארעא איז דא דע אלע אויסגערעכנטע
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

היינט הייבט זיך אן די יערליכע צוזאמקום פאר "מענטשן אויף מארס". די סאמיט גייט זיך ציען א גאנצע וואך ווי ס'גייט פארקומען דרשות און דעבאטעס.

https://h2m.exploremars.org/

#ונראה מה יהי' חלומותיו
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

נעכטען האט Buzz Aldrin גערעדט ביים קאנפרענץ!
באז איז די אסטראנאט וואס איז געווען צוזאמען מיט ניעל ארמסטראנג אויף אפאללא 11, די ערשטע 2 מענטשן צו טרעטן אויף די לבנה.

באז איז שוין 87 יאר אלט, ער גלייבט נישט אז ער וועט נאך דערלעבן די ערשטע מענטשן אויף מארס, אבער ער וויל זייער שטארק מ'זאל אהינגיין.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

ז"ל הספר אמרי פנחס (קאריץ) ריש פרשת בראשית אות ג':
תירוץ על קושיית העץ חיים (שער א ענף א) למה לא ברא הקב"ה העוה"ז קודם. אמר לנו, שהקב"ה עדיין בורא עולמות בלי הפסק, ואפשר שבעת ההיא יש איזה עולם שמשה רבינו נותן התורה שם לישראל, ואם כן ליכא למימר למה לא נברא העולם קודם, כי נברא ונברא. ואח"כ אמר לנו כי אני מאמין באמונה שלימה שזה אמת, ולמה לי תירוצים.
עכל"ק, (ויש עוד כמה וכמה ספרים הכותבים כעין זה), והבוחר יבחר, אבער צו זאגן אז עס איז כפירה אזעלכע סארט געדאנקען, איז אביסל א צ"ע.
מזי רעב
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזי רעב »

אין תנ"ך (אויך א הפטורה-איך געדענק נישט וועלעבע פרשה) ביי די מעשה מיט סיסרה שטייט דארט אין פסוק: אורי מרוז אמר ד' כי לא באו לעזרת ד' בגיבורים, טייטש: פארשאלטען זאל זיין מרוז ווייל זיי האבען נישט געהאלפען די אידען ביי די מלחמה מיט סיסרא. איז דא א מחלוקה אין די גמרא (דאכט זיך אין סנהדרין) וואס איז מרוז, איין דעה אז ס'איז א שטאט, די צווייטע דעה איז אז ס'איז א שטערן מים דעם נאמען מרוז (מארס) און די איינוואוינער אויפען שטערן זענען געשטראפט געווארען ווייל זיי האבען נישט געוואלט העלפן די אידן, און דער שטראף איז געווען אז דער ישוב אויפ'ן שטערן איז חרוב געווארען.
איך וועל לאזען די ת"ח אויף צו זיכען די מראה מקומות.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די מיינסט מן הסתם די גמרא אין מו"ק (טז.), כ'זע אבער נישט אז מען זאל רעדן פון מענטשן דארט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די יערליכע סאמיט די זיך פריער געענדיגט, מיט א פעסטע החלטה צו טוהן אלעס וואס מ'קען צו טראגן מענטשן אויף מארס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

SPUSMN האט געשריבן:עס איז א ספר אין ענגליש, און הייסט בערך "Essays of Rabbi Schwab"

פאר דער וואס ווייס נישט איז הרב שמעון שוואב זצ"ל געווען דער רב פון די ברויערס קהלה (רבי שמשון רפאל הירש'ס פראנקפורטער קהלה).


כ'האף אז ער זאגט נישט דא אזוילכע שטותים ענדליך צו וואס ער שרייבט אין דעם דערמאנטן ספר איבער די 168 מיססינג יער'ס פונם ביהמ"ק השני...
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”