'מאנדרא' שטייגט איבער וומ"ס

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

'מאנדרא' שטייגט איבער וומ"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

[align=center]מאנרא שטייגט איבער וומ"ס אלס גרעסטע סאטמארער שטאט[/align]
אין די יעצטיגע וואכן און חדשים טוען היסטאריקער אפצייכענען א דעמאגראפישן אריבערגאנג, ווען לויט אלע ווארשיינליכקייטן און אנדייטונגען גייט קרית יואל אין די קומענדיגע תקופה דערגרייכן דעם היסטארישן ווענדפונקט און גאנץ בקרוב איבערשטייגן דעם עיר ואם וויגעלע-וויליאמסבורג מיט די צאל איינוואוינער פאפולאציע וועלכע טוען זיך באצייכענען אלס סאטמארע חסידים.

לויט אנאלאזירער איז שווער אנצוגעבן א גענויעם צאל פון "סאטמארע" משפחות אין וומ"ס, ווארום דארט איז שווערער ספעציפיש צו קאטאגאריזירן עמיצן צו ער פאררופט זיך אלס סאטמארער, אבער עס איז דאך פאראן א צאל קוועלער וויאזוי צו מעסטן די פאפולאציע, ווי, צאל מעמבערס אין די קהילות, צאל קינדער אין די מוסדות, א.ד.ג.

אן אריינגיין אין גענויע ציפערן איז קלאר אז אפילו אויב מען האלט נאכנישט דארט אויפן מאמענט, איז מען אויפן וועג אהין גאנץ געשיקט.
עפ"י חשבון איז אצינד פאראן קרוב צו 6000 משפחות אין קרית יואל. אין וומ"ס איז די צאל סאטמארע משפחות ערגעץ צווישן 6000 און 7000.

לויט ווי מען הערט, ווערט רוב דירות אין די גרעסערע מולטי-קר"י דעוועלאפמענטס ווי ווייניארד, שכונת ויוא"מ, קארלסבורג, געמארקעט און פארקויפט פאר שטאטישע איינוואוינער וועלכע פלאנירן זיך אריינצציען אהין. דאס איז א שטארקע שפרינג פון די פארגאנגענע יארן ווען א דורכשניטליכע צאל פון קנאפע 70-90 משפחות האבן יערליך ארויסגעמופט קיין קר"י.

*****
וואס האט מיך געטריבן צו שרייבן די דאזיגע שורות.?

די מעשה איז אזוי; אין צוזאמענהאנג מיט מיין לעצטיגע פארבלאנדזשעטע שדכנות ביזנעס, איז מיך בייגעפאלן א שיינע שידוך פאר א קאזין מיינער וועלכער וואוינט אין וומ"ס, וואס זיין עלטסטער זון איז יעצט געווארן 18. יענער האלט זיך פאר א שטיקל בר הכי, מאכנדיג דעם איינדרוק פון א קאמבינירטן עמעזאן ריעל-עסטעיט ביזנעס אנזעץ, און דעריבער האב איך אים געוואלט אנטראגן אן עליטע ראשעקאעל סטייל בוני ומקים פאמיליע ווי תורה, סחורה מיט יוחס זענען געפלאכטן מיט פאדערשטע-שורה קהילה אקטיוויטעיטן ביינעזאם. (און נישט בלויז נאמען, נאר באמת א גוטע זאך.)

מיין הנחה איז געווען אז מיין קאזין וועט זיכער גלייך וועלן דעם שידוך, און די שווערע ארבייט דא וועט זיין צו שיקן עמיצן איבערצוצייגן דעם צד השני אז ס'היינט 'אין-סטייל' פון מעגא-נגידים זיך צו משדך זיין בדוקא מיט א 'פלעינע' אבער חן-באשמירטע משפחה, א שטייגער ווי מיין קאזין מעכיל נטע.

אומר ועושה. איך רוף אפ מיין קאזין, און אנע הקדמות טראג איך אים אן דעם שידוך. ווי ערשטוינט בין איך אבער געווארן ווען זיין זאפארטיגע רעאקציע איז געווען "טאקע זייער שיינע שידוך, אבער מיר הערן נישט אויס פון מאנדרא..!!"

איך האב א רגע געטראכט אז ס'מעגליך נאר א גוטע תירץ וויבאלד ער וויל נישט דעם שידוך מתחילה מחמת איזה אנדערע סיבה, וואס איך האב פראבירט צו דערגרינטעווען. אבער ער ערקלערט קאטאגאריש אז 'באנדרא איז א דארף'... און 'מיין זון גייט נישט וואוינען אין א מדבר' 'עטס לעבטס דארט אין א באקס' וכדו' וכו'.. נאך אזעלכע סטעיטמענטס וואס גיבן אנצוהערן איין זאך: אז 'מאנדרא' איז בלויז געמאכט פאר צווייטע קלאס נעבאכדיגע פערזאנען.

זעענדיג אז ס'איז א שאד יעדעס ווארט האב איך אראפגעלייגט דעם טעלעפאן. דאן איז מיר אויפגעשווימען זכרונות פון אלס קינד מיט איבער 25 יאר צוריק. דאן איז טאקע קר"י געוועזן עטוואס דערפיש געשטימט, אדער באצייכנט געווארן אזוי דורך די 'קאנטרי-קינדער' וועלכע פלעגן דאהי פארוויילן אויפן זומער, ווי אויך דורך א געוויסע סארט אפגעפליקטע באטשי מיט א לאנגע אנטענע יוקאן מאדעל וואס האט אריינגעבלאנדזשעט דאהי איינמאל אין יאר ביים ציון. אבער היינט ווערט עס געווענליך בלויז באצייכנט דערפיש דורך געוועזענע קר"י קינדער וועלכע האבן אין זייער יוגנט געהאט א שוואכע דאזע זעלבסט-שאץ אין אלע הינזיכטן, און זענען געבליבן מיט שולד געפילן כאילו זיי האבן עפעס פארפאסט אין זייער בליענדע קינדער יארן.

איז טייערע קאזין, אויב גלייכסטו נישט "מאנדרא" קען איך דיר פארשטיין. אבער זאג נישט אז ס'דערפיש. עס איז אפשר עפעס אנדערש וואס דו מוזט נישט זאגן. אבער "מאנדרא" איז נישט דערפיש. "מאנדרא" איז ביי געוויסע געבליבן אזוי ווי מיט 25-30 יאר צוריק, אבער "מאנדרא" איז יעצט אן די מאוומענט.

טאדעי ווי אר אלל "באנדראערס"....
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
קנאקעדיג געשריבן
להענין נישט די צאל מענטשן מאכט א שטאט פאר שטאטיש, נאר די צאל "סארטען" מענטשן
אבער מיט דעם איז מאנרא אויך שוין נישט אזוי ווייט ווי אמאל דאך נישט די זעלבע
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום פרייטאג אפריל 21, 2017 1:16 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פיין געשריבן ר' יונטל....
כמה וכמה וואס האבן זיך געריסן ביי יעדן קינד נישט צו שיקן קיין 'מאנדראו', ואחרי ככלות הכל האבן זיך רוב שוין ארויסגעצויגן, אפגערעדט די וואס זענען אויפגעוואקסן דאהי קומען גאר שנעל צוריק, אבער אפילו די וואס זענען אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג ציען זיך אין גרויסן, היינט איז די סטייל פון די 'ברייטע קעפ' צו גיין קיין מאנסי, איך געדענק נאך ווען אין ישיבה האבן זיי חוזק געמאכט אז 'מאנסי' מיט 'משוגע' איז א דאפלט לשון, צייטן ביטן זיך, והיינו טעמא דשווארצע מיקי מאוס גלעזער וואס איז היינט אין סטייל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פרידן האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
קנאקעדיג געשריבן
להענין נישט די צאל מענטשן מאכט א שטאט פא שטאטיש, נאר די צאל "סארטען" מענטשן
אבער מידעם איז מאנרא אויך שוין נישט אזוי וויט ווי אמאל דאך נישט די זעלבע

די פאלגענדע גרויסע קהלות האבן שוין מינימום איין חסיד אין קרית יואל (וואס איך ווייס, מן הסתם דא נאך)

פאפא
וויזניץ (וואס זענען מקפיד מיט מנחה ערב שבת עד כדי יחידות)
בעלזא
גור
טאהש
ברסלב.........
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

שיינע ארטיקל
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

מי יודע האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
קנאקעדיג געשריבן
להענין נישט די צאל מענטשן מאכט א שטאט פא שטאטיש, נאר די צאל "סארטען" מענטשן
אבער מידעם איז מאנרא אויך שוין נישט אזוי וויט ווי אמאל דאך נישט די זעלבע

די פאלגענדע גרויסע קהלות האבן שוין מינימום איין חסיד אין קרית יואל (וואס איך ווייס, מן הסתם דא נאך)

פאפא
וויזניץ (וואס זענען מקפיד מיט מנחה ערב שבת עד כדי יחידות)
בעלזא
גור
טאהש
ברסלב.........

באבוב 45
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מי יודע האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
קנאקעדיג געשריבן
להענין נישט די צאל מענטשן מאכט א שטאט פא שטאטיש, נאר די צאל "סארטען" מענטשן
אבער מידעם איז מאנרא אויך שוין נישט אזוי וויט ווי אמאל דאך נישט די זעלבע

די פאלגענדע גרויסע קהלות האבן שוין מינימום איין חסיד אין קרית יואל (וואס איך ווייס, מן הסתם דא נאך)

פאפא
וויזניץ (וואס זענען מקפיד מיט מנחה ערב שבת עד כדי יחידות)
בעלזא
גור
טאהש
ברסלב.........

אז ער וואוינט אין מאנרא אין שיקט אין סאטמאר נא אז ער וועט נישט כאטש דאווענען מנחה פארן שקיעה איז ער דאך אויס וויזניצער
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שאהן הענניטי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
קנאקעדיג געשריבן
להענין נישט די צאל מענטשן מאכט א שטאט פא שטאטיש, נאר די צאל "סארטען" מענטשן
אבער מידעם איז מאנרא אויך שוין נישט אזוי וויט ווי אמאל דאך נישט די זעלבע

די פאלגענדע גרויסע קהלות האבן שוין מינימום איין חסיד אין קרית יואל (וואס איך ווייס, מן הסתם דא נאך)

פאפא
וויזניץ (וואס זענען מקפיד מיט מנחה ערב שבת עד כדי יחידות)
בעלזא
גור
טאהש
ברסלב.........

באבוב 45

שוין, זעסט איך ווייס נישט אלעס
ווי האט דער רבי לעצטנס געזאגט פאר איינעם, מ'דארף א נאמען געבן פאר א גאס 'ליע עוו' וועט שוין זיין באקוועם פאר די וויליאמסבורגער אידן ארויסצוקומען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

יו"ט!

--
ספינקא האט שוין צוויי...
I reserve the right to disagree
12:56
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

מי יודע האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
קנאקעדיג געשריבן
להענין נישט די צאל מענטשן מאכט א שטאט פא שטאטיש, נאר די צאל "סארטען" מענטשן
אבער מידעם איז מאנרא אויך שוין נישט אזוי וויט ווי אמאל דאך נישט די זעלבע

די פאלגענדע גרויסע קהלות האבן שוין מינימום איין חסיד אין קרית יואל (וואס איך ווייס, מן הסתם דא נאך)

פאפא
וויזניץ (וואס זענען מקפיד מיט מנחה ערב שבת עד כדי יחידות)
בעלזא
גור
טאהש
ברסלב.........

באבוב 45

שוין, זעסט איך ווייס נישט אלעס
ווי האט דער רבי לעצטנס געזאגט פאר איינעם, מ'דארף א נאמען געבן פאר א גאס 'ליע עוו' וועט שוין זיין באקוועם פאר די וויליאמסבורגער אידן ארויסצוקומען

אין בלומינג גראוו איז דא א ליע עוו אין א איד וואינט שוין דארט
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אין קרית יואל איז נישטא אזאנא שולן ווי וויען, בראשוב, אפטא, נייטרא, אלעס איז בעיסד אויף שמאלע פארטיי ליניעס.
דאס אינאיינעם מיט די ענדלאזע בעבישע קריגערייען צוזאמען מיט די אנטי סושי געזעצן וכדו', מאכן שווערער פאר א וויליאמסבורגער איד צו טראכטן דערפון.
איך זאג נישט אז ס'איז עמיצן'ס שולד, ס'איז פשוט אן אנדערע מענטאליטעט און לייף סטייל.

וויאזוי זאגט פרידן "נישט די צאל מענטשן מאכט א שטאט פאר שטאטיש, נאר די צאל "סארטען" מענטשן".
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

געקאסט א שמייכעל.. געוואלדיגע שפראך!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

פרידן האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
קנאקעדיג געשריבן
להענין נישט די צאל מענטשן מאכט א שטאט פאר שטאטיש, נאר די וועליכע "סארטען" מענטשן
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

איך שעם מיך אריינצוקומען אין דעם אשכול
מען פרייד זיך אז עס איז שוין דא א פאפאנער מיט א בעלזער (איך מיין נישט קיינעם פרעזענליך) דאס ברענגט טאקע ארויס די גרויסע צומצום וואס הערשט אין קרית יואל
קרית יואל איז טאקע נישט ווי אמאל אבער עס איז נאך דא א גרויסע צומצום
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

בלייב נאר דא אביסעלע קאזין לעבן...מיר שלונגען אייערע רייד מיט דורשט.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

להודיע האט געשריבן:אין קרית יואל איז נישטא אזאנא שולן ווי וויען, בראשוב, אפטא, נייטרא, אלעס איז בעיסד אויף שמאלע פארטיי ליניעס.
דאס אינאיינעם מיט די ענדלאזע בעבישע קריגערייען צוזאמען מיט די אנטי סושי געזעצן וכדו', מאכן שווערער פאר א וויליאמסבורגער איד צו טראכטן דערפון.
איך זאג נישט אז ס'איז עמיצן'ס שולד, ס'איז פשוט אן אנדערע מענטאליטעט און לייף סטייל.

וויאזוי זאגט פרידן "נישט די צאל מענטשן מאכט א שטאט פאר שטאטיש, נאר די צאל "סארטען" מענטשן".

ס'מוז דוקא זיין בראשוב וויען אפטא נייטרא
און וואס איז מיט: פראג, ציעשנוב, קומץ המנחה, קניזשא, ריטשוואל, רימנוב, שלום על ישראל? דאס האט איר יא אין וויליאמסבורג?

בוענעס איירעס, קרעטשניף, שארמאש, ספינקא, ספינקא, תפארת יחזקאל, תולדות אהרן מיט תהלות יואל דאס איז אויך דא אין וויליאמסבורג

די אלע בעבישע נארישע קריגערייען איבער ווער ס'קען זיין עקסטרעמער פונעם צווייטן גייט אויך נעמען א עק איין טאג, א הילף דערצו זענען די אלע געגנטער ארום קרית יואל, און די אלע פרישע אידן פון וויליאמסבורג, אמאל האט מען געמיינט אז מ'קען נישט עפענען א גראסערי טאמער איינער פון די באהערדע קרימט מיט די נאז, איז געקומען א יונגערמאן און געוויזן א פייג, אי"ה ס'וועט זיין נאך א דעלי, מיט נאך א רעסטוראנט מיט 'קרית יואל שחיטה', דער טאג איז נאנטער ווי ווייטער, ס'האט נישט מיט די שטעטל, ס'האט מיט די רייפע צייט, און מיט די שטראם פון מענטשן, אין וויליאמסבורג קען מען היינט אויך טון אסאך זאכן וואס מ'האט אמאל נישט געקענט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

יא איך האט געשריבן:איך שעם מיך אריינצוקומען אין דעם אשכול
מען פרייד זיך אז עס איז שוין דא א פאפאנער מיט א בעלזער (איך מיין נישט קיינעם פרעזענליך) דאס ברענגט טאקע ארויס די גרויסע צומצום וואס הערשט אין קרית יואל
קרית יואל איז טאקע נישט ווי אמאל אבער עס איז נאך דא א גרויסע צומצום


צו ווייזט דאס דעם הויפט שרייבער'ס אדער דיין זעלבסט צומצום. ער ברענגט ארויס, אז אפילו דער פון אויסער די סאטמארע קהילה האט שוין נישט מורא צו וואוינען אין דעם שטעטל, מיט די אלע אזויגערופענע באגרעניצונגען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

צו געזונט האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:איך שעם מיך אריינצוקומען אין דעם אשכול
מען פרייד זיך אז עס איז שוין דא א פאפאנער מיט א בעלזער (איך מיין נישט קיינעם פרעזענליך) דאס ברענגט טאקע ארויס די גרויסע צומצום וואס הערשט אין קרית יואל
קרית יואל איז טאקע נישט ווי אמאל אבער עס איז נאך דא א גרויסע צומצום


צו ווייזט דאס דעם הויפט שרייבער'ס אדער דיין זעלבסט צומצום. ער ברענגט ארויס, אז אפילו דער פון אויסער די סאטמארע קהילה האט שוין נישט מורא צו וואוינען אין דעם שטעטל, מיט די אלע אזויגערופענע באגרעניצונגען

קודם וואוין איך אויכט אין קרית יואל סא איך בין אויכט א צומצום
צווייטנס די מענטשען וואוינען שוין דא 20 יאר אין דאס האט גארנישט מיט מורא צו וואוינען אין דעם שטעטל דעס מיינט נאך גארנישט אז עס וואוינט דא איין בעלזער
אין דריטענס איך האב נאך נישט געליינט זיין ארטיקעל
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

יונטעף, סופער פיין!!

----
איך האב א קאזין א ׳סקווירא חסיד׳ וואס וואוינט אין קרית יואל.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך וועל עס אביסל בעסער ארויסברענגן, ווי כ'האב עס שוין אמאל געזאגט פאר איינעם ווען ער האט געזאגט ער האט מורא צו מופן קיין קרית יואל, אין סקווירא למשל האסטו א חיוב צו דאווענען אין ביהמ"ד מיטן רבין מיט די טישן וכו' וכו', אין קרית יואל קענסטו וואוינען ווי לאנג די יאר איז און זיצן אין דיינע ד' אמות און מיט קיינעם קיין אפיר נישט האבן, ווי לאנג ביסט א ערליכער איד פירסט דאך ווי דיינע עלטערן האבן זיך געפירט וועט דיר קיינער נישט טשעפענען, איי האסט נישט קיין סושי סטאר וכו', נו, לעבסטו אזוי ווי אין וויליאמסבורג פאר 20 יאר צוריק, דאס איז די איינציגסטע חילוק, די רענט דאכט זיך איז אויך די פרייזן ווי דעמאלטס, ממש ניי וויליאמסבורג, און פונקט ווי אין וויליאמסבורג האבן זיך זאכן געטוישט די לעצטע צוואנציג יאר, גייט זיך מן הסתם אין קרית יואל אויך טוישן אסאך זאכן, נאר אפשר נישט אויף אזא שנעלע גאלאפ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

איך פארשטיי נישט, אין וומסב"ג וואוינען נאר 6-7000 משפחות?

ווייטער אויב רעכנסטו נאר סאטמאר, איז שוין קר"י איבערגעשטיגן מאנסי פאר דרייסיג יאר צוריק, און בארא פארק מסתם צוואנציג יאר צוריק.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

וויליאמסבורג פארמאגט דאפלט פון זעקס זיבן זיכער.
אבער אפילו קרית יואל זאל האבן צוואנציג מאל מער ווי ווילי גייט עס בלייבן דארפיש, דארפיש איז א געדאנק.
די גרויסקייט ברענגט נאר מ'זאל ווייניגער קענען קאנטראלירן די פאפולאציע
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

ער רעדט דאך נאר פון סאטמארע משפחות דאס זאגט ער אז ס'איז נישט מער פון 7-6
אז מ'רעד פון די דארפישקייט פון די קרית יואלע האב איך אמאל מיטגעהאלטן ווי א שטאטישע יונגערמאן האט נישט געקענט צי זיך קומען ווען ער האט געזען אין ק''י ווי א קאטשקע געט א פלי אריין אין וואסער... דעי שריי וואס ער האט געגעבן 'האסט עס געזען?'...
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

כא כא כא האט געשריבן:אז מ'רעד פון די דארפישקייט פון די קרית יואלע האב איך אמאל מיטגעהאלטן ווי א שטאטישע יונגערמאן האט נישט געקענט צי זיך קומען ווען ער האט געזען אין ק''י ווי א קאטשקע געט א פלי אריין אין וואסער... דעי שריי וואס ער האט געגעבן 'האסט עס געזען?'...

ווייזט אויך אויף קרית יואל'ער דארפישקייט
.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

נאך 10 טויזענט מענטשען אין שכונת ויואל משה, אדער אין אלע אנדערע שטאקיגע טורעמעס אין הארץ פון קרית יואל,
וועט גארנישט אוועק נעמען פונעם דארפישקייט, אויב עפעס וועט עס נאר מוסיף זיין,
די איינציגסטע אויפן וויאזוי פאפולאציע נעמט ארויס מענטשען פון דארפישקייט, אדער וואס ער מיינט צו זאגען צמצום ,
איז דורך דעם וואס א מענטש קען לעבן פאר זיך, און טראכטען פאר זיך, און נישט זיין א נומער פונעם ''יעדער'' מאשין
מאנסי איז אויך אנדערש ווי ווילי, סהאט זיך טאקע זיינע חסרונות אבער מרופט עס נישט צמצום, אדער דארפיש,
דארפיש איז די מענטאליטי וואס מהערט כסדר, אזאנס זעהט מען נישט אין די גאנצע וועלט
וויאזוי ווייסטו?
בוזט שוין געווען אין די גאנצע וועלט,?
נאר וואס דען,?
די וועלט ענדיגט זיך ביים ביזנעס סענטער ודו''ק
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”